חס ושלום האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 12, 2024 2:35 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 12:04 amעמיר זעהן וויפיהל "לייקס" איכ'ל באקומען פאר מיינע אמת'דיגע דיבורים. אזוי ווי אייביג...!
זעקס בסך הכל, און איך מיין אז ס'איז צו סך.
אודאי זענט איר בארעכטיגט צו שרייבן אייער מיינונג און איר זאלט עס טאקע ווייטער שרייבן מיט א פעסטקייט; אבער ווען איר נעמט זיך אן אזוי קאנסיסטענטלי פאר א היינטיגע רבי וואס איז ניטאמאל אייער רבי, נאר ווייל ער האט אסאך מתנגדים, גייט עס אביסל פון די נאז.
איך האלט נישט פון ר' אהרן ווייל ער האט מתנגדים. נאר טראץ דעם וואס ער האט מתנגדים. ווייל ער האט אויפגעטון א סאך זאכן פאר אידישקייט. נאר זיינע מתנגדים מאכן אלעס אוועק מיט ליצנות. ואין צריך לפורטם. און ווען ער זאגט ארויס א מיינונג אלס מרא דאתרא הייסט ער א דיקטאטאר. וואס האסטי געוואלט? א רב וואס געט נאר א גוטן געשמאקן קידוש שבת נאכ'ן דאווענען און ער דרשנ'ט ווי גוט די לאקשן קוגל איז געלונגען די וואך?! דאס איז אויך גוט. נאר א רב דארף טון א סאך מער פון דעם . ער דארף זיין א מנהיג. און ר' אהרן איז א מנהיג. אויב ער זעהט אז מ'דארף עפעס מתקן צו זיין דארף ער עס ארויסזאגן קלאר.
איך קען מיך נישט אפשטעללן אויסטענה'ן איבער א יעדע זאך וואס ר' אהרן האט געזאגט און ער איז געווען גערעכט.
ער זאגט דאך פאר קיינעם נישט קיין דיעות וועלכע מילך מ'זאל קויפן. גאלדן פלאו אדער דבש. אדער צי מ'זאל גיין א טיש בעקישע אדער א זיידענע בעקישע ביי שלוש סעודות.
נעם למשל דעם מצב וואס מ'האט געמאכט איבער האלטן די זמנים אין שכינות'דיגן שטעטל בלומינג/גראוו/בורג (זאל זיין) פאר מוצאי שבת. וואו רוב איינוואוינערס און די ערשטע איינוואוינערס זענען סאטמאר'ע חסידים וואס האלטן דעם זמן מוצ"ש ר"ת. די נייע איינוואוינערס זענען וויזשניצער חסידים וואס האלטן א פריער'דיגן זמן. האט ר' אהרן געוואלט אז אלע איינוואוינערס זאללן האלטן דעם ר"ת זמן. איז ער געווארן א דיקטאטאר.
וואספארא פנים וואלט עס געהאט ווען אין איין ביהמ"ד זיצט מען נאך ביי שלוש סעודות און אנדערע אידן פארן שוין מיט קארס און רייכערן ציגארעטלעך. און ס'טוט זיך א פייפעריי אימיטן שלוש"ס.