אמת, אז סאיז דא ביי אונז (אסאך) הייליגע ניגונים פון הייליגע מקורות ומחברים, אדער ניגונים וואס האבן באקומען א נשמה פון עס זינגען בקדושה והתעלות, ביי צדיקים וחסידים.עמקות התם האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 2:37 amעס איז פשוט אז עס איז א נייע ערפינדונג דעם מושג יודישע ניגונים, אזוי ווי די ברענגסט ארויס,היום האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 9:55 pm מיין פוינט איז.
בקיצור…
אז קיינער קען נישט היינט אנווייזן וואס איז דאס פינקלעך א יודישע ניגון אדער א יודישע סטייל מיוזיק.
עס איז נישטא אזא בריה היינט.
אפשר אמאל בזמן שירת הלווים בבית המקדש…
יעצט, קום מיר נישט אויסמישן אין צוזאמען שטעלן צו דער אמאליגער דביקות ניגונים סטייל, ווייל עס איז דא אזוינע גוי׳שע ממש בדומה.
די איידעלע חסידישע לעבעדיג (המכונה ערשטע טאנץ) איז אויך דא צו בייקומען אין די וועלט אינדרויסן פון אונז.
מארטשן, חסידיש? גיי הער אביסל אלטע מיליטערישע פאראדעס… וועסט זיך פילן היימיש, ממש ווי ביי הודו יו״ט ביי הלל…
און אודאי נישט חזנות, וואס דאס איז וואס מען זינגט אין די קלויסטערס, ביי זייערע צערעמניעס וכדו, לרחצה… (אדרבה פון וועמען האבן עס אונזערע פרומע גענימען???…)
די רשומה איז נאך לאנג,
דביקות (פאלקס לידער) ווי סול או קוקוש…
אופארא סטייל ווי די לאנגע מודזישע מערכות…
דשעז און האורא - ניגוני מירון.
אלטע ירושלימ׳ע קאדאטשקעס - בדואינער און צוגיינער מקור..
בסך הכל זענען אונז דא געווארן צוגעוואונט שטארק צו די פאר סטיילס פון בייוויסטע ניגונים וואס זענען פארשפרייט און געזונגען געווארן ביי אונזערע קרייזן פארן קריג און נאכן קריג, און מיט די צייט האט די אלטע דור מחליט געווען אז אט דאס אבער נאר דאס איז יודיש, הייליג, איידל און חסידיש…
ס׳האט א נאמען אויף ענגליש - נאסטאלגיש…
וואס יא, ניגונים וואס צדיקים האבען פארפאסט אדער נאך געזינגען, אפילו פארפאסט דורך נישט יודען איז געווארען פארהייליגט ביי חסידים/בני ליטא,
אזוי אויך פארקערט, זענען דא ניגונים וואס זענען געווארן מחובר דורך נידריגע פארשוינען פאר געמיינע צוועקן מיט מאוסע ווערטער.
נאר דער אנקעטע דא איז נישט געווען וועגן דעם - לפי הבנתי.
בפרט נאך וואס דער פותח האשכול האט זיך צולאזט מיט׳ן שרייבן אויף אפאר זינגערס אז זיי זינגען גוי׳איש…
אויף דעם האב איך געוואלט וויסן צו ער אדער איינער קען מיר מגדיר זיין וואס ס׳איז יודיש? אדער גוי׳איש?
נישט ברענגען א ניגון און זאגן אז דאס איז עס, נאר אנווייזן וואס מאכט א ניגון אדער מיוזיק זאל אריין אין אזא קאטעגאריע.
האלטס אז סאיז דא וואס האלטן אז סאיז אלעס אסור צו זינגען נאר וואס מיר ווייסן אז צדיקים האבן געמאכט/ געזינגען? און נאר דאס מיינט יודיש?