"דו גלייבסט אין ג-ט?"

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

ענטפער

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם געדאנק פונעם סימיולעישאן ארגומענט און ווי ״ג-ט״ קען גערעכענט ווערן ווי די סוּפּערקאמפּיוטער וועלכעס לויפט די גאנצע טשעין פון סימיולעישאנס, איז מערקווידיג צוצוצייכענען פרעדריק בּרוין׳ס גאר קורצע סייענס-פיקשאן מעשה ״ענטפער״, וועלכעס ער האט געשריבן אין 1954.

דוואַר עוו [א נאמען] האט צוגעענדיגט צאמשמעלצן די לעצטע דארטן מיט גאלד. א געוואלד קאמערעס האבן אים רעקארדירט בעת ער טוהט די היסטארישע אקט, און דאס געוואוזן פאר די גאנצע יוּניווערס. ער האט זיך אויסגעגראדט און געשאקעלט דעם קאפ צום הויפט סייענטיסט דוואַר רעין, און זיך געשטעלט נעבן דאס קנעפּל וואס וועט דאס אָנצינדן. די קנעפּל וועט באהעפטן, אויף אמאל, אלע קאמפּיוטערס פון אלע באזעצענע פּלאנעטן - זעקס און ניינציג ביליאן פּלאנעטן - אין צו איין ריזיגע סוּפּערקאמפּיוטער.

דוואַר רעין האט געזאגט אפאר קורצע דיבורים צו די טריליאנען צוהערער. נאך א מינוט שטילקייט האט ער געזאגט צו דוואַר עוו, ״יעצט״. דוואַר עוו האט געקוועטשט דעם קנעפּל און די סוּפּערקאמפּיוטער מיט אירע מיילן לאנגע דארטן און סירקוטס האט זיך גענומען ארבעטן. דוואַר עוו האט אוועקגעבּעקט פונעם מאשין און איבערגעגעבן דעם כבוד פון שטעלן דאס ערשטע פראגע צום סוּפּערקאמפּיוטער.

דוואַר רעין האט זיך געשטעלט פאר׳ן מאשין און געזאגט צו די צוקוקער, ״איך וועל יעצט שטעלן די פראגע וואס קיין שום חכם אדער קאמפּיוטער האט נאכנישט געקענט ענטפערן דערויף א (דעמאנסטרעטיוו) תשובה.״ ער האט זיך אויסגעדרייט צום מאשין און געפרעגט, ״איז דא א גאט?״ דאס מאשין האט גראד צוריקגע׳ענטפערט, ״יא, יעצט איז דא א גאט!״ מיט פחד האט דוואַר רעין געזוכט אויסצולעשן דאס מאשין, אבער א בליץ איז ארויסגעקומען און אים געשלאגן, בשעת׳ן פארהארטעווען דעם קנעפּל אין פלאץ.

עד כאן הסיפור.

דאס ברענגט ארויס דעם פחד פון AI (צענדליגער יארן בעפאר די טעכנאלאגיע) און דאס געדאנק פונעם קשר צווישן די מושג פון ״ג-ט״ און העכערע קאַנשעסנעס ושכל.

דא קען מען ליינען די אריגינעלע גאר קורצע מעשה אין ענגליש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

צ/ק

יא
אתערותא דלתתא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"

שליחה דורך אתערותא דלתתא »

וואס יא?
מוטשא טראוואחאו, פאקיטא דאנעראו.
(אמיגאו)
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

ער האט געפרעגט צו איך גלייב אין גאט האב איך געענטפערט אז יא.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

סטאניסלאוו לעם

שליחה דורך מי אני »

בנוגע דעם סימיולעישאן ארגומענט ויחסה לטעאלאגיע, האט דער שרייבער סטאניסלאוו לעם געשריבן, נאך אין 1971, א סאטירישע פיקציע ״די עקספּערימענט״, וואו ער כאילו שרייבט א ״רעצענזיע״ אויף א בוך ״נאַן סערוויעם״ פון איינעם פּראפעסאר דזשעימס דאַבּ. ער שרייבט דארט אז די בוך רעדט זיך איבער א סייענטיסט וועלכער איז אויפגעקומען מיט א פּראגראם, ״פּערסאנעטיקס״, וואס רעפּליקעיט זיך אליינס בתוך די פּראגרעם. דאדורך ברענגט עס אפיר קאַנשׁעס פּראגרעמס וועלכע קענען פרה ורבה זיין. בתוך דעם פּראגרעם קען דער פּראגראמירער עס אויסשטעלן אז וואס איז פאר אונז מינוטן איז פאר זיי טויזענטער יארן, אָן דעם אז זיי זאלן כאפן א שום שינוי בזמן. און דאס קען מען אנאליזירן פונדרויסן. (בעצם, וויבאלד די גאנצע פּראגרעם איז מיוסד אויף ריין מאטעמאטיקס, קען מען בעצם דערינען מאכן מער ווי דריי דיימענשאנס; פאר זיי בתוך דעם פּראגרעם וואלט דאס געווען זייער מציאות פונקט אזוי ווי פאר אונז דריי דיימענשאנס, און אונז קענען דאס זיך נישט פארשטעלן פיזיש.) די פּראגרעם בתוך וואו די פּערסאנוידס ״לעבן״ איז מער-ווייניגער אפען, און שטעלט זיך אויס לויט זייער התנהגות דערין. דאס אז זייער ״מציאות״ איז מיוסד אויף ריין מאטעמאטיקס מער ווי אונזערס, און זיי קענען נישט פארשטיין אונזער עקזיסטענץ און אונז זייערס, לכן איז נישטא קיין קאנטאקט צווישן די צוויי.

די ״פּערסאנוידס״ האבן א מושג פון ״טוב ורע״, אין דעם אז איינער קען פארטיליגן א צווייטע און דאדורך באקומען מער פּראגרעמינג/אינפארמאציע פלאץ, און זוכן דאדורך זיך צו היטן פון אנדערע. ובתוך דעם פּראגרעם הייבן אָן די ״פּערסאנוידס״ פרעגן און קלערן: וואו זענען אונז געקומען פון? פארוואס זענען מיר געמאכט אזוי און נישט אנדערש? פארוואס איז די וועלט אזוי און נישט אנדערש? וואס איז די מיינונג פון די וועלט? זיי זענען אויפגעקומען מיט גאנצעטע אנדערע פילאזאפיעס איבער די ״בורא״ און ״גאט״ פון זייער וועלט, ועד כדי אפילו לפּאַסקאַל׳ס געוועט. לדוגמא, דאס איז ווי אזוי ער לייגט אראפ ווי צוויי פּערסאנוידס, נאַאַד און אַדאַן, קלערן איבער דעם:
The following proposition arises: God either exists or He does not exist. That there might be a third possibility (God did exist but no longer does, He exists intermittently, or He exists sometimes “less" and sometimes “more,” etc.) appears exceedingly improbable. It cannot be ruled out, but the introduction of a multi-valent logic into a theodicy serves only to muddle it

So, then, God either is or He is not. If He Himself accepts this situation, in which each alternative has arguments to support it - the "godlies" prove the existence of the Creator and the "ungodlies" disprove it - then from the point of view of logic we have the situation of a game, a game whose partners are, on one side, the full set of the "godlies" and "ungodlies" and, on the other, God alone. The game necessarily possesses the logical feature that for unbelief in Him God is not entitled to punish anyone. If it is definitely unknown whether or not a thing exists, and if in general it is logically possible to advance the hypothesis that the thing never was at all, then no just tribunal can pass judgment against someone for denying the existence of this thing. For in all worlds it is thus: When there is no full certainty, there is no full accountability. This formulation is by pure logic unassailable; whoever in the face of uncertainty demands full accountability destroys the mathematical symmetry of the game, and we then have the so-called game of the non-zero sum

It is therefore thus: Either God is perfectly just, in which case He cannot assume the right to punish the "ungodlies" because they do not believe in Him, or else He will punish the unbelievers after all, which means that from the logical point of view He is not perfectly just. In other words: A just God may not touch a hair on the head of the "ungodlies," and if He does, then by that very act He is not the universally perfect and just being that the theodicy posits

NAAD asks if God may not actually want there to be an alternative to a belief in Him based on logic; perhaps that act of faith should be precisely a resignation of logic in favor of a total trust?

ADAN: Consider how the matter lies: We are speaking of creating someone and of endowing him with a particular logic, and then demanding that this same logic be offered up in sacrifice to a belief in the Maker of all things. If this model itself is to remain noncontradictory, it calls for the application, in the form of a metalogic, of a totally different type of reasoning from that which is natural to the logic of the one created. If such a situation does not reveal the outright imperfection of the Creator, then it reveals a quality that I would call mathematical inelegance - an incoherence of the creative act

NAAD persists: Perhaps God acts thus, desiring precisely to remain inscrutable to His creation - i.e., non-reconstructible by the logic with which He has provided it. He demands, in short, the supremacy of faith over logic

ADAN answers him: This is, of course, possible, but even if such were to be the case, a faith that proves incompatible with logic presents an exceedingly unpleasant dilemma. For then it is necessary at some point in one's reasonings to suspend them and give precedence to an unclear supposition. In other words, to set the supposition above logical certainty. This is to be done in the name of unlimited trust; thus arises a logical contradiction (which, for some, takes on a positive value that is called the mystery of God). What I wish to say is this, that if one believes in contradiction, one should then believe only in contradiction, and not at the same time still in some noncontradiction (i.e., in logic) in some other area. If, however, such a curious dualism is insisted upon (that the temporal is always subject to logic, the transcendental only fragmentarily), then one thereupon obtains a model of Creation as something that is, with regard to logical correctness, "patched," and it is no longer possible for one to postulate its perfection. One comes inescapably to the absurd conclusion that perfection is a thing which must be logically patched

For this very reason nothing is due God: neither love, nor hate, nor gratitude, nor rebuke, nor the hope of reward, nor the fear of retribution. Nothing is due Him. Love may be forced to rely on speculations as to the reciprocity it inspires; that is understandable. But a love forced to rely on speculations as to whether or not the beloved exists is nonsense. He who is almighty could have provided certainty. Since He did not provide it, if He exists, He must have deemed it unnecessary. And so we say: We serve ourselves and no one else
ער שרייבט אז דזשעימס דאַבּ טראכט דערוועגן:
ADAN's reasoning seems incontrovertible, at least insofar as it pertains to me: it was I, after all, who created him. In his theodicy I am the Creator. In point of fact, I produced that world (serial No. 47) with the aid of the ADONAI IX program and created the personoid gemmae with a modification of the program JAHVE VI. These initial entities gave rise to three hundred subsequent generations. In point of fact, I have not communicated to them either these data or my existence beyond the limits of their world. In point of fact, they arrived at the possibility of my existence only by inference, on the basis of conjecture and hypothesis. In point of fact, when I create intelligent beings I do not feel myself entitled to demand of them any sort of privileges - love, gratitude, or even services of some kind or other. I can enlarge their world or reduce it, speed up its time or slow it down, alter the mode and means of their perception; I can liquidate them, divide them, multiply them, transform the very ontological foundation of their existence. I am thus omnipotent with respect to them, but, indeed, from this it does not follow that they owe me anything. As far as I am concerned, they are in no way beholden to me

It is true that I do not love them. Love does not enter into it at all, though I suppose some other experimenter might possibly entertain that feeling for his personoids. As I see it, this does not in the least change the situation - not in the least. Imagine for a moment that I attach to my BIX 310092, an enormous auxiliary unit, which will be a 'hereafter.' One by one I let pass through the connecting channel and into the unit the 'souls' of my personoids, and there I reward those who believed in me, who rendered homage unto me, who showed me gratitude and trust, while all the others, the ‘ungodlies,' to use the personoid vocabulary, I punish - e.g., by annihilation or else by torture. (Of eternal punishment I dare not even think - that much of a monster I am not!) My deed would undoubtedly be regarded as a piece of fantastically shameless egotism, as a low act of irrational vengeance - in sum, as the final villainy in a situation of total dominion over innocents
אין קורצן, דעאיזם.

ואגב, ער ברענגט דארט זייער שטארק ארויס א נאטורעליסטיק הסבר איבער וואס דאס איז ״קאַנשׁעסנעס״ און וויאזוי דאס איז ארויסגעוואקסן ע״י עוואלושאן עפ״י א ״גאָדעליען״ געדאנק פון סתירה וואס מ׳דארף אלס צוקומען נאך העכער און העכער אינדרויסן דערפון דאס משווה צו זיין:
Evolution is not a deliberate artificer. It happened, simply, that certain very old evolutionary solutions to problems of control and regulation of nervous systems were “dragged" up to the level at which anthropogenesis began. These solutions ought to have been, from a purely rational, economy-engineering standpoint, cancelled or abandoned, and something entirely new designed - namely, the brain of an intelligent being. But, obviously, evolution could not proceed in this way, because disencumbering itself of the inheritance of old solutions - solutions often as much as hundreds of millions of years old-did not lie within its power. Since it advances always in very minute increments of adaptation (it "crawls" and cannot “leap"), evolution is a dragnet that lugs with it innumerable archaisms - all sorts of "refuse." The consciousness of man is the result of a special kind of compromise. It is a "patchwork," or, as was observed, e.g., by Gebhardt, a perfect exemplification of the well-known German saying "Make a virtue of necessity". The contradictions with which the brain of man positively teems with were, in the course of hundreds of thousands of years, gradually subjected to arbitrational procedures. There came to be levels higher and lower, levels of reflex and of reflection, impulse and control, the modelling of the elemental environment by zoological means and of the conceptual by linguistic means. All of these levels cannot, do not "want" to tally perfectly or merge to form a whole

What, then, is consciousness? An expedient, a dodge, a way out of the trap, a pretended last resort, a court allegedly (but only allegedly!) of highest appeal. And, in the language of physics and information theory, it is a function that, once begun, will not admit of any closure - i.e., any definitive completion. It is, then, only a plan for such a closure, for a total reconciliation of the stubborn contradictions of the brain. It is, one might say, a mirror whose task it is to reflect other mirrors, which in turn reflect still others, and so on to infinity. This, physically, is simply not possible, and the regressus ad infinitum represents a kind of pit over which soars and flutters the phenomenon of human consciousness. Beneath the conscious there goes on a continuous battle for full representation - in it of those elements that, for simple lack of space, cannot reach it in fullness; in order to give full and equal rights to all those tendencies that clamor for attention at the centers of awareness what would be necessary is infinite capacity and volume. There reigns, then, around the conscious a never-ending crush, a pushing and shoving, and the conscious is not - not at all - the highest, serene, sovereign helmsman of all mental phenomena but more nearly a cork upon the fretful waves, a cork whose uppermost position does not mean the mastery of these waves
ער רעדט דארט ארום איבער די השלכות דאס האט פאר ״קאַנשׁעסנעס״ פון מאשינס, און וואו עס פעהלט אויס צו אריינפּראגראמירן סתירות דאס צו עררייכן. (דאס בעצם זאגט אויך דער כאראקטער נתן בּעיטמאן אינעם פילם עקס מאכינא פון אלעקס גארלאנד.)

ער האלט אין איין ארויסברענגען אז דאס׳ן באשאפען די פּראגראם איז אימאראליש, און ווי די פּראגראמירער שמייכעלט פון די טעאלאגישע דיונים פון די פּערסאנוידס בתוך דעם פּראגרעם, און וואו איינמאל די יוניווערסיטי׳ס גרענט און געלט לויפט אויס, וועט ער דאס פשוט אווסלעשן.

ווי צוגעברענגט האט דזשעימס גאָן געשריבן ״קינדערגארטען״, איבער וויאזוי די יוּניווערס איז די יצור פון א קינדערגארטען קינד פון א העכערע מין בריאה, און דאס קינד איז ל״ד די קלוגסטע אין די קלאס.

דר. מארק בּאַבּראָ טענה׳ט במשנתו:
How does this connect with “real life”? Well, Lem makes the claim that “the only divinity we know is the tacit consent to every human act, to every crime” (Memoirs, 51). Many of us would agree with this observation: When was the last time that God revealed himself to you and interfered miraculously in your life? As Lem argues, there is no logical reason for God to “reveal himself” via a miracle. Lem might have also pointed out that even if God were to try to demonstrate his existence to us, there is no guarantee of success. If you were skeptical of God’s existence, would a voice claiming to be the voice of God change your mind? Humans are remarkably recalcitrant in their beliefs or lack thereof. And so, if we are to accept Lem’s analysis, it seems irrational to believe in God’s existence

Contra Lem, his own stories seem to show that sometimes faith needs to take precedence over logic if we are concerned with truth rather than “mere” rationality. Yes, for the tiny people, the boxes, and the personoids, it would be irrational to believe in a Creator. But in each case there is a Creator. Lem would object, however: if we were to place faith over logic in one instance, say with the question of God’s existence, we must then defer to faith in all instances

Though, why can’t faith hold supreme in one area — say in religious or transcendental matters — but not in mundane, temporal affairs? Is a creator any less worthy if he/she/it creates a “patchy” world? Perhaps betraying his science training, which looks for overarching theories, Lem seems to assume that a unified world is somehow morally or aesthetically better than a disunified one. But why should we accept this assumption? Second, there appears to be no real contradiction in holding that God exists even though logic tells us otherwise. A contradiction would arise in this case only if (a) logic tells us that God exists and (b) logic also tells us that God doesn’t exist, and yet we still believed that God exists. But logic only tells us (b), according to Lem at least. Say we believed in God anyway. We would probably be irrational to do so, but not because we have asserted a contradiction. It’s irrational to believe in God simply because of lack of evidence. In fact, how in the world could we have asserted a contradiction if we are right? Again, in each of Lem’s stories, there is a God! Third, why not bite the bullet and accept the supremacy of faith in all matters, transcendental and temporal? The Danish existentialist philosopher Søren Kierkegaard, who believed in God, argued that strictly speaking we don’t even know with logical certainty that other humans exist or have existed besides ourselves. Just try and prove that Napolean existed (Philosophical Fragments, 50f). Proof is too high a standard, reserved only for mathematical and logical matters. To believe in the existence of others — created or divine — requires a “leap of faith,” a leap which contravenes logic. Similarly, an argument could be mounted that no belief could possibly be known with absolute certainly, and so requires faith

When push comes to shove, however, the more important question — and one which we can thank Lem for elucidating so clearly and forcefully — is: Even if God does exist, what justifies his apparent adherence to some kind of principle of non-contact, some theodical “prime directive”? Lem expresses the idea that maybe we have been approaching the issue of God from an entirely wrong direction. Have we considered the possibility that God might not care whether or not we believe in him? Indeed, might it be the case that God is wholly satisfied with his creation only when his subjects — us — conclude (very rationally, even) that God doesn’t exist? For imagine yourself as a creator of sentient, rational beings, beings who either will believe in your existence as their creator or not. If they believe in your existence too easily, might this be a slight on your powers, your ability to create a sufficiently complex world? Maybe they believe in your existence owing to the fact that to keep things going in their “world” you have been constantly tinkering with — that is, perform miracles in — your (imperfect) creation. It needs a little work now and then. At some point, your existence becomes obvious to imperfect creatures in an imperfect world. Now, if they don’t believe in you or are undecided, it might be the case that you have created not only imperfect creatures but extremely stupid ones, for even when you turn water into beer, say, they don’t put two and two together. This would look bad on your creator vita, so to speak

What would look best on your vita as a creator, a builder of living things? Perhaps when your subjects are rational, intelligent, yet still don’t believe in you. Even when you do reveal yourself to them by performing the odd miracle, many of them still refuse to believe in you. Wouldn’t this suggest that you are indeed a great builder of beings? For their world is so coherent that all of the occurrences or phenomena to be found there can be explained without any reference to you. The world operates as if you didn’t exist at all. Now, isn’t that the sort of world, the sort of creation, which would flatter you the most? Wouldn’t it flattering for one of your creations, call him Nietzsche, to insist that “God is dead!”

Ultimately, Lem’s view seems to be that neither creator nor created being owes the other much, if at all. We don’t owe God, and God should stay out of our lives
לעם האט פארפאסט נאך א קורצע סיפורים אין די נושא. אין דעם פארציילט די פּראטעגאניסט, איאַן טישי, וואו ער האט געטראפן א פּראפעסאר קאָרקאָראַן. דער פּראפעסאר קארקאראן צייגט אים אסאך קאסטענעס מיט דראטן, און זאגט אים אז ער האט אין יעדעס קאסטען פּראגראמירט קאַנשׁעסנעס. ביי מענטשן איז די אינפּוט צו זייער קאַנשׁעסנעס די חושים זייערע. משא״כ ביי דעם זענען די קאסטענעס באהאפטען צו טעיפּס, וואס דאס געבט די קאַנשׁעס קאסטענעס זייער אינפּוט.

יעדעס איינע פון די קאסטענעס האט זיך זייער אייגענע קאַנשׁעסנעס און וועלטל, און מיינט אז עס איז א געוויסע סארט כאראקטער אא״וו. איינע פון די קאסטענעס איז געווארן א ״משוגענער״ און זעהענדיג אז עס זענען דא טעותים אין זיין בריאה, ווי ווען פליגן גייען אויף די טעיפּס וואס געבן דאס אינפּוט צו זיין קאַנשׁעסנעס באמת, איז ער געקומען צום מסקנא אז ער איז באמת א קאַנשׁעסנעס אין א קאסטן און די וועלט זיינער איז אַן אילוזיע. אָבער קאָרקאָראַן, וועלכער איז בעצם די גאט פון דעם משוגענער׳ס וועלט, טוהט זיך נישט אריינמישן. כאטש ער וואלט ווען געוואלט זיך אריינמישן ווען איינע פון זיינע ברואים איז "משוגע", וויל ער אבער ענדערש שטיין אין די זייט הן לטב והן לביש. ער איז מסביר: "דער 'משוגענער' פון זיין וועלט האט זיך געוואגט צו טראכטן וועגן זיין גאט. אַ גאט וואס אמאל, ווען ער איז נאך געווען נאַאיוו, האט געטאן נסים. אבער דעמאלט האט אים גאט'ס וועלט געלערנט, אז דער איינציגסטער זאך וואס ער איז געווען פריי צו טוהן איז זיך נישט אריינצומישן, נישט עקזיסטירן, גארנישט טוישן אין זיין האנט-ארבעט, ווייל מען האט צוטרוי אין א גאט נאר אויב מען רופט אים נישט. איינמאל ער ווערט גערופן, ווערט ער אימפּערפעקט, זייענדיג אז מ׳דארף אים בכלל רופן. און אזוי, איראניש, איז נישטא קיין גרעסערע שכר פאר זיין געטליכקייט ווי דער מרידה פון די אייזערנע שאכטלעך, וואס חזרט זיך איבער אין יעדן דור, ווען זיי קומען צום הכרה אז ער עקזיסטירט נישט.״

***

דא האט @שפילער געפרעגט:
שפילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:36 am מען הערט אין אלע אינטערוויוס אויף קול מבשר פון אידן וואס זענען געווען ביים טאטאלען ליקוי און זייער באגייסטערונג דערפון. אויך זאגן זיי ווי מען האט געזעהן די נפלאות הבורא , אויך זאגן זיי אז יעדער האט איינגעזעהן אז ס׳איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.

יעצט איז מיין שאלה וואו זעהט מען מער אז ס׳איז דא א בורא ביים ליקוי החמה מער ווי יעדן טאג ווען די זון שיינט אויף אדער ס׳רעגענט?
אולי קען מען זאגן אז ביי ליקוי חמה איז דאס מער א סימבאלישע זאך ועפ״י מה שכתב הפרישה (או״ח סימן רפא ס״ק ה):
ראה והתקין צורת הלבנה. ז"ל רא"ף: אמר והתקין צורת הלבנה [כש]נראית בשמש בעת שתלקה, שהלבנה עומדת כנגד השמש ומתכסה אורה להודיע לעולם שאינה אלוה.
עס איז נישט אז היינט זענען דא וואס גלייבן אז די זון איז אַן אלוה. אבער די געדאנק איז געבליבן אז ווען די שמש ווערט ״נלקה״ פון אונזער פערספעקטיוו, וואס די זון סימבאליזירט צו אונז מאכט, איז דאס נישט אזוי ווייט מודיע איבער הקב״ה אלס ״יא דא״ אין א פּאזיטיוון זין (פּאָן נאַט אינטענדעד), ווי איידער אלס דעם אז אנדערע זענען ״נישט דא״ אין א נעגאטיוון זין.

כמובן אז פונעם ליקוי חמה אליינס, זעהט קיינער נישט קיין ״כח אלקי״. עס איז דא א סיבה אז מ׳קוקט אָן צוריקגעשטאנען און גאר פּרימיטיוו דאס וואס, לדוגמא, מ׳זעהט אין א סצענע פונעם עפּאַקעליפּטאָ פילם, אז די מאַיאַ גלייבן אין מקריב זיין מענטשן לע״ז און ווערן טאקע נתפעל ווען פונקט מאכט זיך א ליקוי חמה אינדערמיט, וועלכע איז ״א סימן״ אז די געטער זענען שוין צופרידן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאנערשטאג נאכט האב איך גענומען א 25 מ״ג קאַנאַבּיס עדיבּל. דאס איז אבער געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב געהאט א גאר גאר ״בּעד טריפּ״. און פונקט אזוי ווי עס איז גאר גאר שווער מפרט צו זיין בשפוותא די גוטע געפיהל פון א גוטע טריפּ, איז אזוי אויך גאר גאר שווער מסביר צו זיין וואס א ״בּעד טריפּ״ באדייט. עס איז געפערליך במלוא מובן המילה. די נענטסטע מ׳קען עס מסביר זיין איז אַן אומגעהוירע פחד און פּאַרענויע פון עפעס וואס מ׳קען ניטאמאל קלאר ארויסהאבן. אבער עס איז נישט דאס אויך נישט; עס איז אסאך מער ווי דעם, און פונקט אזוי ווי א גוטע טריפּ איז ״גן עדן״ איז א שלעכטע גיהנום ממש - די גאנצע גוף איז אוחזו פלצות און מ׳פיהלט דאס איבעראל און עס איז נישטא וואו זיך אהינצוטוהן. צייט פיהלט זיך ווי עס שטעלט זיך אפ און מ׳וועט לעולם פארבלייבן אזוי. מ׳פיהלט וואו מ׳דארף זיך ממש ראנגלען זיך צו האלטן ביים זינען. פשוטו כמשמעו. (און, ווי איך פארשטיי, אויב דאס פאסירט ח״ו ביי העראָאיק דוֺיסעס פון סייקעדעליקס, איז דאס נאך ערגער. ועיין כאן. דאס אלעס דערמאנט פון ווי ער טוישט די דזשאָנט מעשה.)

כ׳האב שוין געהאט געטוהן ריסערטש איבער דאס מעגליכקייט דערפון, און געליינט אז די איינציגסטע וועג איז דורך; נישט זיך שלאגן דערמיט. איך האב כסדר פרובירט צו לעיזער-פאקוסירן אויף מיין ראציאנאלער חלק השכל, וועלכעס ווערט היפש אפגעשוואכט פון די דראָג, וואס זאגט אז למעשה איז דאס אלעס נאר אינעם דמיון. עס איז אבער משונה׳דיג שווער אין די אָלטערד סטעיט פון קאַנשׁעסנעס. איך בין געלעגן אין בעט מיט מיין ווייב און איר סאָפּאָרט, און אויך געפאקוסט אויף דעם פּלעיליסט. צוביסלעך האט עס פג געווען נאך א צוויי שעה.

נאך די צוויי שעה האט זיך עס אבער מתהפך געווען מקצה אל הקצה. עס איז געווארן גאר גאר גוט, ועכ״כ אז עס האט געפיהלט ווי איך בין ענדערשער אויף א פּסילאסייבּין טריפּ ווי איידער ״סתם״ קאַנאַבּיס. ולא זו בלבד, נאר דאס האט געלעסט 16 שעה אין טאָטעל פון ווען כ׳האב עס גענומען. עס איז מיר געווען אינטרעסאנט, וויבאלד איך האב דאס נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט מיט קאַנאַבּיס, ובפרט מיט די דוֺיס. איך נעם דאס בערך צוויי מאל א וואך ביינאכט, אויב מעגליך, ואפילו גרעסערע דוֺיסעס אין אלגעמיין פאר בערך א יאר צייט; איך קען די דראָג. (אולי איז דאס אַן עדיטיוו עפעקט פון 25 מ״ג לאָסערטאן וואס איך דארף נעמען יעדעס נאכט.)

דאס אלעס האט מיר געמאכט טראכטן, בשעת׳ן זיין אויף די ״גוטע״ חלק דערנאך, פון די השלכות דערפון צו א טעאדיסי על הרעות. והיינו, אז יעצט אז איך בין דורך די געוואלדיגע רע פונעם ״שלעכטן טריפּ״, איז בין איך ממש צופרידן אז דאס האט טאקע פאסירט. ס׳איז נישט אז איך וויל דאס נאכאמאל דורכגיין, אבער יעצט אז איך שטיי שוין דערנאך, בין איך למעשה צופרידן אז דאס האט פאסירט ווי איידער אז דאס האט ווען לגמרי נישט פאסירט מעולם. (עס דערמאנט אביסל פון וואס דר. דערעק פּאַרפיט האט געזאגט לגבי א מענטש׳נס צוגאנג צו מאורעות ער האט געהאט אינעם עבר.) דאס איז ווייל עס האט געהאט צוויי חלקים: איינס, אז די גוטע חלק דערנאך איז געווען בעסער ווי כמעט סיי וואס איך געדענק, און אפשר טאקע וועגן די רוע בעפאר. און צוויי, ווייל יעצט בסתם בין איך למעשה צופרידן אז איך האב למעשה געהאט די סארט עקספּיריענס אויך, און עס האט למעשה נישט איבערגעלאזט קיין צרה ממשכת; עס איז דורך און פערטיג - איך האב די סארט עקספּיריענס אויך אונטער מיין בּעלט און מיינע סארטן עקספּיריענסעס על הכלל זענען רייכער מחמת זה (ווי אויך אז טאמער ס׳פאסירט נאכאמאל, קען איך מיך פרובירן אָנצוכאפן אויף די זיכרון פון דעם אז איך בין שוין אמאל דורך ענליך וגם זה יעבור). עס דערמאנט אויך אביסל פון היק’ס /איראַנעיען ״נשמה-מאכן״ טעאדיסי.

כמובן, שטעלט זיך די שאלה צי ס׳איז מן הנמנע צו האבן די סארט תענוג אָן דארפן דורכגיין שלעכטע מאורעות ח״ו. וג״כ די געדאנק פון אפילו אז יא איז אולי יתכן לומר אז לא הן ולא שכרן.


דאס (און אנדערע סיבות) האט מיר געטריבן איינצושטעלן און דאס נעמען נאך אמאל צוויי טעג שפעטער (מוצ״ש) 15 מ״ג. דאס מאל איז עס אויך געווען גאר שטארק און גוט. עס האט מיר אויסגעברייטערט די ‏קשר בין סייקעדעליק/קאַנאַבּיס טריפּס ונבואה, און די הכרה און געדאנק וואס כ׳האב אויבן געשריבן:
מי אני האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:03 pm
מי אני האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:44 pmאיך האב אויך געפיהלט אז ווען א מענטש איז במעי אמו ווערט ער און איז ער פארשוועמט אין און מיט האָרמאָנען וכו׳ וואס געבן אים די אָלטימעט רואיגע תענוג אשר אי אפשר להשיגו כלל אח״כ און וואס ער ניטאמאל געדענקט. ער האט דורכאויס זיין לעבן גאר שנעלע פלעשׁעס און גלימפּסעס דערפון אין די פיִטעל פּאזיציע ארומגענומען מיט א סארט וועלוועטי געפיהל (בלשון מושאל כמובן) און ער בענקט זיך צוריק דערצו. (ועכ״כ אז דאס קען זיין א פרוידיען סאָבּקאַנשעס חלק פון וואס אונטערליגט תאוות התשמיש צוריק אריינצוגיין במעי אשה ואמו; עכ״פ פון א זכר׳ס פּערספּעקטיוו.) און די געפיהל האבן חז״ל פרובירט צו קעפּטשורן אין ווערטער בנדה ל: עפ״י הפסוקים באיוב פון די תענוג א מענטש האט במעי אמו און וואו ער פארגעסט דאס אלעס אחרי שיצא לאויר העולם. און די שאלה איז צי ס׳לוינט זיך צו געבוירן א מענטש (וואס פאסירט טאקע ע״י תשמיש דורך די סאָבּקאַנשעס לאָנגינג פונעם זכר צוריק אריינצוגיין במעי אשה כנ״ל) לחיי העולם שיש בו בהכרח צער ועגמת נפש פאר די 9 חדשים פון אבנארמאלע בּליס ותענוג וואס ער האט במעי אמו, דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בִּשִׂפְוָתָא, און וואס ער ניטאמאל געדענקט נאכדעם.
דר. עֶלי ענדערסאן לערענט אפ דר. עליסאן גאפּניק אז תינוקות שפירן טאקע (אפילו לאחר לידתן) ווי אויף א כסדר'דיגע סייקעדעליק טריפּ, מכח דעם אז די ענטראפּי פון זייערע ניוראסטעיטס אין זייער מח איז העכער ווי ביי ערוואקסענע.
איך האב געשפירט ביים טריפּ (אויסהערענדיג די דיעפּ טרענס מיקס), ובפרט ווען איך האב געקוקט בילדער פון מיין יוגענט, אז אט די געפיהל און קאַנשׁעסנעס האט טאקע א קינד. עס וועפּט צוביסלעך צוביסלעך גאר גרעדועלי אויס, אזוי אז ווען מ׳ווערט עלטער געדענקט מען נאר די מאורעות אבער נישט ממש די געפיהל דארונטער. (און אט וועגן דעם טאמער האט א קינד ל״ע טראומא, גייט דאס נאך טיפער אריין בנפשו, ווי ווען דאס געשעהט ווען מ׳איז מער ערוואקסן.) עס איז א צייט פון ריין הארה ע״י נפש המדמה, וועלכע פיהלט גאר גוט און איז גאר גאר שטארק, אבער מ׳האט נאך לגמרי נישט דאס נפש השכלי דאס דורכצולייגן דעם כור המבחן של השכל. (איך פארשטיי אז ס׳איז יתכן אז איך האב פשוט פּראַדזשעקטעד מיין יעצטיגע קאַנשׁעס סטעיט בשעת׳ן זיין אויף קאַנאַבּיס, אויף דעם אז דאס איז ביי א קינד אין אלגעמיין. אבער עס איז דא אבּיעקטיווע דאטא פון ניוראלאגיע אז עס איז מעגליך טאקע אזוי וכדהבאתי.)

דאס האט מיר געמאכט קלערן פון וואס דער מהר״ל שרייבט טאקע אויף די באקאנטע גמרא (ב״ב יב:) א"ר יוחנן מיום שחרב בית המקדש ניטלה נבואה מן הנביאים וניתנה לשוטים ולתינוקות:
פי׳ כי הנבואה היא מן השמים ומפני כן השוטה שאין לו דעת ואין פועל בשכלו, לכך מקבל הדבר הנעלם מעליונים. אבל החכם, מפני שפועל בשכלו, דבר זה מבטל מה שהוא מקבל עליונים. ומטעם זר, ג״כ אמרו שנתנה רשות לבהמה, לראות יותר ממה שנתן לאדם, וכל זה מצד נפש המדמה, כמו שבארנו בב״ק (דף ס:) אצל כלבים שוחקים אליהו בא לעיר כלבים צועקים מלאך המות בא לעיר, כי בע״ח מוכנים לקבל דברים כמו אלו מצד שהם תמימים, ולכן הם יותר מקבלים, וכן התינוק ג״כ שאינו פועל בשכלו מקבל נפש המדמה שלו ידיעת העתידות מעליונים, מאחר שאינו פועל בשכלו והוא תמים מקבל נפש המדמה העתידות. אבל הפועל בשכלו אין נפש המדמה פנוי לקבל הידיעה כי הוא פועל בשכלו וזה מבטל הקבלה. ובודאי כאשר היה בית המקדש קיים, יותר היה מוכן לנבואה החכם ממה שהיה מוכן לנבואתו הבלתי חכם, כי היה הש״י קרוב אל העולם, והוא יתברך קרוב אל החכמים יותר מאשר הוא קרוב אל הבלתי חכם. אבל כאשר חרב ב"ה, והנבואה באה לעולם מצד שכך גזר הש״י על העולם, והגזירה הזאת מסר אל העליונים הממונים על זה, לדבר הזה קרובים השוטים והתינוקות מן הטעם אשר אמרנו.
דער חת״ס שרייבט דארט אויך:
כי לפעמים נשמת אדם רואה דברים ולבו אומר לו אלא שנראה לו כדברים רחוקים ואין שכלו מניח לו להוצא דברי שטות כאלו מפיו, ובאמת הם דברים נגדרים למעלה ובעיניה כדברים רחוקים. והשוטה אשר יראה יגיד.
ואגב דער ריטב״א שרייבט דארט בע״א לגבי וואס די גמרא זאגט דארט:
אמר רבי אבדימי דמן חיפה מיום שחרב בית המקדש ניטלה נבואה מן הנביאים וניתנה לחכמים. אטו חכם לאו נביא הוא? הכי קאמר אע"פ שניטלה מן הנביאים מן החכמים לא ניטלה. אמר אמימר וחכם עדיף מנביא
אז דאס שטימט למעשה מיט די קאנסעפּציע פונעם רמב״ם בנבואה, אז עס קען נישט זיין קיין נביא וואס איז נישט קיין חכם (ועיין במו״נ ח״ב פמ״ה):
וחכם עדיף מנביא. פירוש מאותו נביא שיש לו כח לראות עתידות, ואין לו דרכי הנבואה שהם מצד החכמה, שרוח שכינה שורה עליו. וכמו שביאר הרמב״ם ז״ל בספרו הידוע כי הנבואה ההיא אינה שורה אלא על חכם.
וכן הוא ברבינו גרשום שם. דער מהר״ל שרייבט דערויף:
ומה שאמרו חכם עדיף מנביא כי הנבואה הוא בחידה ובמראה ואילו החכם יודע הנעלם והבלתי ידוע לאחרים לא במראה ולא בחידות רק שהוא משיג השגה ברורה, אשר הש״י מוציא שׂכל האדם מן הכח אל הפעל. והחכם יודע העתידות ג״כ שהרי יודע ומשיג דרכי ה׳ ואם רואה לפניו רשע משיג שכך יהיה לו לעתיד, וכן כל הדברים, עד שאם הוא חכם וגדול יכול לדעת העתידות שיבואו יותר מן הנביא, כי אין דבר במקרה רק הכל הוא מסודר ממנו יתברך, והוא יתברך בא ממנו בסדר השכלי, ולכך האדם שהוא חכם יודע אף העתידות.
ובכלל האב איך ביי דעם געזעהן ווי אזוי די בּיהעיוויאריסט מהלך, וועלכע קוקט אך ורק אויף ההתנהגות הניכרת פונעם מענטש, האט השלכות דערצו. מיינענדיג, איך האב עטליכע מאל געזאגט פאר מיין ווייב זאל מאכן מיט מיר אזא כעין טורינג טעסט אויף מיר בשעת איך בין ״הויך״. דאס איז ווייל איך וויל נישט זיין צו לאַסט אויף איר בשעת איך בין אזוי (און דערפאר נעם איך דאס נאר ביינאכט ווען די מצב ערלויבט). א טורינג טעסט איז צו זעהן צי א קאמפיוטער איז ״אינטעלידזשענט״. און דאס איז אויב א מענטש רעדט דערמיט דורך טעקסט, נישט וויסענדיג מעיקרא אז דאס איז נאר א מאשין, און ער קען נישט כאפן אז דער מיט וועמען ער רעדט איז נישט קיין מענטש, האט די קאמפּיוטער געפּעסט די טעסט. (כמובן האט דאס השלכות לגבי די דיון איבער דאס ״קאַנשׁעסנעס״ פון מאשינס און דאס פארנעפעלטע הגדרה דערפון בכלל. וידועים דברי דר. דוד טשאַמערס.)

און ענליך איז דא. מיין ווייב זאגט מיר אז חוץ פון דעם אז איך האב ווייניגער ענקזייעטי בהתנהגותי, דערקענט מען נישט אז איך בין ״שיכור״ און הויך ווי א קייט. ונמצא מזה אז פון א בּיהעיוויאריסט אין כאן כלום, עכ״פ אין טערמינען פון שיכרות. (עכ״פ אָן סקינער׳ס ״ראדיקאלע״ בּיעהעיוויאריזם און זיין געדאנק פון פּריוואטע עווענטס, וואו עס זענען פארהאן ״התנהגות׳ן״ במוחו/בשכלו של האדם וואס זענען נאר בתוכו פונעם מענטש, און דרויסענדע קענען נאר וויסן דערפון ע״י זיינע שפראך אקטן.) עכ״פ איך האב (אין אלגעמיין) נאך די קאנטראל אויף די שׁולגין סקעיל.

ומדי דברי בה, איז מיין ווייב טאקע ממש א חד במין (תרתי משמע). שלי ושלכם שלה הוא, ושמחת לבו של אדם היא אשתו (עיין בשבת קנב.). ומה׳ אשה לאיש (מו״ק חי:), ווייל איך דיזערוו איר נישט (ועיין בסוטה ב.). ועיין כאן. און אויב איז אשה רעה מער ווי כל רעה (שבת יא.), איז יתכן אז אשה טובה איז מער ווי כל טוב. אשרי לי שזכיתי, ואשת חיל ״‏מי״ ימצא.

***
מי אני האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 7:09 pmולגבי דעם געדאנק פון ״האומר״ שאין וכו׳, זאגט דר. תמרה מאָרסעל-אייזענבערג לגבי ההתייחסות של הרבנים באותה תקופה של פולמוסו של היעב״ץ נגד ר׳ יהונתן אייבשיץ:
As some historians have shown, many of the sort of establishment rabbis were not at all keen on rooting out heretics if they weren't openly breaking Jewish law or openly associating with Christianity or Islam, depending on the kind of heresy we're talking about - they'd rather not create any issues
אין אנדערע ווערטער, מ׳קען באטראכטן אז אפען זאגן און האלטן ״שוואנצאנעס״ איז ערגער ווי זיין א באהאלטענער שבתאי בדעת גרידא.
ס'איז אינטרעסאנט וואס וויקיפידיה ברענגט צו פון דר. משה אריה פרלמוטר בנוגע די פולמוס:
יחס זה, של אהדה לחלק מהרעיונות השבתאיים, אך תוך דחיית שבתי צבי עצמו, יכולה להסביר את התנהגותו של רבי יהונתן אייבשיץ עצמו, בהשקעת מפעל חיים של החמרה ודקדוק במצוות, הנוגדות לכאורה את השבתאות. וכפי שתמה החוקר ד"ר משה אריה פרלמוטר בספרו: לא נפתרה הבעיה הפסיכולוגית - איך שבתאי באמונתו עוסק כל ימיו בהלכה ובהרבצתה? איך אדם המאמין באמונה אנטינומיסטית ברורה וקיצונית ומפיץ אותה ברבים, עסקו הוא בהלכה דווקא?
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי סייקעדעליקס ונבואה, איז יתכן אז דאס מושג פון ״גיהנום״ איז געזאגט געווארן אונטער און נאך די אינפלוענס פון א גאר שלעכטע טריפּ. לדוגמא, דאס איז וואס איינער שרייבט לגבי א געפערליכע טריפּ זיינער זייענדיג אויף סעלוויע דיווינארום:
I regret doing salvia

I don't know where to begin. It was the most horrifying, sickening experience of my life. I thought I knew what I was getting into, but nothing could have prepared me for the sheer terror and disgust that salvia dragged me through

It started with a tightness in my chest, a sense of impending doom. Then reality shattered into a million fractured pieces. I was ripped from my body, my sense of self obliterated. I became trapped in an infinite loop of my own screaming, melting consciousness, like I was being digested alive by the universe itself

Wave after wave of nausea and revulsion crashed over me. The visuals were putrid, grotesque - pulsating masses of rotten meat, oozing wounds, maggot-ridden corpses. The stench was unbearable. I gagged and retched but couldn't purge the sickness from inside me

I felt myself being flayed alive, skin peeled back, muscles and organs exposed. I was vivisected by invisible hands, a specimen pinned and splayed. I experienced my own slow, agonizing death, my body rotting and decaying, over and over again in intricate, excruciating detail

There was no escape, no relief, no end to the suffering. Just an eternity of unimaginable pain and terror. I thought I'd be trapped there forever, my sanity shredded

I can't even begin to describe the psychological damage. It's like my mind was raped, violated in the most intimate, vicious way possible. I don't know if I'll ever fully recover. The flashbacks, the nightmares, the constant sense of defilement and corruption - it's unbearable

This wasn't a "bad trip". This was hell. I wouldn't wish it on my worst enemy. If you're considering trying salvia, please, I'm begging you - don't. It's not worth it. No experience is worth the risk of enduring that kind of trauma. It's a poison, a vile corruption of everything sacred

I feel tainted, broken in some fundamental way. Like I'll never be whole again. Salvia stole something precious from me, some vital part of my humanity. I don't know if I can ever get it back

Please, please be careful. Don't make the same mistake I did. This isn't a game. The consequences are real, and they are devastating. Stay safe, and stay far away from this wretched substance
שרעקעדיג! אנדערע דארט זאגן ענליך מיט דעם דראָג. ווי מ׳זעהט, מ׳פיהלט ווי צייט שטעלט זיך אפ און מ׳איז ל״ע אין אַן עטערניטי פון גיהנום און פּיין ח״ו.

עס איז מן הראוי לציין אז די קאַמפּאַוּנד אין סעלוויע דיווינארום וואס ברענגט די דראָג׳ס עפעקט, סעלווינאָרין-A, איז פון די מערסטע פּאָטענט דראָגס, אין דעם אז מ׳דארף נישט אזויפיל פון דעם פאר די אפעקטן, לעומת אנדערע דראָגס. פון דעם איז 200 מייקראָגרעמס גענוג, לעומת ביי פּסילאסייבּין 6 מיליגרעמס (וואס אין איין מיליגראם איז דא 1,000 מייקראָגרעמס), ביי DMT/אייאָוואַסקאַ 60 מיליגרעמס, און מעסקאלין 100 מיליגרעמס. אין אנדערע ווערטער, עס איז גאר גרינג צו נעמען דערפון צי סאך. אויך, אנדערש ווי אנדערע דראָגס, אפעקטירט דאס נישט די סערעטאָנין ריסעפּטארס, נאר די קעפּא-אָפּיאויד ריסעפּטארס. ביי דעם איז מער שייך צו שפירן דיספאריק ״דיפּרעסטע שרעקעדיגע״ סטעיטס ווי איידער יוּפאריק ״פרייליכע״ סטעיטס.

אזויפיל יא, דארט שרייבט איינער:
If it's any consolation, nightmare trips like that have done some good for me. They've shown me that existence can be much, much worse. Imagine if that was the life we were consciously born into. Once you come back from an experience like that, you realize that this life has the potential to be paradise and there's so much to be grateful for

It might help you to, instead of dwelling on the experience, focus on how thankful you are that it was just that, an experience, and not full-time reality

Kiss the ground, friend. It wasn't real, and you're back

And wherever "here" is, it's a pretty damn good place to be (if we allow it to be). Can't appreciate Heaven without the knowledge of Hell
עס געבט פּערספּעקטיוו. וכמובן האט דאס השלכות לגבי דעם פראבלעם פון שלעכטס, וואו א טעאדיסי איז אז עס קען נישט זיין אַן אנערקענונג פון ״טוב״ אָן א ״רע״ לעומתו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. מנחם קעלנער טענה'ט אז אויב דעפינירט מען "איד" עפ"י אמונה, דאן שטעלט דאס אראפ א צוויי-פאכיגע דיכאטאמיע: אדער איז ער א מאמין אדער נישט. משא"כ אויב ווערט דאס דעפינירט עפ"י שמירת התורה, איז דאך נישטא קיין איד וואס איז מקיים ממש אלעס אלעס, און עס איז אויך נישטא קיין איד וואס איז נישט מקיים ממש גארנישט גארנישט (טראדיציע וכו'). און דאס איז שוין נאך די שוועריקייט פון דעפינירן די פּאראמעטערן פון "הלכה". וממילא איז "איד" אויף א קאנטיניואם, וואו עס איז דא אסאך מדריגות דערינען.

ער ברענגט אויך צו לגבי די סיבה פארוואס דער רמב"ם האט אוועקגעשטעלט די דרייצן עיקרים:
Kellner.jpg
ער פאר זיך האלט אז דאס איז ווייל דער רמב"ם האט געהאלטן אז ריכטיגע אמונות זענען א נעסעסערי קאנדישאן אז דער מענטש זאל מקיים זיין די מצות התורה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אז מ'האט דערמאנט אפאר מאל דעם רמב"ם במו"נ ח"א פס"א לגבי מציאות הא-ל שהיא עצמותו והקשר לזה בשם הוי' ב"ה, שרייבט דער רשב״ם לגבי הפסוק (שמות ג טו):
ומה שכתב בי"ה, אפרש בא"ת ב"ש: צפ"ת דפנ"ת זהי"ף תצמ"ץ פתט"ף דפגמ"י תפא"ף מצמ"ץ מצפ"ץ פמ"ף שידפ"י מפ"ק לי"ף ל"ם י"ץ צפ"ץ כתק"י [=הוא קורא עצמו אהי-ה ואנו קוראים אותו יהיה, יהו-ה, ויו במקום יוד, כמו "כי מה הוה לאדם" (קהלת ב:כב)]. זהו עיקר עומק פשוטו של מקראות הללו, ואין מגלין אותם אלא לצנועים.
אליביה איז לפי די תורה השם המפורש נגזר משם אהי-ה.

דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט:
The strong consensus of biblical scholarship is that the original pronunciation of the name YHWH that God goes on to use in verse 15 was “Yahweh.” There are several good arguments for that conclusion. There is an independent name for the deity, Yah, which also appears as a suffix to proper names, and that designation could very well be a shortened form of this name. Greek transcriptions reflect a pronunciation close to “Yahweh.” In that form, the name would be the causative, or hiphʿil, form of the verb “to be” and thus would have the theologically attractive sense of “He Who Brings Things into Being.” All this is plausible, but it is worth registering at least a note of doubt about the form of the divine name. Here God instructs Moses to tell Israel ʾEhyeh, “I-Will-Be,” has sent him. The deity, if the Masoretic vocalization is to be trusted, refers to Himself not with a causative but with the qal (“simple”) conjugation. This could conceivably imply that others refer to him in the qal third person as Yihyeh, “He-Will-Be.” (The medial y sound in this conjugated form would have had considerable phonetic interchange with the w consonant in YHWH.) This in turn would make the name fit a common pattern for male names in the third-person masculine singular, qal conjugation, imperfective form: Yitsḥaq (Isaac), “he will laugh”; Yaʿaqov (Jacob), “he will protect,” or “he will grab the heel”; Yiftaḥ (Jephthah), “he will open”; and many others. If this were the case, then the name “Yah” could have been assimilated to YHWH by folk etymology and then perhaps even affected its pronunciation. Whether the pronunciation of this name later in the Hellenistic period, by then restricted to the high priest on the Day of Atonement, Yahweh, as indicated in Greek transcriptions, reflects its original sound is at least open to question. The logic of Yihyeh as the essential divine name would be that whereas particular actions may be attributed to humans through the verbal names chosen for them, to God alone belongs unlimited, unconditional being. This conjecture, inspired by the use here by God of the qal conjugation rather than the causative conjugation in naming Himself, is far from certain, but it might introduce at least some margin of doubt about the consensus opinion regarding the divine name
דא האט @אלפא צוגעברענגט א שמועס פון דר. דזשעימס דזאָסטין סלעדזש בנוגע ווי די גאט הוי' איז (מעגליך) מעיקרא געווען אַן אימפּארטירטע שטורעם ומלחמה גאט לתוך די פּענטיאן פון כנענ'ישע געטער (און אין ישראל, לעומת יהודה, איז דאס געווען צאמגעשטעלט מיט א פסל עגל ושור ביחד עם האלילה אשירה ללוותו), און איז דערנאך סינקרעטיש צאמגעשטעלט געווארן מיט די העכסטע גאט אֵל (ווי אויך בַּעַל) אינעם פּענטיאן ‏(און ווי דר. דזשאן דעי ברענגט ארויס, איז די געדאנק פונעם נומער ״שבעים״ וואס מ׳טרעפט אפט בהתורה, מיוסד אויף דעם וואס אֵל האט געהאט 70 קינדער בני אלהים לפי הכנענים). אין די לעקציע זאגט ער:
Of course with Yahweh being at the core of the Abrahamic religions, historicizing such a being can easily be taken as an assault on the very core of those religions. If you distort Yahweh, everything else might just disappear into the air

I check my religious commitments at the door and historical facts and evidence are what matter here not my personal beliefs. And really, when we allow our faith to dictate our history, we really just betray both
איך בין אבער נישט זיכער אז די חשש איז טאקע דוקא. מיינענדיג, איה"נ אז די היסטארישע עוואלוציע פונעם גאט וואס מ'האט גערופן הוי', איז טאקע מקורו אלס איינע פון די צווישן מערערע פּאליטיאיסטישע געטער מיט א געוויסע ספעציפישע תפקיד און מקום, אבער דערנאך איז די קאנצעפּט אונטערגעגאנגען אַן עוואלוציע (און וועלכעס גייט נאך אלס אָן). מיינענדיג, די שם ה' איז געווארן א פּלעיסהאלדער פאר די קאנסעפּשאן פון גאט וואס מ'האט געהאט אין יענעם תקופה. (דאס קען אפשר געשטארקט ווערן פון די פריער אראפגעברענגטע געדאנק פון גאטלאבּ פרעגע לגבי נעמען און שפראך; די שם האט באקומען אַן אנדערן סענס. ובפרט אויך לפי דר. יחזקאל קויפמאן, אז מאנאטעאיזם איז חלוק במין פון פּאַליטעאיזם און נישט נאר במדריגה.) ווי די קאנצעפּט איז מער נתפתח געווארן און נתאמת געווארן, האט אט די פּלעיסהאלדער דאס אָנגענומען. (ובפרט ווי די נאמען שטימט גאר מיט מיט דעם געדאנק וכדברי הרמב"ם במו"נ ח"א פס"א.) דאס איז פונקט אזויווי מ'פארשטייט אז ווי דער רמב"ם ברענגט ארויס במו"נ ח"א פל"ו איז איינער וואס גלייבט אין הוי' ב"ה, אבער האט אַן אומריכטיגע מגושמ'דיגע וכו' קאנסעפּשאן פון דעם, איז ער גאר ערגער ווי אַן עובד ע"ז ע"ש. אין אנדערע ווערטער, עס איז שייך צו זיין (ווי) אַן עובד ע"ז, טראץ דעם וואס דער מענטש גלייבט אָנגעבליך בהוי' ב"ה. אין קורצן, פונקט ווי מ'פארשטייט אז די שם "אלקים", וועלכע קען דינען אלס די טייטש פון דאס ווארט "גאט", קען אונטערגיין א התפתחות פון א מגושם צו אַן אי-גשמי לגמרי, אָן טוהן א שום ווייאלענס צום שם "אלקים" (וואס קען טאקע זיין סיי קודש און סיי חול), כן הוא בזה. וממילא דארף די פאקטישע היסטאריע דארונטער נישט באדערן דעם מאמין.

ואפשר אז עס האט השלכות למעשה להלכה, אין דעם אז אולי איז טאקע להלכה קען מען אפשר הוגה זיין השם אלס "יָהּוֶ-ה" צי "יַ-הוּה" שזהו הניקוד האריגינאלי כדברי החוקרים. דאס איז וויבאלד דעמאלטס זענען זיי דאך לגמרי חול און באדייטן דאך אַן ע"ז ווי די אנדערע, וכעין מש"כ הרמב"ם במו"נ ח"א פל"ו. משא"כ בניקוד המסורתי. אבל איני ברור ולכאורה יש להחמיר, ובפרט אז בקבלה האט די שם המפורש מערערע סארט נקודות און וואָקעליזעישאנס. והיינו, אז כהיום איז די פּלעיסהאלדער מיט די אקאדעמישע ניקוד שוין אויך געווארן קודש, זייענדיג אז עס באציהט זיך אויך למעשה כהיום צו דאס, בלשון מושאל, וואס אונז פארשטייען(?) אלס "ג-ט" האמת. ובפרט אז יש אוסרים להגה את השם אפילו רק באותיותיו בלא שום ניקוד, הגם אז מ׳קען טענה׳ן אז מיט די אקאדעמישע ניקוד איז עס ממש די היסטארישע ע״ז פון וועלכע די אקאדעמיקער רעדן, וגרע טפי בקדושה מסתם אותיותיו. הגם אז עס איז יתכן לומר אז ווען די קאנצעפּט האט זיך אויסגעברייטערט ארויס פון די ע״ז, איז עס נאך אלס היסטאריש געבליבן מיט די זעלבע אור-אלטע ניקוד, וממילא יש בו משום קדושה. ועיין בשו"ת מהר"ם לובלין סימן פג ובשו"ת חת"ס חו"מ בההשמטות סימן קצב ובגר״א באו״ח סימן ה.

ובזה האט @הכנה דרבה געשריבן אויבן:
הכנה דרבה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:41 pmער האט געפרעגט צי איך גלייב אין גאט, האב איך געענטפערט אז יא.
און דא האט ער געזאגט (רעדאגירט פאר קלארקייט):
הכנה דרבה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:37 pmדי פאלגענדע פראגע איז זייער גוט געענטפערט דורך דר. דזשעימס דזשאָסטין סלעדזש:
Do you believe in God?

I don't find the conception of god(s) either metaphysically convincing or mythologically desirable, i.e., I have no good reasons to think such beings exist and, given what I have learned about the lot of them, I hope none of them do
מוז מען טאקע זאגן אז די געדאנק איז אז ולוואי אותי עזבו, די חלק פון "גוט גע'ענטפערט", ואותי שמרו, והיינו בּיהעיוויארילי בשמירת התורה וכדומה, וואו דארט איז די תירוץ "יא", ווי די טעזע האשכול הלז. און דאס איז וואס איז וויכטיג.

***

סטיפען וועסט ברענגט ארויס במשנתו של דר. סלאַוואָ זשיזשעק ווי די פאקוס פון דר. מארטין לוטער קינג פאר גלייכבארעכטיגונג איז געווען אויף די אַבּזערוועבּל בּיהעיוויארס במעשה; ער האט געוואלט קאנקריט און ספּעציפישע קלארע זאכן. די חורבן איז געקומען דערנאך ע״י ווייסע ליבעראלן וועלכע האבן פארדרייט זיין מעסעדזש צו גלויבונגען במחשבה ובשכל, וואס איז בהדיא מער אומדעפינירט און אומקלאר אא״וו:
Slavoj Zizek talks about Martin Luther King. And he says, that if you read MLK’s speeches and his books, he barely ever actually talks about something like tolerance. There's this confusion, Zizek says, that most white liberals have when they think the main goal to bring about racial equality should be for problematic white people out there to become more tolerant of black people and their differences. But Zizek says Martin Luther King wasn't marching around saying that White people need to be more tolerant of Black people. If you pay attention, he was asking for specific concrete changes to law and economic policy that would address this inequality directly. It was a very clear thing to ask for by Dr. King. And by the way, if there was more effort to bring about those real concrete economic changes like that, maybe things would look very different today

But what happened instead, Zizek says, quoting the work of Dr. Nicky Houston, is that White liberals changed the discussion from a question of concrete economic policy to one of tolerance, where now the problem exists up in people's heads somewhere, in a place where no one can see, it's ambiguous

Even if you say you're not a racist, well, maybe you just need to go to your therapist and try to work out some of these implicit biases that you don't even know you're carrying around. The problem becomes this unsolvable thing where it's nameless and faceless, and now people's job is to go around policing other people's thinking rather than actually bringing about structural change. Revolution without revolution
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דאס טויט פונעם מחבר

שליחה דורך מי אני »

איך האב געקלערט אז דאס קען געבן א מקום השוואה צווישן דעם געדאנק פון דאס ״טויט פון גאט״ און די געדאנק פון ״דאס טויט פונעם מחבר״. והיינו, ווייל ווי @מח שליט האט צוגעברענגט:
מוח שליט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:48 pm די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר? אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.

נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי. כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"

פארשטייטסעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזען אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.
והיינו, דער פראנצויזישער ליטערערי טעאריסט און פילאזאף ראלענד בּאַרטעס האט געשריבן א מאמר דאס טויט פונעם מחבר. אין די מאמר קריטיקירט ער דאס וואס מ׳זוכט צו מפרש זיין די ״איין ריכטיגע״ כוונה פון א טעקסט עפ״י די אריגינעלע כוונה און לעבנס-אומשטענדן און אידענטיטעט פונעם מחבר (וועלכעס קען צומאל זיין אומעגליך מפענח צו זיין). ער האט גע׳טענה׳ט אז א ווערק׳ס מיינונג און פשט באקומט זי דורך די דייאלאג עס שאפט מיט׳ן ליינער צו וועמען זי קומט אָן, ווי איידער אז עס ליגט מיט׳ן מחבר וואס האט דאס געשריבן מעיקרא; די מיינונג דערפון ליגט אין דאס עצם שפראך פונעם טעקסט. אין אנדערע ווערטער, יעדעס מאל עס ווערט געליינט דורך א ליינער, איז כאילו עס ווערט יעצט פונדאסניי געשריבן, וכל יום יהיו בעיניך כחדשים. וכבר קדמו בזה אחרים. ועיין ערך אינטענשאנעל פאָלאסי.

דאס קען כמובן אויך געשטעלט ווערן לגבי הייליגע טעקסטן (וועמענ׳ס מיינונג און פשט זענען בכלל מער ממבט סאָבּיעקטיווע אַרט). ונמצא מזה אז עס איז טאקע דא דערין, ובפרט ביי דעם געדאנק פון דאס ״אריגינעלע״ פארשטאנד און פשט פון ״מיהו הוי׳?״, א געדאנק פונעם ״טויט פון גאט״ וועלכעס באדייט אט די ״טויט פונעם מחבר״ פון אט די הייליגע טעקסט: לגבי דעם אַרטיסטישן ״אמת׳ן״ פתרון פונעם טעקסט איבער ״מיהו הוי׳ בו?״, איז דאס אַן אפגעזונדערטע פראגע פון די היסטארישע פראגע פון ״וואס האט טאקע דער מחבר דערפון געמיינט דערמיט?״ (וכמובן טרעפט מען אויך די געדאנק לגבי דאס מפרש זיין הלכה היוצא מהטעקסט, וכעין המעשה של תנור של עכנאי בב״מ נט:) און ווי בּאַרטעס שרייבט טאקע אין זיין עסיי:
Thus literature (it would be better, henceforth, to say writing), by refusing to assign to the text (and to the world as text) a "secret': that is, an ultimate meaning, liberates an activity which we might call counter-theological, properly revolutionary. For to refuse to arrest meaning is finally to refuse God and his hypostases - reason, science, the law
דאס קען מען ביי די געדאנק אפשר נעמען נאך טיפער. והיינו, ווייל די מאמר איז בעצם קאנטראווערסיאנאל ויש החולקים אויף דעם טעזע, ואפילו פון א ריין ליטעראטורישן שטאנדפונקט. ועכ״כ אז דר. סעדריק וואַטס האט געשריבן דערויף א (סאטירישע?…) מאמר אין וועלכעס ער ברענגט ארויס אז די מאמר פון בּאַרטעס איז גאר א סאטירע קעגן דעם געדאנק פון אפטיילן דעם מחבר׳ס כוונה פונעם ווערק! בּאַרטעס׳ ווערק זוכט חוזק צו מאכן פון דעם געדאנק פון דאס אפטיילן! ועיין ערך פּוֺי׳ס געזעץ.

ער שרייבט אז בּאַרטעס׳ס ווערק אליינס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן זיך אליינס אפפרעגן:
As for the notion that it is 'language which speaks, not the author': it would be as logical to say that thought thinks, not the thinker, or that food eats, not the diner, or that work works, and not the worker. Another and larger contradiction is, of course, that this declared enemy of reason, the fictional narrator imagined by Barthes, is obliged to use the procedures of reason to make his case comprehensible. The more he excuses himself, the more he accuses himself

The main claim of this article - that The Death of the Author is a work of satiric fiction - cannot, in logic, be refuted by those who take the essay literally. The reason is obvious. Those who take Barthes's essay at face value are committed to the view that 'there is one place where this multiplicity [of the text] is focused and that place is the reader, not, as was hitherto said, the author'. Indeed, 'a text's unity lies not in its origin but in its destination'. Accordingly, if the present reader, myself, gives clear and unifying focus to the multiplicity of The Death of the Author by explaining that it is a satiric tour deforce, Barthes's essay itself forbids anyone to contradict him. No plaintive protestation that 'such a meaning was not intended', nor any appeal to statements made elsewhere by Barthes, could ever suffice to refute my reading. Indeed, such a protestation and such an appeal would be a betrayal of the literal meaning of The Death of the Author, and would show that even those readers who purport to believe what it overtly says are, after all, its traducers, poignantly clinging, in spite of their professed belief, to the traditional world of referents, of biographical evidence, of conventional rationality

The Death of the Author is, in short, the litmus test of critical and theoretical competence. Those who take it literally are the unperceptive who fail, automatically, that test. Those who take it ironically and recognise a work of fine satiric fiction are those who pass the test; and arguably they alone fully appreciate the merits of the author, Roland Barthes. Perhaps they, prevailing, will help to confer for a while the historic immortality that a champion of biography deserves
ונמצא מזה אז לעולם קען מען זאגן אז דער וואס זאגט אז פשט בדבר איז אפגעטיילט פונעם מחבר, קען מען אלס זאגן אז דבריו אליינס זענען אנדערש פון וואס ער זאגט און עס איז נישט אפגעטיילט דערפון. אבער דאן ווערט דאס א סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס, ווייל דאס וואס ער אליינס זאגט דאך איז יעצט יא ליטעראל און דארף יא זיין אפגעטיילט מהמחבר. וחוזר חלילה. און, די ענין טרעפט מען ביים טענה׳ן אז מ׳קען טאקע נישט רעדן פון ״ג-ט״: מיט דעם אליינס האסטו שוין גערעדט פון ״ג-ט״! ועיין ערך וויטגענשטיינ׳ס לייטער. ונמצא מזה אז די טענה און אבּזערוואציע פון דאס ״טויט פון גאט״, וועלכע גייט צום מערסטענסט ארויף אויף דאס טויט פונעם פריערדיגן קאנסעפּשאן פון ״ג-ט״, און די טענה און אבּזערוואציע פון ״דאס טויט פונעם מחבר״, ווען עס איז ביחס צו די פירוש פון הייליגע טעקסטן, זענען עולה בקנה אחת.

דאס קען סתם אזוי האבן א שייכות מיט׳ן צושטעל פון גאָדעל'ס טעארעמס צום ענין פון אלוק. והיינו, ווייל זיינע טעארעמס ארבעטן דורך שאפן א סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס פון פארוואנדלען מאטעמאטישע פּראפּאזישאנס אין צו א זאץ וועלכע גייט בעצם מיינען די ״זאץ קען מען נישט אויפווייזן״. וממילא וועט מען מוזן צוקומען צו נאך אקסיאמען מחוצה לה פונעם סיסטעם, און די אליינס צו נאך מחוצה להן, וכן הלאה. און אט דאס קען דאך זיין די געדאנק פון ״ג-ט״, ובפרט לגבי מוכיח זיין מציאותו.

און אז מ׳האט געזאגט דערביי פריער אז עס איז (מעגליך) דא דערביי דעם בכל יום יהיו בעיניך כחדשים, וויבאלד ווען מ׳ליינט דאס איז כאילו עס ווערט פונדאסניי געשריבן, איז טאקע דא דעם רמז וואו מ׳איז מקבל עול מלכות שמים של ג-ט והמצות בק״ש, אז עס זאל זיין בכל יום כחדשים, כדאיתא באו״ח סימן סא סעיף ב ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא זאגט סטיפען וועסט לגבי דעם געדאנק פון ״סורפּלאָס הנאה״, בתוך זשאַקעס לאַקאַן׳ס געדאנק פון זשוּסאַנס, וואס איז די געדאנק פון די הנאה וואס מ׳האט פונעם פּראצעס און יגיעה להגיע אל מטרה, אָן דייקא אָנקומען צום מטרה, ועכ״כ אז אָנקומען צום מטרה (ובפרט גרינגערהייט) קען גאר זיין אנטיקלימאקטיק און א שטער צום הנאה און מיינונג דערפון. ווי ער איז מסביר:
Why does a baby suck on a pacifier? It's actually a concept from Freud. Originally, a baby has to learn the skill of moving its mouth and applying suction so that it can get milk from its mom. In other words, the sucking is instrumental. For the baby, when it learns to suck, there's a very clear thing that baby is doing that activity for. But what eventually happens, Freud says, is that the baby learns to enjoy the process of sucking on the pacifier or its hand, not because it wants milk, but because there's a certain kind of satisfaction in the repetition of a particular task that will never be complete. There's what Freud calls an oral drive, where the original reflex of sucking becomes something that's a source of pleasure for the baby beyond any sort of immediate reward that was the original purpose of the reflex

Jacques Lacan, who came after Freud, thinking that Freud's work was maybe interpreted a bit too narrowly, given the historical moment that it came out in, leads Lacan to very different explanations for this behavior in the baby, but it also ends up being something he sees in adults. He calls it “Surplus Enjoyment”

That is that at first humans want things, then they go and do the work to get the things they want, and then they get a sense of enjoyment out of getting the things they want. And then that process just repeats itself. What you notice is that people also get a sense of enjoyment sometimes out of the process of not getting what they want. More accurately, they get a type of surplus enjoyment out of something about the process of pursuing the thing they want, even if they don't end up getting it

People will actually start constructing big aspects of their lives around this surplus enjoyment, setting things up in a way where it starts to seem like they're setting their life up in a way where they ensure that they're never actually gonna get the thing they want. So contrasting this against the backdrop of what we talked about before, Lacan's concept of the “Surplus Enjoyment”, where you're never actually getting what you truly desire, that what you truly desire is always something that lies beyond what we seem to want in the short term
ווי צוגעלינקט אויבן, האט דאס א שייכות צום פראבלעם פון שלעכטס און נהמא דכיסופא.

