’באואינג’, קאכט זיך עפעס?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

’באואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

היינט צופרי איז געווען רעפארטעט אין די נייעס אז ’דזשאשוע דיען’ א קוואליטי אודיטער ביי ’ספיריט ערא סיסטעמס’ איז געשטארבן נאך א מיסטריעזע קרענק.

לכאורה אן אומשולדיג נייעס’ל, ניין?

אומשולדיג, ביז מען זעהט ווער דער ’מר דיען’ איז געווען. ער איז געפייערט געווארן פון זיין דזשאב א יאר צוריק אין אפריל 23 נאך וואס ער -ווי ער טענה’ט- האט אויפגעדעקט באשולדיגונגען און באווייזן אז דער אוויאציע ריז ’באואינג’, פאר וועם ’ספיריט ערא’ פאבריצירט סיסטעמס, פארלעצט זיכערהייט רעגולאציעס בדווקא אבי צי פארדינען מער געלט.

דא הייבן זאכן אן צו ווערן אינטערסאנט.

’מר דיען’ איז דער צווייטער ’באואינג’ איינגעשטעלטער ארויסצוקומען מיט באשולדיגונגען קעגן די קאמפעני, און זעה נאר זעה, וואונדער איבער וואונדער, ער איז אויך דער צווייטער צו שטארבן פלוצלינג און מיסטעריעז...


דזשאן בערנאט איז אויך געווען אן איינגעשטעלטער אין די ריזיגע פירמע, און אלץ א פראדוקט קוואליטי מענעדזשער, האט ער ארויסגעריקט שווערע קאמפלעינטס איבער נאכאנאנדע פארלעצונגען וואס קומען דארט פאר אויפן חשבון פון די פאסאזשירן זיכערהייט, ער האט אלעס איבערגעגעבן פאר לויערס, אבער די טאג וואס ער האט עס געדארפט דערציילן אונטער א שבועה אין געריכט, איז ער געפינען געווארן נישט ביים לעבן אין זיין קאר נאכן באגיין זעלבסטמארד.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך א גוט יאר »

געהעריג רוסלאנד...
אךטוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 8:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך אךטוב »

ס'איז אינטערעסאנט אז ווי מער אלעס ווערט פאבליק די לעצטע יארן און אפיציעל קען מען מער גארנישט באהאלטן היינט, ווערט מען פון די אנדערע זייט אפט געוואויר וויפיל קארופציע עס טוהט זיך ביי אלע אפיציעלע קאמפאניס, זיי דארפן א נחום ראזענבערג וואס זאל זיי דערגיין די יארן.
יאנקל בעל העגלה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך יאנקל בעל העגלה »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:23 pm
’מר דיען’ איז דער צווייטער ’בואינג’ איינגעשטעלטער ארויסצוקומען מיט באשילדיגונגן קעגן די קאמפעני, און זעה נאר זעה, וואונדער איבער וואונדער ער איז אויך דער צווייטער צו שטארבן פלוצלונג און מיסטעריעז.

ער איז געווען קראנק לעצטנס, בכלל נישט געשטארבן פלוצלינג
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך חב''ד הויזן »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:23 pm היינט צופרי איז געווען רעפארטעט אין די נייעס אז ’דזשאשוע דיען’ א קוואליטי אודיטער ביי ’ספיריט ערא סיסטעמס’ איז געשטארבן נאך א מיסטריעזע קרענק.
יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 9:28 am ער איז געווען קראנק לעצטנס, בכלל נישט געשטארבן פלוצלינג
ער זאגט דאך טאקע אז ער איז געשטארבן נאך א לעצטיגע מיסטעריעזע קרענק.

אזוי שווער צו מאכן קראנק א מענטש כדי להמית? נאוואלני איז אויך געווען קראנק. מ'דארף נישט קיין בולעט אדער א פענסטער צו הרגענען איינעם.
יאנקל בעל העגלה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך יאנקל בעל העגלה »

איך פארשטיי, אבער באשולדיגן יעדע גרויסע קאמפעני אין זייערע ארבעטערס טויט דזשאסט ווייל זאכן פארן זיי לעצטנס סאוט, שמעקט פון קאנספיראציעס טעאריעס.
פתחו לי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך פתחו לי »

זייט טראמפ'ס קאנספיראצע טעאריעס, ווייס איך, רוב פון זיי זענען ריכטיג......

קען זיין אז נישט אלעמאל.

אבער דאס אליין אז מ'שרייט אז עס איז סתם קאנספיראציעס, איז א סיבה יא צו גלייבן, ענדערש ווי נישט.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

יאנקל בעל העגלה האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 10:10 am
איך פארשטיי, אבער באשילדיגן יעדע גרויסע קאמפעני אין זייערע ארבעטערס טויט דזשאסט ווייל זאכן פארן זיי לעצטנס סאוט, שמעקט פון קאנספיראציעס טעאריעס
ביסט 100% גערעכט, ס’איז א קאנספיראציע טעאריע, אויף דערווייל, קען זיין אז ס’וועט בלייבן א בלויזע קאנספיראציע, און ס’גייט זיך ארויסשטעלן אז ’בואינג’ האט גארנישט צוטון מיט די טויט פעלער, אבער ’ריטשערד ניקסאן’ האט אויך נאר רעזעגנירט נאך וואס א קאנספיראציע איז ארויסגעשטעלט געווארן, זייער אסאך אינטערסאנטע און אומאיינגענעמע פרשת הייבן זיך אן מיט א רומאר.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
שטולענע אייער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 1:06 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך שטולענע אייער »

די קאנספירעסי טעאריעס האבן א נאמען "קלינטאנייזד"
יש עתיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך יש עתיד »

הער אויף מיט די נאנסענס.

פוטין, נאוואלני, רוסלאנד.

הוילע נארישקייטן.

מען קען דן זיין צו די צוויי וויסעלבלאוערס זענען אומגעברענגט געווארן בייזוויליג צו צופעליג, פיין.

און לאמיר שוין יא זאגן בייזוויליג, איז דאס דען די ערשטע מאל וואס א פירמע ווישט אראפ מענטשן פאר זייער פראפיטן? טוט דען נישט די גאנצע אויל, דראג און אנדערע אינדוסטריעס אפערירן ווי א קארטעל?

און לאמיר שוין יא זאגן אז באואינג איז דא באגאנגען עפעס גאר ערנסט, ווי ברענגסטו דא אריין פוטין, רבונא דכולא עלמא?

פערזענליך קען איך עס נישט דערליידן, דאס איז געווארן א גאר באליבטע זאך ביי מענטשן צו שרייען ביי דאס מינדעסטע זאך, א פאליציי שטעלט זיי אפ: "ערגער ווי רוסלאנד!"
(במאמר המוסגר: דאס קומט במקורו פון יענעם חכם וואס האט געמיינט ער קען טוען וואס ער וויל, גנבנ'ען, ליגנט זאגן, שמירן אדאלט סטארס, רויבן דאקומענטן און ווען ער ווערט קאנפראנטירט שרייען רוסלאנד, ואכמ"ל).
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך חב''ד הויזן »

קיין איין מענטש האלט נישט באמת אז אמעריקע איז ערגער ווי רוסלאנד. נאר וואס? אמעריקאנע זענען די זעלבע בשר ודם'ס ווי די רוסישע, פונקט ווי די רוסישע ווילן אראפזען זייערע קעגנער וואס שטייען זיי אין וועג וויל דאס זעלבע א אמעריקאנער אויך. (און איך אויך...)

די חילוק איז אז די רוסישע סיסטעם ערלויבט צו גיין סאך ווייטער ווי די אמעריקאנע סיסטעם, אבער ביידע ניצן אויס זייער סיסטעם צו די מאקסימום. אדער ווי יענע קאמענטירער זאגט די חילוק פון אמעריקע און רוסלאנד איז די אמאונט אוו פעיפער ווארק...

לאמיר קוקן רויע פאקטן, סיי די אמעריקאנע און סיי די רוסישע רעגירונג האבן פראסיקיוטערט די אפאזיציע, ביידע האבן זיך פארטיידיגט און פארפירט אז יענער איז באגאנגען פארברעכנס. וואס איז די חילוק? אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט פארבאטן פון לויפן האט די אמעריקאנע סופרים קארט עס נישט ערלויבט צו טון. אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט אריינווארפן אין טורמע דארף מען אין אמעריקע דורכגיין עטליכע פראצעסן. אבער מצד די דיעפ סטעיט האבן ביידע געטון די מאקסימום אין זייער מאכט.

אויב איז אמאל געווען א קאנספיראציע אז קאוויד האט ארויסגעליעקט פון טשיינע און היינט איז עס יעדער מודה, דאן פארוואס זאל איך מיך דערשרעקן ווען מ'שרייט דו ביזט א קאנסיפיראטאר?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך קורקלענד »

דאס אז טראמפ קען לויפן האט גארנישט מיט דעם וואס אמעריקא איז ווייניגער קארופטירט אדער אויפריכטיג ווי רוסלאנד. ס'זענען גענוג אין נאך טראמפס אונטערגעגאנגען איבער די יארן אין אמעריקע פונקט ווי אין רוסלאנד נאך לאנג פאר זיי האבן זיך געקענט ציוואקסען צו וואס טראמפ איז. די סיבה פארוואס אמעריקע קען נישט באזייטיגן טראמפ איז ווייל ס'איז צו שפעט און ער איז שוין צו גרויס. ועל כולם האבן זיי אומפארשעמטערהייט מיט אראגאנץ און פרעכהייט איהם גע'גנב'ט די עלעקשאן. איז פארן לאנד וואס מאכט עס א נפקא מינה צו ער קען לויפן אויב ער קען נישט געווינען. און את''ל אז ער געווינט שוין יא... האבן זיי איהם לעצטע מאל אויך פאראלאזירט. ס'איז נישט צום גלויבן וויאזוי א רינגל פון עליטע פארברעכער האבן געבראכן געזעץ נאך געזעץ אונטערצוברענגען די ערוויילטע רעגירונג אין די פאראייניגטע שטאטן, טאג איין און טאג אויס קומען ארויס פרישע נייעס פון אלטע פאקטן און עווידענס וואס איז געווען פארדעקט פון וויאזוי די כיליגאנעס שטויסן דאס לאנד אין פנים. און זיי זענען פריי. מ'קען זיי גארנישט טוהן. פארוואס? ווייל דאס אינפארסירונג פון געזעץ איז געהיידזשעקט געווארן דורך יענע קליקע און מיט יענע כח האבן זיי שליטא אויף אלסדינג אפגעזען פון ווער ס'איז בראש.
דער עקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:45 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך דער עקס »

במחילה מכ"ת:
1. קיינער האט נישט גע'גנב'עט קיין וואלן
2. אלע פרעזידענטן אלע יארן האבן געהאט שטייפע קעגנער וואס האבן זיי פרובירט אונטערצוברענגען, אויף אלע מיני אופנים. ע"ע קלינטאן און קען סטאר.
3. טראמפ איז זיין אייגענע גרעסטע שונא, און מיט זיין שרעקליכע נארקיסיזם ברענגט ער אויף זיך די אלע לעגאלע צרות.
“Every great cause begins as a movement, becomes a business, and eventually degenerates into a racket.”
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך קורקלענד »

אן א אריינגיין אין אזא דין ודברים דעבאטע וועל איך איין מאל ענטפערן און דאס איז עס.

1) דיין רעספאנס ווייזט אז דו ביסט דעטערמענד און ס'איז א שאד די צייט אפי' צו ענטפערן ווייל דו האט שוין געסעט דיין מיינד. אויב מאכט זיך אמאל אז דו ווערסט מסופק און אינטערסירט וואס האט טאקע פאסירט זוך נאר אפיר די אלטע אשכולות וואו מ'האט גאנץ קלאר אויפגעוויזן.

2) כאַפּ איך פשוט נישט וואס דו פרובירסט צו זאגן.

3) איך בין אין דיסאגרימענט סיי מיט דיין דיאגנאזיס און סיי מיט דעם אז ער איז זיין גרעסטע שונא. אזויפיל יא, זיינע גרעסטע שונאים זענען גראדע מער דיינע שונאים ווי זיינע. אבער שוין ווי געזאגט, איך בלייב דא שטיין. נישט ווייל ס'איז נישטא וואס צו זאגן. נאר ווייל דו ווילסט נישט הערן.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך כספי »

חב''ד הויזן האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 10:40 am לאמיר קוקן רויע פאקטן, סיי די אמעריקאנע און סיי די רוסישע רעגירונג האבן פראסיקיוטערט די אפאזיציע, ביידע האבן זיך פארטיידיגט און פארפירט אז יענער איז באגאנגען פארברעכנס. וואס איז די חילוק? אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט פארבאטן פון לויפן האט די אמעריקאנע סופרים קארט עס נישט ערלויבט צו טון. אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט אריינווארפן אין טורמע דארף מען אין אמעריקע דורכגיין עטליכע פראצעסן. אבער מצד די דיעפ סטעיט האבן ביידע געטון די מאקסימום אין זייער מאכט.
לאמיר קוקן רויע פאקטן, וויפיל מאל האט די אמעריקאנער רעגירונג פראסעקיוט און אונטערגעדרוקט די אפאזיציע דורך די געזעץ, און וויפיל מאל האט די רוסישע רעגירונג? און אמעריקע האלט מען ביי די ערשטע מאל נומער 1, און אין רוסלאנד...? לאמיר אנפאנגען: ולדימיר גוסינסקי, בוריס בורזובסקי, סרגיי מגניטסקי, מיכאיל חודרובוסקי, לאוניד נזבלין, סרגיי יושנקוב, באריס נעמצוב, אלעקסיי נאוואלני. און דאס איז אלעס פאליטישע קעגנערס וואס ווערן אדער זענען גערודפ'ט געווארן דורך די רעגירונג, און חלק פון זיי זענען גאר טויט! און דאס איז לכאורה אפילו נישט אלע, אפשר די מערסט באוואוסטע. און דאס איז אויסער די צענדליגער דזשורנאליסטן וואס זענען געהרג'ט געווארן. וואס איז די חילוק? ווען מ'רעדט פון איינעם, צוויי, קען מען נאך זאגן, ער איז שולדיג, דער איז שולדיג. אבער אז מ'רעדט פון נאך און נאך און נאך, וואס קען מען זאגן. מה שאין כן אין אמעריקע.... פיר אליין אויס
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

עפשטיין מיט זיינע חברים זענען לכאורה רוסן (געוועהן?)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך קורקלענד »

אזויווי אין די אמעריקאנער פרעסע שטייט וועגן וואס עס האט פאסירט מיט אט די אלע רוסישע פאליטיקער. איז אין די רוסישע פרעסע דאקומענטירט וויאזוי ס'גייט אין אמעריקע. צו ס'איז די באקאנטע קלינטאן באדי קאונט (שיינע פאר אויסגעשטארבן פונקט א טאג פארן טעסטיפייען). צו די קענעדי שיסעריי. אדער די מעשה מיט סענאטאר טעד סטיווענס.

ס'איז קלאר פאר יעדע בר דעת היינט צו טאג אז די אמעריקאנער פרעסע איז אזוי פארלעסליך און צענזורירט (מילד גערעדט) ווי די רוסישע. איינמאל מ'האלט דא מאכט שוין נישט קיין נ''מ.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך כספי »

לינקס ביטע?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך קורקלענד »

כספי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:43 pm לינקס ביטע?
וואס ספעציפיש ווילסטו וויסן?
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך כספי »

קודם וועגן עפשטיין'ס חברים, נאכדעם די באקאנטע קלינטאן באדי קאונט, און די טעד סטיווענס, וכן עוד, ווי מ'זעט די קארופטירטע אמעריקע
(איך האב צוגעצייכנט לינקס צו יעדן וואס כ'האב געשריבן, וואו דארט קען מען זען פונקטליך פון וועם מ'רעדט, און וואס איז געשען, און פארוואס)
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך קורקלענד »

איך האב גראדע מורא געהאט דיר צו ענטפערן מיט קאנספיראציעס און איך האב צוריק געשריבן מילד. אבער יעצט האב איך געהאט די געלעגנהייט צו קליקן יעדעס איינס פון די לינקס. ס'איז אלעס אייניג מיט אמעריקע. איינער האט זיך פונקט געהאנגען. נאר צוויי זענען געשאסן געווארן. אפאר זענען סתם אזוי פונקט געשטארבן. די גרעסטע 'ראי' אין איין פאל דארט איז אז יענעמ'ס מאמע האט געזאגט אז צוויי וואכן פאר'ן פטירה האט ער איר געזאגט אז ער האט מורא פון פוטין.

מיט אזעלכע עקזעמפלארן האסטו א גאנצע ביכל. ברייטבארט איז איין גוטע. מיכאל העסטינגס. קיין איינס פון יענע לינקס קומען נישט צו צו וואס אמעריקא האט געמאכט מיט דזשוליאן אסאנדזש! און מיט עדווארד סנאודען, און פלענטי אנדערע.

און די טעד סטיווענס פרשה איז שוין היינט קלאר דאקומענטירט. זיי אזוי גוט ווייזט מיר נאר אזא טעד סטיווענס פרשה אין רוסלאנד.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?

שליחה דורך כספי »

איך האב גראדע נישט גערעדט בעיקר איבער די חלק פון שטארבן, נאר פון ווערן גערודפ'ט דורך די רעגירונג לעגאל לעיני כל. פאר קינוח האב איך צוגעלייגט אז א חלק פון זיי זענען שוין טויט.
און נאכאמאל ביטע ווען דו רעדסט וועגן איינעם ברענג לינקס, מ'זאל וויסן פון וועם מ'רעדט, נישט יעדער איז אזא בקי ווי דיר.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט