שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3147
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?

שליחה דורך קורקלענד »

א גוטע שלום בית איז א זאך וואס יעדער שטרעבט. איינער פון די זאכן וואס זענען שטארק נוגע איז אז די שטוב זאל ראָננען געשמירט איז אז אלעס וואס דארף געטוהן ווערן אין שטוב זאל ווירקליך פאסירן. די שאלה איז אבער וועמענס פליכט איז וואס?

ווען מ'רעדט פון א שטוב מיט קינדער. וואס זענען די מאן'ס פליכטן? און וואס אנבאלאנגט דעם ווייב? יעדער וועט מודה זיין אז דער מאן האט די אחריות פון ברענגען פרנסה אין שטוב, און אז די פרוי האט די אחריות צו האלטן דאס שטוב ריין, וואשן די וועש, און קער נעמען פון די קאך. ווי ווייט אבער גייט עס? לדוגמא. אז א מאן לאזט איבער דאס שטוב יעדן טאג זעקס'ע פארטאגס, גייט צום שיעור, דאווענט, לויפט אין ארבייט, קומט אן אהיים קרוב צו זיבענע, עסט נאכטמאל און פארברענגט געציילטע מינוטן מיט די קינדער, דערנאך גייט ער צו מנחה/מעריב און שיעור, און קומט אהיים נאך צעהנע. וואס נאך קען מען פון אזא אינגערמאן פארלאנגען? ליגט אויף איהם אן אחריות ארויסצוהעלפן מיט שלאפן לייגן די קינדער? אדער איז עס גענוג אז ער פארברענגט פערצן שעה א טאג מיט האראוואניע אויסצוהאלטן די שטוב מיט די הונדערט אלפים וואס ס'פעהלט זיך אויס א יאהר? שבת נאך די סעודה דארף ער העלפן אראפנעמען פון טיש? איך האב נישט באמערקט קיינער פון די פריערדיגע דור וואס העלפט ס'ווייב זיינע רייניגן די טיש נאך א סעודה, אפשר אבער היינט איז אנדערע צייטן? וואס איז ווען ס'קומט צו טוישן א פּעמפּער פון א קליינעם, איז דאס א מלאכה וואס א פאטער דארף זיך אויך אויסצייכענען אין? אדער איז עס עפעס וואס אנבאלאנגט סטריקטלי די ווייב? וואס איז וועגן אויפשטיין פאר א קינד וואס וויינט אינמיטן די נאכט? אא''וו....

איצט לאמיר זעהן פארקערט וואס קען זיך אלס פארלאנגען פון א פרוי וואס שטייט אויף אינדערפרי, קליידט אויס די קינדער, געט זיי סיריעל, לייגט זיי אויפן באס, גייט ארויס איינקויפן, מענעדזשט די גויטע, קאכט נאכטמאל און גרייט צו אויף שבת מאכן. איז דאס אלעס גענוג? דארף זי פארזארגן פרישטאג און לאנטש איבערבייס פארן מאן? אדער איז עס ס'מאנס אחריות צו באזארגן זיין אפעטיט פונעם תיקון אין שוהל? ווער דארף גיין אין גראסערי? אויפהאלטן דאס שטוב ווען מ'דארף רופן די טעלעפאן פירמע, אדער אז מ'דארף רופן אן עקסטעמינעיטאר, ווער דארף עס ארלעדיגן? אא''וו...

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר