שבעים פנים לתורה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שבעים פנים לתורה

שליחה דורך הכנה דרבה »

לעצטע וואך ביים ליינען איז מיר שווער געווארן א קשיא, ס'שטייט אין פסוק ערוות אביך וערוות אמך לא תגלה, מילא ערוות אמך דארף מען באווארענען אבער ערוות אביך איז דאך שוין אסור אלץ משכב זכר? האב איך געטראכט אפאר תירוצים:

א. ע"פ דרשת חז"ל קען מען זאגן אז מ'דארף איינזעצן אזוי, ערוות אביך שזה ערוות אמך לא תגלה, לכאורה שטייט שוין אזא פשט אין איינע פון די טראדיציאנאלע מפרשי המקרא. לויט דעם שטימט בעסער די צווייטע האלב פסוק אמך היא לא תגלה ערוותה און ס'שטייט נישט אויך אביך הוא לא תגלה ערוותו, ווייל ביידע גייען ארויף אויף די מאמע.

ב. די תורה רעדט סיי צו מענער און סיי צו פרויען, ערוות אביך איז אן אזהרה פאר פרויען און ערוות אמך איז אן אזהרה פאר מענער. לויט דעם איז אבער א שטיקל שווער, אויב זאגט די תורה אן ביידע זייטן פארוואס דאן ס'שטייט נישט אויך ערוות אחיך לא תגלה?

ג. ס'ליגט מיר אין קאפ אז ס'דא וואס זענען מדייק אינעם פסוק ואת זכר לא תשכב משכבי אישה אז די "משכבי אישה" קומט ממעט צו זיין אז נאר פאזיציעס וואס זענען שייך ביי א פרוי זענען אסור (אויב איינער קען ביטע צוצייכענען איינער וואס רעדט דערפון וועט עס בייהילפיג זיין), לויט דעם קען זיין אז ערוות אביך איז מרבה אלעס.

ד. יעצט נישטערנדיג א מינוט'קעלע זעה איך אז רש"י זאגט אז ערוות אביך מיינט א שטוף-מאמע, א ראיה דערצו ברענגען זיי פון פרשת קדושים ביי די עונשים וואו די תורה באטיטלט א שטוף-מאמע "ערוות האב", ווי ס'שטייט אין פסוק ואיש אשר ישכב את אשת אביו ערוות אביו גילה.

הלא כה דברי כאש נאום הוי"ה, וכפטיש יפוצץ סלע. מה הסלע הזה מתפוצץ לשבעים שברים אף דברי תורה מתפרשים בשבעים אופנים, לאמיר זעהן צו מיר קענען טאקע צוקומען צו זיבעציג תירוצים. יאללה געגאנגען!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: שבעים פנים לתורה

שליחה דורך וואלווי »

הכנה דרבה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:23 pm לעצטע וואך ביים ליינען איז מיר שווער געווארן א קשיא, ס'שטייט אין פסוק ערוות אביך וערוות אמך לא תגלה, מילא ערוות אמך דארף מען באווארענען אבער ערוות אביך איז דאך שוין אסור אלץ משכב זכר? האב איך געטראכט אפאר תירוצים:
קודם וואויל איז צו דיר אז דו הערסט אויס ליינען. נאך מער, ס'זעהט אויס פון די עריות שקלא וטריא אז אתה קדשת בין גברא לגברא.

ה. לעבור בשני לאווין. עריות דאביו ומשכב זכר. א היכי תמצא פון יש חורש תלם אחד...

(עיין עוד סוגיא דרשיעא בר רשיעא בכריתות, וא"כ שבא על כמה לאווין בכפילות, לכאורה שייך נמי באביו במשכב זכר)

ס'דא איינער אנדערש וואס לערנט בכלל אז ס'מיינט משכב זכר?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עפ״י פשט איז עס אז (ויקרא חי ז) ערות אביך שהיא ערות אמך לא תגלה. אזוי איז, לדוגמא, דער אברבנאל מפרש עפ״י פשט. (אזוי טייטשן זיי און דר. ראבּערט אלטער בפירוש.) די רבנן בסנהדרין נד. האבן אפגעלערענט אז דאס איז ערות אביו ממש, ולעבור עליו בשני לאוין, משום זה ומשום איסור משכב זכר בכלל ג"כ ע״ש. און דער רמב״ם רעכענט עס טאקע בספר המצות (לאו שנא) אלס אַן עקסטערע לאו בהשס״ה ל״ת ע״ש.

דער אבן עזרא ברענגט צו פון רבינו חננאל אויפ'ן פסוק (שם כב) ואת זכר לא תשכב משכבי אשה:
יש מי שיחדש בגופו כצורת בשר אשה, וזה לא יתכן בתולדת
מיינענדיג, אז פשט הכתוב איז אז דאס איז אויף וואס די איסור באציהט זיך אויף.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: שבעים פנים לתורה

שליחה דורך סקעפטיקער »

הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

וואס מיינט ל"ע? ס'איז לכאורה די אמת'ע פשט ווייל אנדערש האבן אזעלכע אויסדרוקן ווי "אמך היא" און "דודתך היא" נישט קיין הענט און קיין פיס, כאילו ווען נישט די תורה זאגט דיך אז דיין מאמע איז דיין מאמע וואלסטו געמיינט אז דיין מאמע איז דיין באבע. אזוי ווערט איין קשיא פארענטפערט מיט די צווייטע און מיר האבן א זעקסטע (פאן אינטענדעד) תירוץ.

ו. באמת פעלט טאקע נישט אויס צו פארבאטן ערוות האב ווייל ס'איז שוין אסור אלץ משכב זכר, נאר די אריגינעלע טעקסט קומט פון די חתים וואס האבן נישט געהאט קיין איסור אויף משכב זכר און מ'האט נישט געוואלט אויסמעקן ווערטער פון די אריגינעלע כתבי הקודש, אזויפיל האט מען זיך ערלויבט צו פארדרייען די אריגינעלע פשט דורך צולייגן ווערטער.

אגב, די חתים זענען נישט געוועהן אייניקלעך פון כנען ווי ס'איז משמע פון תנ"ך, די חתים זענען געוועהן א ריזיגע אימפעריע וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט הונדערטער יארן פאר'ן תקופת התנ"ך, בערך אין די 20'סטע יארהונדערט BC, אין די געגנד פון די היינטיגע טערקיי, לבנון, און ישראל און האט זיך געגרעניצט מיט מצרים אין דרום (ארץ כנען האט נישט פארמאגט קיין אינדעפענדענט קענגירייכן נאר איז געוועהן צוטיילט צווישן די חתים און די מצריים), ביז ס'איז צופאלן אינעם 13'טן יארהונדערט BC, בערך די זעלבע תקופה וואס די תנ"ך האט זיך אנגעפאנגען צו פארמירן און די כנענישע קעניגרייכן האבן באקומען אינדעפענדענס. די חתים וואס מיר קענען פון תנ"ך זענען געוועהן א גרופע חתים וואס האבן געוואוינט אין ארץ כנען נאכ'ן צאמפאל פון די אימפעריע, און זייענדיג א לאקאלע, רעלאטיוו קליינע קהילה אין ארץ כנען האט מען זיי בטעות אידענטיפיצירט אלץ כנענים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:26 am עפ״י פשט איז עס אז (ויקרא חי ז) ערות אביך שהיא ערות אמך לא תגלה. אזוי איז, לדוגמא, דער אברבנאל מפרש עפ״י פשט. (אזוי טייטשן זיי און דר. ראבּערט אלטער בפירוש.) די רבנן בסנהדרין נד. האבן אפגעלערענט אז דאס איז ערות אביו ממש, ולעבור עליו בשני לאוין, משום זה ומשום איסור משכב זכר בכלל ג"כ ע״ש. און דער רמב״ם רעכענט עס טאקע בספר המצות (לאו שנא) אלס אַן עקסטערע לאו בהשס״ה ל״ת ע״ש.

דער אבן עזרא ברענגט צו פון רבינו חננאל אויפ'ן פסוק (שם כב) ואת זכר לא תשכב משכבי אשה:
יש מי שיחדש בגופו כצורת בשר אשה, וזה לא יתכן בתולדת
מיינענדיג, אז פשט הכתוב איז אז דאס איז אויף וואס די איסור באציהט זיך אויף.
דאס האט עפעס צו זאגן איבער דעם פענאמען פון "טרענס-דזשענדער'יזם"....(לעולם ידבר אדם בלשון נקייה...חז"ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: שבעים פנים לתורה

שליחה דורך berlbalaguleh »

הכנה דרבה: ס'איז א גוט פשט'ל און גוטע דיוקים. נאר איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד...פאר מיר דרייט זיך עפעס אנדערש אין קאפ...!
ארגענטינע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:15 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: שבעים פנים לתורה

שליחה דורך ארגענטינע »

עס,איז א דאפלטע איסור

אגב ווייס איך א בחור'ל וואס איז דעס דורך געגאנגען
פארשפארט