אין אונזער קאנטעקסט קען מען דאס נוצן לגבי די מיענינג פון קיום המצות און א רעליגיעזע לעבנסשטייגער אָן דייקא א גלויבונג ממש אין עפעס ״העכערס״ וכו׳ (אין א ממשות׳דיגן אנטאלאגישן זין). והיינו, מעיקרא באטראכט מען קיום המצות ווי תכלית האדם און קיומן איז נאר אַן עול ומשא וועלכע מ׳האט נישט קיין ברירה נאר לקיימן כדי להגיע למטרה של תענוג. נאר דאס איז די סיבה ער איז דאס מקיים. אין אנדערע ווערטער, תכלית האדם שהיא קיום המצות איז אך ורק נאר מכח דעם וואס דאס איז די איינציגסטע וועג, בלית ברירה, כדי להגיע אל תענוג היעוד. אבער ער וואונטשט זיך אז ולוואי ווען ער קען ווען מגיע זיין להתענוג והיעוד, אין וועלכעס ער גלייבט באמת אין, בלא זה האמצעי בכלל.

אבער וואס מ׳קען (און דארף) צוקומען צו איז א הכרה אז אט די פּראצעס פון אָנקומען צום (כלומפרשט׳ן) מטרה ותענוג, איז אליינס די עצם תענוג ומיענינג מ׳קען דערפון האבן און באקומען. עס איז אזוי ווי דאס בּעיבּי׳ס זייגן אויפ׳ן צומי וואס איז אים אליינס א תענוג און איז געווארן אפגעטיילט פונעם אריגינעלן מטרה להגיע אל תענוג אחר.

וכעין ווי דמטין משמיה דרעלף וואָלדאָ עמערסאן לגבי דאס לעבן בכלל:
It’s about the journey and not (necessarily) the destination

דאס איז אין איינקלאנג מיט סיי די געדאנק פון אַלבּערט קאמוס לקיום המצות, וואו אפגעזעהן צי עס איז באמת דא א תכלית אדער אלעס איז לבסוף הבל און אבסורד, קענען קיום המצות באמת האבן א מיענינג פאר׳ן מענטש. ווי אויך מיט די געדאנק אז א רעליגיעזע דרך החיים מיט אירע סאָציאלע/קולטוראלע נאָרמעס איז טאקע בעצם א ״געים״, אבער אט דאס אליינס קען זיין תכלית האנושי, וואו ער האט די ״לוּסארי עטיטוד״ וואו די ״פאָן״ און מיענינג אין דעם (פאר איינער וואס איז מעטשור) איז דוקא די שפיל אפגעזעהן פון צי ״מ׳געווינט״ די מטרה. די ״געווינס״ און עפעס א מטרה צום געים איז נאר א פּלעיסהאָלדער כדי די אמצעי און שפיל זאל קענען חל זיין און פארקומען. לאחר וואס מ׳(האט גע)שפילט שוין איז עס נישט עכט נוגע והיא רק טפל אל האמצעי.

***
מי אני האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:44 pmא הארה וואס איך האב געהאט בשעת מעשה איז אז פיזיקער זוכן דעם יסוד פונעם יקום; די ״טעאריע פון אלעס״. וואס איך האב ״געזעהן״ איז אז די מאדעלן וואס מ׳שטעלט אויס להסביר היקום זענען כעין 4D טעסערעקטס מיט אינטריקעט חלקים. בתוכה אבער, וואס דאס איז די יסוד היסודות, איז דא א לאך וואס פעהלט און וואו מ׳קען דארט אריינגיין טיפער. (איך ווייס אז דאס איז גאר שווער צו וויזשוּעלייזן און איך פרוביר דאס מסביר צו זיין עפ״י וואס איך האב געשפירט (געזעהן?).) פיזיקער פרובירן אריינצוגיין דארט, און ווען מען גייט דארט אריין, צוברעכט זיך א חלק פונעם באוואוסטזיין, זינען, און דעם מענטש׳נס רעאליטעט; אבער מ׳קען בעצם אריינגיין. ווען מ׳גייט און מ׳פארשט דארט אריין אנטפלעקט זיך נאך א טיפערע מאדעל אין 5D וואס איז מסביר די גאנצע לאך וואס פעהלט; א טיפערע הבנה אין וואס איז ״באמת״ די יקום וחוקותיה אשר תחתיה. אבער ״אידערמיט״ פון דעם, די יסוד פון דעם מאדעל, איז ווייטער דא א לאך. ווען מ׳גייט אריין אהין צוברעכט זיך נאך א חלק פונעם באוואוסטזיין און דעם מענטש׳נס רעאליטעט טאמער פארשט ער דארט. אבער מ׳קען אריינגיין. ווען דער פארשער גייט אריין דארט אנטפלעקט זיך דאס איבער אין 6D, מיט א לאך אינדערמיט. וכן הלאה והלאה בב״ת.

דער מיסטישער פילאזאף זאגט צום פיזיקער וחוקר אז עס פעהלט נישט אויס צו גיין ווייטער, וואו עווענטועל וועט ער צוברעכן און פארלירן זיין גאנצע באוואוסטזיין און זינען, ווייל ער אינטוּאיט אז דאס ענדיגט זיך נישט און גייט ווייטער און ווייטער עד אין סוף. און די לאך ו״אַיִן״ וואס איז דא אינדערמיט פון יעדעס מאדעל ווייטער און ווייטער, אט דאס איז וואס מ׳מיינט מיט ״ג-ט״ - די ״אין סוף״ אַיִן בתוך יעדעס מאדעל טיפער און טיפער. און דאס איז וואס חז״ל האבן (אפשר) געמיינט מיט׳ן צוברענגען ספר בן סירא בחגיגה יג. לגבי מסביר זיין די משנה בריש פ״ב שם:
כל המסתכל בארבעה דברים ראוי לו כאילו לא בא לעולם מה למעלה מה למטה מה לפנים ומה לאחור

עד כאן יש לך רשות לדבר מכאן ואילך אין לך רשות לדבר שכן כתוב בספר בן סירא במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור במה שהורשית התבונן אין לך עסק בנסתרות.
דא שרייבט דער פיזיקער דר. מאַרטין בויער אז די יסוד הבריאה איז (לכאורה) טאקע פרעקטעל און סעלף-ריפּיעטינג, מיט קליינע שינויים, ווי טיפער און קלענער מ׳גייט.

***

דא האט @סקעפטיקער געשריבן (עפ״י מה שהביא @קול גדול) לגבי ״תורה קוֺידס״:
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:55 pm ראה זה פלא, אין די תורה טרעפט מען די אותיות י-ה-ו-ה-ש-ק-ר אפגערוקט די זעלבע צאל אותיות 22 מאל כמנין שם כ"ב
עפ״י כל הנ״ל בהאשכול קען מען אולי זאגן בדרך צחות אז אפילו דאס קען אפשר זיין א ראיה להם. והיינו, אז וואס אימער א פּאזיטיווע הגדרה מ׳וועט נאר געבן צו הוי׳ ב״ה, איז דאס בהכרח שקר, ואפילו פון א טעאיסטישן טעאלאגישן זין…

ועיין לעיל אודות הפסוק (ירמיה י י) וה׳ אלקים אמת, ‏וחותמו של הקב״ה הוא אמת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

האבענדיג גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס און ליגענדיג נעבן מיין ווייב, שפילענדיג דערביי די groovy קום מיט מיר און נאר חברים פאָנקי עלעקטראנישע (שירי עגבים) טרעקס, האב איך געפיהלט די ענין פון אפלטון׳ס צורות דערין - וואו מ׳וויל זיך מאחד זיין צוזאמען צום צורה פון פּערפעקטע ״גוטס״ און ״שיינקייט״ דורך אהבת איש לאשתו, און אט פון דעם איז נובע תענוגו. אפלטון׳ס געדאנק איז אז יעדעס גוטע מושג ״עקזיסטירט״ ממש אין איר פּערפעקטע אידעאלע סטעיט. אלס וואס אונז זעה׳מיר בעלמא הדין פון וואו די מושגים זענען אינסטענשיעיטעד, זענען קאפּיִס דערפון, ולכן לעולם אימפּערפעקט. ווי נענטער עס איז צום (אינפיניטלי) פּערפעקטן צורה דערפון, אלס מער א השלמה פיהלט מען אין זיך, וזהו התענוג.

עס קומט אבער אויס אז די צורה ומושג שלפניך קען מען נאר מגדיר זיין בשלילה. מיינענדיג, ווען מ׳זעהט עפעס א קאנקריט זאך בהעולם מהמושג, קען מען זאגן אז דאס איז ״כמעט״ עס. און פארוואס נישט ״אינגאנצן״? דאס איז ווייל דאס-און-דאס אין די זאך איז אַן אימפּערפעקשאן וואס מאכט אז עס זאל פעהלן פונעם ״גאנצקייט״ פונעם ״עכטן״ מושג. ונמצא מזה אז די מושג ווערט בעצם נישט מוגדר אלס וואס דארף יא צו זיין דערין, נאר איידער אלס בכל מקום די פרטיות׳דיגע פראבלעם וואס מ׳זעהט יעצט וואס דארף נישט צו זיין דערין. ונמצא מזה אז די מושגים טובים וערכיים האבן די זעלבע געדאנק ווי נעגאטיווע טעאלאגיע ביים מושג פון ״ג-ט״, וככל האמור בהאשכול.

דאס האט מיר געמאכט שפירן ווי די הגדרה פון ״ג-ט״ איז ״מאראל = הקב״ה״. עס איז נישט אלס ״מאראל״ איז agential באיזה אופן, ווי דאס אז עס פשוט ״איז״ (אָננעמענדיג מאראלישע ריעליזם באיזה אופן). יעצט, עס איז טאקע שווער, צי גאר אומעגליך, צו דעפינירן (ולבסס) ״מאראל״ און וואס איז די עטישע התנהגות בכל צד ושעל - צי איז עס לפי דוד הום על געפיהלן, צי לפי קאנט על ראציאנאל און דעאנטאלאגיע וואו איך קוק נאר ממש בו בהעת, צו לפי קאנסעקווענשעליזם וואו איך שאץ תוצאות העתידים של כל מעשה ופעולה (און די חילוקי דעות אין וויאזוי מ׳שאצט טאקע אט דאס), צי לפי אריסטו און זיין ווירטוּ עטיקס אז עס איז טאקע נישטא קיין סיסטעם לפרטיותיו רק אדם מאראלי על הכלל. דאס איז טאקע ממש כמו די מושג פון ״ג-ט״ עצמו, וועלכע לאזט זיך נישט דעפינירן חוץ ע״י שלילה.

פון דארט האב איך געשפירט אז אונזער עולם ויקום החומר כולו, איז כאילו בתוך א צעל וואס האט א פּערמיעבּל מעמבּרעין. דאס נעמט אריין אלעס וואס אונז קענען זיך פארשטעלן: די מעגליכע אינפיניט מאָלטיווערס כמו שאנחנו משיגים אותו - והיינו יעדעס ענין וואס איז עכ״פ מכמו חומר ״ודברים״ באיזה אופן; עס אינהאלט אט די אינפיניט סעט פון כל ״דבר״ שהיא ״חומרי״ באיזה אופן. ועכ״כ אז זייענדיג אז אט די השראות כעין נבואה זענען באאיינפלוסט פונעם מענטש׳נס פערזענליכע עקספּיריענסעס ומה שיש כבר בשכלו אין וויאזוי עס ווערט ריפרעקטעד פאר אים, איז עס מיר פארגעקומען ווי די ״אלעס״ בתוך די ״צעל״ איז כעין די סצענע אינעם מאַרוועל פילם דאקטאר סטרעינדזש אין די מאָלטיווערס פון שיגעון, דירעקטירט דורך סעם רעימי. דאס איז וואו דער כאראקטער דער מכשף סטיפען סטרעינדזש שפרינגט דורך אפאר מיני יוּניווערסעס, ועכ״כ אז אין איינס איז גאר די גאנצע יקום פון כעין פּעינט, מיט די כאראקטער אמעריקע טשאוועז וועלכע קען מאכן פּאָרטעלס צווישן זיי אבער קען דאס נישט געהעריג קאנטראלירן. (אגב, פון מאַרוועל ובענין די מאָלטיווערס איז גאר שטארק רעקאמענדירט די ענימעיטעד צוויי פילמס פון די מיילס מאָראַלעס ווערסיע פון ספּיידערמען אינעם מאָלטיווערס; וגם לרבות די לעצטע לייוו-עקשאן ספּיידערמען: קיין וועג אהיים פילם, וועלכע איז עוסק אין דעם געביט און איז א שטיקל קשר מיט׳ן דאקטאר סטרעינדזש פילם.)

דא האבן זיך מיינע געפיהלן ומחשבות גענומען גיין טיפער (אבער אביסל אנדערש) איבער וואס איך האב געשפירט דאס פריערדיגע מאל, ווי דא באשריבן:
מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:36 pmבשעת׳ן האבן גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס, האב איך געשפירט ווי עס איז גאר מעגליך פארקערט פון וואס כ'האב דא געשריבן. מיינענדיג, "קאַנשׁעסנעס" איז דאס דעת און סעלף-עוועירנעס פונעם בּיאינג וואס איז קאַנשעס צו קענען דאדורך מגדיר זיין סביביו; ווי מער דערפון דאס האט, אלס מער קאַנשׁעס איז דאס. אבער אט די דעת איז בניגוד צו תענוג, און טאקע דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב. ווי ווייניגער דעת מ׳האט, אלס מער פיהלט מען ווי מ׳איז אויף א טריפּ כסדר, וואס מ'קען טאקע נישט מגדיר זיין (חוץ אלס "גוט" אדער "שלעכט"; עס איז אינעפעבּל און סאָבּליים). ולכן טאקע פיהלן תינוקות ווי זיי זענען אויף א כסדר׳דיגן טריפּ. און דאן גייען די בּיהעיוויארס פונעם באשעפעניש נאך ריין בּיהעיוויאריזם פון קאָז-און-עפעקט, אָן קיין קאַנשׁעס אבזערוואציע בדעת דערויף. דאס תענוג שטופט דערצו בלא דעת. ונמצא מזה, אז בע״ח וואס האבן נאך ווייניגער דעת, האבן אלס מער תענוג, וואס איז אינווערסלי פּראָפּאָרשענעל צו וויפיל דעת און אינטעליגענץ זיי האבן. אין אנדערע ווערטער, ריין קוואַליאַ של תענוג איז ווייניג קאַנשׁעסנעס - ווי ווייניגער דעת וממילא קאַנשׁעסנעס מ׳האט, אלס מער תענוג קוואַליאַ האט מען; די דעת שטערט גאר צו די תענוג קוואַליאַ. (ואולי משו״ה איז כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו כדאיתא בברכות לג., ווייל וויבאלד שוטה אינו נפגע כבשבת יג: פעהלט נישט אויס דיין רחמנות בכלל; ער טריפּט בקוואַליאַ של תענוג און ער שפירט נישט צער אויף דיין לעוועל בכלל עניוועי.) ועיין בדברי דר. מיכאל מוּרעי. ווי אויך איז נמצא מזה אז לפי פּענסייקיזם און ״מיינד-שטאף״, איז ווי מער קרוּד ופשוט א יצור האט, אלס מער תענוג האט דאס. (דאס קען האבן קלאנגען פון דעם וואס דער רמב"ם שרייבט במו"נ ח"ב פ"ד אז די גלגלים האבן "נפשות" און דרייען זיך מחמת תשוקתם להא-ל ע"ש.)
והיינו, אז דעם צעל של היקום (הבב״ת) כולו איז מיוסד אויף דעת ולאגיק; גארנישט קען גיין דערקעגן בתוכה. אט די דעת ולאגיק איז וואס איז כובש תענוג און דערלאזט איר נישט (אינגאנצן), וכנ״ל ביי דאס פריערדיגע מאל. וואס נעמט ארום אט דעם צעל כולו איז א גרעסערע אינפיניטי וואס איז ריין מאראל און תענוג; אט די צורות של אפלטון וואס זענען רבים שהם אחד. וכנ״ל איז מאראל טאקע ל״ד מיוסד (כולו) על דעת. (ועיין בהל' תשובה פ"י ה"ג אז אפילו דעת/חכמה אליינס קען די תשוקה דערצו בשורשה זיין איראציאנאל ע"ש.)

אט די ״צעל״ מיט די אינפיניט תענוג/צורות ארום איר זענען אלס דארט געווען עטערנעלי מקדמות; ביידע דאס זעלבע. די צורות זענען כולל בתוכה דבר והיפיכו: די פּערפעקטע טוב און די פּערפעקטע רע לעומתה. ביידע זענען נובע פונעם זעלבן איינעם שורש און זענען צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דאס באדייט אז די תענוג מהטוב איז א ״גוטע טריפּ״ לעולם, משא״כ ביים רע לעומתה איז דאס א ״שלעכטע טריפּ״ לעולם.

אינעם צעל פונעם סעט החומרי קומט אבער ארויס בהכרח פון זיך, ע״י ‏עמערדזשענס, קאַנשׁעסנעס, וואס איז ל״ד מקושר אין חומר און איז שוין דומה צו א צורה פאר זיך. דאס, ווען עס שיידט זיך גענצליך אפ פונעם חומר, גייט דורכגיין די פּערמיעבּל מעמבּרעין להתחבר צו דאס וואס נעמט ארום די צעל.

די ארומנעמענדע צורה פון טוב ומאראל איז פון זיך נובע אריין אהין אדורך די פּערמיעבּל מעמבּרעין, אָן א ״רצון״ ‏וכדומה, דאס געפיהל ונבואה צו מאראלישע געפיהרעכץ; דורך כל מיני רעליגיעס למיניהם. דאס איז וויבאלד דאס שטופט דעם מענטש׳נס קאַנשׁעסנעס ונפשו בתוך דעם צעל, צו די זייט וואס ווען נפשו ווערט נתפרד גייט עס דורך דעם מעמבּרעין לרק א גוטע טריפּ ותענוג; ווי מער צו די זייט, אלס מער תענוג פונעם גוטע טריפּ לעולם. וההיפך בהיפך ווען די קאַנשׁעסנעס ווערט געשטופט און רעאיפייד צו די אנדערע זייט פון רע און אימאראל. ונמצא מזה אז די מטרה בחיים עלי אדמות איז צו ווערן ווי מער נשלם במאראל אלס גוטער מענטש, כדי להגיע להתחבר אל מאראל וטוב שהיא תענוג. איך האב געשפירט ווי רוב מענטשן קומען טאקע לבסוף אָן צום גוטן זייט. און די קשיא פון בּערנארד וויליאמס איז אויך נישט דייקא שווער. והיינו, ער האט געפרעגט אז חיי נצחיים, ואפילו בתענוג, גייט אָלטימעטלי זיין א רע פאר׳ן מענטש, זייענדיג אז ער גייט בהכרח ווערן בּאָרד דערפון אָן קיין מעגליכקייט ארויס. אבער די הכרח׳דיגע בּאָרדאָם איז לכאורה נאר שייך אויב ס׳איז דא דעת וואס מאדעלט די עתיד פאר א גוֺיל און ציהל וכדומה. דאס איז אונזער קוק-ווינקל טאקע בתוך דעם צעל, אבער עס איז נישט שייך דארט אינדרויסן וואו דעת (כמו שאנו ״יודעין״ ומבינין אותה) ווערט בטל.

ולכן, אויב וויל מען אָנקומען צום ריינעם תענוג און ״גוטע טריפּ״ לעולם, באדארף טאקע דאס עיקר פון עני קוֺיד אָוו קאַנדאָקט זיין נארמאטיווע מאראל, וואס דאס מענטשהייט על הכלל ״פיהלט״ איז עטיש און מאראליש. און דאס וואס מ׳זעהט אז אלע רעליגיעס האבן בתוכם דאקטרינעס וואס האבן אוועקגעדרייט פון נארמאטיווע מאראליטעט, איז דורך נביאיהם וואס האבן אריינגעטעפּט דערצו בשעת׳ן האבן א ״שלעכטע טריפּ״, וואס האט גורם געווען אַן אומריכטיגע מיספארשטענדעניש און פארדרייט די חוקות דתיים. (איך האב געטראכט אז דאס קען ליגן אינעם פסוק ביחזקאל (כ כה) וגם אני נתתי להם חקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם. וואס דר. בנימין שׁענאן שרייבט טאקע אז נבואתו של יחזקאל הנביא במעשה מרכבה איז מעגליך געווען דורך א סייקעדעליק טריפּ. וממילא האט יחזקאל פארשטאנען וויאזוי דאס קען פאסירן.) דאס איז ווייל ״מאראל״, זייענדיג ממקור ממעלה מדעת, וועט בהכרח דארפן פרשנות (ועיין בהאמונות והדיעות להרס״ג מאמר ג פ״ג). און דאס געבט די מקום פאר א (כעין) רעיאיפיקעישאן פאָלאָסי אפירצוקומען, וואו מ׳געבט עפעס א מראה א ממשות וואס קומט זיך איר נישט. כמובן אז איך פארשטיי אז די גאנצע זאך ו״מראה״ (מראות) מיינע ליידן לכאורה פונקט אזוי דערפון; ובפרט וואו מ׳פארשטייט ווען מ׳איז געהעריג וואַך די מאטעריאלע מעכאניזם וואס ברענגט אפיר די סייקעדעליק העלוּסינעטאָרי סארט אָלטערד קאַנשׁעס סטעיט.

ס׳איז יתכן אז מיינע דמיונות דערויף ווערן שוין שטערקער. איך ווער מער ״טרענירט״ דערויף. כ׳האב געקלערט אז דאס קען זיין א רמז וואס מ׳טרעפט לגבי מדריגות נבואה ביבמות מט: חילוקים דערינען בענין אספקלריא המאירה ע״ש (ובסוכה מה:). והיינו, אז עס איז דא א חילוק אין ווי שטארק און אינטענס די מראות זענען און אינעם קענען מאכן קלארע לאגישע סענס פון, און צו איבערגעבן לעלמא הדין, אט די מראות; די שוועריקייט אין די הסברה איז פּראָפּאָרשענעל צו די אינטענסיטי און קאמפּלעקסיטי פונעם מראה וגעפיהל שבה. און אט אויף דעם ‏טרענירן זיך די ״בני הנביאים״ (ועיין במו״נ ח״ב פל״ב). ועיין בדבריהם וואו, פון א פסיכאלאגישן פּערספּעקטיוו, קען דאס הייבן די פּראבּעבּיליטי פון אריינלייגן בשכל האדם פאלשע אמונות.

אגב, דר. פּאוועל גלאדזשיעווסקי טענה׳ט, פון א פסיכאלאגישע קאגניטיוו פּערספּעקטיוו, אז דאס וואס מ׳פיהלט און זעהט אונטער די רושם פון סייקעדעליקס קען יא גערעכענט ווערן עפּיסטעמיקעלי ווי א ראציאנאלישע יסוד פאר מעטאפיזישע מדע וואס מ׳ווייסט איבער די יקום. און דאס איז אָן דארפן צוקומען צו שוין האבן א רעליגיעזע אדער מיסטישע סארט צוגאנג צום יקום מעיקרא. ער ברענגט ארויס אז אפילו פון אַן עפּיסטעמאלאגישע שטאנדפונקט, איז דאס׳ן דאס נעמען אַן עפּיסטעמיקלי טראנספארמאטיוו סטעיט וואס מ׳קען נישט געהעריג אפשאצן אָן דאס אליינס דורכגיין; וידוע די געדאנק פון מערי׳ס צימער, וואו עס איז יא ראציאנאל צו זאגן אז עס איז דא נייע מדע הגם מ׳קען נישט דעפינירן וואס און וויאזוי. ווי אויך נעמט די סייקעדעליק אוועק די ״הייפּערפּרייאר״ הנחות וואס ער האט בשכלו, וועלכע צווינגען אים צומאל אז מדע דארף שטימען מיט געוויסע (סאָבּקאַנשעס) הנחות מעיקרא. אבער די הנחות מוזן נישט זיין דוקא אמת. (ער זאגט אז דאס איז בפרט לגבי שטארקן די שיטה פון קאַסמאָסייקיזם, וואו כל היקום כולו וכל מה שבה איז בעצם איין איינציגע קאַנשׁעסנעס, און די אינדיווידואלע פארשידענארטיגע קאַנשׁעסנעסעס וואס דאכטן זיך פאר מענטשן אז זיי האבן, קומען אפיר פון פשוט׳ע רילעישאנשׁיפּס פון די חלקים בתוך די איינע קאַנשׁעסנעס אזוי ווי איברים בתוך גוף אחד; עס איז א שטערקערע געדאנק פון אבן רשד׳ס שיטה, וועלכעס איז נאר לגבי די נפש פונעם מענטש. און דאס זעלבע לגבי די שיטה אז עס איז באמת נישטא קיין ״זעלבסט״. און דאס זעלבע בנוגע די דעבאטע איבער די מהות פון ״זמן״ - עטערנעליזם/בּלאַק יוּניווערס לעומת פּרעזענטיזם.) ער ברענגט ארויס אז עס איז ענדערשער צו באטראכטן סייקעדעליק סטעיטס, פון אַן עפּיסטעמאלאגישן קוק-ווינקל, מיט א מאדעל אז דאס איז מסיר עיכובים וואס דערלאזן אים נישט מקשר צו זיין ידיעתו אל ה״אמת״ בסתם, ווי מיט א מאדעל אז דאס איז מקשר ידיעת האדם עם ה״אמת״ בקום ועשה. ער שרייבט אויך:
It is also essential to notice that a person’s psilocybin session does not impede her autonomy or capacity as an epistemic subject. To understand this point, compare psychedelic states with monothematic delusions. The latter are often thought to constitutively involve the inability of a person to be rationally responsive to evidence against her delusion (see Bortolotti 2005; Coltheart et al. 2011). Now, notice that even if the psychedelic state itself may resemble a psychotic episode (see Carhart-Harris et al. 2016), it is transient. Following the experience, the person regains the core judgmental or cognitive skills that characterize her in a sober state. In particular, she is able to understand and respond to any evidence against her newfound beliefs. For example, she can understand and be responsive to a debunking argument on which her beliefs may be merely powerful illusions that feel veridical but are not. Thus, if the person decides to change her metaphysical beliefs, it is despite her recognizing that different parts of her evidence point in different directions. In this sense, she is not delusional. To generalize this, much of the epistemologically relevant part of psychedelic transformation takes place in a sober state, where a person faces the challenge of rationally integrating the (purported) lessons drawn from the experience with her previous worldview

Psychedelics allow epistemic subjects to obtain experiences whose core structure differs from that of ordinary states of consciousness. Thus, deep psychedelic states radically and transiently broaden the range of cognitions that could inform metaphysical inquiry. As such, psychedelic states can provide otherwise unachievable epistemic benefits: (1) they can block arguments “from experience” in favor of certain commonsense metaphysical claims, (2) they can directly challenge (in)conceivability claims (and their purported modal consequences) that figure in metaphysical debates, and (3) provide extra support for metaphysical projects that rely on positing conscious states with non-ordinary phenomenal character (like non-dual or selfless forms of consciousness). Furthermore, because our default ways of experiencing can be either limited or altogether off-track with respect to metaphysical truth, at least some aspects of psychedelic experiences can count as dissolving such truth-obstructing cognitive structures. Crucially, psychedelic states can be transformative in a way that does not impede one’s epistemic autonomy, allowing one (when in a sober state) to rationally integrate the fruits of psychedelic exploration with one’s preexisting beliefs. Given all this, I think it is reasonable to think that at least some instances of psychedelic-induced metaphysical beliefs are more than comfortable delusions
ווי געזאגט, פעהלט אויס צו דערנאך דורכלייגן די עקספּיריענס דורך דעם כור המבחן של השכל. ער ברענגט אויך ארויס אז למעשה האבן די עקספּיריענסעס אַן עלעמענט פון שיכרות בתוכם, וועלכע שטערן דעת. ובפרט וואו צוויי מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען די סייקעדעליק עקספּיריענס קענען אָנקומען צו פארקערטע מעטאפיזישע מסקנות, וועלכעס זענען לכאורה מיוסד אויף שיטות וכו׳ וועלכע זיי האבן שוין געהאט מעיקרא.

די שטודיע האט געצייגט אז מענטשן וואס נעמען סייקעדעליקס טוישן אין אלגעמיין זייער מיינונג פון א ריינע מאטעריעליזם/פיזיקעליזם שיטה, אז די יקום ביסודה איז אך ורק מחומר. און דאס האלט אָן אפילו א האלבע יאר שפעטער; ובפרט וואו מ׳האט דאס גענומען אין א צערעמאניע צוזאמען מיט א גרופע. דאס איז געווען נאך שטערקער ביי אינגע, ביי פרויען, און ביי די וועלכע האבן דאס גענומען דאס ערשטע מאל.

ווי אויך טוישט דאס זייער מיינונג צו א מער פעטעליסטיק דיטערמעניזם, אז אלע מעשים זענען בגזירה און עס איז באמת נישטא קיין בחירה חופשית. הגם אבער אז דאס בלייבט נישט דייקא פאר א האלבע יאר צייט. זיי קלערן אז דאס איז מכח דעם וואס אין די געזעלשאפט ובחיי היומיומית ווערט למעשה דאס שטאנדפונקט פון בחירה חופשית געשטארקט מיט שכר ועונש און די אחריות אויף קאנסעקווענצן של מעשי האדם. ואדם נפעל כפי פעולותיו וסביביו.

זיי ברענגען אויך צו אז אין א סורוועי איבער דעם האבן 2/3 פון די מענטשן וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט אלס "אטעאיסט" מקודם די סייקעדעליק עקספּיריענס, זיך נישט אידענטיפיצירט אזוי נאכדעם. (הגם אבער אז זיך אידענטיפיצירן אלס "מאנאָטעאיסט" איז אויך אראפגעגאנגען פון פאר׳ן דאס נעמען צו נאכדעם.)

עס איז מן הראוי לציין אז דר. קריס לעטעבּי טענה'ט אז די פסיכאלאגישע בּענעפיטן פון סייקעדעליקס האבן ל"ד א שייכות מיט די טויש אין מעטאפיזישע גלויבונגען וואס עס ברענגט אפיר.

*

עס איז מיר אויך בייגעפאלן לפי וואס איך האב דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 3:59 pmאז אונז הא׳מיר גערעדט אינעם אשכול פון זיך רעכענען מיט דורות העתידים, די געדאנק פון ברענגען אַן ענדע צו דאס מענטשהייט, און דאס געדאנק פון AI בהעתיד, טענה׳ט דער קאמפיוטער סייענטיסט דר. האנס מאָראַוועק אז מ׳דארף בעצם ארבעטן אויף צו אפירברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI אזוי אז זיי זאלן אונז איבערנעמען אזוי ווי אונז הא׳מיר איבערגענומען און איבער געלעבט פריערדיגע לייף-פאָרמס. דר. דערעק שילער טענה׳ט אויך ענליך. ער טענה׳ט אז וויבאלד אויב איז ביכולת פונעם מענטש אפירצוברענגען א סיגניפיקענטלי בעסערע וועלט אין דעם עתיד פאר צוקונפטיגע דורות, איז דאך דאס דאן דאס עטישע זאך צו טוהן, איז דעמאלטס משו״ה דארף מען זעהן אפירצוברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI וואס קענען בעסער און מער עפישענטלי נוצן די resources פון די וועלט, און אפירברענגען צוביסלעך אונזער אונטערגאנג אזוי אז דאס זאל זיין פי כמה בעסער פאר זיי.
אז לפי די יעוד וואס כ'האב דערמאנט, קען מען פארדינען ביידע. והיינו, אז מענטשן, וועלכע קענען האבן די סארט קאַנשׁעס תענוג עקספּיריענסעס פון א לעוועל 4 אויפ'ן שולגין סקעיל, זאלן דאס האבן דורכ'ן זיין אין די פּאַדס, בשעת AI, וואס קענען דאס לכאורה נישט האבן, זאלן זיין אין די "עכטע" וועלט.

***

דר. יצחק מלמד טענה׳ט אז מ׳האט נישט אפצולערנען שפינאזע ווי אַן ״אטעאיסטישע״ פילאזאף, נאר איידער אלס א ״ראדיקאלער רעליגיעזער״ פילאזאף. ער טענה׳ט אז שפינאזע׳ס דאקטרין איז נישט פּאנטעאיזם, ווי איידער פּאנענטעאיזם, וואו ״ג-ט״ איז טאקע נאטור אבער מער ווי דעם אויך. ער איז וואס מ׳באקומט ווען מ׳שטעלט צאם קבלה'ס קאנסעפּשאן פון "ג-ט" מיט׳ן רמב״ם'ס. ועכ"כ, אז עס איז יתכן אז ער האט ארויסגעגעבן זיין טראקטאטוס (אין אנאנים, אבער מ'האט געוואוסט אז ס'איז ער), כדי זיך צו פארטיידיגן אז ער איז למעשה נישט קיין "אטעאיסט" גמור (הגם אז די בוך האט טאקע נאר ערגער געמאכט זיין שם אין דעם געביט).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

די לעצטע פון אונז

שליחה דורך מי אני »

אין דעם געביט אז נבואה האט א שייכות מיט סייקעדעליקס און די סטעיטס זיי ברענגען צו, האב איך געהאט א מחשבה זעהענדיג די די לעצטע פון אונז סעריע (באזירט אויפ׳ן באקאנטן ווידיאו געים). די סעטינג דערפון איז באזירט אויף די פענאמענאן פונעם פאקטישן פאָנגוס וואס הייסט (אָפיאָ)קאָרדיסעפּס. די פאָנגוס טוהט אינפעקטן נמלים, וואס ווען דאס געשעהט ווערט די נמלה כעין א ״זאַמבּי״. די פאָנגוס נעמט אזוי איבער דאס מח פונעם נמלה אז עס גייט צו א צווייג, ביסט אריין דערין, און בלייבט דארט ביז די פאָנגוס מיט אירע ספּאָרט מאכן נאך ברעכן ארויס דערפון, הרג׳ענענדיג די נמלה כדי זיך צו קענען פארשפרייטן; עוואלוציע אין איר פולע ברוטאליטעט. (דר. כאריסא דע בּעקער איז דאס מדמה צו וויאזוי די איכנומאנידעי וואַספּ טוהט געבוירן אירע קינדער, דורכ׳ן אריינשטעלן די אייער בתוך אַן אינזעקט וועלכע טוהן דאס אויפעסן פון אינעווייניג.) ווען נמלות כאפן אז איינע פון זיי איז אינפעקטעד דערמיט, טוהן זיי אדער הרג׳ענען די אינפעקטירטע חבר אדער זיך גענצליך ווייט איזאלירן דערפון. ווען א מענטש עסט קאָרדיסעפּס מאכט עס אים סייקאטיק ביז ער היילט זיך אויס דערפון.

אין די פיקטיווע סעריע האבן קאָרדיסעפּס עוואַלווד צו דאס קענען טוהן צו מענטשן אויך, אזוי ווי ביי נמלות, ולכך איז ציוויליזאציע צאמגעפאלן. דאס איז געשעהן מחמת קלימאט טויש וואס מאכט די וועלט ווארעמער, ולכן האבן קאָרדיסעפּס געמוזט עוואלוון צו קענען זיין און א נאך ווארעמערע סביבה, אזוי אז זיי קענען שוין בעצם לעבן בתוך דעם מענטש׳נס גוף. די סעריע דערציילט וויאזוי א מענטש פרובירט צו טראגן א מיידל וועלכע איז נאטורליך אימיוּן דערצו, צו א פלאץ וואו מ׳גייט קענען פון איר מאכן א רפואה דערצו. די סעריע, פון 9 עפּיזאדן, איז גאר שטארק מומלץ צו וואַטשן, הגם אז עס איז זייער מאָרבּיד און טונקל.

אין די ערשטע סצענע פונעם סעריע הייבט זיך עס אָן מיט וויאזוי א דאקטאר (אין מייקאלאגיע) ברענגט ארויס יארן פריער, אז א גרויס חלק סייקעדעליקס זענען פונעם ביאלאגישן פאָנגיי ״קעניגרייך״, און וויאזוי זיי ארבעטן דורכ׳ן טוישן דאס קאַנשׁעסנעס פונעם מענטש, און דאדורך (אפטמאל) זיין התנהגות אויך. און מ׳דארף זיין באווארענט אז טאמער ״וויל״ (בלשון מושאל כמובן) די פאָנגוס, וואס טוישט דעם מח און התנהגות פונעם האָסט אין וועלכעס עס איז אינעווייניג, גאר עפעס אנדערש פונעם מענטש.

דאס האט מיר געמאכט טראכטן א נייעם פשט איבערן הארבקייט פונעם נביא שקר (דברים יג ד-ו). והיינו, אז דאס וואס קען אפירברענגען נבואה, פאָנגיי, קען אבער אויך אפירברענגען ״שלעכטע״ נבואה און טריפּס, ועכ״כ אז עס קען זיין טמון בקרבו וואו עס ״וויל״ עווענטועל גענצליך איבערנעמען דאס מענטשהייט, און אים מאכן עד כדי א מיינדלעס זאַמבּי אויף זיך אליינס צו ווי מער פארשפרייטן, וזהו. עס וויל ווערן כעין ריין ״נבואה״ בלא ״נביא״.

ווי אויך האב איך זיך מיך טאקע געוואונדערט צי אין די וועלט פון די סעריע זענען די אינפעקטירטע זאַמבּיס אויך בעצם כסדר אויף א ״היי״, און זייער התנהגות איז פשוט ריין אינסטינקט בלא דעת, וכעין מה שכתבתי (און דאס זעלבע לגבי די נמלים וואס ווערן אינפעקטירט אין רעאליטעט). ונמצא מזה אז מ׳קען פארשטיין אז עס זאל זיין א ״לא זכו״ באחרית הימים וואו יעדער קומט טאקע צו לידי תענוג וענין ״נבואה״, אבער אויף אזא סארט אופן וואו מ׳פארלירט דאס גאנצע ״מענטשקייט״ ודעת (הצלם אלקים) צו זיין אזא סארט זאַמבּי (און ניטאמאל נאר טשאמערס׳ p-זאַמבּי, נאר א זאַמבּי כפשוטו). וואס כ׳האב ווייטער געקלערט איז אז אויב יעדער איינער איז טאקע אזא סארט זאַמבּי בתענוג ובלא דעת ווי איך זאג, און עס זענען כלל וכלל נישטא מער קיינע געזונטע מענטשן וואס ליידן מחמת די עפּאַקעליפּטיק צוזאמפאל פון ציוויליזאציע דערוועגן, איז דאס דוקא א רע נאר וויבאלד עס איז נישטא קיין דעת?

עס האט אויך ארויסגעברענגט צו מיר אז דעת איז וואס איז (עכ״פ אפטמאל) א שטער צו דאס אחדות און צוזאמארבעט פונעם מענטשהייט; שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה (ברכות נח.). והיינו, אז ווען מ׳ווערט אזא סארט זאַמבּי, טוהט אבער די קאָרדיסעפּס גופא קאמיוניקירן דורך כעמיקאלן מיט אנדערע אז מ׳זאל צוזאמארבעטן למטרה אחת ממש ביחד ובלי דעת ופירוד כלל. משא״כ בסתם. און דר. דוד הוּגס זאגט טאקע אז דאס איז, טעקניקעלי, די עוואלוציאנערישע וועג וויאזוי זאַמבּיס וואלטן ווען געארבעט: צוזאמען וביחד זיך ארויסהעלפן איינע די אנדערע אפילו אויפ׳ן קאסט פון זיך אליינס, אזוי ווי אין די באקאנטע ״פאל פון ירושלים״ סצענע אינעם וועלט מלחמה Z פילם פון מארק פארסטער (אויך מומלץ). ‏(ובכלל, אז מ׳רעדט פון נמלים און עוואלוציע, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען די דריי ווידיאוס איבער די ״וועלט מלחמה״ צווישן פארשידענע מיני נמלים.)

עכ״פ דאס קען אפשר געבן א נייעם רמז בהפסוק (משלי ו ו-ז) לֵךְ אֶל נְמָלָה עָצֵל רְאֵה דְרָכֶיהָ וַחֲכָם, אֲשֶׁר אֵין לָהּ קָצִין שֹׁטֵר וּמֹשֵׁל. ולדרכינו, זיך אפצולערנען דערפון און איר רילעישאנשיפּ מיט קאָרדיסעפּס פאָנגוס, וואס פון מיני פאָנגוס קען קומען נבואה. וממילא זעהן ווי די רילעישאנשיפּ עס האט מיט ״חכמה ודעת״ איז א חרב פיפיות, און וואס קען זיין ביים עפּאַקעליפּטיק קץ הימין [״עצל״ גימטריא ״קץ״], וואו עס מאכט אלע זאלן זיך אויפפירן ווי מיט כאילו איין דעת גרידא און איין סוּפּעראָרגעניזם.

איך פארשטיי אז בעצם קומען אלע פּסילאסייבּין מאָשרומס פונעם טעקסאנאמיק אָרדער פון אגאריקלעס, משא״כ קאָרדיסעפּס נישט. זיי זענען ניטאמאל פונעם זעלבן טעקסאנאמיק פיילאָם. די איינציגסטע זאך וואס זיי זענען אייניג איז נאר אין זיין פונעם גאר ברייטן קינגדאָם/קעניגרייך פון פאָנגיי. והיינו, ווייל אין טעקסאנאמיע ארבעט עס אז מעיקרא איז די גרופע א קינגדאָם/קעניגרייך מיוסד אויף ביאלאגישע ענליכקייטן. דערנאך ווערט עס נאך מער נתפצל אין צו עקסטערע פיילאַ (פיילאָם בלשון יחיד). דערנאך אין צו קלאס. דערנאך אין צו אָרדער. דערנאך אין צו פאמיליע. דערנאך אין צו דזשינוס. דערנאך אין צו ספּישיס/מין.

אין אנדערע ווערטער, זיי צוויי האבן די זעלבע ביאלאגישע שייכות, ווי פּריימעיטס מיט ווערים - זיי זענען אויך נאר ביידע אינעם גאר ברייטן קינגדאָם/קעניגרייך פון ענימעליע, אבער קומען שוין פון אנדערע פיילאַ.

ווי אוי האט די שטודיע געצייגט אז קאָרדיסעפּס נעמט נישט איבער די מח פונעם נמלה, ווי איידער אירע מוסקולען. און עס איז יתכן אז די "דעת" בלייבט נאך בעצם יא, נאר עס האט נישט מער קיין קאנטראל אויפ'ן גוף. און אביסל כעין די AI (בתחילה) אינעם גוף פונעם פּראטעגאניסט אינעם אָפּגרעיד פילם פון לעי וואנעל.

אז מ׳רעדט שוין, האט דאס מיר דערמאנט פונעם 2017 לייף פילם פון דניאל עספּינאזע. דאס איז וואו אסטראנאטן אויפ׳ן אינטערנעשאנעל ספּעיס סטעישאן טרעפן בּעיסיק עיליען לעבן פון (כמו) צעלן, וואס איז נישט אינטעלידזשענט בכלל, אבער עס פירט זיך אויף ווי א ווירוס און פּערעסייט כדי צו גיין ווייטער בכל אופן; אזוי ווי יעדעס פארעם פון לעבן.

עס האט מיר אויך דערמאנט פון די אינוועיזשאן פילם(ס), וואו עיליען ספּאָרס אינפעקטירן דאס מענטשהייט און מאכט אלע אינפעקטירטע זיך אויפפירן כאחד אָן קיינע הרגשים ובחירה, און פרובירן צו אינפעקטירן די וואס זענען נאכנישט. עס פרעגט צי עס לוינט זיך אויפצוגעבן הרגשים ובחירה, און דאס וואס מאכט דער מענטש ״מענטש״, כדי צו פארמיידן די פראבלעמען וואס קומען ארויס דערפון?

ווי אויך האט דאס מיר דערמאנט פונעם קאנטעידזשאן פילם פון סטיווען סאדערבערג, איבער וויאזוי א פּאנדעמיק איבער די וועלט קומט אפיר. און דאס איז געווען אין 2011, ניין יאר בעפאר קאוויד. די פילם איז שטארק מומלץ (ובפרט נאך וואס די וועלט איז טאקע דורכגעגאנגען קאוויד).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שווארצע לאך קאסמאלאגיע און ״ג-ט״

שליחה דורך מי אני »

אויבן האב איך געזאגט לגבי די טעאלאגישע השלכות פונעם סימיולעישאן ארגומענט, וואו עס קענען זיין סימיולעישאנס בתוך סימיולעישאנס בב״ת, אז דאס דערמאנט פון דערמאנט א משהו פון דער פיזיקער דר. ליִ סמאָלין'ס געדאנק פון קאסמאלאגישע נאטורליכע סעלעקשׁאָן. זיין טעזע לויטעט אז א שווארצע לאך [והיינו א ריזיגע שטערן וואס ווען עס האט קאלעפּסט איז די מאסע׳ס גראוויטי געווען אזוי שטארק אז אפילו דאס אז ‏איין ניוטראן זאל נישט זיין אין אַן אנדערע האט דאס נישט געקענט אפשטעלן] ״געבוירט״ אויף איר ״אנדערע זייט״ פון די סינגולעריטי אין איר סענטער, דאס ווייסע לאך, א נייע יוּניווערס מיט אביסעלע אנדערע פיזישע געזעצן. און די וואס האבן די פיזישע געזעצן צו מאכן מער שווארצע לעכער, וממילא מער ״קינדער״ יוּניווערסעס, ווערן סעלעקטעד פאר און וואקסן. וכן לעולם. (אין די יוּניווערסעס וואס דערלאזן מער שווארצע לעכער, דערלאזן פונקט אויך לעבן בתוכם.)

אביסל ענליך (און פריער), אבער פארט אנדערש, איז שווארצע לאך קאסמאלאגיע. דאס לויטעט אז מאטעמאטיש קען מען ממש מעפּן די דזשיאָדעסיקס [אין טערמינען פון ספּעיסטיים, וואס זענען די דרכים אלעס האט גענומען פונעם בּיג בּענג וואו זיי אלע קומען צאם, ואילך] פון אונזער יוּניווערס כולו אז עס איז דאס זעלבע ווי א ווייסע לאך. וואס דאס, לפי דר. סטיפען האָקינג, איז בעצם דאס זעלבע פון אינעווייניג ווי א שווארצע לאך. ונמצא מזה אז עס איז יתכן אז אונזער יוּניווערס כולו איז בתוך א שווארצע לאך (און נישט ״אויף די אנדערע זייט דערפון״ כדר. סמאָלין׳ס מאדעל). און די קאסמאלאגישע עווענט הארייזאן, והיינו נאך די חלק פונעם (אַבּזערוועבּל) יוּניווערס וואו די אינפארמאציע פון עפעס וואס געשעהט יעצט קען אונז בשו״א לעולם נישט גרייכן, איז די עווענט הארייזאן פונעם שווארצע לאך אין וואס זי איז אין, פון נאך וועלכעס אבסאלוט גארנישט קען ארויסלויפן.
IMG_7437.jpeg
IMG_7436.jpeg
‏די ערשטע בילד ווייזט די דזשיאָדעסיקס פונעם בּיג בּענג׳ס סינגולעריטי און ווייטער לעומת א שווארצע לאך׳ס דזשיאָדעסיקס צו איר סינגולעריטי. און די צווייטע בילד ווייזט די השוואה פון די דזשיאָדעסיקס פונעם בּיג בּענג און די דזשיאָדעסיקס פון א ווייסע לאך, וועלכע איז פארקערט פון א שווארצע לאך׳ס. דא איז דער פיזיקער דר. מעט אָ׳דאַוּד דאס מסביר. (ועיין כאן וכאן.)

און דר. יצחק גוד(אק) קלערט ווייטער אז דאס קען גיין לעולם בב״ת: א יוּניווערס (וכל מה שבה וכולל ג״כ די שווארצע לעכער) בתוך א שווארצע לאך, וועלכעס איז בתוך א שווארצע לאך, וועלכעס איז בתוך א שווארצע לאך, וכן הלאה והלאה בב״ת.

עכ״פ איז דאס ענליך צום געדאנק ביי דעם סימיולעישאן היפאטעזיע, וואו עס קענען זיין יוּניווערסעס בתוך יוּניווערסעס לעולם בב״ת (א סארט מאָלטיווערס מהלך). און אויף דעם קען מען אויך זאגן אז דאס וואס לויפט (בלשון מושאל) אט די גאנצע אינפיניט שווארצע לעכער בתוך שווארצע לעכער סעט, איז ״ג-ט״. ולפי״ז האב איך געקלערט א שטיקל רמז בהפסוק באיוב (כב יא-יב) או חשך לא תראה ושפעת מים תכסך, הלא אלוק גבה שמים וראה ראש כוכבים כי רמו. והיינו, אז ווען גרויסע כוכבי רום ווערן ל״חושך״, שווארצע לעכער, איז אט דאס וואס ברענגט אפיר נייע יוּניווערסעס בתוך כל אחד, וכן הלאה והלאה לעולם בב״ת. און אינדרויסן פון די גאנצע אינפיניט סעט איז האלוק. (ולכן ווען איוב האט מקלל געווען יומו, לעיל ג ט, האט ער געזאגט יחשכו כוכבי נשפו יקו לאור ואין. אט דאס, די מעכאניזם היקום האט ער ווען געוואלט זאל נישט זיין.)

דא איז דר. אָ׳דאַוּד מסביר דר. סמאָלין׳ס מאדעל, און מ׳פרעגט מען לגבי וואס געשעהט ביי דעם ווען צוויי שווארצע לעכער קומען זיך צוזאם. עס האט קלאנגען פון דעם בונה עולמות ומחריבן (ב״ר ג ז):
IMG_7438.jpeg
IMG_7439.jpeg
ואגב, נאסאגאַדערד סוּפּערקאמפּיוטער האט געמאכט א סימיולעישאן ווי וואס וואלט פאסירט און וואס מ'וואלט געזעהן טאמער מ'גייט אריין אין א שווארצע לאך (לפי המדע שבימינו). פאר א געהעריגע וואלט די סימיולעישאן געדויערט 10 יאר צו מאכן. עכ"פ דאס געבט א געפיהל צו דעם "כי לא יראני האדם וחי", וואס מ'קען דאך צוגלייכן דאס אמומעגליכקייט פון א נאקעטע סינגיולעריטי פון א שווארצע לאך, צו עניני אלקות.

***

דר. שׁאַן קעראל ברענגט דא ארויס שיטתו:
Does God exist? No. Look, God was a perfectly reasonable way to think about the world thousands of years ago. We needed to understand why things move etc., where things came from, and so on. But nowadays we can do that without invoking this entirely ill-defined and sadly anthropomorphic version of a fundamental entity
דאס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן געדאנק אז איינמאל מ׳איז מגדיר די קאנצעפּט למטה מעשרה, איז דאך דאס א כעין ״סייענטיפישע היפּאטעזיע״ וואס איז טאקע ניתן להפרכה, וכדברי פּיער לאַפּלאַס לנאַפּאָליאן.

דא שרייבט דר. קעראל אז ער האט (אויך) נישט קיין פראבלעם אויב מען דעפינירט(?) "ג-ט" אלס אַן אבּסטראקטע פילאזאפישע מושג, ווי איידער אלס א "לעבעדיגע" ממשות. הגם, ער האט אויך קעגן דעם די קריטיק וואס רודאלף קאַרנעפּ האט געהאט אז דאס איז חוסר משמעות. ווי אויך דר. פלוּ'ס קשיא אז וואס איז די חילוק בין זה לאטעאיזם? (די תירוץ איז אבער לגבי דעם חלק ה"כאילו" און די געפיהל לשמירת מהלך החיים של התורה בהתנהגותו של האדם. דער פיזיקער דר. בּלעיק סטעיסי שרייבט דארט אין די קאמענטס, אז מ'קען זאגן אז "ג-ט" האט אַן אינפיניט קאָלמאָגאָראָוו קאמפּלעקסיטי. והגם ער זאגט דאס אלס א וויץ, איז י"ל דיש בו משום אמת.)

ער ברענגט צו פון דר. טערי איגעלטאן:
For Judeo-Christianity, God is not a person in the sense that Al Gore arguably is. Nor is he a principle, an entity, or “existent”: in one sense of that word it would be perfectly coherent for religious types to claim that God does not in fact exist. He is, rather, the condition of possibility of any entity whatsoever, including ourselves. He is the answer to why there is something rather than nothing. God and the universe do not add up to two, any more than my envy and my left foot constitute a pair of objects
און דר. קעראל שרייבט דערויף:
This excerpt, which defines God as “the condition of possibility,” seems to be warning against the dangers of anthropomorphizing the deity, ascribing to it features that we would normally associate with conscious individual beings such as ourselves. A question like “Does `the condition of possibility’ exist?” would never set off innumerable overheated arguments, even in a notoriously contentious blogosphere. If that were really what people meant by “God,” nobody would much care. It doesn’t really mean anything — like Spinoza’s pantheism, identifying God with the natural world, it’s just a set of words designed to give people a warm and fuzzy feeling. As a pragmatist, I might quibble that such a formulation has no operational consequences, as it doesn’t affect anything relevant about how we think about the world or act within it; but if you would like to posit the existence of a category called “the condition of possibility,” knock yourself out

The problematic nature of the transition from God as ineffable, essentially static and completely harmless abstract concept, to God as a kind of being that, in some sense that is perpetually up for grabs, cares about us down here on Earth — is not just a minor bump in the otherwise smooth road to a fully plausible conception of the divine. It is the profound unsolvable dilemma of “sophisticated theology.” It’s a millenia-old problem, inherited from the very earliest attempts to reconcile two fundamentally distinct notions of monotheism: the Unmoved Mover of ancient Greek philosophy, and the personal/tribal God of Biblical Judaism. Attempts to fit this square peg into a manifestly round hole lead us smack into all of the classical theological dilemmas: “Can God microwave a burrito so hot that He Himself cannot eat it?” The reason why problems such as this are so vexing is not because our limited human capacities fail to measure up when confronted with the divine; it’s because they are legitimately unanswerable questions, arising from a set of mutually inconsistent assumptions

So much so, that one response to this problem was a revival of Pyrrhonian skepticism, which claimed that it was simply wrong even to attempt to apply logic and rationality to questions of religion — claiming that you had “proven” the existence of God could get you accused of atheism. For the most part, theologians have basically abandoned the project of “proving” God’s existence, which is probably a good move
***

לגבי דעם אז גוטע יעודים קענען ברענגען צו בּאָרדאָם און זענען ממילא אָלטימעטלי א רע, איז דאס במשנתו של אַסוואָלד ספּענגלער:
IMG_7440.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

א חשוב'ער מיטגליד האט מיר געפרעגט באישי לגבי די און די תגובות:
חשוב'ע מיטגליד האט געשריבן:פון וואו נעמט יהדות הרבנית איר סמכות אויב נישט פון די תורה? עכ"פ דאס וואס זיי אליין קלעימען, ניין?
צום ערשט גיי איך אביסל שטארקן זיין קשיא. והיינו, אז מ'וואלט געקענט פרובירן צו ענטפערן אז זיי בּעיסען עס נישט אזוי ווייט אויף "די תורה", ווי איידער "רצון ה'" (וויאזוי אימער מ'גייט נאר אפטייטשן די געדאנק פון "רצון" דא). אבער דאס איז פונקט אזוי טרענסיטיוו. והיינו, ווייל ווי אזוי ווייס איך וואס איז ״רצון ה׳״? ווייל אזוי שטייט אין זיין תורה. איז מען דאך דאן צוריק צו דעם אז לפיהם איז תורה שבכתב יא דאס וואס באגרונדעט זייער אטאריטעט.

נאר משם התשובה. ווייל זיי נעמען אָן אקסיאמאטיש אז וואס זיין "רצון" "מיינט און באדייט" עפ"י מה שכתוב, איז אינהערענטלי קריפּטיק ובספק. (ועכ"כ אז עס איז געווען א חידוש פאר רב כהנא בשבת סג. אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו.) ונמצא מזה אז, אפילו לפיהם, קען מען נישט זאגן אז דאס וואס באגרונדעט זייער אטאריטעט איז דאס וואס שטייט סתם אזוי אין די תורה "לא תסור" וגו' וכדומה. פלוצלינג דא איז עס נישט קריפּטיק און מ'דארף נישט קיין שום פרשנות? פלוצלינג דא, וואו ס'שטימט אויף זיי צו געבן אטאריטעט, איז עס נישט יוצא מפשוטו? נאר דאס אז "רצון ה'" איז הציות לחז"ל אז זיי זענען ריכטיג מפרש וואס "רצון ה'" איז הנובע מהכתבים (ומאיזה כתבים) והמעשים אשר יעשו ויתנהגו, איז פאר זיי אקסיאמאטיש. פון דארט און ווייטער זענען זיי דיר קובע וואס איז "דבר ה' ורצונו" הנובעים מהכתבים און וויאזוי מ׳זאל זיך פירן, און וואס זענען די כתבי הקודש און די דאורייתות אא"וו. איינמאל דאס איז אוועקגעשטעלט קענען זיי שוין טאקע מפרש זיין אז "לא תסור" מיינט טאקע דא יא כפשוטו (און נאך מער עד כדי ברכה כבשבת כג. וכדומה).

אנדערש קען עס טאקע לכאורה ווערן א ‏סעלף-רעפערענשאל פראבלעם. אויב איז זייער אטאריטעט בפרשנות באגרונדעט אויף התורה והפסוק לא תסור וכדומה, קענען זיי שוין דערנאך טייטשן און פארדרייען אט די פסוק גופא אז ס׳מיינט נישט אט דאס וואס באגרונדעט זייער אטאריטעט? (עס דערמאנט אביסל פון דאס וואס האט פאסירט אין אלדזשיריע אין 1991.) משא״כ אויב דאס וואס באגרונדעט זייער אטאריטעט לפרש הכתובים איז נישט מהכתובים גופא. אז זיי זאגן אז אזוי-און-אזוי זאל מען זיך פירן במעשה טראץ דעם וואס כוונת הכתוב איז טאקע באמת פארקערט, איז אט דאס ״רצון״ ה׳, לפי די אקסיאמאטישע הנחה זייערע (וידוע הגמרא בב״מ נט: בתנור של עכנאי ונצחוני בני).

(ועיין לעיל לגבי הורו בי״ד בטעות.)


***

דא (פון 18:02) ברענגט דר. פּיטער עדעמסאן צו אַן ענליכן ראיה ווי אבן סינא'ס, פונעם מיטל-אלטער קאטוילישן טעאלאג טאמאס קאדזשעטאן צו אויפווייזן תואר "מציאות" לגבי "ג-ט" אז דאס איז ענליך צום עיקרים'ס שיטה דערין. והיינו, אז יעדעס זאך איז מעיקרא אַן אבּסטראקט רעיון בכח וואס איז נישט במציאות. עס באקומט איר מציאות בהוצאת אל הפועל פון עפעס אנדערש. דאס איז איז אדער אַן אינפיניט ריגרעס אזוי אדער ביז מ'קומט צו צו עפעס וואס איז "מציאות" ממש אפילו בכח והוא לעולם בפועל, דאס צו געבן צום ערשטן אין די טשעין.

***

דר. דוד טשאמערס זאגט לגבי די סימיולעישאן ארגומענט און טעאלאגיע (און ווי עס איז א שטערקערע ווערסיע פון ‏דעקארט׳ס ספק און דאס וואס זשאנגזשע האט געקלערט; ער געבט דאס אבער נאר למעשה 25%. עס איז אויך א ספק צי ס׳איז בכלל מעטאפיזיש שייך צו סימיולעיטאן ‏קאַנשׁעסנעס):
I think of myself as an atheist. Growing up, I was never inclined to believe in a God. I'm still mostly inclined in that direction. I'm a naturalist. I think that the world is ultimately subject to natural laws and ought to be explainable by them. That's it

Though, ever since I started entertaining the idea the universe could be a simulation, then maybe it offers a new route to thinking about God-like creatures. If we're in a simulation, who is our creator? Well, maybe it's the person who started the simulation, the simulator. They could even be all-powerful and all-knowing with respect to our universe. Boy, maybe here is a naturalistic, potentially route to something a little bit like a god that's consistent with science. At the same time, I don't recommend setting up a religion around this creature, as there’s no particular reason to think that whoever created our simulation is all-good or all-wise or has any moral insight. So this would be very much a watered-down god, a god that even an atheist could love. And it's a god that you come to not through religion or through faith or through religious experience, but through science. Through reflecting on certain ways a perfectly ordinary world could be and what simulation technology could do, that kind of leads you to at least take seriously the possibility that all this could be a simulation, which then entails that there's another universe containing the simulation. Somehow the simulation got set up, and that's okay

It's at least got interesting structural analogies with some theistic ideas. It certainly doesn't bring in all the elements of traditional religion, but the structural analogies are interesting

. . .

A theist might say, “explain God.” Someone else, an atheist says,”Wwell, I can't explain God, but I can explain why you believe in God.” That's a very powerful strategy. It may not remove every mystery in the domain of God, but it's certainly a very powerful strategy

So I respect this as a philosophical strategy in general. There's a whole literature on this kind of strategy now. People talk about debunking arguments. Debunking arguments do not directly argue there's not a God, but to debunk the source of your belief in God. Also called these genealogical arguments. Look at where these beliefs come from
אבל עיין ערך דזשענעטיק פאלאסי ובּאָלוועריזם. ‏(ועיין כאן.)

דר. פיליפּ גאַף ברענגט דארט ארויס אז דאס מאכט שטערקער דעם פראבלעם פון שלעכטס. ווארום אויב זענען די פּראגראמירערס אויך בעצם ברואים, נאר אסאך קלוגער און מער פארגעשריטן, האבן זיי מסתם לכאורה אויך עטישע פּרינציפּן. און וואלט דעם אַן עטישע קאמיטי דורכגעלאזט אז מ׳זאל באשאפען אזא בריאה אינעם סימיולעישאן מיט די צער עס האט? וואלטן זיי דען אָנגענומען די טעאדיסיס וואס מ׳שטעלט ארויס צו פארטיידיגן ג-ט? (אדער זייענדיג אז זיי האבן א מעגליכע העכערע קאַנשׁעסנעס ווי אונז, טריעטן זיי אונז, מאיזה סיבה וואס זיי האבן, ווי אונז טריעטן בע״ח, וועלכע האבן א נידעריגערע קאַנשׁעסנעס ווי אונז.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין דעם אשכול הא׳מיר אסאך ארומגערעדט איבער דאס אז קיום המצות איז לבסוף מיוסד אך ורק אויף געפיהל (כמו מאראל בכלליות לדוד הום). האב איך געקלערט אז דאס קען געבן א טיפערן באדייט צום געדאנק פון (שבת ל. נדה סא:) במתים חפשי (תהלים פח ו) כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות ע״ש. והיינו, ווייל יעדעס גוֺיל פונעם מענטש צו וואס ער וויל צוקומען איז נאר שייך טאמער ער לעבט. מיינענדיג, אויב קוקט ער ארויס אויף, לדוגמא, איבערמארגן ווען ער וועט באקומען עפעס וואס ער וויל און מיינט עפעס צו אים, איז די גאנצע תשוקה נאר שייך טאמער ער לעבט. טאמער ער איז טויט איז דאך נישט די תשוקה און נישט איר ערגענצונג בכלל שייך. ואפילו וואו ער האפט אויף אט דאס צו טאקע דערלעבן, איז דאס ווייטער נאר פון זיין יעצטיגע פּערספּעקטיוו בשעת ער לעבט. טאמער ער דערלעבט דאס נישט ל״ע, איז נישט שייך אז ער זאל טראכטן, ״אַךך! א שאד איך האב דאס נישט און כ׳האב עס נישט דערלעבט ונכזבה תוחלתי״, וויבאלד ער לעבט דאך נישט אז ער זאל אט דאס טראכטן! דאס זעלבע איז לגבי די געדאנק פון זיך זארגן איבער וואס וועט זיין מיט די ווייב און קינדער לאחר מותו. אבל עיין ברש״י (במדבר כ טו) עפ״י התנחומא בפ׳ חוקת אות יב. (ועיין מזה בשיעורי דר. שׁעלי קאגאן על המות.) ביום ההוא אבדו עשתונותיו (תהלים קמו ד). והמתים אינם יודעים מאומה ואין עוד להם שכר כי נשכח זכרם, גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה וחלק אין להם עוד לעולם בכל אשר נעשה תחת השמש (קהלת ט ה-ו); ועיין בברכות חי.

דאס איז אפילו טאמער איז יא דא השארת הנפש. ווארום אין אזא פאל איז עס דאך גאר אַן אנדערע סארט קאַנשׁעסנעס (בלשון מושאל?), אזש אז עס איז שווער צו זאגן אז ס׳זאל אים באדערן זיינע תשוקות ושאיפות וואס זענען געווארן פראָסטרעיטעד דורך זיין טויט. (און דאס וואס מ׳זעהט בשבת קנב. אז נפשו של אדם מתאבלת עליו כל שבעה ע״ש, שרייבט דר. משה הלברטל אז דער רמב״ם האט נישט געהאלטן פון די אגדה, ולכן שינה את משמעות ההלכה הנובע מזה בהל׳ אבילות פי״ג ה״ד, וכדהשיג הראב״ד שם עליו ע״ש ובלחם משנה.) בכל אופן איז גאר שווער דן צו זיין איבער וואס א מת ״פיהלט״ און/אדער ״וויל״, ואפילו ממבט דתי, על אף די גמרא בברכות חי. הנ״ל.

און דאס קען באדייטן דעם כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות. והיינו, אז די געפיהל לקיום המצות (יהיה מה שיהיה) איז נאר שייך בשעת מ׳לעבט. איינמאל מ׳איז שוין טויט און די לעבעדיגע קאַנשׁעסנעס איז שוין נישטא, איז נישט שייך אז מ׳זאל האבן די געפיהל לקיום המצות בכלל; אזוי ווי ביי יעדעס זאך און גוֺיל וואס האט מיענינג צום מענטש וכנ״ל.

ולגבי דעם אז יעוד האנושי קען זיך חלילה ענדיגן ווי די לעצטע פון אונז, איז טאקע א שאלה אז טאמער ווערן די סארט זאַמבּיס שוין גערעכענט ווי טויט, איז טאמער ווערן זיי ״אויסגעהיילט״, תחיית המתים, צי זיי ווערן צוריק מחוייב במצות זייענדיג אז זיי זענען שוין געווען חפשי דערפון. ועיין בקובץ שיעורים (ח״ב סימן כט) דזהו הענין של ״מצות בטילות לע״ל״: זה קאי על המתים שיחיו אָז, שישארו בפיטורן מן המצות ע״ש.

***

לגבי דעם אז מ׳קען טענה׳ן היפך דזשאן סטוערט מיל, אז עס איז טאקע ענדערשער צו זיין א צופרידענער נאַר ובהמה ווי איידער אַן אומצופרידענער אדם חכם, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין די רמז בדברי בן זומא בברכות נח. והיינו, די גמרא זאגט בחגיגה יד: אז בן זומא יצא מדעתו כשנכנס לפרדס (וואס לויט׳ן רמב״ם במו״נ ח״ב פ״ל איז דאס העיסוק במעטאפיזיקס) ע״ש. יעצט, חכמים זענען די וועלכע מאכן בעסער די וועלט (בהנדסה וכדומה), אבער הנאה האבן זיי נישט ומכח דעם (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב - עס זענען די טיפשים ושוטים שאינם נפגעים וועלכע געניסן דערפון בתכלית. ולכן זאגט בן זומא בברכות נח. ברוך שברא כל אלו לשמשני אז זיי אלע מוטשענען זיך בעבורו ע״ש. ולרמז אז די וועלכע מאכן די וועלט בעסער און ברענגען אפיר איר פּראגרעס, החכמים, זענען ל״ד די וואס געניסן דערפון במלואה; עס זענען די שוטים והאנשים מבלי דעת וועלכע זענען די וועלכע האבן הנאה דערפון במלואה.

און דאס אליינס איז א מאמר חכמה.

***

בשעת׳ן האבן גענומען 30 מ״ג קאַנאַבּיס, בין איך געווען מיט מיין ווייב, און געהערט יאָנגבּלאָד׳ס קאָווער (בפרט פון 1:05-2:41) פון די שיר אהבה פון קיס פון 1979 (ועיין כאן). די וועג וויאזוי ער גיסט אריין זיין נשמה אינעם זמר של אהבתו להעלמה, האט מיר געמאכט פיהלן (להבדיל) דעם אור ה׳ס שיטה, אז עס איז נישט חכמה וואס איז דער עיקר תכלית, נאר רגש של אהבה. וידוע אז ״אהבה״ איז עולה ״אחד״, און די געדאנק בזה איז טאקע א דביקות ואחדות האוהב והאהוב פון ביידע צדדים. און צו דעם לעכצט יעדעס מענטש כל ימי חייו וחייה. אט דאס איז די סיבה/תכלית ״מ׳איז געמאכט געווארן פאר״ (בלשון מושאל).

לאחר המעשה איז מיר געווען אָנע שום ספק אז עס איז דא עפעס טיעף אין דעם באקאנטן ״ס*קס, דראָגס, און ראַק ענ׳ ראָל״ - ובפרט וואו עס איז עם האשה אשר אהב מקדם אין א טיפע זין, און נישט נאר ריין מחמת תאות המשגל גרידא. (און איך מוז מודה זיין אז, עכ״פ פאר מיר פערזענליך, עס איז למעשה די חרדי׳שע געזעלשאפט, עם כל חסרונותיה, און מיין זיין דערין, וועלכע האט מיר געפירט צו אט די עקספּיריענס. ועיין כאן וכאן. כמובן פארשטיי איך אז דאס איז, ליידער, לגמרי נישט וואו די געזעלשאפט צילט אז עס זאל זיין בנוגע הקשר בין איש לאשתו…)

עס איז מיר אויך פארגעקומען, ולגבי דעם קשר בין משגל וטומאה לאלקות וטהרה, ווי שמוץ און הייליגקייט וטרענסענדענס קומען צאם לאחד. והיינו, דורך די אחדות דביקות וביטול צו וואס די זמר לעכצט. עס איז נאר אז די בריאה, עכ״פ לע״ע און אין אונזער יעצטיגן לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, קען נישט אינגאנצן דערהייבן די סארט דרך אל האחדות, ויוצא הפסד מזה. (וידוע אז עס זענען דא שטודיעס אז ראַק מוזיק שאדט צו צמחים ובע״ח אינעם נאטור.) און דאס איז מכח דעם אז דאס איז ווילד און מיטאמאל, וכעין די ענין של חטא וואס מ׳טרעפט ביי מלאכים. לע״ע איז (בראשית מט מו) וירא מנוחה כי טוב און די ״כי טוב״ פונעם בריאה איז נישט אויסגעשטעלט דערצו (עכ״פ בקביעות). אבער מ׳קען צוקומען צו דעם געדאנק פון (ברכות סד.) ת״ח אין להם מנוחה, וואס דאס איז אט ביי דעם. (ובכלל האט דאך דער אור ה׳ מקשר געווען מושג ה״זמן״ עם ״מנוחה״, לעומת אריסטו והרמב״ם שקשרו עם ״תנועה״. ולכן, וואו מ׳איז בבחינת למעלה מן הזמן, וואס כידוע האבן דאך די סמים אַן אפעקט אויף דעם מענטש׳נס פּערסעפּשאן פון זמן, איז לכאורה נישטא דעם עיכוב.)

*

אויך האב איך געקלערט אז די געים אין די זיבעטע עפּיזאָד פון סקוויד געים, ווייזט אויפ׳ן צושטאנד פונעם מענטש בהאי עלמא. די געים איז וואו ס׳איז אויסגעשטעלט א בריק פון צוויי קאלומנס פון גלאזענע טיילס. ביי יעדעס טריט איז איינע פון די קאלומנס גענוג שטארק צו האלטן א מענטש, בשעת די אנדערע גייט זיך ברעכן אויב דער מענטש גייט טרעהטן דערויף און ער גייט פאלן צו זיין טויט. איינער אויף אמאל טוהט וועהלן צו טרעהטן אויף איינע פון די צוויי. (דא טוהט מען דורך די מאטעמאטישע פּראבּעבּיליטי פונעם געים, אז וואו ס׳דא 16 שפילערס און 18 פאר טיילס מ׳דארף דורכגיין איז דא א 99% אז כאטש איינער וועט דאס מאכן. איינע פון די כאראקטערן, שפילער 062, רעכענט אויס אינדערמיט די פּראַבּעבּיליטי פונעם געים.)

כידוע ארבעטן אלע ביאלאגישע פּראצעסן דורכ׳ן פרובירן אָנצוהאלטן א מער-ווייניגער סטאבּילער צושטאנד; נישט צופיהל אהער און נישט צופיהל אהין פון א געוויסע רעינדזש - האָמיִאוֺסטעסיס. אבער עפ״י ענטראָפּי איז כסדר דא פּיטפאָלס וואס קענען אים רוב מאל אראפשטופן פונעם רעינדזש און ווי ער פרובירט צוריקצוקומען דערצו, אדער אפאר מאל ארויפשטופן צו בעסערס אבער ער וועט עווענטועל ריגרעסן צום מיען.

און דאס האב איך געשפירט איז ווי די בריק איז אזוי ווי דאס ביאלאגישע לעבן (וידוע הליקוטי מוהר״ן תניינא תורה מח דהעולם הוא כהאדם שצריך לעבור על גשר צר מאד מאד ע״ש), און עס זענען דא כסדר בה וואו מ׳קען פאלן בעיקר אויף אראפ און אפאר מאל אויף ארויף. די טיילס וואס ברעכן זיך זענען די ענטראפּיק פּראצעסן אין לעבן, אויף וועלכעס מ׳וועט בהכרח טרעטן אויף עפ״י פּראבּעבּיליטי (וואס אט דאס איז וואס ליגט אונטער די פענאמענאן פון ענטראָפּי) במשך דאס לעבן, ביז מ׳פאלט ענדגילטיג שאין אחריה תקומה שוב להגשר.

***
IMG_7469.jpeg
דאס איז ווייל אט די מאטעמאטישע פאָנקשען איז די סיין פאָנקשען. די טיפקייט פונעם וויץ איז אז שפראך איז דאך מהמוסכמות, און אט דאס האט מען אפגעמאכט צו רופן ״סיין״. אבער ווי ארויסגעברענגט במשך האשכול איז בנוגע ״ג-ט״ נישט שייך קיינע הגדרות אין שפראך. דאס מערסטע וואס מ׳קען אפשר זאגן איז אז דאס איז די ״פּרינציפּ פון מציאות״. יעצט, די מציאות שטייט דאך אויף מאטעמאטיקס (וידוע מאמרו של דר. יוּדזשין וויגנער). ווי אויך טוהט די פיזישע מציאות אונזערע שטיין ביסודה אויף קוואנטום וועיווס, וועלכע ווערן טאקע געמאדעלט עפ״י די סארט מאטעמאטישע סיין טריגאנאמעטריק (פּעריאדישע) פאָנקשענס.

ולכן איז די טיפקייט פונעם וויץ דא אז ״סיין״ איז א האָמאָפוֺין [צוויי אנדערע ווערטער וועלכע הערן זיך דאס זעלבע אבער ווערן אנדערש אויסגעלייגט] אינעם ענגלישן שפראך, פאר סיי א צייכן און סיי אט די פאָנקשען וועלכע טוהט מאטעמאטיש מאדעלן די יסוד המציאות. און די רמז(?) דערין איז אז שפראך איז צי מוגבל לידע עי״ז דאס מציאות פונעם קאנצעפּט פון ״ג-ט״. און די ״צייכן״ למציאות ה״א-ל״, וויאזוי אימער מ׳איז דאס מגדיר, ליגט אין די awe בהמציאות גופא וועלכע שטייט ביסודה אויף מאטעמאטיקס און די סארט קוואנטום וועיווס.

דאס קען זיין א משל ווי הומאר ברענגט ארויס א שטארקע פילאזאפישע געדאנק.

***

לגבי מגדף טענה'ט דר. טעאדאר לואיס אז די הארבקייט דערפון להתורה איז געווען וויבאלד מ'האט געהאט געקלערט אין יענע צייטן אז דאס קען אומברענגען א גאט. מיינענדיג, זיי פלעגן קלערן אז די שם פון א גאט איז א כח ממש, און ווען מ'לעכערט דאס, "נוקב", ברענגט מען אום דאס גאט. און דא האט ער געוואלט נוצן אט די כח פון דעם נאמען, אויף די נאמען אליינס (ועיין בסנהדרין נו.) דאס "אומצוברענגען". ולכן איז דא דערויף די חיוב מיתה כמו ברוצח, צוזאמען מיט וועלכעס עס שטייט בפ' אמור, זייענדיג אז דאס איז געווען די כוונה. (עס דערמאנט א משהו פון די סעלף-רעפערענשאל וויץ פון דאָגלעס עדעמס לגבי ג-ט.)

דר. סערגעי פראלאוו טענה'ט אז די כותבי התורה האבן געוואלט ארויסברענגען אז ג-ט גייט נישט אָן גידוף. נאר אז מ'האט אים געפרעגט הדין של מגדף, זייענדיג אז ס'האט זיי געבאדערט, האט ער אים דן געווען למיתה. אבער גראד נאכדעם איז דאס צאמגעשטעלט געווארן מיט'ן אלגעמיינעם געדאנק פון "כאשר עשה כן יעשה לו". מיינענדיג, אז ג-ט האט זיי געוואלט זאגן אז הבחירה בידם און טאמער נעמען זיי אָן אז עס איז דא דערביי א חיוב מיתה, דאן דארפן זיי זיין גרייט אז העכו"ם וועלן זיי דן למיתה פאר'ן אוועקמאכן און מגדף זיין זייערע אפגעטער.

***

ולגבי די קשר בין סייקעדעליקס/קאַנאַבּיס און נבואה, זענען דא די שטודיעס אז קאַנאַבּיס קען שאטן פאר ערעקטייל דיספאָנקשען ותאוות נשים (היפך זה). וא״כ געבט דאס נאך א רמז בהא דמצינו אז מ׳איז פורש מאשה בשעת נבואה (וקודם מתן תורה וכדומה).

‏מאידך גיסא האט די שטודיע געצייגט אז עניני משגל ווערן בעסער בין איש לאשה נאכ׳ן נעמען סייקעדעליקס. ולכן לאחר מתן תורה איז דאך געווען (דברים ה כו) שובו לכם לאהליכם, ועיין בשבת פט:

(ועיין כאן.)

***
מי אני האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:39 amווי איך האב טאקע צוגעברענגט פון דר. דזשאן שעלענבערג, דארף מען אין דעם דיון פון "ג-ט" ואלקות צו נעמען אין באטראכט וויפיל דעם מין האדם איז נאך שייך צו נתפתח ווערן בהעתיד. וואס לויט דעם קומט אויס אז אפילו די מערסטע סאפיסטיקירטע קאנסעפּשאן אין דעם מושג פון "ג-ט" וואס אונז האבן כהיום, איז דאס נאך אלס גאר גאר קינדעריש און פּרימיטיוו, ואפילו פון א מענטשליכע מבט - דער (טעארעטישע) מענטש של (דעם ווייטן) העתיד. (דאס קען זיין א נייעם קנייטש אין דעם געדאנק פון (רש"י דברים כו ג) אין לך אלא כהן שבימיך. והיינו, ווי אזוי מ'פארשטייט און מ'איז מכהן וכו' דעם מושג פון "ג-ט", קען נאר זיין כבימיך. עס וועט אבער ווערן מער און מער ריפיינד וכו' בהתפתחות האדם.)
דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט אויפ'ן פסוק (קהלת ג יא) גם את העולם נתן בלבם מבלי אשר לא ימצא האדם את המעשה אשר עשה האלקים מראש ועד סוף:
It seems more likely that the intended meaning is: man is conscious of the idea of eternity (Qohelet as a philosopher surely is), but that is the source of further frustration, for he is incapable of grasping “what it is God has done from beginning to end
ולפי"ז איז דאס נאך א טיפערע קנייטש, אז דער מענטש קען פארשטיין די עצם געדאנק פון "טיפע" צייט אויף אבנארמאלע שטרעקעס, אבער דאך קען ער דאס נישט פולקאם משיג זיין און די השלכות דאס האט אויפ'ן פארשטיין די עצם קאנצעפּט פון "אלקים" אליינס.

***
Is Man merely a mistake of God’s? Or God merely a mistake of Man?

Friedrich Nietzsche
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

וויקיפידיע ברענגט צו פון שמואל הולדהיים:
In Allg. Zeit. des Jud. ii, Nos. 4-9 Holdheim discusses the essential principles of Judaism, arriving at the conclusion that Judaism has no binding dogmas
***

לגבי די געדאנק פונעם קאלקולוס לימיט וואס זאגט אז אונזער פארשטאנד אין ״ג-ט״ איז ווי זאגן ״0״ דערביי, ע״ע במש״כ כאן.

***

דר. איעין מקגילכריסט זאגט:
When it comes to certain things like, for example, consciousness, the ability to grasp it, to pin it down, to say what it is and where it arises, this is almost the wrong way to approach it because it's not a thing like that. It's not another thing in the world alongside the things that consciousness allows us to be aware of. And God is not a thing in the world in the way that a rock or a stone or a tree is a thing in the world, or at least I would begin to want to qualify that as well, but for these purposes, let's say a bicycle is a thing in the world, but God is not a very complicated machine. He's not a very complicated anything of the kind that we know

And so to try to approach God in that way is going to produce no insight into what people mean. And you have to be either a very arrogant or a very confident person to say, “Well, all these people who think that they understand something that I can't see, they're just wrong because I can't see it.” Another way of looking at it would be, “Well, maybe I need to revise my thoughts about what is true”

And I know this sounds like sort of hedging one's bets, but is there a truth that can be stated in words, that is true to what human nature is? So is human nature in other words, something that can be written down in a scientific text and that pins down and exhausts what a human being is? Now, human beings we know exists and we all have experience of them. But in order to convey the realities of what a human being is, encounters and is capable of, you'd have to turn to art. You'd have to turn to the works of Shakespeare. You'd have to turn to narratives. You turn to stories, to great myths which explain our relationship to a divine realm or to the cosmos or to one another. And if you don't have, and I think some people are just born without the capacity to feel what it is that art tells us, what poetry tells us, what music tells us, what rituals tell us, what narratives tell us, then you won't understand why you're missing a very great deal because you're trying to make it all fit onto a very procrustean bed. You're trying to cut off everything that doesn't fit into this one way of looking at things

And to make this clear, in the ancient world, in the ancient Greek world, and these people were by no means fools, I mean, they were the first scientists in the modern sense. They made extraordinary scientific advances, but they didn't think that these advances would tell them the answers to the big questions like: What is a human being? What does consciousness mean? Where is it? Who has it? What is the divine? What do we mean when we talk about the sacred? Which almost everybody experiences and finds a need to talk about the sacred, even if they don't use the term “God”, it doesn't really matter

And so in this ancient Greek world, there were two conceptions of truth, mythos, or muthos as it would be originally, and logos. Mythos has given us the word “myth” and logos has given us the word “logic”. But they believed that the big truths, the really deep truths, the great truths, could only be encompassed by poetry, by narrative, by what falls in the realm of “myth”. Whereas “logic” was the sort of thing that a lawyer would do in a courtroom to settle a dispute and decide how much money was owed by one person to another. So it operated on a much more trivial realm. Now you can say I'm only interested in that trivial realm in which things can be measured and demonstrated by a photograph and so forth. But do you believe in love? Do you think that love is real? If you don't think it's real, I pity you because it's the most staggering experience in life. It has many forms: there's the erotic love one has for a partner. There is the love one has for nature. There is for those of us who sense something greater and divine, there is the love one has for that. But love cannot be demonstrated in laboratory. It cannot be manipulated. It can't be measured in any way. Does that make it unreal? Not at all

So I feel this is just a huge discrepancy between a very narrow idea of what truth is and a broader one. And if you'll permit me, I just want to say something about “truth” there. There are many ways to think about what “truth” is and many types of theory and philosophy about how to think of truth. But there are two that are very important because they're quite different and we can recognize them. “Truth” as correctness, which is really this closing down on a precise form of words or measurement that encompasses what it is that we are looking at. There's something out there, which is the truth, and I'm going to take steps which lead me in a linear fashion towards that truth, and I get closer and closer to that truth, which is an entity somewhere. While the other is that “truth” is a process of discovery, of unveiling, and when I say discovery, I mean literally uncovering, uncovering the accretions that have come between us and a deeper truth that is not discernible by the everyday eye of reason. The everyday eye of reason is very valuable. I very much respect reason and science, and they've served me well for many, many years.

And I worry that nowadays, in fact, both of them are coming under attack. People are discrediting science unless it fits with the narrative of what they would like politically to think is true. That people are discarding reason if they don't find that it leads to the place they want to go. I'm not attacking them. I'm just saying they have limitations. Intuition has limitations too, but it also has great powers to put us in touch with things that science alone won't take us to. Indeed much of science was actually solved not by the scientific method, but by a process of intuitive approach towards a gestalt, a shape, a form, which gave the answer to a mathematician or to a scientist. Imagination is also a very important tool. As was known to the great philosophers of the late 18th and early 19th century, imagination was the way in which one felt one's way into the true reality of something other than oneself. And without imagination, one couldn't reach it

I argue strongly that if there is a God, that God is not omniscient and not omnipotent. But is also not, not omniscient and not omnipotent. What do I mean by that? If you think of these things in a very left hemispheric way, the omniscience would mean that God knows everything that ever has been, ever will be, and all the possibilities. And therefore, the future is known, everything is closed, and the whole business of us leading out our lives is really a sorry charade, because we have no freedom. And as it were, the cosmos is not achieving anything creative. It's just unfolding something that's already there. And omnipotence can be of a similar kind, that it means that God can just do anything, can make, you know, two equal five or whatever. I don't believe that God is of this nature

But I don't think that you can say, well, God is not omniscient or not omnipotent. You can only say he's not, not omniscient and not, not omnipotent. And what I'm getting at here is that those terms don't really apply. It's like, if you ask me, “Well, is God green?” And I say, “Well, no, God's not green. But, you know, he's not not green either.” I mean, it's just, it's the wrong kind of term to use. It's like asking “if God is even?” And it's like, “No, He's not even. But He's not odd either.” It's just the wrong terminology. As famously, Thomas Aquinas pointed out, all religious language is analogical. That is, God is not omnipotent. God is not loving. God is not powerful. God is none of these things, because these are human terms to sort of approximate the kind of thing that God might be like

And maybe the only way that we really have the authority to use these as analogies is because we have Scripture using these terms, so we know they must be accurate at some level, but we have to keep in mind that God is not any of these things. These are just essentially metaphors

People are probably gonna be a bit sort of befuddled by that, but if I'm understanding you correctly, you're meaning something a bit like that? But I am meaning exactly something like that. I'm meaning that you're asking a question, which is the question you could ask of something that is already a creation, a machine or an object, but God is not a machine or an object. God is the terms as it were on which there can be anything. So God is not the first cause in the sense of a first actor who temporarily started a process, but God is the prime cause in the sense that the without which there can be nothing. So the basis on which there can be something. And the questions you can ask of that are different questions
ולגבי דייעלעטיאיזם בטעאלאגיע, זאגט ער:
Metaphor is behind all our language, including very much the language of philosophy - of mainstream analytical philosophy and of science. So as I sometimes point out, even the words like abstract and immaterial are themselves entirely metaphorical. The word abstract comes from Latin roots, meaning “to be dragged away from somewhere”. In other words, taken out of its context and physically dragged somewhere else. That is what it comes from. immaterial comes from the root originally, mater, meaning “mother”, and going on from there to mean “wood” as a symbol of things that are material and so forth. So all our thinking, we couldn't get to first base without metaphors. All our thinking is based on metaphor

I think you should be as clear as the subject matter allows, but no clearer than that. And if you try to make it clearer, you are now moving into error. You're moving away from truth towards falsehood. And the really big questions are of this nature that they can't be clarified in that way. And they can't be made consistent with the Law of Non-Contradiction. That all started with, of course, Aristotle. And it has had an unfortunate effect that people are unwilling to see that a thing and its opposite may often obtain. I'm saying that sometimes not only can it be neither, but it might be both. And here again, we have to say the stuff that deals with the everyday is not a good way of dealing with the rarefied area we're going into of consciousness of God and so forth

Let me quote Niels Bohr. The gist of what he was saying was that a thing and its opposite may very well be true. And he had the yin-yang symbol, the taijitu, on his coat of arms. He said that a thing and its contrary are often true. But this is not true of the trivial. For example, if I had coffee this morning, either I had milk in it or I didn't, there's no sense in saying, “Well, it's not really one or the other.” But when you get to the realm of the things we're talking about, they are manifest more by contradiction than by simple statements where the contrary is obviously wrong
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בנוגע די לעצטע פון אונז האב איך געהאט אביסל דערמאנט איבער די חילוק צווישן נארמאלע מענטשן בדעת און זאַמבּיִס בלא זה וואס ארבעטן אויף ריין אינסטינקט כשאר בע״ח. דאס האט מיר ארויסגעברענגט די קשיא וואס איך האב אלעמאל געהאט ביים זעהן די סארט פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק פילמס און סעריעס (כגון די 28 טעג שפעטער סעריע, די וואָקינג טויטע טעלעוויזיע סעריע, די מעד מעקס סעריע, און די רעזידענט איִוועל סעריע). מיינענדיג, פארוואס ווילן די מענטשן, סיי די פּראטעגאניסטס און סיי די ענטעגאניסטס, לעבן בכלל?! פארוואס ווילן זיי אָנגיין אין אזא מציאות, און זיי שלאגן זיך נאך גאר אָנצוהאלטן מציאותם בה?!

יעצט, ממילא בע״ח שאין בהן דעת, איז עס טאקע די ביאלאגישע האַרדוויירד אינסטינקט צו סוּרווייוון, דאס וואס טרייבט זיי צו טוהן כל מה שביכולתם ווייטער אָנצוגיין. עס איז בלא דעת כלל. און דאס איז וואס האט זיי טאקע געטריבן ביי עפּאַקעליפּטיק קאטאסטראפעס אינעם וועלט׳ס עבר ווייטער אָנצוגיין, טראץ דעם וואס עס איז ממש געווען א חיי גיהנום.

אבער ביי מענטשן שיש בהן דעת און מעשים זענען נישט (עכ״פ דארפן נישט צו זיין) ריין אינסטינקט, אויף וואס ארויף? סתם צו לעבן א חיים של חיי צער און זיך מוטשענען אָן קיין געהעריגע תקוה אויף בעסערס?! ואיה״נ אז אינעם האָמאָ דזשינוס׳ס עבר בהעולם לאנג צוריק איז עס אויך געווען א קאנסטענט חיי צער, און דאך זענען זיי ווייטער אָנגעגאנגען מיט׳ן לעבן, איז דאס אבער טאקע נאך פאר דאס מענטשהייט, שנובע ממנו, איז פולקאם ‏צוגעקומען לצלם אלקים ודעת (רעלאטיוו צו אונזער יעצטיגע מדריגה בדעת).

דאס זעהט מען טאקע אין די לעצטע עפּיזאָד פון די לעצטע פון אונז [די ניינטע עפּיזאד פונעם ערשטן סעזאן]. דער כאראקטער יואל פארציילט צו זיין באגלייטערין עלי אז ער האט טאקע פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן נאכ׳ן טויט פון זיין טאכטער שרה, אבער אָן ערפאלג. און טרעפענדיג איר, אזוי ווי א כעין שטיף-טאכטער און דורכגיין תלאות הדרך צוזאמען מיט איר, האט ער געטראפן א נייעם משמעות אין לעבן. עס שטעלט זיך נאכדעם ארויס אז עלי, זייענדיג אז איר מאמע איז אינפעקטירט געווארן מיט די קאָרדיסעפּס פאָנגוס ממש ביים איר געבוירן, אז די קאָרדיסעפּס פאָנגוס האט זיך אזוי אריינגעשטעלט אין עלי׳ס מח, און עס ״רעדט איין״ עני נייע אינפעקשאן אז עלי איז שוין אזא סארט זאַמבּי ווען באמת איז זי נישט. ולפי״ז, קען מען אויפשניידן איר מח און עס רעפּראדוצירן און אזוי היילן דעם קאָרדיסעפּס מגיפה בכלל. ולכן פרעגט מען איר נישט און מ׳שלעפט איר איין כדי איר צו טויטן און ארויסנעמען איר מח דערפאר. (כמובן, איז דאס די עטישע שאלה פונעם טראַלי פראבלעם.) יואל אבער ‏הרג׳עט אלע דאקטורים כדי איר ארויסצוראטעווען פון דארט, און אז עס זאל נישט פארבלייבן קיינער וואס ווייסט אפילו אז זי קען זיין א לעזונג צו אט דעם עפּאַקעליפּס אין וואס דאס מענטשהייט איז אין.

דאס האט ארויסגעברענגט צו מיר וואו אין אזא סארט מצב איז די וואס גייען אָן מיט׳ן לעבן טראץ די אבנארמאלע שוועריקייטן, טאקע נישט אזוי ווייט מכח דעת ווי מכח אינסטינקט גרידא. ער גייט ראטעווען דאס צענערלינג וועלכע געבט אים די משמעות בחיים, טראץ דעם וואס ער ווייסט אז מיט דעם איז ער מקריב זיך, איר, און דאס גאנצע מענטשהייט צו א חיי אבדון מחמת זה. (אין די נעקסטע געים/סעזאן איז זי טאקע גאר בייז אויף אים דערפאר און זי צוקריגט זיך מיט אים.)

ואולי איז אפילו ביי דעם אלעם טאקע שייך די טעם פון אלבּערט קאמוס, צו טרעפן מיענינג און סיפוק בתוך דאס טאקע עמבּרעיסן אט דעם אבסורדע האַראַר ממש. ולכאורה יש בזה סמוכין מדברי דר. וויקטאר פרענקל לגבי לעבן אינעם קאנצענטראציע לאגער, און וואו דער מענטש קען ממש אלעמאל האבן א האפענונג אויף בעסערס ווי עס איז יעצט, אדער סיפוק אינעם קאנעקשאן מיט אנדערע ברואים. (ואולי איז דאס אלעס נכלל אין דעם (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו. והגם איוב אליינס האט גראד נאכדעם מקלל געווען יומו שנולד בו, איז אבער איינמאל מ׳איז שוין יא למעשה פאקטיש דא איז נישט אזוי פשוט אויף ארויס; איוב איז טאקע נישט באגאנגען זעלבסטמארד. ווי אויך איז ביי אַן עפּאַקעליפּס נאך ערגער וואו מ׳זעהט נישט קיין ‏וועג צוריק בכלל פאר׳ן מענטשהייט. און צרת רבים איז דאך נחמת שוטים און מאכט עס דא נאך ערגער אלס אין מנוס למושיע לו.

ועיין בדברי דר. דערעק פּאַרפיט.)

עס קען טאקע אויך זיין אַן ענליכע שאלה צו ווען מ׳שטעלט אריין א מאדערנער מענטש אינעם לעבן פונעם מיטל-אלטער (צי נאך פריער) אָן קיין וועג צוריק און אָן קיין מעגליכקייט דאס צו מאדערענעזירן, צי ער וואלט געוואלט בכלל לעבן?

דאס אלעס דערמאנט פונעם מימרא פון עמיל סיאראן:
The fact that life has no meaning is a reason to live - moreover, the only one

Only optimists commit suicide, optimists who no longer succeed at being optimists. The others, having no reason to live, why would they have any to die?

If I were to be totally sincere, I would say that I do not know why I live and why I do not stop living. The answer probably lies in the irrational character of life which maintains itself without reason
ולגבי בּאָרדאָם האט ער געזאגט:
A zoologist who observed gorillas in their native habitat was amazed by the uniformity of their life and their vast idleness. Hours and hours without doing anything. Was boredom unknown to them? This is indeed a question raised by a human, a busy ape. Far from fleeing monotony, animals crave it, and what they most dread is to see it end. For it ends, only to be replaced by fear, the cause of all activity. Inaction is divine; yet it is against inaction that man has rebelled. Man alone, in nature, is incapable of enduring monotony, man alone wants something to happen at all costs — something, anything.... Thereby he shows himself unworthy of his ancestor: the need for novelty is the characteristic of an alienated gorilla
די ארטיקל זאגט טאקע ווי מערערע מענטשן וואטשן די סארט זאכן, און אז א דריטל אמעריקאנער גרייטן צו סאָפּלייס אין פאל פון אזא סארט קאטאסטראפע ל״ע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"

שליחה דורך אלפא »

געהערט א שיין ווארט בשם מעליצער רבי:

אידישקייט באשטייט פון דריי יסודות, אמונה, לימוד תורה, און שמירת המצוות, די דריי זענען מרומז אינעם ערשטן פסוק פרשת בחקותי, אם בחקותי תלכו איז תורה, ואת מצוותי תשמרו איז מצוות, ועשיתם אותם (זאגט ער) גייט ארויף אויף אמונה.

עס ליגט אבער אויך א טיפערן רמז אין פסוק דא, נעמליך, אויב איינער זאגט ער אז וויל נאר מקיים זיין אמונה מיט מצוות אבער נישט תורה, זאגט די פסוק 'אם' - ר''ת אמונה מצוות - בחקותי תלכו, דארף מען אויך לערנען. ו'את' - אויב איינער וויל נאר אמונה מיט תורה (ר''ת את) - דארף אויך זיין מצוותי תשמרו, און נאר צוזאמען אלע דריי איז עס ועשיתם 'אׂתם' - ר''ת אמונה תורה מצוות.

איי פארוואס רעדט נישט די פסוק פון אזא איינער וואס וויל אפשר נאר מקיים זיין תורה און מצוות אן קיין אמונה?! זאגט ער, ווייל דאס וואלט געווען בבחינת 'מת'! איז עס קיין אפציע נישט. (ובפשטות מובן לפי דעת מיכאל אברהם ודעימיה, דלא כמבואר באשכול הדין)

דאס איז אויך מרומז אינעם פסוק 'וצדיק באמונתו יחיה' - אמונה איז לעבן - דאס פארקערטע פון מת..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לפי דרכו קען מען זאגן אז דאס איז א רמז בהפסוק (דברים ד ד) ו״אתם״ הדבקים בה׳ אלקיכם ״חיים״ כולכם היום. והיינו, אז דער וואס האט אלע דריי, א׳מונה ת׳ורה מ׳צות, די ר״ת פון ״אתם״, דער האט דעם ״חיים״ פון (חבקוק ב ד) וצדיק באמונתו ״יחיה״ הנ״ל. ולכן נמי בא הרמז במכות כד. אויף דעם פסוק, בא חבקוק והעמידן על ״אחת״ ע״ש. והיינו, דעם ערשטן אות שהיא א׳ אין דעם ״אתם/אמת״ פון א׳מונה.

און דאס קען אויך זיין א רמז (שבת ל. נדה סא:) כיון ש״מת״ אדם נעשה חפשי מן המצות ע״ש. והיינו, אז טאמער איז נישטא דעם א׳ פון אמונה בתיבת ״מת״, דאן איז נישטא קיין ווערט להמצות והוא חפשי מהן. און דאס איז אויך די רמז בהפסוק (דברים ״חי״ יג) ״תמ״ים תהיה עם ה׳ אלקיך. והיינו, אז אותיות ״תם״ שהם הר״ת של ת׳ורה מ׳צות, זאל מען צאמשטעלן עם א׳מונה בה׳ אלקיך. (ולכן יעקב שהוא, בראשית כה כז, איש ״תם״ יושב אהלים, מצינו בב״ק לט: דר׳ יעקב משלם חצי נזק על ״תם״, בלי תיבת ״אומר״ ע״ש. והיינו, דתיבת ״אומר״ עולה מספר ״רמז״ וחסר לו מצוה ״א׳חד״ מספר ״רמח״, והיינו מצות אמונה בה׳, שהוא המצות עשה הראשונה במנין הרמב״ם. ועיין בפנים יפות סוף פ׳ וישלח.)

אבער מאידך גיסא בדרך אגדה, טרעפן מיר לפי הרמב״ם במו״נ ח״א פס״ח אז לגבי ״ג-ט״ ועניני אלקות קען טאקע נישט חל זיין "חֵי ה׳", מפני שאין חייו דבר זולת עצמו ע״ש. והיינו הרמז אז אמונה בזה איז דאך אלעמאל בגדר שלילה און נישט קיין פּאזיטיווע עסערשאן. והרמז אז עס איז טאקע נישטא דעם קאמפּליטע ״חיות״ בזה און די עיקר, בענין א׳מונה מ׳צות ות׳ורה, דארף טאקע זיין די חלק ה״מת״. (ולפי החת״ס בתורת משה סוף פ׳ וישלח, איז אות ת׳ אליינס כצורת אותיות ״חי״ ע״ש.)

ועוד יותר, הא׳מיר דאך ארויסגעברענגט אז אהי-ה אשר אהי-ה, וואס צייגט דאך אויף אמיתת הכרח מציאותו להרמב״ם שם בפס״ג, איז מרמז לזה אז ״אהי-ה״ פעמים ״אהי-ה״ עולה ״אמת״. און די שורש דערפון איז ״אהי-ה״ שעולה ״אך״, מכח דעם ווי מ׳דארף צו קוקן צו די רעכטע זייט וחסר פון אותיות ״לב״, שהוא מיעוט. ולרמז אז די ר״ת פון ״אמת״, אלע דריי מיט א׳מונה אויך, איז נישט עפעס וואס מ׳קען גרינג צוקומען צו. און דאס קען זיין די רמז בהפסוק (תהלים טו ג) הולך ״תמ״ים ופעל צדק ודבר ״אמת״ ב״לב״בו. והיינו, אז א מענטש זאל גיין מיט די ר״ת פון ״תם״, שהן ת׳ורה מ׳צות, וויבאלד די חלק פון ״אמת״, ביחד עם הא׳ של א׳מונה, איז נישט עפעס וואס מ׳קען צוקומען און ווי דער חכם דארף דאך קוקן לימין של אותיות ״לב״ שהן ״אך״ ומיעוט וואס איז דאך די סקווער-רוט פון מספר ״אמת״.

ולכן בא הרמז אז א כה״ג, וואס א ת״ח וואס האט ת׳ורה (ומצות, שהתורה מביאו לידי מעשה) איז קודם לו כדאיתא בהוריות (פ״ג מ״ח), איז זיך יא מטמא צו א ״מת״ מצוה (רש״י ויקרא כא יא). ולרמז אויף די חשיבות פון ״מת״ שהיא מ׳צות ות׳ורה וואס מאכט איינעם גרעסער וקודם לכה״ג ‏(אשר תיבת ״את״ אכן מרבה ת״ח כדאיתא בב״ק מא:).

ווי אויך טרעפן מיר באו״ח סימן סא סעיף ג אז די ווערטער ה׳ אלקיכם ״אמת״ זענען משלים מספר תיבות בק״ש למנין ״רמח״ ע״ש. והיינו הרמז אז די ווארט ״אמת״ המרמז להשלמת א׳מונה למ׳צות ות׳ורה כנ״ל, קומט לבסוף ומקודם לה איז אבער דעם תורתי שמרו במעשה.

ובזה, הא׳מיר פריער צוגעברענגט מהמי השילוח (וחת״ס) אז דאס אז עס שטייט בדיבור הראשון של העשרת הדברות (שמות כ ב, דברים ה ו) על מצות אמונה (להרמב״ם) אנכי ה׳ אלקיך און נישט ״אני״ אָנע אות כ׳, איז לרמז אז מ׳קען נישט צוקומען צו א השגה אין דעם קאנצעפּט און עס בלייבט אלס בכ׳ הדמיון ע״ש. ובזה קען מען טייטשן לפי כל הנ״ל (תהלים כו יא) ״ואני״ ב״תמ״י אלך. והיינו, וויבאלד מ׳האט געדארפט טוישן פון דעם ״אני״ ל״אנכי״, וואס צייגט אז א׳מונה איז אלס אַן אידעאל וואס מ׳קען נישט געהעריג משיג זיין און ערגענצן, לכן איז ב״תמ״י אלך, און די עיקר פאקוס דארף צו זיין אויפ׳ן חלק פון אותיות ״תם״ שהן ר״ת ת׳ורה מ׳צות, ווי איידער מיט׳ן א׳ פון א׳מונה. ולכן אברהם, וואס זיין נאמען איז גימטריא ״רמח״ (נדרים ״לב״:), וואס פרובירט צו ערגענצן דעם ״אמת״ עם מצות אמונה כנ״ל, איז ווען ער איז געקומען (בראשית כג ד) לקבור את ״מת״ו שרה, איז דא אַן אות כ׳ זעירא ביים ״לבכותה״, ולרמז אז די עיקר פאקוס דארף צו זיין אויפ׳ן חלק ה״מת״ ומ׳צות ות׳ורה, און דאס איז וויבאלד חלק א׳מונה איז רופף שלזה מרמז האות כ׳ בתיבת אנכי בעשרת הדברות כנ״ל. און טאקע ווען מ׳האט געטוישט זיין נאמען צו ״אברהם״ שעולה ״רמח״ עם מצות אמונה, שטייט (בראשית יז א) והיה ״תמ״ים, והיינו אז די עיקר פאקוס באדארף צו בלייבן אויפ׳ן חלק פון ״תם״ וככל הנ״ל. דאס קען אויך זיין די רמז בהפסוק (דברים לב לט) אני אמית ואחיה. והיינו, וויבאלד ס׳שטייט נישט ״אני״ בעשרת הדברות בדיבור א׳מונה, איז הרמז אז די פאקוס באדארף צו בלייבן אויפ׳ן חלק הר״ת פון מ׳צות ת׳ורה.

מיט דעם קען מען אויך טייטשן די פסוק (יהושע כד יד) ועבדו אתו ב״תמ״ים וב״אמת״. והיינו, אז כהיום איז פארט דא די ברירה פון עבודת ה״תם״ וואס איז אויך וואליד, הגם עס האט נישט די א׳מונה דאס צו ערגענצן לר״ת של ״אמת״.

עכ״פ ״תחיית המתים״ וועט נאר זיין לע״ל כשיקויים (ישעיה יא ט) כי מלאה הארץ דעה את ה׳.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"

שליחה דורך סקעפטיקער »

שוין לאנג נישט געהערט אזא ווארימע תורה פון מורינו @מי אני שליט"א
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"

שליחה דורך סקעפטיקער »

די חתם סופר שרייבט "אך אמנם אחז"ל במס' מכות בא חבקוק והעמידן על אחת שנאמר וצדיק באמונתו יחיה. שכל זמן שנמצאו בישראל בעלי אמונים בעלי שלום ואמת הרי הוא כאלו מקיימין כל התורה כולה". דאס שטימט זייער גוט מיט די פשוט'ע פשט פון אמונה, אזויווי פסו אמונין מבני אדם, און שטימט זייער גוט מיט די המשך הגמרא אין מכות וואס רעדט בעיקר פון דברים שבין אדם לחבירו.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 1:36 pm שוין לאנג נישט געהערט אזא ווארימע תורה פון מורינו @מי אני שליט"א.
ייש״כ!

און טאקע נאכדעם וואס אברהם האט זיך גע׳מל׳עט, וואס דארט איז אים געזאגט געווארן והיה ״תמ״ים וכנ״ל, איז געווען (בראשית ״חי״ א) כ״חם״ היום…

און מ׳טרעפט אויך באו״ח סימן שיא סעיף ו עפ״י שבת מג:
מת המוטל בחמה ואין להם מקום לטלטלו או שלא רצו להזיזו ממקומו באין שני בני אדם ויושבים מב' צדדיו חם להם מלמטה זה מביא מטתו ויושב עליה וזה מביא מטתו ויושב עליה חם להם מלמעלה זה מביא מחצלת ופורס על גביו וזה מביא מחצלת ופורס על גביו זה זוקף מטתו ונשמט והולך לו וזה זוקף מטתו ונשמט והולך לו נמצאת מחיצה עשויה מאליה
זעה׳מיר אז ביי א ״מת״ מאכט מען טאקע אַן ערמה וואו מ׳נוצט חמימות…

און הלכה נעמט אָן ביי חם אז ת״תא״ה גבר, און דא האט מען עוסק געווען בהר״ת של א׳מונה ת׳ורה.
ווי אויך הא׳מיר דאך צוגעברענגט אז בתוך אות ת׳ איז דא א צורת אות ח׳. און פון ״תם״ ווערט דא ״חם״.


***
מי אני האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:25 amווי הרב דר. ברוך פינקעלשטיין וויל מצדד זיין בכלל, איז שיכרות דוקא ביי אלקאָהאָל, וועלכע איז א גאנץ צווייטע סארט שיכרות ווי קאַנאַבּיס בכלל, וחלוק במין.
דא זאגט דר. ראלענד גריפיטס לגבי זיין פארשונג אין פּסילאסייבּין:
And then turning to my skeptical psychiatric colleagues, who immediately said, “Well, your subjects are delirious”, I had to take that head-on. And what we did is give them the Mini-Mental Status Exam, which is actually a gold standard measure of cognition, which is used to assess delirium. And importantly, in this case, it's not affected at all across the same range of psilocybin doses that produce these full-on mystical experiences
ועיין כאן.

ער ברענגט דארט ארויס די כאראקטעריסטיקס פון די עקספּיריענס:
IMG_7529.jpeg
עס איז מן הראוי לציין צו וואס ער זאגט:
The final implication and the one that's most interesting to me is the fact that psilocybin can occasion, in most people studied, mystical type experiences that are virtually identical to those that occur naturally. This suggests that such experiences are biologically normal and it raises the question why are we wired to have these salient sacred experiences of encountering Ultimate Reality and the interconnectedness of all people and all things? Experiences that arguably provide the very basis of our ethical and moral codes, common to all the world's religions. I think there's something about the mystical experience that relates intimately to the very nature of consciousness

Just reflect on the mysterious truth that if you direct your attention inward, you become aware that you're aware; an indisputable and profound inner knowing arises that we can all access individually and perhaps collectively. I think this inner knowingness is at the core of our humanity. We recognize that at some deep level we're all in this together and there's an impulse that arises for mutual caretaking. I further believe that investigation of this inner knowing, through contemplative and other spiritual practices can give rise to a profound worldview shifts of an uplifting kind and an awakening to a sense of freedom, peace, joy and gratitude that most people simply find unimaginable

The exciting exploration of the psilocybin occasioned mystical experience, seems to provide a modeled system for rigorous and prospective investigation of these awakening experiences. Further research will surely reveal underlying biological mechanisms of action and will likely result in an array of therapeutic applications. More importantly, because such experiences are foundationally related to our moral and our ethical understandings, further research may ultimately prove to be crucial to the very survival of our species
די יעוד אז לע״ל (ישעיה יא ט) ומלאה הארץ דעה את ה׳ און יעדער וועט זיין כנביא. ‏(ואגב, איז מן הראוי לציין אז דער אבן עזרא שרייבט דארט אויף דעם פסוק, ״כי ידוע הוא כי יודע השם לא ישחית לעולם רק יבנה ויתקן.״)

עס איז אויך אינטרעסאנט ווי דר. יהושע וואָלי דערמאנט אז שטודיעס האבן געצייגט אז די וועלכע האבן אַן עטעשמענט עוואידענט סארט פּערסאנעליטי, והיינו אז זיי האבן מורא צו קאנעקטן און מאכן א(ן אינטימע) קשר מיט מענטשן/פּאַרטנערס, איז דאס א פּרעדיקטאר אז זיי וועלן האבן א שלעכטע סייקעדעליק עקספּיריענס. משא"כ די וועלכע האבן אַן עטעשמענט ענקזייעטי סארט פּערסאנעליטי, והיינו אז זיי האבן מורא אז די צו וועלכע זיי האבן קאנעקטעד וועלן זיי פארלאזן, איז דאס א פּרעדיקטאר אז זיי וועלן האבן א גוטע סייקעדעליק עקספּיריענס. ואולי קען מען דאס צאמשטעלן לגבי נבואה בענין קשר ודביקות לאלקים און די סטייל פונעם נביא'ס קשר, ולכן אין שני נביאים מתנבאים בסיגנון אחד.

***

לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל ומראה יחזקאל של מעשה המרכבה, ברענגט דר. קארל ערליך צו אז עס זענען געווען די וועלכע האבן באטראכט די מראה הנבואה של יחזקאל ווי עיליענס וועלכע האבן באזוכט אונזער וועלט מיט זייער ״מרכבה״ פון ספּעיסשׁיפּס:
Ezekiel 1 was chosen as the haftarah for the first day of Shavuot, as it picks up on the theme of divine revelation, which is what the festival celebrates. This chapter is part of a larger complex consisting of Ezekiel 1:1–3:15 which belongs to the genre of the prophetic call narrative, and it details how God arrives in his chariot to speak with Ezekiel

The text is so peculiar that Erich von Däniken (b. 1935), a Swiss “ufologist,” i.e., someone who looks for evidence of alien visits to earth, used Ezekiel’s vision of the chariot as a parade example of an alien visitation story. (Von Däniken first articulated this theory in his 1968 bestseller Chariots of the Gods?, which was followed by a “documentary” of the same name as well as innumerable spinoffs.) (When I was an undergraduate in the mid 1970s, he was one of the more popular speakers on the college/university lecture circuit.) In fact, this theory proved so convincing to one NASA scientist, Josef Blumrich (1913–2002), that he wrote a whole book on it, including specs outlining how such a spacecraft would have functioned
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט