ווער פירט באמת אמעריקע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך שמן למאור »

אין א צווייטע אשכול האט ידידינו קורקלענד געשריבן א פולע געפאקטע תגובה, וואס איך האלט קומט אז מען זאל אפטיילן און מאכן א פרישע אשכול פון דעם.

קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 11:34 am דאס אז טראמפ קען לויפן האט גארנישט מיט דעם וואס אמעריקא איז ווייניגער קארופטירט אדער אויפריכטיג ווי רוסלאנד. ס'זענען גענוג אין נאך טראמפס אונטערגעגאנגען איבער די יארן אין אמעריקע פונקט ווי אין רוסלאנד נאך לאנג פאר זיי האבן זיך געקענט ציוואקסען צו וואס טראמפ איז. די סיבה פארוואס אמעריקע קען נישט באזייטיגן טראמפ איז ווייל ס'איז צו שפעט און ער איז שוין צו גרויס. ועל כולם האבן זיי אומפארשעמטערהייט מיט אראגאנץ און פרעכהייט איהם גע'גנב'ט די עלעקשאן. איז פארן לאנד וואס מאכט עס א נפקא מינה צו ער קען לויפן אויב ער קען נישט געווינען. און את''ל אז ער געווינט שוין יא... האבן זיי איהם לעצטע מאל אויך פאראלאזירט. ס'איז נישט צום גלויבן וויאזוי א רינגל פון עליטע פארברעכער האבן געבראכן געזעץ נאך געזעץ אונטערצוברענגען די ערוויילטע רעגירונג אין די פאראייניגטע שטאטן, טאג איין און טאג אויס קומען ארויס פרישע נייעס פון אלטע פאקטן און עווידענס וואס איז געווען פארדעקט פון וויאזוי די כיליגאנעס שטויסן דאס לאנד אין פנים. און זיי זענען פריי. מ'קען זיי גארנישט טוהן. פארוואס? ווייל דאס אינפארסירונג פון געזעץ איז געהיידזשעקט געווארן דורך יענע קליקע און מיט יענע כח האבן זיי שליטה אויף אלסדינג אפגעזען פון ווער ס'איז בראש.

איך בין נייגעריג צו דו האלסט אז אמעריקע איז ממש פונקט אזוי ווי רוסלאנד, אדער דו האלסט אז עס איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי. אויב יא, איז די חילוק ממש קליין אדער גרויס. אוודאי איז דא פראבלעמען אין אמעריקע, אבער צו איז עס דען רוסלאנד?

דו שטעלסט אראפ פאר א פאקט אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון טראמפ.

וואס זענען דיינע הוכחות צו דעם? און ווער איז דאס 'דער' וואס איז געשטאנען אינטער די אפאראציע פון גנב'ענען די אלעקשנס? איז עס געווען ביידן אליין? איז עס די זעלבע עליטע גרופע פון וואס דו רעדסט שפעטער?

ועל כולנה וויל איך טאקע וויסן ווער זענען די מעמבערס פון די באהאלטענע עליטע גרופע וואס פירן באמת אמעריקע? ווער שטייט בראש פון די קליקע? ווער זענען די מעמבערס? ווען און וואו קומען זיי זיך צוזאם צו מאכן די החלטות איבער אמעריקע? און איך וויל פארשטייט זיך אויך וויסן פון וואו דו ווייסט די אלע באהאלטענע אינפארמאציע.

ייש"כ ותודה למפרע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

די עכטע שאלה איז ווער פירט באמת ביידן/העריס, איך האב אינסייד אינפארמאציע אז טראמפ פירט די גאנצע זאך בבחינת הסתרה שבתוך ההסתרה און די גניבה פון די וואלן איז בעצם אויך גע׳גנב׳ט געווארן דורך טראמפ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הכנה דרבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
בן נח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך בן נח »

שמן למאור האט געשריבן: איך בין נייגעריג צו דו האלסט אז אמעריקע איז ממש פינקט אזוי ווי רוסלאנד, אדער דו האלסט אז עס איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי. אויב יא, איז די חילוק ממש קליין אדער גרויס. אוודאי איז דא פראבלעמען אין אמעריקע, אבער צו איז עס דען רוסלאנד?

דו שטעלסט אראפ פאר א פאקט אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון טראמפ.

וואס זענען דיינע הוכחות צו דעם? און ווער איז דאס 'דער' וואס איז געשטאנען אינטער די אפאראציע פון גנב'ענען די אלעקשנס? איז עס געווען ביידן אליין? איז עס דו זעלבע עליטע גרופע פון וואס דו רעדסט שפעטער?

