גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 844
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1034 מאל

גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

שליחה דורך ביבער »

א חבר האט מיר צוגעשיקט דעם ארטיקל, איך האב אפאר קשיות אבער אהן קודם ליינען דערפון ממקור ראשון איז נישט שייך צו רעדן. כהאב גארנישט געקענט טרעפן אויפן געוועב איבער דעם ספעציפישן שטודיע. ווייסט איינער ווער דער דאקטאר גילמאן איז און ווי ער שרייבט זיינע זאכן?

דעם פארלאפענעם שב"ק מטו"מ איז אין ביהמ"ד בית אלעזר דקהל יטב לב אין שכונת ויואל משה פארגעקומען א שיעור אין הלכות ימי בין המצרים דורך הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א משפיע בקהלתינו וועלכער האט פארגעלערנט די וויכטיגע הלכות וואס זענען נוגע אין די טעג.

ביים סוף פונעם שיעור האט הרה"ג רבי דוד שליט"א ארומגערעדט פארשידענע ענינים איבערן חורבן בית המקדש און איבער די ימי בין המצרים. בין הדברים האט ער אויפגעדעקט גאר א אינטערסאנטע געשיכטע וואס וועט זיין גאר אינטערסאנט צו ברענגען פאר אונזערע ליינער.

אין פייוו טאונס איז דא א איד הרב יודא גילמאן, דער איד האט א ארגאניזאציע וואס איז אוועקגעשטעלט חוקר צו זיין פארשידענע זעלטענע קרענק, אויף אלע גויים געזאגט. גענוי ווי עס איז דא ארגאניזאציעס וועלכע זענען אוועקגעשטעלט פאר פארשידענע ספעציפישע קרענק ל"ע, איז ער דא צו פארשן און דערגיין דעם אוזאך פון זעלטענע קרענק וואס מאכן זיך נישט אזוי אפט.

צו זיין טישל קומען אן ווענדונגען סיי פון אידן רח"ל און אויך פון נישט אידן. אין די לעצטע תקופה איז אנגעקומען צו אים אינפארמאציע איבער א נייע קרענק מיטן נאמען ATAXIA FRIEDREICH, א קרענק וואס טוט אויפעסן די נערוו פונעם מח און דראעט נאך א שטיק צייט צו לאזן אפשטארבן דעם גאנצן מח רח"ל.

די אינטערסאנטקייט פון דעם קרענק איז אז מען האט עס דערווייל נאר געטראפן ביי נישט אידן, השי"ת יעזור להלאה. אזוי אויך איז עס זייער זעלטן און אין די גאנצע וועלט איז עס נאר דא ביי אזויפיל ווי צוויי הונדערט מענטשן.

הרב יודא האט אנגעהויבן פארשן און די ערשטע זאך האט מען נאכגעקוקט די דזשינ"ס פון די אלע מענטשן צו זעהן פון וואו זיי שטאמען און אויב עס האט סיי וועלכע שייכות איינער צום צווייטן. דא האט זיך ארויסגעשטעלט גאר אן אינטערסאנטן בילד אז אלע צוויי הונדערט שטאמען פון די זעלבע משפחה! און נישט נאר פון די זעלבע משפחה נאר זיי שטאמען גאר פון א רוימישע קייסער.

נאכן ווייטער חוקר זיין האט זיך ארויסגעשטעלט דעם גאר אינטערסאנטן בילד אז די אלע צוויי הונדערט מענטשן שטאמען נישט מער און נישט ווייניגער נאר פונעם קיסר טיטוס הרשע אליינס. יא, דער באקאנטער טיטוס הרשע וועלכער האט חרוב געמאכט דעם צווייטן ביהמ"ק און האט דערנאך באקומען די קללה ווען א קליינער פליג איז אים אריין אין מח און אנגעזייעט חורבנות.

אין גמרא ווערט דערציילט אז טיטוס הרשע האט זיך זייער געמוטשעט מיט דעם פליג וועלכע האט געדזשומעט ביי אים אין קאפ, ער האט פרובירט צו טון וואס ער קען, איינמאל איז ער אדורך נעבן איינעם וואס האט געהאלטן אינמיטן קלאפן מיט א האמער און פלוצים איז דער פליג שטיל געווארן, ער האט זיך דערשראקן פון דעם האמער קלאפ און ער איז שטיל געווארן.

האט דער רשע פון דאן און ווייטער געהייסן א איד זאל שטיין נעבן אים און קלאפן מיט א האמער אזוי זאל דער פליג שטיל זיין. דאס האט אבער נישט אנגעהאלטן לאנג ווייל נאך דרייסיג טעג האט זיך דער פליג בארואיגט און ווייטער אנגעהויבן מאכן קאפ וויי פאר דעם רשע.

נאך זיין פגירה האט מען אויפגעשניטן זיין קאפ און מען האט געטראפן אז דער פליג איז שוין גארנישט קיין פליג נאר עס איז שוין געווען אזוי גרויס ווי א פייגל!. זעט אויס אז די חורבנות וואס דער פליג/פייגל האט אנגעמאכט ביים רשע אין מח האבן געהאט א השפעה און זיינע אייניקלעך כמעט צוויי טויזנט יאר שפעטער ליידן נאך פון יענע גרידזשערייען ביי זייער זיידן אין מח.
נאך מער אינטערסאנט איז צו כאפן א בליק אין ספר נצח ישראל להמהר"ל פרק ז' וואו דער הייליגער מהר"ל שרייבט אז מען קען קוקן במשך אלע דורות איז נישט געבליבן קיין איין אייניקל פון דעם רשע טיטוס וואס האט זיך מגייר געווען, אלע זענען געבליבן גויים גמורים עד היום הזה.

דעריבער איז פארשטענדליך פארוואס די זעלטענע מחלה איז נאר אנגעקומען צווישן גויים, נעמליך דער רשע ביי וועמענס אייניקלעך די מחלה איז באזירט, האט נישט איבערגעלאזט קיין איין אייניקל וואס האט זיך מגייר געווען און אזוי ארום איז ער געבליבן מיט אלע זיינע מחלות צווישן גויים.

אזוי אויך טרעפט מען אין חזקוני סוף פרשת בשלח אז טיטוס איז גערעכנט ווי אן אייניקל פון עמלק און ווען די תורה שרייבט "מחה אמחה" מיינט עס אויך טיטוס, אויך זעט מען אין ספר נצח ישראל פרק ה' אז טיטוס האט געהאט א כח השחתה ומחבל און דאס איז געקומען פון דעם יתוש וואס איז געזיצן ביי אים אין קאפ.

זאל דער רבוש"ע העלפן אז אלע אנדערע מחלות זאלן אויך נישט טרעפן זייער פלאץ ביי אידן און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
בייגעלייגטע פיילס
titus.png
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר