קרית יואל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

קרית יואל

שליחה דורך שעפטל »

דער אמת איז אז די ארטיקל איז געליגן פארפאקט ערגעץ פארווארפן אין די ברוינע קאטעגאריע, האב איך געקלערט עס אהערצושטעלן (און כ'בעט ענק לאזט עס דא, ווילסט דיך אויסגעבן כמנהג בית צימעס גיי אהין)


villager האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסן פאר וועם האט בעלאנגט די פראפערטי אויף וואס קרית יואל געפונט זיך היינט בעפאר קרית יואל?

איידער איך וועל צוקומען צו דעם לאמיך אביסעלע היסטאריע דערציילן...
מאנרא איז ארויפגעקומען אויפן טיש נאכן דורכפאלן אין:

סטעטן איילענד (די געגענט האט געהייסן 'ארדען הייטס') ווי מ'האט שוין אראפגעלייגט 850 טויזענט דאלער דיפאזיט פאר 190 עיקער, ס'איז געווען זייער ביליג דעמאלטס צוליב די ווערעזאנא ברידזש איז נאכנישט געשטאנען, און מ'האט געדארפט פארן מיט א שיף צו ברוקלין. אבער נאכדעם איז די פרייז זייער ארויף ווען די ברידזש איז שוין געשטאנען.

פרענקלין, ניו דזשערסי, זייער שנעל אראפ פון טיש.

דאווער, ניו דזשערסי (בערך 45 מייל פונעם לינקאלן טאנעל) און דעס איז שוין געווען באריכטעט אין די פעפערס. בערך 400 מענטשן האבן שוין געגעבן בערך 700 דאלער פאר א דירה דארט. דארט איז עס געגאנגן שלאפן ווען די לויער פונעם מוכר איז געווען א פרייע איד וואס האט למעשה געארבייט קעגן די סאטמארע און די עיקר פראבלעם איז געווען ווער ס'דארף צושטעלן די ראודס און סוער וכו'. למעשה האט קהל צוריקגעגעבן כמעט די גאנצע געלט פאר יעדעם און מ'בלייבט אין וויליאמסבורג..

קאנארסי איז אויך שנעל אראפגעגאנגן פון טיש ווייל מ'האט כמעט נישט געקענט קויפן קיין שטחים, נאר געווען פערטיגע זעקס שטאקיגע בילדינגס.

מאונט קיסקא (נעבן נייטרא) אויך זיך נישט אויסגעארבייט

יארקטאון הייטס, האט זיך שוין ווייטער עפעס געריקט אבער געווארן אויס ביים סטראוק פונעם רבי'ן ז"ל תשכ"ח.

קאנגרעס לעיק, האט מען שוין געגעבן א דיפאזיט, דארט האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע מערכה פון די שכינים צו פייטן און זיי האבן געשטימט אז די געגענט זאל בלייבן פוסט.

וואשינגטאן וויל (לעבן מאנרא, געהייסן 'לעיק ענד באנגעלא קאלאני') דארט איז שוין געווען 150 דירות/באנגעלאוס, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט זעהענדיג אז מ'וועט צופיל געלט דארפן אריינלייגן

און פון דארט איז מען אנגעקומען קיין:
מאנרא, די לאטס האבן באלאנגט פאר דריי דאקטערס און לויערס, ר' חיים הערש ליימזידער איז אנגעקומען דערצו דורך א בראקער מיט די נאמען 'איגאר'
ס'האט געהאט א מעלה אז די טאון אף מאנרא איז געווען אינד'ערד און געווען אין גרויסע חובות. אויך האט אוועקגעקוקט אויף די ווייטקייט צוליב וואס ס'איז דעמאלטס באקאנט געווארן אז די ניובערג עירפארט גייט זיך פארברייטערן און מ'גייט בויען א טרעין פון מאנהעטן צו מאנרא וואס די וועג וועט נעמען שנעל.
villager האט געשריבן:ווער האט עס אפגעקויפט?

ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל, ראה"ק ומנהל המוסדות סאטמאר, וראש העיר דקר"י האט אינטערגעשריבן די מקח.
אפגעקויפט האט מען עס אין צוויי פאזעס, די גרויסע חלק האט מען אפגעקויפט פאר בערך 750 טויזענט דאלער. און נאך א קלענערע שטח פאר בערך 50 טויזענט. (דרך אגב, די פיפציג טויזענט האט געדארפט זיין קעש וואס שפעטער ווען די מוכרים זענען עפעס געוואר געווארן אז די קויפערס זענען עשירים האבן זיי געוואלט ארויפגיין מיט די פרייז און די גאנצע מקח איז שיעור געווארן אויס, און מ'וואלט ווען פארלוירן די 50 אלפים ווייל קיין שטר איז דערויף נישט געווען) מ'האט קודם אפגעקויפט די לאט וואס איז באקאנט אלס סעקשאן איינס.

צוליב דעם וואס אין די פריערדיגע פראיעקטן איז מען דורכגעפאלן איז דעס געווען א טאפ סיקרעט! ווי היסטאריקער שרייבט
היסטאריקער האט געשריבן:יא אמת. ר׳ חיים הערש ליימזידער האט געבויט די ערשע הייזער (המכונה "גארדען הייזער) ער איז ארום געגאנגען פארשטעלט ווי א גוי מיט א הינט

ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ע״ה פלעגט שיקן זיין שוואגער א מאדערענר יוד אן בארד און פיאות צו מיטינגען מיט די טאון זיי זאלן נישט וויסן אז מען האנדעלט מיט יודן

מ'האט איינגעשפאנט ר' ישעי' (אסקער) פישער, א שוואגער מיט ר' לייביש'ן, וואס איז נישט געגאנגן אנגעטוען ווי א חסיד, ער האט זיך געטראפן מיט די באהערדע אלץ דער אייגענטומער פון מען-וואד קאנסטראקשען, און אנגעהויבן צו ארבייטן מיט די לאקאלע רעגירונג צו באקומען די אפראוועלס. אינצווישן האט ער אריינגעדרייט ר' חיים הערש ליימזידער אז ער איז זיין רעכטע האנט אין ביזנעס און מיט אים זאל מען האנדלן,

ר' חיים הערש און ר' משה'לע גליק (ער האט אויך געסיינט אויפן 1.75 מיליאן קאנסטראקשען לאון מיט ר' לייביש און ר' הערש אלימלך ווערצבערגער) האבן געקויפט נאך שטחים (וואס איז באקאנט אלס סעקשאן 3 און 4) און עס תיכף פארקויפט פאר קהל פאר קאסט פרייז. שפעטער ווען אלעס איז שוין געווען מער ווייניגער אפראווט האבן מענטשן געוואלט קויפן נאך לאטס האט מען דעמאלטס אויסגערופן אין די בתי מדרשים (אויך די רבי האט אריינגערופן א איד) אז קיינער זאל נישט קויפן ווייל די פרייזן וועלן נאר ארויפגיין. און דעמאלטס האט מען נאך געפאלגט... מאן-וואד האט דעמאלטס פארקויפט פאר 18 טויזענט דאלער א לאט פאר א פריוואטע הויז.

ר' חיים הערש האט זיך יעדעס מאל געמוזט פארשטעלן אז מ'זאל נישט וויסן אז די חרדים קומען אהער, און מ'האט אויך געבעטן דעם עולם נישט ארויסצופארן קוקן ס'פלאץ. כ"א כסלו תשל"ד האט ר' לייביש אפיציעל געבראכן די נייעס אז אלעס איז שוין כמעט פערטיג!
villager האט געשריבן:ווער איז משה מאנראוער

אזוי ר' חיים הערש איז געווען פארנומען מיטן בויען, האט מען געוואלט אויפנעמען א מענטש וואס זאל זיין אן-טאפ פון די געלט, האט מען געלאזט רופן צום רבי'ן ר' שלמה מעכל ראזנער, ר' שלמה מעכל האט זיך אינטערגענומען ס'ארבייט און אריינגענומען ר' משה פריעדמאן (באקאנט אלס משה מאנרא)

מאן-וואד האומס האט געטוישט נאמען צו "מאן-פילד האומס". מאן-פיעלד האט פארקויפט א פיר רומיגע דירה פאר 28 טויזענט דאלער (9 טויזענט דיפאזיט) און א פינף רומיגע דירה פאר 32 טויזענט (12,000 דיפאזיט). זיי האבן שפעטער געוואלט ארויפגיין מיט די דיפאזיט פרייזן און די רבי האט נישט געלאזט.

לאזט מיך נאך אביסעלע מער דערציילן...
די גרינדן די ווילעדזש איז א מסכת פאר זיך. נאכדעם וואס די טאון האט אויסגעטיילט צרות צרורות אויפן יעדן טריט און שריט, וואס מ'האט זיי געבעטן האבן זיי פרובירט אפצוווארפן, אפגערעדט פון טוישן געוויסע זאכן אין די הייזער, צו עפענען געשעפטן אין די בעיסמענטס.
קודם האט מען פרובירט צו מאכן פראפעגאנדע און מ'האט אויפגענומען א טייערע פאבליק רילעשאן'ס קאמפעני צו. פארשפרייטן אין די לאקאלע צייטונגן אז די חסידים זענען יא וואוילע מענטשן און געטריי צום לאנד וכו'. איז אויפגעקומען די עצה פון גרינדן אן אייגענע ווילידזש ווי מ'קען אליינס מאכן די זאונינג וכו'. פארשטייט זיך די טאון האט פרובירט צו פייטן. איינע פון זייערע עצות הרעים איז געווען אז מ'זאל צוזאמשטעלן די טאון אף מאנרא מיט די ווילידזש אף מאנרא (וואס דאס איז געווען א שלום מדין ומואב, נאך איבער הונדערט יאר וואס די צוויי זענען זיך נישט אויסגעקומען, ממילא קען קרית יואל נישט גרינדן א ווילידזש, ווייל א פון א טאון קען מען זיך אפטיילן און גרינדן א ווילידזש, אבער פון א ווילידזש צו א ווילידזש נישט. די אנעקסירן. למעשה איז מען געגאנגן אין קאורט פאר "דיסקרימינאציע" נאך מיטונגען מיט די טאון און געוויסע פירערס דארט האבן זיך זייער מיעוס אויסגעדריקט קעגן יודן איז די דיסקרימינאציע טענה שטערקער געווארן. און נאך גרויס פראטעקציע און פארבינדונגן מיט די אינסטאנצן איז די ווילידזש עפראווט געווארן אנפאנג ווינטער תשל"ז. דער דעמאלטסדיגער סעקרעטערי אף סטעיט ניו יארק, מאריא קאומא (שפעטער דער גאווערנער) האט עס באשטעטיגט אפאר וואכן שפעטער.

למעשה ווען מ'האט עס שוין געגרינדערט איז ר' לייביש געווארן מעיאר. און די טראסטי'ס זענען געווען ר' אליעזר וואלדמאן, ר' אליעזר ליימזידער, ר' ליפא בראך, און ר' גרשון פרץ וויינשטאק.

נאכדעם האט מען געשטעלט שבעה טובי העיר -וואס מ'האט געוואלט אז ע"פ הלכה זאל יעדער זיי מוזן פאלגן- ס'זענען געשטעלט געווארן, ר' לייביש, ר' יוסל אשכנזי - משב"ק, ר' עזריאל גליק - משב"ק, ר' סענד דייטש - ראה"ק ומנהל המוסדות, ר' שלמה מעכל, און ר' משה פריעדמאן. אלס די זיבעטער האט מען געוואלט אז די רבי זאל זיין, נאר הגה"צ ר' יחזקאל ראטה, קארלסבורגע רב, דעמאלטס דומ"ץ סאטמאר ב"פ האט געזאגט פארן רבי'ן אז אויב ער שטעלט קען ער נישט זיין. און מ'האט געשטעלט ר' שלמה זלמן סאנדער.

זימער תשל"ד האט זיך די רבי ארויסגעצויגן קיין קרית יואל אין די דירה פון משפחת שלעזינגער שיחי'

villager האט געשריבן:און ווען איז ער אראפ פון די מאכט? און וואס איז געשען מיט זיין ארגענזישען מיט אלע זיינע ריעל עסטעיט? ווער איז וועד הקריה? וויפיל פראפערטי האבן זיי נאך? נישט קיין פאליטיק פליז נאר בלויזע פאקטן.

שמואל הלוי האט געשריבן:איך לייג צי נאך צוויי פראגעס; וואס איז בכלל די אויפגאבע פון וועד הקריה היינט צוטאגס? און וואס טוען זיי מיט די פערציג אלפים קעש וואס זיי קאלעקטן פון יעדן נייעם הויז וואס מען בויעט אין קרית יואל?

איך וועל צוריקקומען אין א אנדערע געלעגענהייט איבער די ווייטערדיגע קשיות און אפשר מיט אביסעלע מער אינפאו צו דעטאלן (אין די צייט זאל ווער ס'האט עפעס צולייגן, זיך נישט צוריקהאלטן!)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

שכויעך פאר די שיינע באשרייבונג, קיפ אפ


אגב
שעפטל האט געשריבן: האבן מענטשן געוואלט קויפן נאך לאטס האט מען דעמאלטס אויסגערופן אין די בתי מדרשים (אויך די רבי האט אריינגערופן א איד) אז קיינער זאל נישט קויפן ווייל די פרייזן וועלן נאר ארויפגיין. און דעמאלטס האט מען נאך געפאלגט...


ווער ס'האט געפאלגט האט געפאלגט, אסאך האבן נאכאלץ יא געקויפט אליין
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך בן ישי »

שעפטל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:23 pm איך וועל צוריקקומען אין א אנדערע געלעגענהייט איבער די ווייטערדיגע קשיות און אפשר מיט אביסעלע מער אינפאו צו דעטאלן (אין די צייט זאל ווער ס'האט עפעס צולייגן, זיך נישט צוריקהאלטן!)
אפשר איז מען ממשיך?
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קרית יואל

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל: איך ווייס אז דו ביסט שוין (נעבעך) נישט בין החיים אויף קאווע שטיבל. אפשר ביסטו גאר מגולגל געווארן אין דעם חשוב'ן ניק "שעפטאל". ס'קען זיין דיין טאטע האט ביי דיין ברית נישט גוט אונטערגעזאגט פאר דעם רב וואס האט געמאכט די ברכות. אדער האט ער שוין נישט געהערט גוט צוליעב זיין עלטער אדער אנדערע סיבות.

בכל אופן. איך האב דיר געוואלט פרעגן, נאכדעים וואס איך האב געזעהן אז דו ביסט זייער שטארק בקי אין די היסטאריע פון קרית יואל. האביך געוואלט פרעגן ביי דיר אויב דו ווייסט ווער ס'האט געגעבן דעם ערשטן מארגעדזש אז מ'זאל קענען אנהייבן בויען הייזער און די אינפראסטרוקטשער אין קר"י.

דער מארגעדזש איז געווען אויף א ריזיגע סכום בימים ההם. 8 מיליאן דאללער.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך yesiknow »

עפעס מיט די ציונים אויב געדענק איך גיט, שוין גיי פארשטיי
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קרית יואל

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא: די ציוניסטישע בנק לאומי. זיי האבן וויליגערהייט געגעבן א מארגעדזש פאר קהילת סאטמאר. ס'איז נישט קיין פעילער. ס'ווייזט נאר אז א איד בלייבט א איד. פארשטייצעך. זיי האבן נישט דערלייגט צום געשעפט. כ'בין זיכער ס'איז אויך געמאכט געווארן א שטר היתר עיסקא. א פרוזבול ביניך שוין נישט אזוי זיכער.

דער ווייס פרעזידענט פון בנק לאומי (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז נישט צוגעגאנגען צו 3 אידן אין ביהמ"ד אז זיי זאללן חתמ'נען דעם שטר פרוזבול.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך yesiknow »

כפי השמועה לבסוף לא שלמו את המשכנתא ועשו דיל שלא למחות נגד המדינה עד כלות שני המשכנתא
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קרית יואל

שליחה דורך berlbalaguleh »

מעגליך: נאר איך האב עס קיינמאל נישט געהערט (די גמ' זאגט לא שמענו אינו ראיה.).

איך בין זיכער אז די קאנעקשן אז זיי זאללן געבן א מארגידזש בכלל איז געקומען דורך א איד פון די קהילה וואס האט געהאנדלט מיט זיי.

קהילת סאטמאר (אלע פראקציעס) און פריוואטע מענטשן אין די קהילה האבן א סאך פראפערטיס אין ארץ ישראל/מדינת ישראל. אויך אין אמעריקע האט א גרויסער עולם געטון ביזנעס מיט בנק לאומי.

שיטה לחוד. ו'ביזנעס לחוד.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך עמרם »

זייער אינטערעסאנט

דערמאנט מיך, אז כ'האב אמאל געהערט, אז פאר די גרויסע בנין פון תולדות אהרן, אין ירושלים, האט מען באקומען א שיינע נדבה פון די שלטון הכופרים,
גיי ווייס אויב ס'איז אמת ...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קרית יואל

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמרם: און וואס מיינסטו טוען די אלע ישיבות ומוסדות וועלכע נעמען געלט פון קרן הצלה? זיי זאגן ווי וואוילע יונגלעך אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון שלטון הכופרים. און מיט אנדערע נעמען און אדרעסן, ווי א פאוסט אפיס באקס אין א צווייטע שטאט נעמען זיי מיט ביידע הענט.
טירן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך טירן »

די וואך שבת מהר"א ביי פרקי אבות ס'האט געמאכט א שטורעם,

פרקי אבות, מער ווייניגער געזאגט תורה אויפן מדרש מה ראה ארונו של יוסף,
זאגענדיג דערביי אז עס איז נאך שריים פון יו''ט.
ביים סוף ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע מידות טובות פונעם בעל הילולא,

דער טאטע ז''ל האט אסאך געטוהן פאר אלע קהילות פון סאטמאר איבער די וועלט, אבער פאר ק''י וכו'
זיינע פעולות זעהט זיך נאך אן עד היום הזה אין גאנץ ק''י, אין די עמטליכע גרעניצן און אין אלע גלילות ארום, מען האט זוכה געווען צו מרחיב זיין די גבולות הק', מען האט געגעבן נעמען פאר די שכונות, ב''ה די אידן פון מחנה אלוקים זענען זייער צופרידן, משא''כ די אידן פון די מחנה מגושמים טאקע נישט,

עס איז דא ב''ה בתי מדרשים פון די קהילה איבער די גאנצע שטאט, עס איז דא תקנות פאר די בתי מדרשים, כלליות'דיגע תקנות און פרטיות'דיגע תקנות, מען זאל זעהן עס צו מחזק זיין, מען קען אפליינען די תקנות, איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין אלע פרטים, אז דער בעל הילולא האט זייער מקפיד געווען אויף זמן תפלה, ווער עס פארשפעטיגט האט אויך א זמן ביז ווען מען קען דאווענען,
איך האב געהערט אז דא אין בהמ''ד איז דא מנינים נאך חצות, עס איז קעגן די הלכה!! פארוואס איז עס אזוי?! קיינער שטייט נישט דעמאלטס אויף, נאר מען האט היינט די כלים המכשירים וואס מען איז פארנומען מיט מסחר, מען ארבייט פארן דאווענען, דאס איז אויך קעגן שלחן ערוך!! מען טאר נישט דאווענען נאך חצות!!

עס איז דא נאך א זאך דא אין ק''י וואס איך האב היינט געהערט, איך האב נישט געוויסט,
עס קומען דא אין קרית יואל אלע משפיעים, אבער עס האט זיך געגרינדעט א ביהמ''ד פון עפעס א משפיע בונקער, זיינע מענטשן האבן געעפנט א בהמ''ד, אין אלע בתי מדרשים דאווענט מען שבת 9:30, מען האט שוין געהערט אפילו 10:00, אבער דארטן דאווענט מען איין מנין 11:00 12:00 1:00.. איך וויל פארשפארן דעם בהמ''ד!!!! אונז זעמער זייער ליבעראל אין ק''י אבער אזא בהמ''ד קען נישט זיין דא!! איך וויל פארשפארן דעם בהמ''ד!!!!!

דער אייבערשטער זאל העלפן וכו'.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קרית יואל

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך yatzmachp »

האט מען עס פארשפארט?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קרית יואל

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאכנישט: אחרי ככלות הכול דא איז נאכנישט סקווער. (ב"ה).
שיינע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך שיינע איד »

yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:21 am האט מען עס פארשפארט?
קענסט זיין זיכער עס וועט זיין פארשפארט עס איז טאקע נישט סקווירא אבער עס איז פארט סאטמאר מען גייט נישטפארברענען דער משפיע אבער דער בנין גייט ברענען
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך אלפא »

תלוי, אויב אמעריקע איז ממש ווי רוסלאנד דאן איז ק"י ממש ווי סקווער...

לגופו של ענין, עס איז א ריכטיגע נקודה, (הגם לויטן תשובות מהר"ם שיק סי' צא וואלט מען געקענט מקיל זיין לגבי דאווענען נאך חצות אויך - ווער רעדט נאך אינעם ב"ח'ס האלבע שעה, והדברים עתיקין..) אבער וואו קומט דער ברך משה אריין אין בילד פארשטיי איך נישט?! אויב מעג מען נישט דאן טאר מען נישט אין ערגעץ, און אויב ער וויל סתם אזוי נישט לאזן זאל ער עס זאגן קלאר. (ואולי נקט כהמג"א בסי' קנו)..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך היימלינד »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:04 am דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
די לייק איז פשוט ווייל אז זיידי בעהט גיבט מען

אינטרעסאנט אז ער רעדט פון די הלכה פון נאך חצות, זמן תפילה איז אויכעט הלכה, קען זיין אויף שבת איז דא א מסורה אדער נישט, אבער אינדערוואכען איז לכו"ע נישט קיין לכתחילה, איי סאטמאר רב? ער האט געדאווענט נאך חצות אויך וממנו אין ראיה.

אגב וועלעכע שול איז די מדובר ?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קרית יואל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלפא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:51 am תלוי, אויב אמעריקע איז ממש ווי רוסלאנד דאן איז ק"י ממש ווי סקווער...

לגופו של ענין, עס איז א ריכטיגע נקודה, (הגם לויטן תשובות מהר"ם שיק סי' צא וואלט מען געקענט מקיל זיין לגבי דאווענען נאך חצות אויך - ווער רעדט נאך אינעם ב"ח'ס האלבע שעה, והדברים עתיקין..) אבער וואו קומט דער ברך משה אריין אין בילד פארשטיי איך נישט?! אויב מעג מען נישט דאן טאר מען נישט אין ערגעץ, און אויב ער וויל סתם אזוי נישט לאזן זאל ער עס זאגן קלאר. (ואולי נקט כהמג"א בסי' קנו)..
ער האט נישט געוואלט סאונדן ווי א דיקטאטאר. ער האט אויף אן איידעלן אופן דערמאנט אז ס'איז קעגן די הלכה. און זיין רצון איז אז מ'זאל זיך צו שטעללן.
טירן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך טירן »

יעצט הער איך אז די אינגעלייט פון יענעם שול זענען אריין צו ר'אהרן אין מ'האט זיך פארגליכענט, די שול בלייבט אפן. איך בין נישט באקאנט וואס די הסכם איז געווען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:04 am דער רבי שליט"א מהר"א האט זייער גוט גערעדט. א יעדעס ווארט איז אמת. דא איז נישט סקווער. נאר ס'איז דאך נישט אינגאצן הפקר. ס'איז אקעגן דעם רצון פון רבינו דער ברך משה זצ"ל. ווער שמועסט נאך אקעגן די הלכה. ס'קען נישט זיין א מצב פון איש כל הישר בעיניו יעשה.

עמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!

סארי, אין דרכי בכך, אבער האמת ניתן להיאמר...

אויב מען פרעגט מיר, איז די דרשה ממש א עקל, מען רעדט נישט אזוי!!! "איך וויל פארשפארן דעם ביהמ"ד"...
"איך"
"איך"
"איך"
"פארשפארן א ביהמ"ד"!!

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון! איך וואונדער מיך אויב דער איד האט איין פאזיטיווע צעל אין זיך. קען איינער אנצייגן א דרשה פון דעם רשכבה"ג וואס האט אין זיך אהבה און שמחה?

יעצט לאמיר זעהן וויפיל לייקס איך וועל באקומען פאר מיינע אמת'ע דיבורים....
וירח ה' את ריח הניחוח
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך היימלינד »

שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:48 am

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון!
ווער זאגט אז ער האט נישט פראבירט? just asking

איך האב דייקא נאר צוטירט די חלק ווייל אויף דאס פרעג איך, נישט קיין סתירה מיט די איבריגע וואס דו האסט געשריבען
[NAMELESS]

Re: קרית יואל

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האלט אז וויבאלד ער איז מרא דאתרא קען ער פארלאנגען געוויסע זאכען, ממילא קען ער זאגען "איך" וויפיהל עס געפעלט אים
חֶנְוָנִי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:53 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: קרית יואל

שליחה דורך חֶנְוָנִי »

היימלינד האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 11:08 am
שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:48 am

זיי טוען קעגן די הלכה? רעד צו זיי, שיק שליחים, פרוביר מיט גוטן פאר דו גייסט מיט בייזן; פרוביר ביחידות איידער דו פארשעמסט זיי ברבים; וויפיל איז דער שיעור צו האקן און מוחה זיין ביי יעדע איינציגע דרשה? עס גייט שוין פון די נערוון!
ווער זאגט אז ער האט נישט פראבירט? just asking

איך האב דייקא נאר צוטירט די חלק ווייל אויף דאס פרעג איך, נישט קיין סתירה מיט די איבריגע וואס דו האסט געשריבען
ווייל נאכן אריינגיין צו אים האט ער טאקע צוריקגעצויגן. אזוי האב איך געליינט
פארשפארט