שמן למאור האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 29, 2023 3:33 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
אי משום הא דארף מען בלויז קוקן אין די ספרים פון אנדערע רעליגיעס און זען אז ביי זיי איז פונקט אזוי דא חכמות מיט געוואלדיגע טיפע שרייבווערק וואס איז אויך עמוק עמוק. אלע רעליגיעס האבן געהאט דורכאויס די יארן געוואלדיגע קעפ און טיפזיניגע דענקערס וואס האבן איבערגעלאזט נאך זיך א טיץ פון טיפזיניגע חיבורים. דא האט איר א בילד פון די בודאהיסטישע ש"ס, כ'בין נייגעריג אויב דו וואלסט געמאכט א שיעור עיון דערין, צו וואלסטו אפשר אויך צוגעקומען אז עס מוז זיין מן השמים.
נאך א זאך וואס איז כדי צו אריינצוקלערן דערין. די פסוקי התורה זענען נישט עפעס ספעציעל טיף, אזוי אויך די משניות זענען אויך נישט זייער טיף, ווי עס הייבט אן צו ווערן קאמפלעצירט איז ווען די אמוראים הייבן אן צו פרעגן קשיות מיט סתירות און מען מוז איינזעצן פשטים און פשט'לעך עס צו פארענטפערן, און דאן קומט תוספות מיט די מפורשים און פרעגן ווייטער וכ' וכ' וואס דארט איז ווי עס ווערט טיף. אבער דאס איז שוין ווייטער די טראכטונגען פון מענטשן. (פיין... קענסט זאגן אז כל מה שתלמוד עתיד לחדש... וכ' אבער דא זענען מיר דן צו פון די טיפקייט פון די ווערטער אליין מוז זיין אז עס קומט פון הימל... און אויף דעם זעט מען קלאר אז ס'איז די תוצאה פון גוטע קעפ וואס האבן געקענט גוט דרייען, שוין אפגערעדט פון די שפעטערדיגע טיפע אחרונים) און מיט דעם אלעם בלייבט אויף יעדע בלאט גמרא צענדליגע זאכן וואס מען מוז ווארטן אז תושבי זאל פארענטפערן...
איך האב געשריבן צוויי נקודות, אויף די ערשטע חלק וואס כ'האב ארויסגעברענגט אז וועלכע מענטש האט געהאט א אינטערעסע אז ווען מ'קאכט א זאך שבת, אדער ווען מ'קאכט א איסור מיט א היתר, זאל ביי א כלי ראשון יא זיין א פראבלעם און ביי א כלי שני נישט,אדער די דין פון שומע כעונה, וכדומה ואטו כי רוכל ניזל ונחשוב, און איך רעד נישט פון א דין אליינס אויף דעם ברענגסטו זייער גוט די משל פון מהר"א, נאר איך רעד פון די פרטים אין די דין כנ"ל, נעם יעדע פון די זאכן וואס איז דא אויף יעדע פון זיי אזויפיל חילוקי דינים און שו"ת ספרים, איז שייך צו זאגן אז די אלע זאכן האט א מענטש געהאט א מבצע צו פאברעצירן? אויף דעם זעה איך נישט וואס דו האסט מיר געענפערט,
און לגבי די חלק פון טיפקייט, איך רעד נישט פון טיפקייט אין אידאלאגיע אדער גלויבונג, נאר פון טיפקייט אין דיני תורה, און מיין ראי' איז טאקע פון די משניות (וואס איז אגב יא טיף,כ'קען דיר פארהערן מס'כלאים, מקוואות,קנים,וכו' ?) און פון תלמוד בבלי, און אויף דעם די ראשונים, ווען מ'לערנט זייערע ווערטער זעהט מען אז די זאכן קענען נישט זיין געבויעט אויף לופט, דעיס איז מער געפיל ווי ראי' און א געפיל קען איך נישט אזוי גוט מסביר זיין, אבער איינער וואס האט שוין געלערנט אפאר בלאט גמ' תוס' בעיון שפירט אז דא ליגט עפעס העכערס,(כ'געדענק אז דער חזו"א אין די אגרות לייגט גוט אראפ די געפיל, כ'האב עס נישט ביי מיר יעצט מעתיק צו זיין,,) און איך מיין אז דו וועסט אפציילן אין אוצר החכמה וויפיל ספרים ס'דא נאר אויף ביאורים אין ש"ס און הלכה, -נישט חסידות אדער קבלה ,אמונה, וכדומה-וועסטו נישט טרעפן נאך א אומה ולשון וואס האט עס בכמות ובאיכות.
איך מיין אז כ'האב זיך שוין זייער גוט ארויסגעברענט אין מיינע פריערדיגע ווערטער, לאמיך נאר פראבירן אביסל בעסער מסביר זיין.
דיין ערשטע ראיה איז, אז היות די תורה האט אזוי פיל חילוקי דינים און פרטים, מוז זיין אז ס'איז פון גאט, ווייל א מענטש וואלט נישט געהאט קיין אינטערעסע צו אויסטראכטן אזעלכע זאכן.
יעצט, איך זע פון דיינע ווערטער אז דו ביסט מסכים אז סתם דינים קענען מענטשן אויסטראכטן, די רעדסט נישט פונעם דין אליינס ווי דו זאגסט קלאר. מיר זעען טאקע אז די מוסלאמענער האבן אויסגעטראכט א גאנצע ראמאדאן, אפילו עס האט נישט קיין ניצן פאר קיינעם, וואס שטערט דיר איז די פרטי הדינים...
אויף דעם האב איך דיר געברענגט א קלארע אפענע ראיה אז אזעלכע זאכן 'האבן פאקטיש פאסירט'!!! די גאנצע מצווה פון צינדן חנוכה לעכט איז א זאך וואס מענטשן האבן אויסגעטראפן...! און דאך זענען זיי געווען ביזי אז העכער 10 טפחים איז עס נישט גוט, און עס מוז זיין דווקא אינטער 10 טפחים, אבער העכער 3 טפחים, דווקא ביים טיר אדער ביים פענסטער, פינקטליך וועלכע סדר צו צינדען, ווען צו צינדן, וועלכע אויל איז גוט וכ' וכ' הגם אלעס האבן מענטשן אויסגעטראכט, דאך זענען זיי קלאר געווען ביזי מיט פרטים און פרטי פרטים. האסטו פשוט א קלארע ראיה אז מענטשן מאכן הלכות מיט פרטים. איי וועסטו טענה'ן אז מען קען זאגן פשטים אויף די אלע גדרים? פיין.. אויף די אלע פרטים אין די תורה קען מען אויך זאגן סיבות מיט פשט'לעך... דיין סברה איז אבער געווען אז עס וואלט נישט אינטערסירט פאר קיין מענטשן צו מאכן דינים מיט אזוי פיל פרטים, און אויף דעם האב איך דיר געוויזן אז יא.
וואס איז די סיבה דערפאר? פארוואס זאלן מענטשן זיכן צו מאכן אזעלכע חילוקים וואס עס מאכט נישט אויס פאר קיינעם סייווי? מען קען זאגן סברות, קען זיין אז זיי ווילן מאכן א קאמפליט זאך פון אלע זייטן. מען גייט אסר'ן צו קאכן שבת, וועט מען נאר אסר'ן ווען עס קאכט טאקע, אבער א כלי שני וואס קאכט שוין נישט איז יא מותר וכדומה. אז מען מאכט שוין יא הלכות, זאל מען עס מאכן גוט מיט אלע פיטשיווקעס. מען קען זאגן סברות... אבער ווי אויפגעוויזן געווארן אויבן, איז דאס א פאקט אז אזוי טוען מענטשן.
און אויף דיין צווייטע פראגע... דו דארפסט פשוט מער קוקן די גויאישע ספרים צו זען אז זיי האבן פונקט אזעלכע טיפע ספרים, זיי זענען טאקע נישט אזוי ביזי מיט הלכה אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די טיפקייט פון וואס זיי רעדן. מען קען פינקט אזוי נתפעל ווערן פון א גויאישע ספר און שפירן אז ס'איז ממש הימליש, ווי @לעיקוואד האט געשפירט אויף
פידריך ניטשע'ס בוך. טיפע מוחות וועלן מאכן טיפע בוכער, אז דו וועסט פראבירן צו ליינען אביסל סייענטיפישע פאפירן פון איינשטיין און אביסל אנעלוזירן וואס ער האט אלס ערפינדן, וועסטו אויך פילן אז עס מוז זיין אז גאט האט דאס געשריבן. כמובן אז די גרויסע מוחות ביי אידן האבן געפילעוועט אין די תורה, און דארטן איז וויי זייער חידושים ליגן.
דו ווייסט פשוט נישט וואס עס גייט פאר אין אנדערע רעליגיעס, ווערסטו נתפעל פון אונזער אוצר החכמה. אין די קריסטליכע רעליגיע איז דא פונקט אזוי פיל ספרים און בוכער ווי ביי אונז, און אזוי אויך אין איסלאם א.א.וו. מיינסט נאר ביי אונז זענען דא שארפע קעפ וואס זענען ביזי פארטייטשן און אריינלערנען און פארשטיין די רייד פון די קדמונים? ביי זיי איז עס פונקט די זעלבע. און דער קריסט וואס איז זיך מעמיק אין די רייד פון א פריערדיגע קדמון וואס פארטייטשט א שטיקל ברית החדשה שפירט אויך אז דאס איז די רייד פון די הייליגע גייסט. איך זע נישט פארוואס די קוקסט אן אונזער ריבוי ספרי הלכה אז דאס צייגט אויף עפעס שטערקער כלפי געטליכקייט.