שבעים פנים לתורה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שבעים פנים לתורה

שליחה דורך הכנה דרבה »

לעצטע וואך ביים ליינען איז מיר שווער געווארן א קשיא, ס'שטייט אין פסוק ערוות אביך וערוות אמך לא תגלה, מילא ערוות אמך דארף מען באווארענען אבער ערוות אביך איז דאך שוין אסור אלץ משכב זכר? האב איך געטראכט אפאר תירוצים:

א. ע"פ דרשת חז"ל קען מען זאגן אז מ'דארף איינזעצן אזוי, ערוות אביך שזה ערוות אמך לא תגלה, לכאורה שטייט שוין אזא פשט אין איינע פון די טראדיציאנאלע מפרשי המקרא. לויט דעם שטימט בעסער די צווייטע האלב פסוק אמך היא לא תגלה ערוותה און ס'שטייט נישט אויך אביך הוא לא תגלה ערוותו, ווייל ביידע גייען ארויף אויף די מאמע.

ב. די תורה רעדט סיי צו מענער און סיי צו פרויען, ערוות אביך איז אן אזהרה פאר פרויען און ערוות אמך איז אן אזהרה פאר מענער. לויט דעם איז אבער א שטיקל שווער, אויב זאגט די תורה אן ביידע זייטן פארוואס דאן ס'שטייט נישט אויך ערוות אחיך לא תגלה?

ג. ס'ליגט מיר אין קאפ אז ס'דא וואס זענען מדייק אינעם פסוק ואת זכר לא תשכב משכבי אישה אז די "משכבי אישה" קומט ממעט צו זיין אז נאר פאזיציעס וואס זענען שייך ביי א פרוי זענען אסור (אויב איינער קען ביטע צוצייכענען איינער וואס רעדט דערפון וועט עס בייהילפיג זיין), לויט דעם קען זיין אז ערוות אביך איז מרבה אלעס.

ד. יעצט נישטערנדיג א מינוט'קעלע זעה איך אז רש"י זאגט אז ערוות אביך מיינט א שטוף-מאמע, א ראיה דערצו ברענגען זיי פון פרשת קדושים ביי די עונשים וואו די תורה באטיטלט א שטוף-מאמע "ערוות האב", ווי ס'שטייט אין פסוק ואיש אשר ישכב את אשת אביו ערוות אביו גילה.

הלא כה דברי כאש נאום הוי"ה, וכפטיש יפוצץ סלע. מה הסלע הזה מתפוצץ לשבעים שברים אף דברי תורה מתפרשים בשבעים אופנים, לאמיר זעהן צו מיר קענען טאקע צוקומען צו זיבעציג תירוצים. יאללה געגאנגען!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר