ווער פירט באמת אמעריקע?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
און נאכאלס קענסטו נישט פארלייגן כאטשיג איין טענה מ'זאל קענען דן זיין דערויף?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
ווידער קענסט טוהן וואס דו ווילסט. 'אויב' ווילסטו וויסן בלויז וואס טראמפ זאגט האסטו וואו אנצוהייבן. איך זוך דיר נישט איבערצורעדן. פאר אנדערע מעמבער'ס דא וואס זענען נייגעריג. האבן זיי איצט עפעס צו קוקן אויף. און ס'זענען דא נאך פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן צו ליינען און זעהן אין די נושא, קירצערע ווי אויך לענגערע. אבער איך האב עס נישט געברענגט. ווייסט פארוואס, ווייל דו ביסט עניוועיס נישט אינטערעסירט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
דרשות, ביכער, קונטרסים. אבער קיין איין טענה ארויפצולייגן אויפן טיש עס צו אינוועסטיגעיטן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד, פליז, מיר בעטן זיך צו דיר, שטעל ארויס איין באווייז אז די אלעקשנס איז גע'גנב'עט געווארן.
איך קען זייער גוט הערן די טענה וואס סקעפטיקער זאגט דא.
זייער מעגליך אז די אלעקשנס זענען בכלל נישט גע'גנב'עט געווארן. נאר אזוי ווי יעדע זאך מיט אגענדעס קען מען רעדן און רעדן און שרייבן ווערטער סאלאטן פון לאנגע בלעטער און ביכער, און באמת איז דאס נישט קיינע באווייזן נאר סתם געפילן, מאדנע זאכן, אפילו אירעגולערעטיס, אבער נישט קיין פרוף. אבער אזויפיל טוט מען אויף אז די צד שכנגד דארף יעצט אפווענדן 80 בלעטער, און אז דו ברענגסט ארויס למשל פארוואס איין חלק איז שקר, דאן קען די אנדערע צד שרייען אז דאס איז בלויז איין קליינע פרט, אבער די אנדערע זאכן בלייבן, אזוי זענען זיי אטאמאטיש ידם על התחתונה, און סקעפטיקער וויל נישט אריינפאלן אין דעם נעץ.
קיצור, איך קען הערן די טענה פון ברענג מיר איין ראיה, און מיר וועלן דאס באהאנדלען. איין באווייז דארף דאך נישט צו נעמען אזוי לאנג צו שרייבן.
איך וויל זייער אז די שמועס זאל ווייטער גיין ציוויל, ווייל איך בין טאקע נייגעריג צו די טראמפ חברה האבן עפעס בכלל. איך בין נישט געניג אינוועסטירט אין א זייט צו ספענדן שעות אויף שעות און דורכטון דוקאמענטן און זען ווער איז גערעכט, אבער כ'קען באשטיין צו הערן פון ביידע צדדים וואס דער האלט און וואס דער אנדערע האלט.
סקעפטיקער, אפשר טיסטו אויך א גענאדע, נעם אפיר איין פונקט פון דעם ביכל, און שטעל אהער פארוואס דאס איז שקר, אדער פארוואס דאס איז נישט קיין גוטע באווייז.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
טייערע שמן למאור.
פארוואס דארף איך טוהן די ארבעט אויב אנדערע האבן עס שוין געטוהן פאר מיר. אלעס וואס איך זאג איז אז ס'איז דא גאר שטארקע טענות פון צד טראמפ. און איינער פון די שטערקסטע איז נאווארא'ס רעפארט. אויב ווילסטו וויסן קענסטו עס ליינען פונקט ווי איך האב עס געליינט. ס'נענט אסאך צייט מיה כח און פלאג דאס אלעס ארויסצוברענגען. אבער אויב איינער וויל טאקע וויסן קען איך איהם זאגן וואו צו קוקן. אבער אויב יענער וויל נישט איז נישט נוגע.
זענען דא פלענטי מינע ראיות און הוכחות. טייל זענען זייער קאנווינסעד און אנדערע שרייען אז מ'דארף אריינקוקן טיעפער. אבער יש על מה לסמוך.
פארוואס דארף איך טוהן די ארבעט אויב אנדערע האבן עס שוין געטוהן פאר מיר. אלעס וואס איך זאג איז אז ס'איז דא גאר שטארקע טענות פון צד טראמפ. און איינער פון די שטערקסטע איז נאווארא'ס רעפארט. אויב ווילסטו וויסן קענסטו עס ליינען פונקט ווי איך האב עס געליינט. ס'נענט אסאך צייט מיה כח און פלאג דאס אלעס ארויסצוברענגען. אבער אויב איינער וויל טאקע וויסן קען איך איהם זאגן וואו צו קוקן. אבער אויב יענער וויל נישט איז נישט נוגע.
זענען דא פלענטי מינע ראיות און הוכחות. טייל זענען זייער קאנווינסעד און אנדערע שרייען אז מ'דארף אריינקוקן טיעפער. אבער יש על מה לסמוך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 1:52 pm איך האב נישט יעצט די צייט צו מאכן א לענגס און א ברייטס. טראץ וואס איך האב אסאך חשק. אבער קודם וועל איך פשוט ענטפערן אויף די שאק און שוידער וואס מענטשן כאפן ווען אימער איך זאג אז אמעריקע איז 'פונקט' ווי רוסלאנד.
די אמת איז 'איך ווייס נישט'. פארוואס נישט? ווייל איך ווייס נישט וואס טוהט זיך אין רוסלאנד. וואס איך ווייס אבער יא איז וואס ס'טוהט זיך אין אמעריקע. און באזירט אויף וואס איך האב געהערט וועגן רוסלאנד. און באזירט אויף וואס מ'קען יא אדער נישט גלויבן איז עס בערך די זעלבע.
אפשר עס צו מאכן גרינגער לאמיר ברענגען א געוויסע געפערליכער מציאות פון רוסלאנד און לאמיר זעהן אויב אין אמעריקע פאסירט דאס נישט.
אפשר דארף מען דאס אפטיילן אין א צווייטע אשכול, אבער דערווייל לאמיר עס לאזן דא.
לאמיר טאקע נעמען איין פרט און לאמיר זען אויב איז רוסלאנד דומה צו אמעריקע.
ווען מען קוקט דורך דעם דאקומענטאר וועגן דזשורנאליסטן אין רוסלאנד זעט מען אז מען טוט דארטן זאכן וואס מען קען לכאורה נישט טון דא. די רעגירונג דא האט נישט די כוח צו הייסן א נייעס נעטווארק זיך צו פארשליסן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
נייעס נעטווארקס אין אמעריקע זענען לייסענסד אונטער די רעגירונג. וואס דאס אליינס לייגט עס שוין אונטער די רעגירונג. אין אנדערע נייעס האט איינער אלעקס דזשאנס געהאט א ריזיגער נייעס נעטווארק און מ'האט איהם פארמאכט. איך קען א אינגערמאן וואס האט געהאט א נייעס טוויטער אקאונט און מ'האט איהם פארמאכט. געווען א נייעס סייט וויקילינקס, טאקע נאך אפען אבער ס'איז סתם א מער ווייניגער סקעלעטאן. דזשאן א'קיעף'ס פראיעקט וועריטאז.
די רעגירונג האט געהאט א יד אין דאס אלעס. די איינציגסטע חילוק איז אפשר אז אין רוסלאנד זאגט די געזעצן אז מ'קען יא און דא גייט די רעגירונג נישט קיין סאך אן וואס די געזעצן זאגט.
די רעגירונג האט געהאט א יד אין דאס אלעס. די איינציגסטע חילוק איז אפשר אז אין רוסלאנד זאגט די געזעצן אז מ'קען יא און דא גייט די רעגירונג נישט קיין סאך אן וואס די געזעצן זאגט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
ווער האט פארמאכט אלעקס דזשאונס? אינפאו Wארס לעבט און לאכט. דער משוגענער רענט נאך פאר אפאר שעה יעדן טאג מיט מיליאנען פון נאכפאלגערס. אוודאי אז אזא איינער זאגט ליגנט וואס האט פאקטישע שעדליכע תוצאות אויף מענטשן האבן די מענטשן א רעכט אים צו קלאגן אין געריכט, און אזוי האבן זיי טאקע געזאגט.
גוט געזאגט, אזא איינער ווי אלעקס דזשאונס וואלט אין רוסלאנד שוין טאקע געווען אפגעשפארט, אינגאנצן, און שוין אסאך יארן צוריק.
טוויטער איז אינטער א פריוואטע אייגנטום, און יענער קען טון וואס ער וויל מיט דעם, ער מעג אפשפארן וועמען ער וויל. איך קען נישט דער אינגערמאן וועמען מען האט אפגעשפארט, אבער איך קען יא דער אויבן דערמאנטע אלעקס דזשאונס וועמען די 'רעגורונג האט אפגעשפארט'. יא, זיין טוויטער קאנטע איז גראדע ברייט אפן...
אוודאי איז דא געזעצן פון וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, און ס'איז דא היבש ביסל קארופציע אויך, אבער עס צוציגלייכן צו רוסלאנד איז פאלג מיר א גאנג.
גוט געזאגט, אזא איינער ווי אלעקס דזשאונס וואלט אין רוסלאנד שוין טאקע געווען אפגעשפארט, אינגאנצן, און שוין אסאך יארן צוריק.
טוויטער איז אינטער א פריוואטע אייגנטום, און יענער קען טון וואס ער וויל מיט דעם, ער מעג אפשפארן וועמען ער וויל. איך קען נישט דער אינגערמאן וועמען מען האט אפגעשפארט, אבער איך קען יא דער אויבן דערמאנטע אלעקס דזשאונס וועמען די 'רעגורונג האט אפגעשפארט'. יא, זיין טוויטער קאנטע איז גראדע ברייט אפן...
אוודאי איז דא געזעצן פון וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, און ס'איז דא היבש ביסל קארופציע אויך, אבער עס צוציגלייכן צו רוסלאנד איז פאלג מיר א גאנג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
האסט דערוויילט צו ענטפערן אויף צוויי פוינטס מיט אלטע אויגעזויגענע באבע תירוצים.
איינס, ס'איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די גאנצע אראפברענגונג פון אלעקס דזשאנס. גארנישט אזוי מיט די מענטשן וואס האבן געהאט 'אזעלכע גרויסע' שאדן. אויך איז אינטערעסאנט אז טראמפ און זיין חבריה האט די אלגעמיינע פרעסע בייזוויליג פאלשערהייט באשמיצט און באשמירט מיט לגיונות א שטייגער ווי ראשע קאלוזשן וואס איז מיסודו נישט נאר געווען א שקר. נאר גאר א סקיעם צו אנידער לייגען אן ערוויילטע פרעזידענט. און ניטאמאל ציוויל האט טראמפ געקענט ברענגען זיינע טענות פאר א געריכט... אבער ביי אלעקס דזשאנס האט מען איהם פאר א 'נארישע' ליגענט וואס קומט נישט צו צו וואס איך האב דא פארגליכן איהם גע'אוירטיילט אויף ביליענס....
זעהט אויס אז דו ביסט נישט אפּ טו דעיט. די תירוץ אז טוויטער אז א פריוואטע קאמפאני וואס האט אייגנארטיג אפגעמאכט צו צענזורירן איז שוין פון לאנג אפגעפרעגט געווארן. נאך וואס ס'איז ארויס געקומען אז ס'איז מער ווייניגער אלעס געקומען אויפן פארלאנג פונעם רעגירונג...
און פון די אנדערע פעלער ווי וויקילינקס און אסאנדזש אויף איהם וועסטו נישט רעאגירן. טראץ וואס איך האלט איהם אין איין ברענגען נאכאמאל און נאכאמאל. ווילסט עס נישט זעהן. האסט עפעס צו זאגן אויף יענץ אויך?
איינס, ס'איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די גאנצע אראפברענגונג פון אלעקס דזשאנס. גארנישט אזוי מיט די מענטשן וואס האבן געהאט 'אזעלכע גרויסע' שאדן. אויך איז אינטערעסאנט אז טראמפ און זיין חבריה האט די אלגעמיינע פרעסע בייזוויליג פאלשערהייט באשמיצט און באשמירט מיט לגיונות א שטייגער ווי ראשע קאלוזשן וואס איז מיסודו נישט נאר געווען א שקר. נאר גאר א סקיעם צו אנידער לייגען אן ערוויילטע פרעזידענט. און ניטאמאל ציוויל האט טראמפ געקענט ברענגען זיינע טענות פאר א געריכט... אבער ביי אלעקס דזשאנס האט מען איהם פאר א 'נארישע' ליגענט וואס קומט נישט צו צו וואס איך האב דא פארגליכן איהם גע'אוירטיילט אויף ביליענס....
זעהט אויס אז דו ביסט נישט אפּ טו דעיט. די תירוץ אז טוויטער אז א פריוואטע קאמפאני וואס האט אייגנארטיג אפגעמאכט צו צענזורירן איז שוין פון לאנג אפגעפרעגט געווארן. נאך וואס ס'איז ארויס געקומען אז ס'איז מער ווייניגער אלעס געקומען אויפן פארלאנג פונעם רעגירונג...
און פון די אנדערע פעלער ווי וויקילינקס און אסאנדזש אויף איהם וועסטו נישט רעאגירן. טראץ וואס איך האלט איהם אין איין ברענגען נאכאמאל און נאכאמאל. ווילסט עס נישט זעהן. האסט עפעס צו זאגן אויף יענץ אויך?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
ברענגסט ווייטער ארויף 'שלעכטע' זאכן וואס די אמעריקאנע רעגורונג טוט, פיין, אבער נאכאמאל, איז עס איז די זעלבע ליגע ווי רוסלאנד צו נישט?קורקלענד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 7:56 pm האסט דערוויילט צו ענטפערן אויף צוויי פוינטס מיט אלטע אויגעזויגענע באבע תירוצים.
איינס, ס'איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די גאנצע אראפברענגונג פון אלעקס דזשאנס. גארנישט אזוי מיט די מענטשן וואס האבן געהאט 'אזעלכע גרויסע' שאדן. אויך איז אינטערעסאנט אז טראמפ און זיין חבריה האט די אלגעמיינע פרעסע בייזוויליג פאלשערהייט באשמיצט און באשמירט מיט לגיונות א שטייגער ווי ראשע קאלוזשן וואס איז מיסודו נישט נאר געווען א שקר. נאר גאר א סקיעם צו אנידער לייגען אן ערוויילטע פרעזידענט. און ניטאמאל ציוויל האט טראמפ געקענט ברענגען זיינע טענות פאר א געריכט... אבער ביי אלעקס דזשאנס האט מען איהם פאר א 'נארישע' ליגענט וואס קומט נישט צו צו וואס איך האב דא פארגליכן איהם גע'אוירטיילט אויף ביליענס....
זעהט אויס אז דו ביסט נישט אפּ טו דעיט. די תירוץ אז טוויטער אז א פריוואטע קאמפאני וואס האט אייגנארטיג אפגעמאכט צו צענזורירן איז שוין פון לאנג אפגעפרעגט געווארן. נאך וואס ס'איז ארויס געקומען אז ס'איז מער ווייניגער אלעס געקומען אויפן פארלאנג פונעם רעגירונג...
און פון די אנדערע פעלער ווי וויקילינקס און אסאנדזש אויף איהם וועסטו נישט רעאגירן. טראץ וואס איך האלט איהם אין איין ברענגען נאכאמאל און נאכאמאל. ווילסט עס נישט זעהן. האסט עפעס צו זאגן אויף יענץ אויך?
גראדע האב איך פארפאסט די באריכטן אז די רעגורונג איז געשטאנען אינטער אלעס ביי די אלעקס דזשאונס טרייעל. ביטע פיל מיך אריין מיט די פרטים. ביטע שטעל אהער לינקס דערוועגן. אוודאי ברענגט די רעגורונג אסאך מאל קלאגעס. ביי לב טהור געדענק איך אויך אז ס'איז געווען די רעגירונג וואס האט געברענגט די קלאגעס, אוודאי האבן זיי אינטערעסן צו שטיפן געוויסע קעיסעס, אבער פאקטיש ברענגען עס די וויקטעמס קעגן די וועמען האבן זיי שאדן געמאכט.
אלעקס דזשאונס איז טאקע די גוטע משל צו צייגן די חילוק פון רוסלאנד ביז אמעריקע. דארטן באהאנדלט מען דזשורנאליסטן וואס זייער חטא איז פשוט צו פארציילן נייעס וואס די רעגורונג האט נישט ליב, אסאך אסאך ערגער ווי אונז באהאנדלען קאנספיראציע טעאריקער וואס לעבן אויף נישט געשטויגענע מעשיות וואס טוט פאקטיש שאדן מאכן פאר מענטשן.
קען זיין אז פאר דיר איז עס 'נערישע ליגנט'. אבער פאר די עלטערן פון די סענדי הוק שיסעריי וואס האבן נאכן פארלירן זייער קינדער צו א בייזוויליגע מערדער, נאך געדארפט אויסשטיין רדיפות פון אלעקס' נאכשלעפערס וואס האבן זיי דערגאנגען די יארן אז זיי האבן קיינמאל קיין קינדער נישט געהאט, און ס'איז אלעס שקר, אזש זיי האבן זיך געדארפט אוועקציען פון זייער וואוינארט, פאר זיי איז עס גארנישט קיין 'נארישע וויץ'.
זאגסט דאך קלאר אז די רעגירונג שטייט אונטער אלעס וואס טוט זיך אין טוויטער, זיי הייסן וועמען צו פארמאכן. ביסט דאך אויך מודה אז אלעקס דזשאונס איז אויף די שווארצע ליסטע, אבער דאך איז סיי זיין מידיא נעץ נאכאלץ אפן, און זיין טוויטער קאנטע איז אויך אפן. ווי לאנג וואלט אזא אלעקס דזשאונס סערווייווט אין רוסלאנד?
מיר קענען זיך נעמען באלד שיסן אויף אמעריקע פעך און שוועבל, אבער זעסט נישט די חילוק?
איך בין נישט קיין גרויסע ידען און איך ווייס נישט אלעס, וועגן דעם האב איך נישט רעאגירט וועגן וויקיליקס און אסאנדזש וואס איך ווייס נישט גאר אסאך וועגן די גאנצע פרשה, און כ'האב מיך באגניגט מיט קאמענטירן אויף די דזשאונס פרשה וואס איך האב אביסל מער נאכגעפאלגט. אבער לויט וויפיל איז געדענק האבן די צוויי עובר געווען אויף אמעריקאנע שפיאנאזש געזעצן און גע'גנב'ט אמעריקאנע סודות וואס האבן שאדן געמאכט פאר אמעריקע און דאס פארשפרייט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
האסט זייער פיין אדורך געטוהן די אלעקס דזשאנס מעשה. האסט ב''ה געספענד א געוואלד צייט זיך צו לאזן פיטערן פון די סטעיט מידיא מיט פונקטליכע פרטים.....
אלעקס דזשאנס איז קיינמאל נישט צוריק ארויף אויף די רעגירונג'ס טוויטער. ער איז שפעטער ארויף געגאנגן ביי מאסק. דאס אז ס'איז גראדע דער געוועזענער טוויטער מיינט נישט גארנישט.
עניוועיס, זאגסטו אז אמעריקע איך 'אויך' קארופטירט נאר רוסלאנד איז ערגער. למאי נ''מ ווער ס'איז ערגער? דא איז גענוג שלעכט.
אסאנדזש איז געווען א דזשורנאליסט וואס האט אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער רעגירונג איז איבער דאס געזעץ און ס'איז געווען בזיונות פאר אמעריקע. האבן זיי איהם פּערסעקיוטעד און אינקוויזירט. מיטן אויסרייד אז ער האט נישט דזשורנאליסטישע פראטעקשאן ווייל ער איז נישט קיין בירגער. דהיינו אז אמעריקע האט אלע רעכטן צו פייניגן סיי ווער אויף די וועלט וואס איז נישט קיין בירגער. (חוץ אויב איינער וואס איז נישט קיין בירגער קומט אריין אין אמעריקע דורך די מעקסיקא גרענעץ, שטייצעך).
אלעקס דזשאנס איז קיינמאל נישט צוריק ארויף אויף די רעגירונג'ס טוויטער. ער איז שפעטער ארויף געגאנגן ביי מאסק. דאס אז ס'איז גראדע דער געוועזענער טוויטער מיינט נישט גארנישט.
עניוועיס, זאגסטו אז אמעריקע איך 'אויך' קארופטירט נאר רוסלאנד איז ערגער. למאי נ''מ ווער ס'איז ערגער? דא איז גענוג שלעכט.
אסאנדזש איז געווען א דזשורנאליסט וואס האט אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער רעגירונג איז איבער דאס געזעץ און ס'איז געווען בזיונות פאר אמעריקע. האבן זיי איהם פּערסעקיוטעד און אינקוויזירט. מיטן אויסרייד אז ער האט נישט דזשורנאליסטישע פראטעקשאן ווייל ער איז נישט קיין בירגער. דהיינו אז אמעריקע האט אלע רעכטן צו פייניגן סיי ווער אויף די וועלט וואס איז נישט קיין בירגער. (חוץ אויב איינער וואס איז נישט קיין בירגער קומט אריין אין אמעריקע דורך די מעקסיקא גרענעץ, שטייצעך).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
ווער איז דאס די זירא העדזש אויסגאבע? מען קען גלייבן וואס זיי זאגן? און ווער איז דאס די שרייבער טעילער דורדען? איך טרעף נישט גארנישט אויף אים, איז ער בכלל אן עכטער מענטש? זיי ברענגען אויך נאר נאך אז אלעקס דזשאונס גייט אנקלאגן, האט ער טאקע אנגעקלאגט? און די גאנצע באריכט איז באזירט אויף אן אלעדזשט CIA וויסלבלויער. איז בכלל פעסטגעשטעלט אז די מעשה הייבט זיך אן?קורקלענד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 10:54 pm https://www.zerohedge.com/political/ale ... m-hardcore
קורקלענד... אביסל סקעפטיסיזם! אז גאנץ CNN, ABC, וכ' וכ' פארקויפן אלע פאלשע מעשיות און מען קען קיינעם נישט געטרויען, דארף מען זיכער האבן אביסל סקעפטעסיזם איבער אומבאקאנטע קליינע אויסגאבעס וואס קיינער ווייסט ניטאמאל ווער זיי זענען.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 11:03 pm האסט זייער פיין אדורך געטוהן די אלעקס דזשאנס מעשה. האסט ב''ה געספענד א געוואלד צייט זיך צו לאזן פיטערן פון די סטעיט מידיא מיט פונקטליכע פרטים.....
אלעקס דזשאנס איז קיינמאל נישט צוריק ארויף אויף די רעגירונג'ס טוויטער. ער איז שפעטער ארויף געגאנגן ביי מאסק. דאס אז ס'איז גראדע דער געוועזענער טוויטער מיינט נישט גארנישט.
עניוועיס, זאגסטו אז אמעריקע איך 'אויך' קארופטירט נאר רוסלאנד איז ערגער. למאי נ''מ ווער ס'איז ערגער? דא איז גענוג שלעכט.
אסאנדזש איז געווען א דזשורנאליסט וואס האט אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער רעגירונג איז איבער דאס געזעץ און ס'איז געווען בזיונות פאר אמעריקע. האבן זיי איהם פּערסעקיוטעד און אינקוויזירט. מיטן אויסרייד אז ער האט נישט דזשורנאליסטישע פראטעקשאן ווייל ער איז נישט קיין בירגער. דהיינו אז אמעריקע האט אלע רעכטן צו פייניגן סיי ווער אויף די וועלט וואס איז נישט קיין בירגער. (חוץ אויב איינער וואס איז נישט קיין בירגער קומט אריין אין אמעריקע דורך די מעקסיקא גרענעץ, שטייצעך).
אקעי, איך בין אביסל צעמישט דא איבער די טוויטער טענה.
דו האסט ארויפגעברענגט א טענה אז אמעריקע איז קוראפטירט מיט א מעשה פון עפעס א אינגערמאן וואס האט אנגעפירט א טוויטער קאנטע און מען האט עס אפגעשפארט. האסט מסתמה נישט געמיינט דווקא די אינגערמאן, נאר די שטארקע סענסערשיפ וואס איז געווען בכלליות פאר אילאן האט עס איבערגענומען.
אויף דעם האב איך געזאגט אז ס'איז א פריוואטע קאמפעני און זיי קענען טון וואס זיי ווילן.
אויף דעם האסטו געזאגט אז ניין, ס'איז אלעס געקומען גראד פון די רעגירונג. און דאס אז מען האט אראפגעשליידערט אלעקס'ן איז א ראיה אז די גאווערמענט איז קוראפטירט.
שוין, אויב איז עס די גאווערמענט, דאן פארוואס האט זיך די גאווערמענט אפגעשטעלט ווען מאסק האט איבערגענומען טוויטער? זיי פירן דאך אלעס, ניין?
אלא מאי, די גאווערמענט קען נישט טון וואס זיי ווילן דא אין אמעריקע.
קודם האלטן מיר שוין ערגעץ, רוסלאנד איז ערגער. יא, ס'קען זיין שלעכט, און ס'קען זיין ערגער.
וועגן די מעשה פון אסאנדזשן בין איך נישט אויסגעקאכט. לויט ווי איך קוק אביסל נאך, זע איך אז מען האט אים אנגעקלאגט מיט עספיאנאדזש. דו זאגסט אז אויב וואלט ער געווען אן אמעריקאנער בירגער וואלט מען אים בכלל נישט געקענט אנקלאגן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
מיינסט אין רוסלאנד קען די רעגירונג יא טוהן וואס זיי ווילן? מיינסט אז פוטין אלס איינער אליינס קען מארגן אויסשעכטן אלע זיינע בירגער ווייל אזוי וויל ער? מיינסט אז דארט הערשט עפעס א אנארכיע? מיינסט ס'נישט דא דארט קיין ארדענונג? מיינסט אז מ'דארף זיך דארט נישט רעכענען גארנישט פאר די צופרידנהייט פונעם עולם? מיינסט טאקע אזוי? פונקט אזויווי אמעריקע קען נישט יעצט אריינשיסן א קויל אין קאפ פאר טראמפ. נישט ווייל זיי 'קענען' נישט. נאר ווייל די רעפרעקאציעס זענען לכאורה פיל ארגער. זייער פראבלעם איז נישט מיט טראמפ נאר בעיקר מיט די וואס ער רעפרעזענטירט. וואס זיי האבן שוין פרובירט אונטערצוברענגען ביי די טי פארטי! און אז די רעגירונג איז נישט הונדערט פראצענט בעל בית און נאר זיבעציג, פילסטו בעסער?
האבן מיר שוין קלאר געמאכט אז אמעריקע איז ווייט פון פריי און רוסלאנד איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'זאגט אונז. יעצט דארף מען קלאר מאכן ווי אפגערוקט זיי זענען... לדעתי נישט אזוי סאך. אמעריקע איז בכלל נישט אזא פרייע לאנד.
זעראו העדזש איז זייער א פאפולער נייעס וועבזייט וואס איז געשאצט צו זיין 62 אויף די ליסטע פון נייעס סייט'ס אין אמעריקע. זיי האבן מער באניצערס ווי למשל האפפינגטאנפּאסט וואס רענקט 1113.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
פארוואס איז אסאנדזש מער שפיאן ווי סיי וועלכע דזשורנאליסט? ספעציעל ווי אזעלכע וואשינגטאן פאסט וואס האבן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג אונטער טראמפ געלייגט קלאסיפיצירטע אינפאו צו אונטערמינעוון די רעגירונג.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד האט געשריבן: ↑ מיינסט אין רוסלאנד קען די רעגירונג יא טוהן וואס זיי ווילן? מיינסט אז פוטין אלס איינער אליינס קען מארגן אויסשעכטן אלע זיינע בירגער ווייל אזוי וויל ער? מיינסט אז דארט הערשט עפעס א אנארכיע? מיינסט ס'נישט דא דארט קיין ארדענונג? מיינסט אז מ'דארף זיך דארט נישט רעכענען גארנישט פאר די צופרידנהייט פונעם עולם? מיינסט טאקע אזוי? פונקט אזויווי אמעריקע קען נישט יעצט אריינשיסן א קויל אין קאפ פאר טראמפ. נישט ווייל זיי 'קענען' נישט. נאר ווייל די רעפרעקאציעס זענען לכאורה פיל ארגער. זייער פראבלעם איז נישט מיט טראמפ נאר בעיקר מיט די וואס ער רעפרעזענטירט. וואס זיי האבן שוין פרובירט אונטערצוברענגען ביי די טי פארטי! און אז די רעגירונג איז נישט הונדערט פראצענט בעל בית און נאר זיבעציג, פילסטו בעסער?
האבן מיר שוין קלאר געמאכט אז אמעריקע איז ווייט פון פריי און רוסלאנד איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'זאגט אונז. יעצט דארף מען קלאר מאכן ווי אפגערוקט זיי זענען... לדעתי נישט אזוי סאך. אמעריקע איז בכלל נישט אזא פרייע לאנד.
קורקלענד, איך בין צומישט.
דו האלטסט נישט אז אזא טראמפ אין רוסלאנד וואלט שוין BY NOW געווען אראפגעפאלן פון א פענסטער?
גיב א קוק נאוואלני, פריגאזשין, וכו' וכו'... דארט איז נישטא קיינע מעשיות...
עס קען אפשר זיין ווי מאנכע זאגן אז די גאנצע חילוק פון אמעריקע און רוסלאנד איז די דאקומענטן (Paper work), דהיינט ביי רוסלאנד ביסטו נעקסטע טאג אן קיין דין וחשבון א פארגאנגענהייט; בעת אין דעם "מלכות של חסד" אמעריקע וועט מען דיך פראסעקיוטן און דערקוטשען דאס לעבן אונטערן יוסטיץ שלייער מיט א לאנגזאמע, פיינפולע טויט...
עכ"פ איך מיין אז ביידע זענען דא גערעכט, דער אמת איז ערגעץ אינדערצווישן. דהיינו, אמעריקע איז ליידער ביטער, און עס פאלט נאר נידריגער, סיי מצד די רעגירונג (וואס איז נאך נישט אזוי גרויזאם - עכ"פ בחיצוניות - ווי רוסלאנד) און סיי מצד די בירגער (וואס איז ליידער ערגער ווי רוסלאנד, מענטעלי און עמאשענעלי), אבער עס איז נאך נישט אזוי שלעכט און שרעקליך ווי רוסלאנד.
---
יעצט נאכ'ן שרייבן זעה איך די כמעט זעלבע ווערטער פון הרב חב"ד הויזן
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 00#p560900
וירח ה' את ריח הניחוח
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
ענדרו טעיט זע איך האלט אויך אז אמעריקע איז ווי רולסאנד (ער רעדט מער פון די מידיע חלק), דעסטיני האט אפאר גוטע ליניעס ווי ער ענטפערט אים (בערך פון א האלבע שעה אריין), אבער למעשה זענען דא מענטשן וואס האבן אלטערנאטיווע פאקטן, אלטערנאטיווע רעאליטעטן, און אלטערנאטיווע לאגיק...
מיט געוויסע מענטשן איז נישטא וואס צו טון חוץ פון האפן אז זיי באקומען נישט מער מאכט און אינפלוענס..
אדער ווי זאגט מיכאל אברהם - "הייתי הולך הביתה"..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
פארוואס ביסטו זיכער וועלכע צד איך האב געמיינט מיט 'ס'זענען דא מענטשן'?!
מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן... נו שוין.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
הבהרה: איך האב נישט דורך געטוען אלע צדדים לעומקה, איך קום דא בדר"כ פאר א easy & relaxing outlet אבער אפילו אזוי וויל איך דא שרייבען וואס איך מיין אז @קורקלענד האט געמיינט, פאר מען האט זיך גענומען איהם צו צימבלען כדרך...
אמת אז אמעריקא איז נישט אזוי ווי רוסלאנד בפועל מענטשען פליען נישט פון קיין פענסטערס אא"וו, אבער אין די נאמען פון געזעץ קען מען איהם פייניגען עד חרמה.
די מאכט פון די רעגירונג וועט שטערקער און שטערקער, דאס איז קלאר אז א רעפאבליקאנער פרעדזידענט באקומט אסאך אן ערגערע באהאנדלונג ווי א רעפאבליקאנער, אבאמא ווס. טראמפ יוכיח.
די ליבעראלען שווענקען מוחות פאר זייערע אגענדעס דורך די מידיא און סקול סיסטעמס פאר יארן מיט די שטיצע און הסכמה פון די רעגירונג וואס באקומען וואוטס לכבוד דעם.
איז קען זיין אז עס איז נישט אזוי ווי רוסלאנד 1+1 יעדער מענטאליטעט איז קאראפטירט אנדרעש, די פוינט איז אז עס איז [למחצה לשליש לרביע] אזוי ווי רוסלאנד מיט די השחתה און איבער געטריבענער מאכט יעדער אויף זיין שטייגער
ואסיים מעין הפתיחה, איך בין נישט דא פאר וויכוחים איך האב נישט אלעס דורך געטוען - דאס איז וואס איך זעה אלץ א פשוטע בירגער - ווי אויך האב איך נישט די צייט אין כח פאר דעם, פשוט געשריבען פאר דער וואס וויל פאשטיין וואס איך מיין אז קורקלענד און אנדערע מיינען.
אמת אז אמעריקא איז נישט אזוי ווי רוסלאנד בפועל מענטשען פליען נישט פון קיין פענסטערס אא"וו, אבער אין די נאמען פון געזעץ קען מען איהם פייניגען עד חרמה.
די מאכט פון די רעגירונג וועט שטערקער און שטערקער, דאס איז קלאר אז א רעפאבליקאנער פרעדזידענט באקומט אסאך אן ערגערע באהאנדלונג ווי א רעפאבליקאנער, אבאמא ווס. טראמפ יוכיח.
די ליבעראלען שווענקען מוחות פאר זייערע אגענדעס דורך די מידיא און סקול סיסטעמס פאר יארן מיט די שטיצע און הסכמה פון די רעגירונג וואס באקומען וואוטס לכבוד דעם.
איז קען זיין אז עס איז נישט אזוי ווי רוסלאנד 1+1 יעדער מענטאליטעט איז קאראפטירט אנדרעש, די פוינט איז אז עס איז [למחצה לשליש לרביע] אזוי ווי רוסלאנד מיט די השחתה און איבער געטריבענער מאכט יעדער אויף זיין שטייגער
ואסיים מעין הפתיחה, איך בין נישט דא פאר וויכוחים איך האב נישט אלעס דורך געטוען - דאס איז וואס איך זעה אלץ א פשוטע בירגער - ווי אויך האב איך נישט די צייט אין כח פאר דעם, פשוט געשריבען פאר דער וואס וויל פאשטיין וואס איך מיין אז קורקלענד און אנדערע מיינען.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
די עכטע נקודה און נפקא מינה וואס מאכט אויס איז די שאלה צו עס איז געבינדן מיט מאכט ד.מ. אז פאוער דיינעמיקס שפילן בכונה אריין צו איין זייט, וואס אין רוסלאנד איז זיכער אזוי (און אין אנדערע אטאריטעריען לענדער), אדער עס איז א סאציאלאגישע פענאמענאן אז פובליק שטיצע/איידיעס/אינסטיטוציעס נייגן זיך מער צו איין געוויסע זייט.
איך פארשטיי אז בכל אופן איז עס א שאלה פון מאכט, אבער איך מיין מ'קען מחלק זיין צווישן מאכט בכונתו להזיק אדער מאכט וואס קומט דורך פאפולער שטיצע און דורך אנדערע -מער קאמפליצירטע- סאציאלאזישע דינאמיקס (טעכנעלאגיע, עדיוקאציע, ווינט, וכו'..).
איך זאג נישט פאר קיין פאקט אז אמעריקא איז די צווייטע סארט, אבער איינער וואס שרייט עס איז דעפיניטיוולי די ערשטע - אדער אז די צווייטע איז פונקט אזוי שלעכט ווי די ערשטע - דארף זיך בודק זיין ווי אנדערש זיינע סטעיטמענטס זענען פון די וועלכע זענען אבסעסד מיט 'ווייסע קאלאנייזער' איידעאלאגיעס - וואו פאוער דיינעמיקס איז אויך די לחש..
עס איז אויך יתכן אז אין רוסלאנד איז עס מעיקרא א סאציאלאגישע-קאמפליצירטע פענאמענאן וואס האט אריינגעשפילט פאר פוטינ'ען (ווי נישט ווי איז דא וואלן..) די זעלבע מיט איראן וכדו'. איך זע אבער נישט אז איינער זאל זיין מחולק אז כעת איז עס זיכער א טיראניע, וואס אין אמעריקע קען מען נאך עכ"פ דן זיין צו עס האלט ממש דארט אדער ס'נאך דא א דעמאקראטישע וועג ארויס - וואס דאן איז עס קלאר אנדערש..