ווער פירט באמת אמעריקע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3420 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8646 מאל

ווער פירט באמת אמעריקע?

שליחה דורך שמן למאור »

אין א צווייטע אשכול האט ידידינו קורקלענד געשריבן א פולע געפאקטע תגובה, וואס איך האלט קומט אז מען זאל אפטיילן און מאכן א פרישע אשכול פון דעם.

קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 11:34 am דאס אז טראמפ קען לויפן האט גארנישט מיט דעם וואס אמעריקא איז ווייניגער קארופטירט אדער אויפריכטיג ווי רוסלאנד. ס'זענען גענוג אין נאך טראמפס אונטערגעגאנגען איבער די יארן אין אמעריקע פונקט ווי אין רוסלאנד נאך לאנג פאר זיי האבן זיך געקענט ציוואקסען צו וואס טראמפ איז. די סיבה פארוואס אמעריקע קען נישט באזייטיגן טראמפ איז ווייל ס'איז צו שפעט און ער איז שוין צו גרויס. ועל כולם האבן זיי אומפארשעמטערהייט מיט אראגאנץ און פרעכהייט איהם גע'גנב'ט די עלעקשאן. איז פארן לאנד וואס מאכט עס א נפקא מינה צו ער קען לויפן אויב ער קען נישט געווינען. און את''ל אז ער געווינט שוין יא... האבן זיי איהם לעצטע מאל אויך פאראלאזירט. ס'איז נישט צום גלויבן וויאזוי א רינגל פון עליטע פארברעכער האבן געבראכן געזעץ נאך געזעץ אונטערצוברענגען די ערוויילטע רעגירונג אין די פאראייניגטע שטאטן, טאג איין און טאג אויס קומען ארויס פרישע נייעס פון אלטע פאקטן און עווידענס וואס איז געווען פארדעקט פון וויאזוי די כיליגאנעס שטויסן דאס לאנד אין פנים. און זיי זענען פריי. מ'קען זיי גארנישט טוהן. פארוואס? ווייל דאס אינפארסירונג פון געזעץ איז געהיידזשעקט געווארן דורך יענע קליקע און מיט יענע כח האבן זיי שליטה אויף אלסדינג אפגעזען פון ווער ס'איז בראש.

איך בין נייגעריג צו דו האלסט אז אמעריקע איז ממש פונקט אזוי ווי רוסלאנד, אדער דו האלסט אז עס איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי. אויב יא, איז די חילוק ממש קליין אדער גרויס. אוודאי איז דא פראבלעמען אין אמעריקע, אבער צו איז עס דען רוסלאנד?

דו שטעלסט אראפ פאר א פאקט אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון טראמפ.

וואס זענען דיינע הוכחות צו דעם? און ווער איז דאס 'דער' וואס איז געשטאנען אינטער די אפאראציע פון גנב'ענען די אלעקשנס? איז עס געווען ביידן אליין? איז עס די זעלבע עליטע גרופע פון וואס דו רעדסט שפעטער?

ועל כולנה וויל איך טאקע וויסן ווער זענען די מעמבערס פון די באהאלטענע עליטע גרופע וואס פירן באמת אמעריקע? ווער שטייט בראש פון די קליקע? ווער זענען די מעמבערס? ווען און וואו קומען זיי זיך צוזאם צו מאכן די החלטות איבער אמעריקע? און איך וויל פארשטייט זיך אויך וויסן פון וואו דו ווייסט די אלע באהאלטענע אינפארמאציע.

ייש"כ ותודה למפרע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר