אין א צווייטע אשכול האט ידידינו קורקלענד געשריבן א פולע געפאקטע תגובה, וואס איך האלט קומט אז מען זאל אפטיילן און מאכן א פרישע אשכול פון דעם.
קורקלענד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 11:34 am
דאס אז טראמפ קען לויפן האט גארנישט מיט דעם וואס אמעריקא איז ווייניגער קארופטירט אדער אויפריכטיג ווי רוסלאנד. ס'זענען גענוג אין נאך טראמפס אונטערגעגאנגען איבער די יארן אין אמעריקע פונקט ווי אין רוסלאנד נאך לאנג פאר זיי האבן זיך געקענט ציוואקסען צו וואס טראמפ איז. די סיבה פארוואס אמעריקע קען נישט באזייטיגן טראמפ איז ווייל ס'איז צו שפעט און ער איז שוין צו גרויס. ועל כולם האבן זיי אומפארשעמטערהייט מיט אראגאנץ און פרעכהייט איהם גע'גנב'ט די עלעקשאן. איז פארן לאנד וואס מאכט עס א נפקא מינה צו ער קען לויפן אויב ער קען נישט געווינען. און את''ל אז ער געווינט שוין יא... האבן זיי איהם לעצטע מאל אויך פאראלאזירט. ס'איז נישט צום גלויבן וויאזוי א רינגל פון עליטע פארברעכער האבן געבראכן געזעץ נאך געזעץ אונטערצוברענגען די ערוויילטע רעגירונג אין די פאראייניגטע שטאטן, טאג איין און טאג אויס קומען ארויס פרישע נייעס פון אלטע פאקטן און עווידענס וואס איז געווען פארדעקט פון וויאזוי די כיליגאנעס שטויסן דאס לאנד אין פנים. און זיי זענען פריי. מ'קען זיי גארנישט טוהן. פארוואס? ווייל דאס אינפארסירונג פון געזעץ איז געהיידזשעקט געווארן דורך יענע קליקע און מיט יענע כח האבן זיי שליטה אויף אלסדינג אפגעזען פון ווער ס'איז בראש.
איך בין נייגעריג צו דו האלסט אז אמעריקע איז ממש פונקט אזוי ווי רוסלאנד, אדער דו האלסט אז עס איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי. אויב יא, איז די חילוק ממש קליין אדער גרויס. אוודאי איז דא פראבלעמען אין אמעריקע, אבער צו איז עס דען רוסלאנד?
דו שטעלסט אראפ פאר א פאקט אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון טראמפ.
וואס זענען דיינע הוכחות צו דעם? און ווער איז דאס 'דער' וואס איז געשטאנען אינטער די אפאראציע פון גנב'ענען די אלעקשנס? איז עס געווען ביידן אליין? איז עס די זעלבע עליטע גרופע פון וואס דו רעדסט שפעטער?
ועל כולנה וויל איך טאקע וויסן ווער זענען די מעמבערס פון די באהאלטענע עליטע גרופע וואס פירן באמת אמעריקע? ווער שטייט בראש פון די קליקע? ווער זענען די מעמבערס? ווען און וואו קומען זיי זיך צוזאם צו מאכן די החלטות איבער אמעריקע? און איך וויל פארשטייט זיך אויך וויסן פון וואו דו ווייסט די אלע באהאלטענע אינפארמאציע.
ייש"כ ותודה למפרע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
די עכטע שאלה איז ווער פירט באמת ביידן/העריס, איך האב אינסייד אינפארמאציע אז טראמפ פירט די גאנצע זאך בבחינת הסתרה שבתוך ההסתרה און די גניבה פון די וואלן איז בעצם אויך גע׳גנב׳ט געווארן דורך טראמפ.
איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
שמן למאור האט געשריבן: ↑
איך בין נייגעריג צו דו האלסט אז אמעריקע איז ממש פינקט אזוי ווי רוסלאנד, אדער דו האלסט אז עס איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי. אויב יא, איז די חילוק ממש קליין אדער גרויס. אוודאי איז דא פראבלעמען אין אמעריקע, אבער צו איז עס דען רוסלאנד?
דו שטעלסט אראפ פאר א פאקט אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון טראמפ.
וואס זענען דיינע הוכחות צו דעם? און ווער איז דאס 'דער' וואס איז געשטאנען אינטער די אפאראציע פון גנב'ענען די אלעקשנס? איז עס געווען ביידן אליין? איז עס דו זעלבע עליטע גרופע פון וואס דו רעדסט שפעטער?
ועל כולנה וויל איך טאקע וויסן ווער זענען די מעמבערס פון די באהאלטענע עליטע גרופע וואס פירן באמת אמעריקע? ווער שטייט בראש פון די קליקע? ווער זענען די מעמבערס? ווען און וואו קומען זיי זיך צוזאם צו מאכן די החלטות איבער אמעריקע? און איך וויל פארשטייט זיך אויך וויסן פון וואו דו ווייסט די אלע באהאלטענע אינפארמאציע.
מיר וואונדערט אז די אלע וואס פארפירן די גאנצע צייט קעגן די "גרויזאמע מעכטיגע דיעפ סטעיט", האבן גארנישט מורא אז די דיעפ סטעיט וועט זיך נעמען צו זייערע ביינער...
“Every great cause begins as a movement, becomes a business, and eventually degenerates into a racket.”
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 1:02 pm
איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.
א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.
איך האב נישט יעצט די צייט צו מאכן א לענגס און א ברייטס. טראץ וואס איך האב אסאך חשק. אבער קודם וועל איך פשוט ענטפערן אויף די שאק און שוידער וואס מענטשן כאפן ווען אימער איך זאג אז אמעריקע איז 'פונקט' ווי רוסלאנד.
די אמת איז 'איך ווייס נישט'. פארוואס נישט? ווייל איך ווייס נישט וואס טוהט זיך אין רוסלאנד. וואס איך ווייס אבער יא איז וואס ס'טוהט זיך אין אמעריקע. און באזירט אויף וואס איך האב געהערט וועגן רוסלאנד. און באזירט אויף וואס מ'קען יא אדער נישט גלויבן איז עס בערך די זעלבע.
אפשר עס צו מאכן גרינגער לאמיר ברענגען א געוויסע געפערליכער מציאות פון רוסלאנד און לאמיר זעהן אויב אין אמעריקע פאסירט דאס נישט.
נישט אלעס ווייס איך. אבער לדעתי איז ביידן נישט אין קאנטראל. שטעלט זיך די פראגע, ווער יא? איך ווייס נישט. איך בין זייער נייגעריג און אויב ווייסטו ביטע לאז מיר וויסן. איך האב געליינט א געוואלד שוין יארן לאנג אויף די נושא. מיט די צייט האב איך געזען אז דער וואס קען יעדן לייגן אין תפיסה דא אין אמעריקע דער פירט אלעס. דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי די אטוירני דזשענעראל פון אמעריקע. קיינער קען איהם נישט ריקן אבער ער קען יעדן אוועקשליידערן ווען און וויאזוי ער וויל. די מער איך האב געליינט די מער האב איך עס אנערקענט. יעצט איז די שאלה ווער קאנטראלירט די DOJ! אט די פראגע פלאגט מיר זייער שטארק. אבער פאר מיר געוואויר צו ווערן איז זייער שווער. און ס'לוינט נישט אריינצולייגן די כוחות ווייל ס'מאכט נישט קיין נפקא מינה.
דאס איז איינער פון די עיקר סיבות פארוואס די עסטעבלישמענט האט געטוהן וואס נאר מעגליך אז טראמפ זאל נישט קענען צורירן די DOJ. מיט אזעלכע מאדנע תורות אז ער טאר נישט פאליטיזירן. זיי דארפן זיין זעלבסטשטענדיק!? וואס מיינט דאס זעלבסטשטענדיק? די DOJ האט קלאר אנגעדרייט ארויסצוטראסקענען טראמפ אומגעזעצליך!
די מידיא איז פארנומען אז א פרעזידענט איז נישט איבער די געזעץ. אקעי. אבער פארוואס איז די טאַפּ בּרעסס אין די DOJ יא איבער די געזעץ?
קורקלענד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 1:48 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 1:02 pm
איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.
א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.
גראדע האב איך געהאט נאך אסאך מער. אבער אפי' די ערשטע דאקומענט האסטו 'ניטאמאל אויפגעמאכט' איידער ביסט צוריקגעקומען אז ס'נישט גוט ווייל ס'גייט דיר פארנעמען צופיל צייט......
קענסטו צוצייכענען וואו איך האב געזאגט די רולס? איך האב געזאגט אז דו זאלסט מיר נישט ברענגען קיין קונטרס פון אכציג זייטן נאר פאקוסן אויף "איין טענה אויפאמאל", די סיבה דערפאר איז זייער פארשטענדליך פאר ווער עס פארשטייט וויאזוי אן אויפריכטיגע דעבאטע ארבעט. און אויף דעם ווארט איך נאך. (דו קענסט אפילו זאגן "וואס זאגסטו צו די טענה וואס שטייט דארט אויף דף ..")
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 2:03 pm

איך האב דיר געגעבן א קונטרס מיט אכציג זייטן און דו האסט נישט געקענט טרעפן דארט אפי' איין טענה זיך צו שטעלן אויף?
לייקענסט אז דו האסט געמאכט רולס און תכ''ד זאגסטו איבער די זעלבע נארישע רולס.
איך וועל דיר גרינגער מאכן. דו מוזט נישט אריינלייגן דיינע עווידענס אין 160 קערעקטערס, בלויז די טענה. וו.צ.ב.ש. די נומבער פון מענטשן וואס האבן געוואוט אין שושן הבירה זענען געווען מער ווי די רעדזשיסטערד וואוטערס.
דער עקס האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 1:10 pm
מיר וואונדערט אז די אלע וואס פארפירן די גאנצע צייט קעגן די "גרויזאמע מעכטיגע דיעפ סטעיט", האבן גארנישט מורא אז די דיעפ סטעיט וועט זיך נעמען צו זייערע ביינער...
ווער זאגט אז מ'האט נישט מורא. איך גיי טאקע נישט לויפן פאר פאבליק אפיס. קיינמאל נישט מנדב זיין קיין דאלער פאר מאַגאַ צוועקן. און זיך נישט דרייען ביי קיין שום פראטעסטן פון די מאַגאַ מאוומענט. און אזוי איז דא פילע צענדליגער אמעריקאנער וואס נאך יאנואר די זעקסטע ווייסן זיי גוט און קלאר אז זייער מיינונג טאר מען נישט 'צופיל' מפרסם זיין. ווייל אויב יא איז עס א מינימום פון א אודיט און מערסטנס אריין אין תפיסה פאר צענדליגער יארן.
אבער אזויווי פריער ערווענט דו האסט נישט געליינט נישט נאווארא און נישט דאס. האסט סך הכל גענומען צוויי מינוט צו מאכן א סוירטש צו קענען צוריק ווארפן אביסל זאמד אין די אויגן. איים סאַרי אבער ספּאַסט מיר באמת נישט צו שטיין אין ווארט אין אזא דעבאטע.
איך האב נישט געזאגט אז די פאוסט ווענדט עס אפ, איך האב נאר געוואלט מאכן די פוינט אז ווען איך גיי אפווענדן איין טענה פון נאווארא גייסטו אויך זאגן אז איך האב אפגעוואנדן "אפאר 'מינדערוויכטיגע' קליינע טעותים", וועגן דעם וויל איך דו זאלסט ארטיקעלעיטן א טענה פארוואס די וואלן זענען געפעלטשט.
זעהט אויס אז דו האסט נישט ארויס וואס דא איז פארגעקומען. לאמיך עס נאכאמאל מסביר זיין. ס'איז געווען א עלעקשאן. די צד וואס האט אנגעבליך פארלוירן האט געשריגן פראוד! קומסטו און שרייסט 'פּרעכע ליגענט!'. פרעג איך דיר וויאזוי דו ווייסט אז ער איז א ליגענער אויב האסטו ניטאמאל געהערט וואס ער האט צו זאגן?
קומט אויס אז אן בכלל אריינלייגן עני פלאג אין אפי' פרובירן צו הערן צו זיין טענות זענען עטוואס עפעס אריינצוקוקן, ביסטו שוין 'קלאָר' אז ס'איז שקר. איי, האסט ניטאמאל געהערט וואס ער זאגט צו זעהן צו ס'איז אמת? וואס א חילוק שרייסטו, פארדריי מיר נישט דעם קאפ.
איך האב דיר נישט געברענגט די נאווארא רעפארט דיר איבערציווייזן און אויך נישט דיר אויפציווייזן ווייל פון מיין זייט זאלסטו לעבן אין א טעות. קיינער אויף די וועלט (חוץ אפשר דיר) וועט גארנישט שאדן האבן אז דו לעבסט אין א טעות. נאר וואס דען, אויב איין טאג ווילסטו עס איבערטראכטן, און זאגן, איין מינוט וואס איז בכלל די טענה געווען פון צד טראמפ? איז טאקע דא א שאנס אז ער האט ווירקליך יא געוואונען? דאמאלטס קענסטו פאר זיך אליינס עס שטודירן. און האסט אין וואס אריינצוקוקן. און וואטעווער דו מאכסט אפ איז אקעי. און איך וואלט גראדע נישט געהאט קיין פראבלעם צו האבן א שמועס מיט דיר.
אין עבר האב איך שוין געהאט גענוג משא ומתן אויף פילע ענינים. און איך האב נישט געדזשאלעוועט צו ליינען אין געוויסע פעלער גאנצע ביכער. וואס איז צומאל נישט ווערד געווען. אבער נאכדעם האב איך געקענט זיין א חלק ווייטער אין די דעבאטע. אבער אזוי, איז די גאנצע מעשה נישט אינטערעסאנט.
אין קורצן, אויב ביסטו טאקע נייגעריג צו טראמפ האט א צד און וואס 'זיין' צד איז דאן איז מיר ווערט צו צולייגן די צדדים. אבער אויב ביסטו נאר אינטערסירט אין א געוויסע פאזיציע אפגעזען פון וואס די צדדים זענען. א גוטן טאג.