ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
היימלינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 517
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך היימלינד »

ביטע דורך ליינען די גאנצע פארן מגיב זיין, תודה.

איך פראביר צו פארשטיין די משמעות פון די טאג פון א אידישע פרעספעקטיוו, די סעקולארע איז פשוט וועגען לאומיות, נאר מיט א לאנד זענען מיר א פאלק וכו', אבער וואס איז פשט אז רעליגיעזע אידן האבן זיך אזוי געפרייט אין דעם טאג, מה יום מיומיים?

לאמיר מסביר זיין: ארץ ישראל איז אונזערס פון ווען דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו, און אויף למעשה נאך דאס וואס יהושע בן נון האט עס איינגענומען מיט כלל ישראל, קיינער קען דאס פון אונז נישט אוועקנעמען, קיינמאל! אזוי ווי עס שטייט אין ערשטע רש"י עה"ת.

מיר זענען טאקע געגאנגען אין גלות נאך די חורבנות אבער ארץ ישראל איז נישט אוועקגענומען געווארן פון אונז, נאר פארקערט מיר זענען פארטריבן געווארען פון ארץ ישראל, די קדושה איז געבליבן ווי חז"ל נעמען אהן קדושה שנייה קדשה לשעתה ולעתיד לבא, אידן במשך אלע דורות האבן משתוקק געווען לעלות ולחונן עפרה צו מקיים זיין מצוות ישוב ארץ ישראל וואס איז נאך א חיוב היינט ווי אמאל [מחלוקת הראשונים אי דאורייתא או דרבנן ואי חיוב או מצווה].

אפילו איינער וועט קומען מיט א טענה אז ארץ ישראל איז יא אוועקגענומען געווארן פון אונז און עס האט געהערט פאר די אראבער במשך אסאך יארן ביז די ערשטע וועלט קריג און אויך יעצט געהערט צו זיי א חלק משום די חלוקה פון די UN און דינא דמלכותא דינא, איז עס ווייטער אונזער'ס ווייל כל מה שקנה עבד קנה רבו און דער אור החיים הק' איז מבאר סוף פרשיות לך און וירא אז ישמעאל וצאצאיו איז געבליבן א עבד עולם צו יצחק אבינו וזרעו אחריו, קיינער האט זיי קיינמאל נישט באפרייט, ויבוא האדון וינקום מעבד הבורח עיי"ש.

איז צוריק צו מיין קשיא, וואס איז געשעהן ה' אייר תש"ח, וואס האט עס מיט אונז אז איינער איז געשטאנען אין ת"א און פארגעליינט א צעטל? וואס איז אז דער לעצטער ענגלענדער האבן פארלאזט די הייליג לאנד?

די איינציגסטע עכטע זאך וואס איך מיין איז געשעהן ה' אייר איז התחלת מלחמה וואס האט געקאסט טויזענטער נפשות מישראל, איבוד שליטה מכמה מקומות בארץ ישראל, די ניי געגרינדעטע ממשלה האט געוויזן אז עס גייט זיי נישט אהן שלימות הארץ, עיין ערך ירושלים העתיקה וואס חוץ אפאר אצ"ל לוחמים וואס האבן זיך נאכנישט אונטערגעגעבן צו די נייע צה"ל האט כמעט קיינער נישט געטון עפעס צו ראטעווען ירושלים, וואס אגב לויט די UN האט עס געדארפט זיין א שטח בינלאומי, ועוד ואכמ"ל.

זייטס מיר נישט חושד מיט קנאות, איך פרעג פון א ערליכע אידישע ציונישע פערספעקטיוו, לדוגמא יום ירושלים פארשטיי איך זייער גוט די שמחה, מיר האבן צוריק באקומען די שליטה אויף גרויסע חלקים פון אונזער לאנד ובפרט די מקומות הקדושים, ירושלים, חברון, בית לחם, הר הזיתים ועוד.

אויב מוז מען טרעפן עפעס א טאג צו פראווען די ייסוד המדינה ווי אידישע קינדער קענען טרעפן א קישן ווי צו זיך אראפלייגן נאך אזא שווערע קריג [כלשון הרה"ק מבעלזא זיע"א] זאל עס זיין א טאג וואס האט עפעס א משמעות, למשל יום הצהרת בלפור - א טאג וואס אומות העולם האבן אנערקענט און מסכים געווען צום מדינה, אדער אן אנדערע טאג בדומה לזה, אבער פארוואס ה' אייר? עס האט זיך גארנישט בעצם געטוישט יענע טאג פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, און אפילו פון א וועלטליכע איז נישט געווען קיין סאך שינויים ליודעי היסטאריע.

מען קען נאך אסאך מאריך זיין אבער מיר וועלן זיך דא אפשטעלן, מיט א בקשה ביטע נאר מגיב זיין אויף מיין שאלה און נישט דעבאטירן אויף זייטיגע פרטים, איר קענט עפענען אן אייגענע אשכול פאר דעם.

דער אשכול פארמאגט 96 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר