ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

האלטן פון די שיטה פון מזרחי און זיך איינרעדן אז די מדינה איז שוין די גאולה שלימה איז צוויי באזונדערע זאכן.

מ'קען זיך פרייען אז די אייבישטער האט אזוי צוגעפיהרט אז די אידן זאללן האבן א שטיקל אינדעפענדענט ממשלה און אן אייגן לאנד פאר ביאת המשיח. נאר מ'דארף געדענקען אז אונז זעמיר נאך אלץ אין גלות.

מזרחי אליין זאגן נישט אז די מדינה איז די גאולה השלימה. זיי רופן עס אן אתחלתא ד'גאולה...."ראשית צמיחת גאולתינו"...!
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך צוויי »

קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:27 pm 1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
וועסטו וועלן מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר

2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
יא יא אן א.ג. מדינה וואס די די וועלט האט די מערסטע אין די וועלט נייעס....

3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
זאג עס נאכאמאל, מ'זאל קענען אנטלויפן צו וואו? צו די כמעט אומפארזיכערסטע מדינה, ווי ס'איז דא כסדרדיגע סכנות פון די שכנים, און פאר ערליכע אידן פון די מדינה אליינס...

4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו כצאן לטבח״
מיר בעטן 'נאר' פון 'השי"ת' 'נקום לעינינו'

5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאזן אויף די גוי׳אישע שכנים.
ובגוים לא יתחשב... לאמיר זעהן ווער איז מער אפגעשיידט פון די תהלכות און לעבנסטייגער פון די גוים עמי הארץ?

6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
עשרים לעומר א טאג פון צער השכינה, נצחו עצת היצר עם הנסיון של רשע וטוב לו, מעכב הגאולה שלמה בב"א
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

צוויי האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 7:09 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:27 pm 1.

ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
עשרים לעומר א טאג פון צער השכינה, נצחו עצת היצר עם הנסיון של רשע וטוב לו, מעכב הגאולה שלמה בב"א
די נושא אין דעם אשכול איז וואס איז דווקא געשען אום ה' אייר, אפילו אלס א סאטמארוקי דארפסטו אויכעט א הסבר פארוואס די טאג איז א יום המר והנמהרת.

די וואס זענען נישט מכיר אין די טובה פון די ישוב פון אידן אידן אין ארץ ישראל, דארפן עס נישט איבערקייען דא.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך צוויי »

דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 11:30 pm

גראדע בין איך נישט פון קהילת אדער חסידות סאטמאר

פארוואס איך האב געזאגט עשרים לעומר און נישט ה' אייר, איז ווייל איך האב שוין געזעהן ערגעץ שטיין פון א צדיק נאך פאר ס'איז געווען ציונים בכלל, אז עשרים לעומר איז א טאג פון צער השכינה, און עשרים לעומר איז ה' אייר.
און איבער די מדינה, האבן צדיקים געזאגט אז דאס איז מצער דעם אייבערשטן, און אפי' די רבנים וואס האבן נאך די התחלת קיום המדינה געהאלטן אז מ'קען אדער מ'זאל ארבעטן פון אינעווייניג, האבן אבער געהאלטן אז דאס טאר נישט געשעהן, ס'איז אפי' דא א באוויסטע ווארט אדער פון הגה"ק החזון איש זצ"ל אדער הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע דערוועגן, פאר די מדינה אז די מדינה וועט זיכער נישט צושטאנד קומען.
אייזיק שפירא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייזיק שפירא »

דו רעכענסט אריין אין צדיקים און רבנים, נאר אזעלכע וואס דיך געפעלט, און ממילא קומסטו צי אזעלכע מסקנות
רב קוק ז''ל האט געהאלטן אנדערש ודו''ק
(און ניין, ער איז נישט געווען קיין יחיד)
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך צוויי »

רב קוק כבודו במקומו מונח האט גערעדט און געשריבן זאכן נגד דת תורתינו הק' והמסורה לנו
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך קהל'ס נער »

קיין איין רב האט נישט געהאלטן פון די מדינה

וואס הייסט, רב קוק איז געוועהן פון די גרעסטע שטיצער?
רב קוק איז א שייגעץ.

פארוואס איז רב קוק א שייגעץ?
ווייל ער האט געהאלטן פון די מדינה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך היימלינד »

ארכיטקט האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:50 pm קיין איין נארמאלע באזעסענע רבי האט זיך טאקע נישט געפרייט אדער געפייערט ה' אייר.
אנטשולדיגט אבער איך האב געבעטען ביים עפענען די אשכול אז מען זאל זיך האלטען צום נושא

וואס אנדערע האלטען איבער ציונות ווייס איך אויך, אבער נישט דאס איז די שאלה דא
[NAMELESS]

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך [NAMELESS] »

צוויי האט געשריבן: רב קוק כבודו במקומו מונח האט גערעדט און געשריבן זאכן נגד דת תורתינו הק' והמסורה לנו

כלומר, דיין מסורה וואס דת איז.

וואס איז באקאנט אין די תורה וועלט אלס א דעת יחיד.
אייזיק שפירא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייזיק שפירא »

צוויי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:51 am

רב קוק כבודו במקומו מונח האט גערעדט און געשריבן זאכן נגד דת תורתינו הק' והמסורה לנו
שקר
נישט געשריבן קיין איין זאך קעגן דת תורתינו הק'

נאר וויבאלד ער האט געהאלטן אז ע''פ תורה מעג מען מאכן א מדינה איז ער אטימאטיש געווארן אפגעפרעגט אזוי ווי @קהל'ס נער שרייבט שוין

ס'איז געווען אפי' היימישע רבנים (וואס מ'רופט נאך אזוי) וואס האבן געהאלטן ווי אים, נאר ווער ס'האט געוואלט בלייבן אנגענומען ביי אונזער עולם האט זיך געמוזט היטן דאס מויל
ווייל אויב זאגט מען א ווארט פארלירט מען פלוצלינג די דעת תורה און מ'איז שוין ממילא אפגעפרעגט
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך צוויי »

אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי.
סאטמאר רב שרייבט אויף אים שרעקליכע ווערטער, וואס ער האט נישט געשריבן אויף קיין אנדערע גדולים אפי' זיי האבן זיך צוגעשטעלט אדער געהאלטן פון די מדינה
אשרי העם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אשרי העם »

ה' אייר, דער טאג וואס עס האט זיך געגרינדעט די ציוניסטישע מדינה, "מדינת ישראל", ביום ה' אייר תש"ח, מיט'ן ציל מורד צו זיין אין מלכות שמים, עובר זיין
אויף די הארבע שלש שבועות און אראפווארפן פון זיך דעם גזירת הגלות.

זינט דער טאג וואס די מדינה של גיהנם איז געגרינדעט געווארן, זענען שוין צענדליגער טויזנטער קרבנות ליידער געפאלן על מזבח המדינה. אבער היי יאר זעט זיך פילפאכיג שטערקער ארויס ליידער דער גרויסער אומגליק דערפון. נישט בלויז שלומי אמוני ישראל, ערליכע אידן איבער דער גארער וועלט, רעדן יעצט איבער דער שרעקליכער צרה. נאר עס זעט עס יעדער קלאר און ווייטאגליך. אומעטום שמועסט מען איבער די צרות רבות רעות ומשונות וואס דער עקזיסטענץ פון דער מדינה האט אנגעברענגט אויף אידן. בעת מען שטייט אינמיטן א בלוטיגע מלחמה פון וועלכע ס'זעט זיך נישט ארויס קיין וועג. נאך א שוידערליכע שחיטה וואס טעראריסטן האבן דורכגעפירט א האלב יאר צוריק און קאלטבלוטיג דערמארדעט 1200 אידישע נפשות אונטער'ן שלטון פון מדינת ישראל. מ'קריכט נאר טיפער און טיפער מיט'ן התגרות באומות און אנרייצן מיליאנען אראבער פון די ארומיגע מדינות און פון איבער דער גאנצער וועלט.

אין דעם טאג ה' אייר, ווען אין דער ציוניסטישער מדינה פּרובירן די מינים ואפיקורסים צו הייבן דעם מאראל טראץ די אפענע נידערגעשלאגנקייט, אינערליכע צעריסנקייט און עקזיסטענץ-געפאר, וועלן ערליכע אידן זיך מחזק זיין אין דער ריינער אמונה, איבער'חזר'ן די השקפה הטהורה אז אידן טארן נישט האבן קיין שום שייכות צו דעם מלכות המינות על אדמת ארה"ק און הייס מתפּלל זיין אז די מדינה הטמאה זאל גענצליך בטל ווערן, נישט חלילה דורך אומות העולם, נאר דורך רחמים וחסדים, די עכטע גאולה שלימה זאל שוין קומען ווי שנעלער, בביאת משיח צדקינו, במהרה בימינו אמן.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שאלתיאל »

צוויי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 1:40 pm אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי.
סאטמאר רב שרייבט אויף אים שרעקליכע ווערטער, וואס ער האט נישט געשריבן אויף קיין אנדערע גדולים אפי' זיי האבן זיך צוגעשטעלט אדער געהאלטן פון די מדינה
ווי למשל?

אגב, דאס אז סאטמאר'ע רב האט געשריבן אויף רב קוק שרעקליכע ווערטער זאגט מער אויף אים אליין ווי אויף רב קוק.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
אשרי העם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אשרי העם »

@שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.
גאר נייגעריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך גאר נייגעריג »

12שה וחרפה פון די 12 קאנאל!
די ליוו סטרימינג פון די טקס כיבוי המשואות איז געווען אן עקל!
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך צוויי »

שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:09 pm
צוויי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 1:40 pm אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי.
סאטמאר רב שרייבט אויף אים שרעקליכע ווערטער, וואס ער האט נישט געשריבן אויף קיין אנדערע גדולים אפי' זיי האבן זיך צוגעשטעלט אדער געהאלטן פון די מדינה
ווי למשל?

אגב, דאס אז סאטמאר'ע רב האט געשריבן אויף רב קוק שרעקליכע ווערטער זאגט מער אויף אים אליין ווי אויף רב קוק.
ולא תתורו אחרי לבבכם-הערצל ואחרי עיניכם-קוק
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שאלתיאל »

אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:19 pm @שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שאלתיאל »

צוויי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:27 pm

כ'האב געפרעגט אויף דיין ערשטע חלק תגובה:
"אין זיינע ספרים שרייבט ער זאכן אויסער מדינה, וואס קיין איין ערליכע רב האט נישט גערעדט אדער געשריבן אזוי"
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
אשרי העם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אשרי העם »

שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:29 pm
אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:19 pm @שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שאלתיאל »

אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:06 pm
שאלתיאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:29 pm
אשרי העם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:19 pm @שאלתיאל:
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.
כ'האב נאך אסאך צו גיין ביז כ'וועל מיך אויסדרוקן אזווי ווי סאטמאר'ן רבי'ן. איי געס רב קוק קען נישט בייסן?
די משנה רעדט צו דיר.
סאטמאר רב איז געווען א גאון הגאונים, א גדול בישראל און א קדוש עליון וציס״ע
וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך לאכעדיג »

@שאלתיאל און @אשרי העם, אויב זוכן ענק נאך אזעלכע לשונות קענען ענק נעמען פון די מציבה פון טאהש רבי...
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך צוויי »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 5:21 pm @שאלתיאל און @אשרי העם, אויב זוכן ענק נאך אזעלכע לשונות קענען ענק נעמען פון די מציבה פון טאהש רבי...
די נישט ארויפגעלייגטע מציבה מיינסטו?
ווייל די יעצטיגע מציבה איז טאקע אסאך לשונות אבער צום זאך
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך צוויי »

שאלתיאל האט געשריבן: וועסט זיין שאקירט וואס הרב קוק איז געווען: א קדוש הקדושים אקספלריה המאירה בוצינא קדישא און א רשכבה"ג

איך וועל עס איבערקומען אז איך וועל הערן אויבן אין עולם האמת אויב רב קוק איז טאקע דאס געווען, און איך האב געלעבט אין א טעות.
איך ווייס אבער נישט טאמער דו וועסט עס איבערקומען צו הערן אז דו האסט געלעבט אין א טעות...
פארשפארט