ועל כולנה וויל איך טאקע וויסן ווער זענען די מעמבערס פון די באהאלטענע עליטע גרופע וואס פירן באמת אמעריקע? ווער שטייט בראש פון די קליקע? ווער זענען די מעמבערס? ווען און וואו קומען זיי זיך צוזאם צו מאכן די החלטות איבער אמעריקע? און איך וויל פארשטייט זיך אויך וויסן פון וואו דו ווייסט די אלע באהאלטענע אינפארמאציע.

ייש"כ ותודה למפרע.

דאס קען זיין א געוואלדיגע שמועס - אויב די אשכול וועט נישט ווערן געהייזשעקט...
דער עקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:45 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך דער עקס »

מיר וואונדערט אז די אלע וואס פארפירן די גאנצע צייט קעגן די "גרויזאמע מעכטיגע דיעפ סטעיט", האבן גארנישט מורא אז די דיעפ סטעיט וועט זיך נעמען צו זייערע ביינער...
“Every great cause begins as a movement, becomes a business, and eventually degenerates into a racket.”
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

לענ''ד זאגט מיר מיין פילינג אז אין די מערב וועלט - און אין אמעריקא אביסל ווייניגער - איז דא אסאך קארופציע, אויף א לאקאלע, סטעיט, און פעדעראלע שטאפל. אבער ס'קומט נישט צו, צו רוסלאנד ודומיהם קיין צוואנציגסטל.

לגבי ביידן, בין איך נוטה אז אויף פיל זאכן קען ער זיך יא שטעלן - לדוגמה די ערשטע וואכן נאך אקטאבער 7 - אבער בכללות'דיג ווערט ער אסאך געפירט ביי די נאז.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

פרוכט זאפט האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:
לגבי ביידן, בין איך נוטה אז אויף פיל זאכן קען ער זיך יא שטעלן - לדוגמה די ערשטע וואכן נאך אקטאבער 7 - אבער בכללות'דיג ווערט ער אסאך געפירט ביי די נאז.

ווען ביידען האט געזאגט וואס מיך געפעלט, איז ער געוועהן אין קאנטראל. ווען ער זאגט וואס ס'געפעלט מיך נישט דעמאלס פירט מען אים ביי די נאז.....

וואס ווייסטו וואס מיר געפעלט?

האסט עפעס א מיינונג דא אדער דו קענסט נאר פארצן דיין פסולת?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:02 pm איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.

א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.

ב. ס'מיז זיין אויף איין פיס נישט לענגער ווי אפאר זאצן.

ג. נאך אזעלכע מינע רולס....

דערפאר האסטו דיך ארויסגעדרייט פון אפי' עפענען סיי וואס מ'האט דיר געברענגט. אזוי קענסטו ווייטער לעבן מיט דיינע איינרעדענישן.

גראדע האב איך געהאט נאך אסאך מער. אבער אפי' די ערשטע דאקומענט האסטו 'ניטאמאל אויפגעמאכט' איידער ביסט צוריקגעקומען אז ס'נישט גוט ווייל ס'גייט דיר פארנעמען צופיל צייט......

איך האב נישט יעצט די צייט צו מאכן א לענגס און א ברייטס. טראץ וואס איך האב אסאך חשק. אבער קודם וועל איך פשוט ענטפערן אויף די שאק און שוידער וואס מענטשן כאפן ווען אימער איך זאג אז אמעריקע איז 'פונקט' ווי רוסלאנד.

די אמת איז 'איך ווייס נישט'. פארוואס נישט? ווייל איך ווייס נישט וואס טוהט זיך אין רוסלאנד. וואס איך ווייס אבער יא איז וואס ס'טוהט זיך אין אמעריקע. און באזירט אויף וואס איך האב געהערט וועגן רוסלאנד. און באזירט אויף וואס מ'קען יא אדער נישט גלויבן איז עס בערך די זעלבע.

אפשר עס צו מאכן גרינגער לאמיר ברענגען א געוויסע געפערליכער מציאות פון רוסלאנד און לאמיר זעהן אויב אין אמעריקע פאסירט דאס נישט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

נישט אלעס ווייס איך. אבער לדעתי איז ביידן נישט אין קאנטראל. שטעלט זיך די פראגע, ווער יא? איך ווייס נישט. איך בין זייער נייגעריג און אויב ווייסטו ביטע לאז מיר וויסן. איך האב געליינט א געוואלד שוין יארן לאנג אויף די נושא. מיט די צייט האב איך געזען אז דער וואס קען יעדן לייגן אין תפיסה דא אין אמעריקע דער פירט אלעס. דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי די אטוירני דזשענעראל פון אמעריקע. קיינער קען איהם נישט ריקן אבער ער קען יעדן אוועקשליידערן ווען און וויאזוי ער וויל. די מער איך האב געליינט די מער האב איך עס אנערקענט. יעצט איז די שאלה ווער קאנטראלירט די DOJ! אט די פראגע פלאגט מיר זייער שטארק. אבער פאר מיר געוואויר צו ווערן איז זייער שווער. און ס'לוינט נישט אריינצולייגן די כוחות ווייל ס'מאכט נישט קיין נפקא מינה.

דאס איז איינער פון די עיקר סיבות פארוואס די עסטעבלישמענט האט געטוהן וואס נאר מעגליך אז טראמפ זאל נישט קענען צורירן די DOJ. מיט אזעלכע מאדנע תורות אז ער טאר נישט פאליטיזירן. זיי דארפן זיין זעלבסטשטענדיק!? וואס מיינט דאס זעלבסטשטענדיק? די DOJ האט קלאר אנגעדרייט ארויסצוטראסקענען טראמפ אומגעזעצליך!

די מידיא איז פארנומען אז א פרעזידענט איז נישט איבער די געזעץ. אקעי. אבער פארוואס איז די טאַפּ בּרעסס אין די DOJ יא איבער די געזעץ?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך סקעפטיקער »

קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:48 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:02 pm איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.

א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.

ב. ס'מיז זיין אויף איין פיס נישט לענגער ווי אפאר זאצן.

ג. נאך אזעלכע מינע רולס....

דערפאר האסטו דיך ארויסגעדרייט פון אפי' עפענען סיי וואס מ'האט דיר געברענגט. אזוי קענסטו ווייטער לעבן מיט דיינע איינרעדענישן.

גראדע האב איך געהאט נאך אסאך מער. אבער אפי' די ערשטע דאקומענט האסטו 'ניטאמאל אויפגעמאכט' איידער ביסט צוריקגעקומען אז ס'נישט גוט ווייל ס'גייט דיר פארנעמען צופיל צייט......
קענסטו צוצייכענען וואו איך האב געזאגט די רולס? איך האב געזאגט אז דו זאלסט מיר נישט ברענגען קיין קונטרס פון אכציג זייטן נאר פאקוסן אויף "איין טענה אויפאמאל", די סיבה דערפאר איז זייער פארשטענדליך פאר ווער עס פארשטייט וויאזוי אן אויפריכטיגע דעבאטע ארבעט. און אויף דעם ווארט איך נאך. (דו קענסט אפילו זאגן "וואס זאגסטו צו די טענה וואס שטייט דארט אויף דף ..")
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

בנוגע די פאלשקייט פון די וואלן. האב איך צוערשט געברענגט די רעפארט פאבליצירט דורך טראמפס ראטגעבער פיטער נאווארא, עס איז זייער זיין צולייגט דארט בטיב טעם ודעת. ער ברענגט דארט א געוואלד פון עווידענס ציווישן אנדערע פרטים. קודם רעאגירט אויף יענע רעפארט. האט ער בכלל א צד? איז דא עפעס אויפציווייזן אז ס'איז שקר? אויב יענץ פאלט אוועק וועט מען זיך נעמען צו די נעקסטע שטיקל עווידענס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:03 pm
קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:48 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:02 pm איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.

א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.

ב. ס'מיז זיין אויף איין פיס נישט לענגער ווי אפאר זאצן.

ג. נאך אזעלכע מינע רולס....

דערפאר האסטו דיך ארויסגעדרייט פון אפי' עפענען סיי וואס מ'האט דיר געברענגט. אזוי קענסטו ווייטער לעבן מיט דיינע איינרעדענישן.

גראדע האב איך געהאט נאך אסאך מער. אבער אפי' די ערשטע דאקומענט האסטו 'ניטאמאל אויפגעמאכט' איידער ביסט צוריקגעקומען אז ס'נישט גוט ווייל ס'גייט דיר פארנעמען צופיל צייט......
קענסטו צוצייכענען וואו איך האב געזאגט די רולס? איך האב געזאגט אז דו זאלסט מיר נישט ברענגען קיין קונטרס פון אכציג זייטן נאר פאקוסן אויף "איין טענה אויפאמאל", די סיבה דערפאר איז זייער פארשטענדליך פאר ווער עס פארשטייט וויאזוי אן אויפריכטיגע דעבאטע ארבעט. און אויף דעם ווארט איך נאך. (דו קענסט אפילו זאגן "וואס זאגסטו צו די טענה וואס שטייט דארט אויף דף ..")
איך האב דיר געגעבן א קונטרס מיט אכציג זייטן און דו האסט נישט געקענט טרעפן דארט אפי' איין טענה זיך צו שטעלן אויף?

לייקענסט אז דו האסט געמאכט רולס און תכ''ד זאגסטו איבער די זעלבע נארישע רולס.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך סקעפטיקער »

קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:05 pm ער ברענגט דארט א געוואלד פון עווידענס ציווישן אנדערע פרטים.
וועל אויס איין ראי' פון "די געוואלד מיט עווידענס" וואס דו האלטסט טוט אויפווייזן אז די וואלן זענען געפעלטשט
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך סקעפטיקער »

קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:06 pm איך האב דיר געגעבן א קונטרס מיט אכציג זייטן און דו האסט נישט געקענט טרעפן דארט אפי' איין טענה זיך צו שטעלן אויף?

לייקענסט אז דו האסט געמאכט רולס און תכ''ד זאגסטו איבער די זעלבע נארישע רולס.
איך גיי מיך נישט שטעלן אויף א טענה און נאכדעם וועסטו מיר זאגן אז עס זענען דא נאך צענדליגע אנדערע טענות.

איך האב געמאכט די איין רול, און נישט די רולס וואס דו האסט געשריבן
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:14 pm
קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:05 pm ער ברענגט דארט א געוואלד פון עווידענס ציווישן אנדערע פרטים.
וועל אויס איין ראי' פון "די געוואלד מיט עווידענס" וואס דו האלטסט טוט אויפווייזן אז די וואלן זענען געפעלטשט
ס'לעצטע מאל איך רעאגיר. טאמער וועסטו עס ליינען וועסטו פארשטיין פארוואס ס'איז נישט גענוג 'איין' קליינע טיד-ביט. נאר אזויווי מ'זעהט אז דו קענסט נישט פארנעמען עפעס וואס איז לענגער ווי 160 קערעקטערס... קען איך דיר נישט העלפן. יעדע נארמאלע זאך נעמט גאנצע ביכער צו פארשטיין און דא ווילסט עס אלעס האבן מסביר געווען, קלאר, אנטשעלענדזשעבעל אין איין זאַץ. איים סאַרי אבער ביסט נישט קיין בר פלוגתא וואס איז מיר ווערט צו שטיין אין ווארט.

ס'איז איין לעוועל זיך צו דינגען מיט איינער וואס האט א אינטערעסע צו לערנען און קליגער ווערן. און צו ער ווערט יא אדער נישט קאנווינסעד איז שוין א צווייטע דרגא. אבער דא שטיי איך אין ווארט מיט איינער וואס איז ניטאמאל אינטערעסירט צו קוקן אויף סיי וואס. אבער ער 'ווייסט' אז איך בין נישט גערעכט.

הצלחה!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך סקעפטיקער »

אז דו ווילסט נישט איז נישט.

איך וועל דיר גרינגער מאכן. דו מוזט נישט אריינלייגן דיינע עווידענס אין 160 קערעקטערס, בלויז די טענה. וו.צ.ב.ש. די נומבער פון מענטשן וואס האבן געוואוט אין שושן הבירה זענען געווען מער ווי די רעדזשיסטערד וואוטערס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

דער עקס האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:10 pm
מיר וואונדערט אז די אלע וואס פארפירן די גאנצע צייט קעגן די "גרויזאמע מעכטיגע דיעפ סטעיט", האבן גארנישט מורא אז די דיעפ סטעיט וועט זיך נעמען צו זייערע ביינער...
ווער זאגט אז מ'האט נישט מורא. איך גיי טאקע נישט לויפן פאר פאבליק אפיס. קיינמאל נישט מנדב זיין קיין דאלער פאר מאַגאַ צוועקן. און זיך נישט דרייען ביי קיין שום פראטעסטן פון די מאַגאַ מאוומענט. און אזוי איז דא פילע צענדליגער אמעריקאנער וואס נאך יאנואר די זעקסטע ווייסן זיי גוט און קלאר אז זייער מיינונג טאר מען נישט 'צופיל' מפרסם זיין. ווייל אויב יא איז עס א מינימום פון א אודיט און מערסטנס אריין אין תפיסה פאר צענדליגער יארן.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך סקעפטיקער »

קורקלענד האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 1:45 pm https://www.dropbox.com/s/584r7xtnngauc ... 1.pdf?dl=0

ראשית כל, פרעגט דאס אפ.
ווילאנג דו גייסט אויף די מהלך, וועל איך אויך גיין אויף דעם מהלך
https://www.washingtonpost.com/politics ... e-staffer/
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

שוין געליינט אמאל. נישט נאר יענע ארטיקל, נאר אפאר אנדערע ארטיקלען אויך און ניין, נישט נאר ס'ווארפט נישט אפ נאווארא. זיי נעמען זיך גאר טאקע צו אפאר 'מינדערוויכטיגע' קליינע טעותים ועל הכלל כלו יצא....

אבער אזויווי פריער ערווענט דו האסט נישט געליינט נישט נאווארא און נישט דאס. האסט סך הכל גענומען צוויי מינוט צו מאכן א סוירטש צו קענען צוריק ווארפן אביסל זאמד אין די אויגן. איים סאַרי אבער ספּאַסט מיר באמת נישט צו שטיין אין ווארט אין אזא דעבאטע.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך האב נישט געזאגט אז די פאוסט ווענדט עס אפ, איך האב נאר געוואלט מאכן די פוינט אז ווען איך גיי אפווענדן איין טענה פון נאווארא גייסטו אויך זאגן אז איך האב אפגעוואנדן "אפאר 'מינדערוויכטיגע' קליינע טעותים", וועגן דעם וויל איך דו זאלסט ארטיקעלעיטן א טענה פארוואס די וואלן זענען געפעלטשט.

און ווי געזאגט פריער אז דו ווילסט נישט איז נישט.
[NAMELESS]

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס זענען די יודען וואס פיהרען אמעריקע און די גאנצע וועלט
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך קורקלענד »

זעהט אויס אז דו האסט נישט ארויס וואס דא איז פארגעקומען. לאמיך עס נאכאמאל מסביר זיין. ס'איז געווען א עלעקשאן. די צד וואס האט אנגעבליך פארלוירן האט געשריגן פראוד! קומסטו און שרייסט 'פּרעכע ליגענט!'. פרעג איך דיר וויאזוי דו ווייסט אז ער איז א ליגענער אויב האסטו ניטאמאל געהערט וואס ער האט צו זאגן?

קומט אויס אז אן בכלל אריינלייגן עני פלאג אין אפי' פרובירן צו הערן צו זיין טענות זענען עטוואס עפעס אריינצוקוקן, ביסטו שוין 'קלאָר' אז ס'איז שקר. איי, האסט ניטאמאל געהערט וואס ער זאגט צו זעהן צו ס'איז אמת? וואס א חילוק שרייסטו, פארדריי מיר נישט דעם קאפ.

איך האב דיר נישט געברענגט די נאווארא רעפארט דיר איבערציווייזן און אויך נישט דיר אויפציווייזן ווייל פון מיין זייט זאלסטו לעבן אין א טעות. קיינער אויף די וועלט (חוץ אפשר דיר) וועט גארנישט שאדן האבן אז דו לעבסט אין א טעות. נאר וואס דען, אויב איין טאג ווילסטו עס איבערטראכטן, און זאגן, איין מינוט וואס איז בכלל די טענה געווען פון צד טראמפ? איז טאקע דא א שאנס אז ער האט ווירקליך יא געוואונען? דאמאלטס קענסטו פאר זיך אליינס עס שטודירן. און האסט אין וואס אריינצוקוקן. און וואטעווער דו מאכסט אפ איז אקעי. און איך וואלט גראדע נישט געהאט קיין פראבלעם צו האבן א שמועס מיט דיר.

אין עבר האב איך שוין געהאט גענוג משא ומתן אויף פילע ענינים. און איך האב נישט געדזשאלעוועט צו ליינען אין געוויסע פעלער גאנצע ביכער. וואס איז צומאל נישט ווערד געווען. אבער נאכדעם האב איך געקענט זיין א חלק ווייטער אין די דעבאטע. אבער אזוי, איז די גאנצע מעשה נישט אינטערעסאנט.

אין קורצן, אויב ביסטו טאקע נייגעריג צו טראמפ האט א צד און וואס 'זיין' צד איז דאן איז מיר ווערט צו צולייגן די צדדים. אבער אויב ביסטו נאר אינטערסירט אין א געוויסע פאזיציע אפגעזען פון וואס די צדדים זענען. א גוטן טאג.
פארשפארט