קרית יואל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
רבי בערל טייערע, די וועלט האט נישט אנגענומען מהר"א אלץ מרא דאתרא אין קרית יואל, און איר ווייסט דאס גאנץ גוט...
אין די חרדישע וועלט איז מהר"א געקרוינט אלץ סאטמאר רבי פון קרית יואל אזוי ווי רבי יצחק יוחנן האגער איז ווישניץ רבי פון וויליאמסבורג וזה הוא.
אין דער בלאט איז מהר"א מרא דאתרא פון קרית יואל און רבי משה שטערנבוך גאב"ד פון ירושלים.
דאס אליין אז איר שרייבט איינמאל און נאכאמאל אויף מהר"א אז ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל און אויף דעם ארויף טוט איר אויף בויען גאנצעטע געביידעס אים צו פארענטפערן איז א ליצנות מעיקרא.
אגב, מרא דאתרא איז טייטש פארביטערט די פלאץ.
(יעצט הייב נישט אן אז די ברך משה האט אויפגענומען מהר"א פאר מרא דאתרא אין קרית יואל און אז רבי אליקים שלעזינגער האט אויפגענומען רבי משה שטערנבוך פאר גאב"ד אין ירושלים... דו ביסט קלוגער פון דעם...)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: קרית יואל
לאכעדיג, איך בין א גרעסערע שונא צו מהר''א ווי דיך, אבער למעשה איז ער מרא דאתרא
גערעכט אז נישט די גאנצע שטאט איז אונטער געווארפן אונטער אים, און זיין פירערשאפט,
אבער אז מער ווי האלב איינוואוינער האלטן אים פאר די רב פון שטאט, איז ער א מרא דאתרא
ניין ?

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
Re: קרית יואל
עס קוקט נישט אויס ווי די ביסט צו אלטלאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 12:02 am רבי בערל טייערע, די וועלט האט נישט אנגענומען מהר"א אלץ מרא דאתרא אין קרית יואל, און איר ווייסט דאס גאנץ גוט...
אין די חרדישע וועלט איז מהר"א געקרוינט אלץ סאטמאר רבי פון קרית יואל אזוי ווי רבי יצחק יוחנן האגער איז ווישניץ רבי פון וויליאמסבורג וזה הוא.
אין דער בלאט איז מהר"א מרא דאתרא פןן קרית יואל און רבי משה שטערנבוך גאב"ד פון ירושלים.
דאס אליין איר שרייבט איינמאל און נאכאמאל אויף מהר"א אז ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל און אויף דעם ארויף בויט איר אויף גאנצעטע געביידעס אים צו פארענטפערן איז א ליצנות מעיקרא.
אגב, מרא דאתרא איז טייטש פארביטערט די פלאץ.
(יעצט הייב נישט אן אז די ברך משה האט אויפגענומען מהר"א פאר מרא דאתרא אין קרית יואל און אז רבי אליקים שלעזינגער האט אויפגענומען רבי משה שטערנבוך פאר גאב"ד אין ירושלים... דו ביסט קלוגער פון דעם...)
אין רוב וועלט איז נאך אפילו היינט צוטאגס ר אהרן אלטס קרית יואלע רב ווי אלטס סאטמאר רבי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
Re: קרית יואל
אפשר איז ער מרא דאתרא אבער ער איז נישט מרא דאינשא די מענטשען וואס וואיונען דארט ווילען עם נישט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
1) איך בין בכלל נישט קיין שונא פאר מהר"א אבער איך האב ליב אויסצושמועסן זיינע גרייזן וואס האבן אים צוגעברענגט זיינע שונאים, וממני ילמדו.
2) אז מער ווי האלב וויליאמסבורג האלט אז מהר"יי איז זייער מרא דאתרא ווערט ער די מרא דאתרא פון וויליאמסבורג? ניין.
א מרא דאתרא מיינט אז ס'איז געווען וואלן און די שטאט און רוב איינוואוינער האט אריינגעוועלט איין קאנדידאט פאר רב דעמאלסט האט די רב א דין ווי א מרא דאתרא.
און קרית יואל איז קיין וואלן קיינמאל נישט געווען ממילא האט מהר"א נישט קיין דין פון א מרא דאתרא.
די ברך משה האט אויפגענומען זיין עלטערע זוהן מהר"א פאר רב אין זיין קהילה אין קרית יואל, די אלע אידן וואס וואוינען אין קרית יואל אין באלאנגען נישט אין די קהילה פון מהר"א און נוצן נישט די סערוויסעס וואס זיין קהילה שטעלט צו ברויכן זיך נישט צושטעלן צו אים קיין כי הוא זה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: קרית יואל
לאכעדיג: דא זענען מיר א ביסל מחולק. ווען איינער וואוינט אין קרית יואל מיינט אז ער באלאנגט צו קהילת סאטמאר. סיי וועלכן ביהמ"ד ער דאוונט. און אלע "סערוויסעס" פון די שטאט קרית יואל זענען אונטעגעווארפן אונטער דעם מרא דאתרא מהר"א שליט"א.
משא"כ ווען איינער וואוינט אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער מאנסי האט ער א ברירה יא צו האלטן פו מהרי"י (געוועזענע מהרז"ל) אדער נישט.
נאך איין נקודה: אין קרית יואל האט נישט געמיזט זיין קיין וואלן. ווייל דער סאטמאר'ע רבי, זי"ע דער בעל דברי יואל האט עס מייסד געווען. און זיין ממלא מקום דער ברך משה איז געווארן דער מרא דאתרא. און ער האט ממנה געווען זיין עלטערן זון ר' אהרן צו זיין דער מרא דאתרא. ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם האט א ברירה אוועק צו מופן. ס'איז ב"ה דא א סאך שיינע אידישע יישובים.
משא"כ ווען איינער וואוינט אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער מאנסי האט ער א ברירה יא צו האלטן פו מהרי"י (געוועזענע מהרז"ל) אדער נישט.
נאך איין נקודה: אין קרית יואל האט נישט געמיזט זיין קיין וואלן. ווייל דער סאטמאר'ע רבי, זי"ע דער בעל דברי יואל האט עס מייסד געווען. און זיין ממלא מקום דער ברך משה איז געווארן דער מרא דאתרא. און ער האט ממנה געווען זיין עלטערן זון ר' אהרן צו זיין דער מרא דאתרא. ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם האט א ברירה אוועק צו מופן. ס'איז ב"ה דא א סאך שיינע אידישע יישובים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
1) ווען סאטמאר רב ז"ל האט געגרינדעט קרית יואל האט ער געוואלט אז ס'זאל זיין א אידישע שטאט אזוי ווי אלע אנדערע שטעט אין ניו־יארק, ער האט געוואלט אז אלע חרדישע קהילות זאלן קומען אהין און מאכן שבת פאר זיך.
כידוע אז ער האט זיך געבעטן ביי גדולי ישראל פון יענע צייט אז זיי זאלן קומען עפענען קהילות אין קרית יואל.
2) די סערוויסעס וואס קהילות מהר"יי און קהילות בני יואל שטעלט צו אין קרית יואל איז אויסדריקלעך נישט אונטערגעווארפן אונטער קהילות מהר"א.
אזוי ווי די סערוויסעס וואס פאפא שטעלט צו אין וויליאמסבורג איז נישט אונטערגעווארפן אונטער קהילות מהר"יי.
3) א מענטש קען נישט ווערן קיין מרא דאתרא פון א שטאט דורך דעם וואס זיין טאטע נעמט אים אויף דארטן.
מהר"א איז סאטמאר רבי פון קרית יואל ווייל די ברך משה האט אים אויפגענומען פאר זיין ממלא מקום אין קרית יואל, אבער מהר"א איז נישט רב פון די שטאט קרית יואל, ווייל צו זיין א רב פון א שטאט ברויך על פי הלכה זיין וואלן.
סוף דבר: א רב פון א שטאט און א רב פון א קהילה זענען צוויי אנדערע זאכן.
כידוע אז ער האט זיך געבעטן ביי גדולי ישראל פון יענע צייט אז זיי זאלן קומען עפענען קהילות אין קרית יואל.
2) די סערוויסעס וואס קהילות מהר"יי און קהילות בני יואל שטעלט צו אין קרית יואל איז אויסדריקלעך נישט אונטערגעווארפן אונטער קהילות מהר"א.
אזוי ווי די סערוויסעס וואס פאפא שטעלט צו אין וויליאמסבורג איז נישט אונטערגעווארפן אונטער קהילות מהר"יי.
3) א מענטש קען נישט ווערן קיין מרא דאתרא פון א שטאט דורך דעם וואס זיין טאטע נעמט אים אויף דארטן.
מהר"א איז סאטמאר רבי פון קרית יואל ווייל די ברך משה האט אים אויפגענומען פאר זיין ממלא מקום אין קרית יואל, אבער מהר"א איז נישט רב פון די שטאט קרית יואל, ווייל צו זיין א רב פון א שטאט ברויך על פי הלכה זיין וואלן.
סוף דבר: א רב פון א שטאט און א רב פון א קהילה זענען צוויי אנדערע זאכן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
לצניתא בעלמא: אין רוב בתי מדרשים אין קרית יואל והגלילות (-לכאורה ביז בני ברק... געווען...) האט מהר"א נישט קיין דריסת הרגל. אבער ער איז מרא דאתרא...לול.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 191 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
Re: קרית יואל
דאכט זיך מער עס איז דא א יאנג איזראעל טייפ קאמיונעטי אין טאון אוו מאנרא, זיי האבן דאך א רב, איז אפשר איז יענער די מרא דאתרא? איך גלייב אז יענע קהילה איז דארט געווען פאר סאטמאר.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:45 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
Re: קרית יואל
די נקודה פארוואס אסאך קוקן אים אהן אלץ מרא דאתרא איז ווייל ווען ער איז געווארן מרא דאתרא איז נאר געווען איין קהילה און אלע סערוויסעס אין שטאט זענען געווען אונטער אים אלע מוסדות א.ד.ג.
און למעשה אפי' יעצט איז שוין דא נאך און מ'מוז שוין בכלל נישט צוקומען צו זיין קהילה (כל שכן אז ער האלט אז קרית יואל נעמט אריין בלומינגראוו) איז ער שוין ביי געוויסע געבליבן מרא דאתרא
אבער אה''נ יעצט איז ער נישט מער ווי די מנהיג פון די גרעסטע קהילה אין שטאט אבער די אנדערע קהילות זענען בכלל נישט אונטער אים
און למעשה אפי' יעצט איז שוין דא נאך און מ'מוז שוין בכלל נישט צוקומען צו זיין קהילה (כל שכן אז ער האלט אז קרית יואל נעמט אריין בלומינגראוו) איז ער שוין ביי געוויסע געבליבן מרא דאתרא
אבער אה''נ יעצט איז ער נישט מער ווי די מנהיג פון די גרעסטע קהילה אין שטאט אבער די אנדערע קהילות זענען בכלל נישט אונטער אים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: קרית יואל
אייזיק שפירא: איך האב שוין נעכטן מסביר געווען (צום 5 מיליאנט'סטן מאל) דעם חילוק פון קרית יואל (און סקווירא) ביז אנדערע שטעט וואו אידן וואוינען.
לפענ"ד איז ר' אהרן מרא דאתרא אין גאנץ קרית יואל והגלילות. (מ'קען זיך דינגען ווי ווייט די גלילות גייט). און מ'דארף נישט קיין וואלן. און ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם מוז נישט וואוינען אין קר"י. ער האט צענדליגע אנדערע אידישע שטעט וואו צו וואוינען.
לפענ"ד איז ר' אהרן מרא דאתרא אין גאנץ קרית יואל והגלילות. (מ'קען זיך דינגען ווי ווייט די גלילות גייט). און מ'דארף נישט קיין וואלן. און ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם מוז נישט וואוינען אין קר"י. ער האט צענדליגע אנדערע אידישע שטעט וואו צו וואוינען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
און צום דריטן מאהל...
די מייסד פון סקווירא האט אוועקגעשטעלט זיין שטעטל אלץ נכסי יחיד ממילא קען ער און זיינע יורשים טון דערמיט וואס זיי ווילן
ווידעראום די מייסד פון קרית יואל האט אוועקגעשטעלט זיין שטאט אלץ נכסי ציבור ווי א יעדע איינוואוינער דארט האט א חלק אין די שטאט ווילאנג ער פירט זיך על פי תורה.
און וויבאלד קרית יואל האט א דין ווי א "שטאט" ברויך זיין וואלן פאר א מרא דאתרא.
אבער ביי רבי בערל איז מהר"א מרא דאתרא... שלאג מיך...

- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: קרית יואל
די פראפערטי איז אפשר נכסי ציבור אבער ער האט קלאר געוואלט א הנהגה מיט זיינע פרינציפעןלאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:36 pm און צום דריטן מאהל...
די מייסד פון סקווירא האט אוועקגעשטעלט זיין שטעטל אלץ נכסי יחיד ממילא קען ער און זיינע יורשים טון דערמיט וואס זיי ווילן
ווידעראום די מייסד פון קרית יואל האט אוועקגעשטעלט זיין שטאט אלץ נכסי ציבור ווי א יעדע איינוואוינער דארט האט א חלק אין די שטאט ווילאנג ער פירט זיך על פי תורה.
און וויבאלד קרית יואל האט א דין ווי א "שטאט" ברויך זיין וואלן פאר א מרא דאתרא.
אבער ביי רבי בערל איז מהר"א מרא דאתרא... שלאג מיך...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
א מרא דאתרא נעמט מען אויף צו זיין א רב אויף די פראפארטי...
אלע דריי קהילות אין קרית יואל פירן זייער קהילה מיט די זעלבע הנהגות און פרינציפן ווי סאטמאר רב האט געוואלט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:45 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
Re: קרית יואל
ר' בערל די מיינסט דעס
זאלסטו מיך אנטשולדיגן, אבער נישט אלע בתי מדרשים און נישט אלע סערוויסעס זענען אונטערגעווארפן אונטער דעם מרא דאתראberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 1:27 am לאכעדיג: דא זענען מיר א ביסל מחולק. ווען איינער וואוינט אין קרית יואל מיינט אז ער באלאנגט צו קהילת סאטמאר. סיי וועלכן ביהמ"ד ער דאוונט. און אלע "סערוויסעס" פון די שטאט קרית יואל זענען אונטעגעווארפן אונטער דעם מרא דאתרא מהר"א שליט"א.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: קרית יואל
לאמיר זעהן אויב ס'וואלט זיך אויף געמאכט א בית המדרש פון מזרחי אידן אין קרית יואל וואס זאגן הלל אום יום העצמאות און זיי הענגען ארויס א מדינת ישראל פאן אויף דעם בילדינג. ווילאנג מ'וואלט זיי געלאזט אנגיין.היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:39 pmדי פראפערטי איז אפשר נכסי ציבור אבער ער האט קלאר געוואלט א הנהגה מיט זיינע פרינציפעןלאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:36 pm און צום דריטן מאהל...
די מייסד פון סקווירא האט אוועקגעשטעלט זיין שטעטל אלץ נכסי יחיד ממילא קען ער און זיינע יורשים טון דערמיט וואס זיי ווילן
ווידעראום די מייסד פון קרית יואל האט אוועקגעשטעלט זיין שטאט אלץ נכסי ציבור ווי א יעדע איינוואוינער דארט האט א חלק אין די שטאט ווילאנג ער פירט זיך על פי תורה.
און וויבאלד קרית יואל האט א דין ווי א "שטאט" ברויך זיין וואלן פאר א מרא דאתרא.
אבער ביי רבי בערל איז מהר"א מרא דאתרא... שלאג מיך...
דו (לאכעדיג) זאגסט דאך אז קרית יואל איז א שטאט. און נישט דווקא א סאטמאר'ע שטאט....! תיובתא...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
איך האב קלאר געשריבן אז אלע איינוואוינער אין קרית יואל דארפן איינהאלטן די תקנות וואס סאטמאר רב האט אוועקגעשטעלט דארטן.
און אפשר טאקע ווייל ס'קען נישט זיין אין קרית יואל א מזרחי ביהמ"ד מיט א פלעג אויפן דאך און זאגן הלל ה' אייר איז מהר"יי מרא דאתרא דארטן, ער איז דאך אויך סאטמאר רבי. אבער ניין, ער איז נישט און מהר"א איז נישט, ווייסט פארוואס? ווייל מען האט ביידע פון זיי נישט אריינגעוועלט אלץ שטאטס רב.
מה ענין שמיטה אצל הר סיני??

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2024 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
Re: קרית יואל
It's ok ער קען בלייבן וואוינען דארט ער דארף פשוט נישט האלטן ווי אייךberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:13 pm און ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם מוז נישט וואוינען אין קר"י. ער האט צענדליגע אנדערע אידישע שטעט וואו צו וואוינען.
Re: קרית יואל
די זעלבע ווי אין וויליאמסבורג, וואס קען מען מער טוהן?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 10:11 pm לאמיר זעהן אויב ס'וואלט זיך אויף געמאכט א בית המדרש פון מזרחי אידן אין קרית יואל וואס זאגן הלל אום יום העצמאות און זיי הענגען ארויס א מדינת ישראל פאן אויף דעם בילדינג. ווילאנג מ'וואלט זיי געלאזט אנגיין.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:53 am
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: קרית יואל
מ'קען נישט גארנישט טון דארט דערפאר. קענסט בויען א תיפלה דארט און שמד'ן מענטשן רעכטס און לינקס, קענסט פארקויפן דעם גע'אסר'טן ניו יארק טיימס, און אפילו די עמי! קענסט פארן מיט שגץ בייקס און גייט מיט לייב קאליר טייטס און טון ליטערעלי וואס דו ווילסטberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 10:11 pmלאמיר זעהן אויב ס'וואלט זיך אויף געמאכט א בית המדרש פון מזרחי אידן אין קרית יואל וואס זאגן הלל אום יום העצמאות און זיי הענגען ארויס א מדינת ישראל פאן אויף דעם בילדינג. ווילאנג מ'וואלט זיי געלאזט אנגיין.היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:39 pmדי פראפערטי איז אפשר נכסי ציבור אבער ער האט קלאר געוואלט א הנהגה מיט זיינע פרינציפעןלאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:36 pm און צום דריטן מאהל...
די מייסד פון סקווירא האט אוועקגעשטעלט זיין שטעטל אלץ נכסי יחיד ממילא קען ער און זיינע יורשים טון דערמיט וואס זיי ווילן
ווידעראום די מייסד פון קרית יואל האט אוועקגעשטעלט זיין שטאט אלץ נכסי ציבור ווי א יעדע איינוואוינער דארט האט א חלק אין די שטאט ווילאנג ער פירט זיך על פי תורה.
און וויבאלד קרית יואל האט א דין ווי א "שטאט" ברויך זיין וואלן פאר א מרא דאתרא.
אבער ביי רבי בערל איז מהר"א מרא דאתרא... שלאג מיך...
דו (לאכעדיג) זאגסט דאך אז קרית יואל איז א שטאט. און נישט דווקא א סאטמאר'ע שטאט....! תיובתא...!
די איינציגסטע לעווערעזש וואס זיי האבן דיר איז די בתי מדרשים און די מוסדות, און אויב ביסטו נישט אנגעבינדן דערין קענסטו טון וואס דו ווילסט ווילאנג ס'נישט קעגן דעם געזעץ
ס'דאך פשוט
דעצאל (פלעגט מיין כיתה ה' רבי גלייכן צו זאגן)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: קרית יואל
זיכער: ווילאנג ער איז שטיל! זאל ער פרובירן די עצה פון לאכעדיג און ארומפארן מיט א קאר און אויסרופן הויעך אז ר' אהרן איז נישט מרא דאתרא. און נישט דער שוחט. אפשר דער מקווה איד. נאכדעים זאל ער גיין אהיים און ווארטן צו זעהן די רעזאלטס...!וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 15, 2024 10:30 amIt's ok ער קען בלייבן וואוינען דארט ער דארף פשוט נישט האלטן ווי אייךberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 4:13 pm און ווער ס'וויל נישט מקבל מרות זיין פון איהם מוז נישט וואוינען אין קר"י. ער האט צענדליגע אנדערע אידישע שטעט וואו צו וואוינען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: קרית יואל
איך האב די עצה קיינמאל נישט געגעבן, איך האב בלויז מסביר געווען פארוואס מהר"א איז נישט מרא דאתרא אין קרית יואל, און ווער ס'האט געוואלט פארשטיין האט פארשטאנען.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 15, 2024 3:51 pm זיכער: ווילאנג ער איז שטיל! זאל ער פרובירן די עצה פון לאכעדיג און ארומפארן מיט א קאר און אויסרופן הויעך אז ר' אהרן איז נישט מרא דאתרא. און נישט דער שוחט. אפשר דער מקווה איד. נאכדעים זאל ער גיין אהיים און ווארטן צו זעהן די רעזאלטס...!