גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re:

שליחה דורך פוילישע פעפער »

קאצקע ציקער האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:05 pm משען ומיטוואך לצדיקים
שמעון ומיטוואך לצדיקים...
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עסקן בדברים האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:43 pm
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א מעשה וואס הרהצה"ק מ'טאהש זצוק"ל האט אייביג געבעטן מ'זאלל איבערדערציילן. איבער אן עם הארץ וועלכער האט ביי די הגדה וואו ס'שטייט תם מה הוא אומר. האט ער געזאגט מיט א תמימות און געוויזן מיט זיין פינגער אויף ארויף...טאם...דארטן (אויבן אין הימל) מה הוא אומר . וואס זאגט דער אייבישטער...! (אויף רוסיש הייסט ..."טאם"... דארטן)
אין ארמיש איז אויך ״תם״ דארטן (צ.ב.ש. שלחו מתם)
יא: אבער דער חידוש איז אז א איד אן עיי"ן ה"א וועלכער האט נישט געלערנט גמרא. און נאר געקענט רוסיש האט עס געזאגט מיט אזא תמימות אויף זיין אייגענע שפראך.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א חסיד איז געקומען צו זיין רבי'ן (איך זאג נישט אויס ווער) און פרעגט איהם...

ווי אזוי איז די מנהג ביי אונז? זאגט מען ומעריצים ומקדישים וממליכים מיט א "ם"

אדער זאגט מען ומעריצין ומקדישין וממליכין מיט א "ן"

האט דער רבי גע-ענטפערט עס מאכט נישט אויס עס איז די זעלבע און א ראי' האסטו ווייל אפילו אין שלחן ערוך שטייט אמאהל רמב""ם" מיט א ם און אמאהל רמב"ן מיט א "ן"
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער זיסער אבער שייגעצדיג'ער פלעי "היהודים באים" האט א סקיט וואו א מענטש קומט זוכן דעם רמב"ם. ער פרעגט אויב דא וואוינט דער רמב"ם. יא. דא וואוינט דער רמב"ן. בקיצור. ער פארשטייט רמב"ם און יענער זאגט רמב"ן. מ'טענה'ט זיך אהין און צוריק ביז יענער געט אויף. ס'איז זייער זיס...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

געהערט ביי הויכע שמונע עשרה ווי דער בעל תפילה האט געזאגט ביי שים שלום טובה וברכה... ורחמים וחיים ושלום וכל טוב ... ומכל טיב לעולם אל יחסרינו
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
[NAMELESS]

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך [NAMELESS] »

געווען א גויטע וואס האט געארבעט ביי אנ'עם הארץ
זי האט געהייסען מגדילנה
שבת און יו"ט האט ער מקפיד געווען איר צו רופען = מגדולנה....
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך היום »

יו״ט פסח אינדערפרי זאגט א יוד פאר א זיין שכן אין ביהמד״ר, ״איך פלאן היינט ארובערקומען צו דיר מיטהאלטן דיין סדר, אזוי ווי צדיקים פלעגן גיין אינטערהערן די עהםהאראצים׳ס סדר נאכט״,
ענפערט ער עהם, ״ס׳העט שוין ווערן דיר פארעכנט ווי א ביקור גומלים, ווייל נעכטן נאכט בין איך אריבער שטיין אינטער דיין פענצטער״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

אן עם הארץ האט אמאל ר"ח נאך וואס דער בעל תפילה האט געענדיגט זאגן הלל און ער האט אויגערופן ...מלך מהולל בתשבחות... געקושט די ציצית. ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...ווען מ'זאגט מלך מהולל בתשבחות קושט מען די ציצית...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

די מעשה האב איך שוין אפשר פארציילט: אן עם הארץ וואס האט געשפיעלט תלמיד חכם האט אמאל געהאט אן אורח צו די שבת'דיגע סעודה. ווען ס'איז אריינגעפאללן א טראפ מילעך פון די בעיבי באטל אינ'ם טשאלנט. האט ער זיך אנגערופן צו זיין זון...ברענג מיר נאר אהער דעם שולחן ערוך הילכות שבת. פרעגט איהם דער גאסט...פארוואס פונקט הילכות שבת. זאגט ער ווייל שבת עסט מען טשולנט...!

אין די מעשה איז דא נאך א מעשה: ווען איך האב פארציילט די מעשה איז דארט געשטאנען א מענטש וואס איז נישט געווען צו שטארק איבער-געשפיצט. און אויך א גרויסער תענית חלום. האב איך איהם געפרעגט ...וואו דארף מען עכט נאכקוקן אזא שאלה? האט ער געענטפערט...ביי הילכות טריפות...!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך היום »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:08 pm די מעשה האב איך שוין אפשר פארציילט: אן עם הארץ וואס האט געשפיעלט תלמיד חכם האט אמאל געהאט אן אורח צו די שבת'דיגע סעודה. ווען ס'איז אריינגעפאללן א טראפ מילעך פון די בעיבי באטל אינ'ם טשאלנט. האט ער זיך אנגערופן צו זיין זון...ברענג מיר נאר אהער דעם שולחן ערוך הילכות שבת. פרעגט איהם דער גאסט...פארוואס פונקט הילכות שבת. זאגט ער ווייל שבת עסט מען טשולנט...!

אין די מעשה איז דא נאך א מעשה: ווען איך האב פארציילט די מעשה איז דארט געשטאנען א מענטש וואס איז נישט געווען צו שטארק איבער-געשפיצט. און אויך א גרויסער תענית חלום. האב איך איהם געפרעגט ...וואו דארף מען עכט נאכקוקן אזא שאלה? האט ער געענטפערט...ביי הילכות טריפות...!
האב איך געקענט אזא יוד, וואס האט אויסגעקלאפט שבת ביינאכט אז מארגן אינדערפרי וועט די דיין שליט״א פאר לערנען הלכות שבת ביים שיעור שולחן ערוך אור החיים הקדוש…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
[NAMELESS]

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך [NAMELESS] »

די גוי'טע האט אמאהל בטעות אריינגעלייגט פוטער אין די טשאלענט
האט דער בעה"ב געפסקנ'ט אז ס'איז כשר וישר, ווייל טעות עכו"ם מותר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

מ'קען ציען די מעשה ווייטער. אויך מיט א גראם. ס'זאל האבן א טעם.

טעות גוי מותר
ווען א גוי לייגט אריין אין טשאלנט פוטער
איז עס מותר.
ארכיטקט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 201 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך ארכיטקט »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 4:07 pm מ'קען ציען די מעשה ווייטער. אויך מיט א גראם. ס'זאל האבן א טעם.

טעות גוי מותר
ווען א גוי לייגט אריין אין טשאלנט פוטער
איז עס מותר.
ויש להוסיף כפי הניגון הישן
וואס ער וויל טוט ער.
וועם ער וויל גיט ער.
ווייל ער איז א גוטער..
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך הוגה »

היום האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:43 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:08 pm די מעשה האב איך שוין אפשר פארציילט: אן עם הארץ וואס האט געשפיעלט תלמיד חכם האט אמאל געהאט אן אורח צו די שבת'דיגע סעודה. ווען ס'איז אריינגעפאללן א טראפ מילעך פון די בעיבי באטל אינ'ם טשאלנט. האט ער זיך אנגערופן צו זיין זון...ברענג מיר נאר אהער דעם שולחן ערוך הילכות שבת. פרעגט איהם דער גאסט...פארוואס פונקט הילכות שבת. זאגט ער ווייל שבת עסט מען טשולנט...!

אין די מעשה איז דא נאך א מעשה: ווען איך האב פארציילט די מעשה איז דארט געשטאנען א מענטש וואס איז נישט געווען צו שטארק איבער-געשפיצט. און אויך א גרויסער תענית חלום. האב איך איהם געפרעגט ...וואו דארף מען עכט נאכקוקן אזא שאלה? האט ער געענטפערט...ביי הילכות טריפות...!
האב איך געקענט אזא יוד, וואס האט אויסגעקלאפט שבת ביינאכט אז מארגן אינדערפרי וועט די דיין שליט״א פאר לערנען הלכות שבת ביים שיעור שולחן ערוך אור החיים הקדוש…
כ'האב אמאל געהערט פון דער חוסטער רבי הרה"צ רבי שמעלקא לייפער זצ"ל אז ער האט פארהערט א בחור וואס האט געוואלט אריינקומען אין די ישיבה האט ער אים געפרעגט צו ער ווייסט וואס די ערשטע חלק פון די ד' חלקי שולחן ערוך איז. האט דער בחור געענטפערט אור החיים. פרעגט ער אים צוריק, אור החיים איז דאך א פירוש על התורה. ענטפערט דער בחור, אבן עזרא איז אויך על התורה און אויך שולחן ערוך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט