גאר א
געלונגענע ארטיקל אין די גארדיען איבער די חילוקים און לאנג-יעריגע רייבעריי צווישן פסיכא-אנאליסיס אנהענגער און די CBT/ביהעיוועראליסטן לאגער, צונעמענדיג סיי די היסטאריע און הונטערליגענדע איידעאלאגיעס, אריינקריכענדיג אין ספעציפישע שטודיעס און עקספערימענטן וויאזוי און וואס זיי ווייזן, און צוברענגענדיג מימרות פון פראמינענטע עקספערטן אויף ביידע זייטן, ועל כולם איז עס זייער געשמאק געשריבן..
עס איז נאר היבש בייעסד כלפי פסיכא-אנאליסיס, און ברענגט ארויס היבש שטארק פארוואס די מענטש איז מער קאמפליצירט ווי 'טוישן מחשבות' אדער 'אויסהיילן פראבלעמען'..
די אויספיר ליינט זיך:
“What happens in therapy,” Pollens said, “is that people come in asking for help, and then the very next thing they do is they try to stop you helping them.” His smile hinted at the element of absurdity in the situation – and in the whole therapeutic undertaking, perhaps. “How do we help a person when they’ve told you, in one way or another, ‘Don’t help me’? That’s what analytic treatment is about.”
אין א וועג דערציילט אונז דעם פאראגראף א טיפערע נקודה איבער דעם טעראפיוטיק פעלד, דאס איז אז אין דעם אנאליטישן לעקסיקאן איז נישט מער ווי פארשטענדליך פארוואס מענטשן בפרטיות און סאסייעטי בכלליות האבן א מאטיוו אוועקצומאכן פסיכא-אנאליסיס און בעצם יעדע פארם וואס האט די פאטענציאל אריינצוקריכן טיפער אין זיך און ענדערש אדאפטירן ביהעיוויאריסטישע און אויבערפלעכליכע געדאנקען וואס זאגן צו די חלק וואס מ'וויל הערן ארויסשניידנדיג דאס אומבאקוועמע. - אין פרויד'ס לעקסיקאן וואלט דאס געגאנגען אונטער די כלליות'דיגע דעפענס מעכאניזם'ס און רעזיסטענס וואס מענטשן דעוועלאפן בכדי נישט צו פעיסן זייער אינערליכע קאנפליקטן, קליין וואלט עס מסתמא אריינגעלייגט אין די פאראנויע קאטעגאריע וואס יעדע פון אונז פארמאגט אין טייל.
און אויב מ'קען ציען דעם לאגיק ווייטער, האט זיך למעשה אריבערגעגאסן דעם טרענד אויך צו די ברייטערע סאציאלאגישן פעלד, וואס ווי באקאנט איז היינט זייער אינפילטרירט מיט די אגענדעס פון סאציאלע-יוסטיץ און אקטיוויזם - אנשטאט צו זיין פארנומען אזויווי טראדיציאנאל מיט טעאריזירן און אנאלאזירן סאציאלע דינאמיקס און לאזן די טויש געשען פון זיך אליין.. וואס קען זיין ממבט אנאליטי איז אויך געבינדן צו די שיפט אוועק פון א וועלט אין וואו פראבלעמען זענען פראמינענט און מ'דארף זיך אן עצה געבן דערמיט אמבעסטן - צו א סופערפישעל וועלט וואו פראבלעמען האבן א גראדע סאלושאן - אויב נאר...
און ווי פרויד האט זיך אויסגעדרוקט אויף די ציל פון טעראפי - צו מאכן פון "neurotic misery into common unhappiness"!
אדער קארל יונג'ס געדאנק "humanity needs difficulties: they are necessary for health."
איין הויפט נקודה וואס קומט אויך ארויס פון דעם ארטיקל איז אזויווי
פריער געשריבן - די וויכטיגקייט אין די ראלע פונעם עצם רעלעישאנשיפ און פון דער טעראפיסט אליין.
אינטרעסאנט טאקע אנצומערקן אז איינער פון די
אנגעבליכע סייענטיפישע סיבות פארוואס האמאפאטיע ארבייט ביי געוויסע איז אויך געבינדן צום רעלעישאנשיפ - ענדערש ווי די עצם טריעטמענט.