אזוי בין איך אויפגעוואקסן אבער נאך די חתונה האט די ב"ב נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך נוץ איבער א פלאסטיק קאפ, האב איך אנגעהויבן נוצן א גלאז.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:19 am הרב פארחלומ'טער: איך האב נישט געליינט דיין גאנצע דיסערטאציע (קענסט נאכקוקן וואס דאס ווארט מיינט). נאר מיט איין זאך בין איך זיכער מסכים מיט דיר.
איך (און מיין ווייב) ווארפ/ן נישט ארויס קיין פלעסטיק אדער האט קאפס. מ'שווענקט עס אויס און מ'נוצט עס איבער.
ווען די אייניקלעך זז"ג קומען פאר א וויזיט לערן איך זיי אויס אז נאכדעים וואס מ'טרינקט פון א קאפ שווענקט מען עס אויס. און מ'שרייבט אן דעם נאמען פון דעם "בעה"ב" אויפ'ן קאפ מיט א מארקער. נאר פארשטייצעך אז דאס אלעס דארף געטון ווערן בטיב טעם ודעת. מיט קאממאן סענס.
הני מילי. ווען איז דאס געזאגט געווארן?. ווען מ'איז פרייוועט. פאר זיך אליין. ווען ס'איז דא א צוזאמקום פון א גרעסערן עולם ווארפט מען אלעס גלייך אריין אין גארבידזש נאכ'ן ניצן.
אבער ווען איך גיי צו מיין טאטע און דער היים שווענק איך נאך אויס די קאפ.
שרייבן די נאמען האט מען נאר געטוהן ווען מען האט נישא גוט געפיהלט.