א גרויסע קאלעקציע פון מוסר ספרים איז פארהאן, אינעם געביט פון מענטשן ראסע פראבלעמען.
יעדער ביי זיך אין שטוב האט א פאליצע דערפון אדער א געפּינטעלטע סעט כאטש - א פרייוועט רבי, צו פארשטארבענעם עלטער פעטער'ס בר מצוה געשאנק צו פארדאנקען.
אמת, די ספרים מאָנען ווירקליך מער וואס מ'קען באשיינפערליך צושטעלן.
מ'קען דאך נישט פאקטיש זיין 'דער מאדעל איד'. פונקט ווי אין רעאליטעט, וויפיל מאדעל'ס מאכט זיך דען. גאט האט עס קארג פארטיילט, קען מען זאגן. 'לוקס', איז א גאנצע גדולה ביי די מאַסן. און וואס מיינט עס דען? נישט מיאוס, בסך הכל.
טראגט ער זיך נישט ארום מיט א אומנויטיגע אינטש האָר שוץ איבער ס'גאנצע קערפער, ווי דער טשימפּ אליין.
איז איר נישט די פיס גראבּ ווי א רעטעך, די ליפּן האלב אריין, די געשטעל האלב ארויס, און דאס געזיכט מיט בערג און טאלן פארפּאלגט, נאר א גלאט געפארעמטע פרוי איז זי, ווי חוה גענוי, אין די גוטע צייטן.
ווער ס'צייכענט זיך נאר אויס אין די אלע זאכן, נרצה, איז באוויליגט ביי די מענטשן. מענטשן וואס הערן נישט אויס אפילו פון ניי וויליאמסבורג אויף אלט, זענען גרייט אויסצוהערן א 'נישט פעלערהאפטיגן' מויד. א מאדעל, ווי מ'זאגט, וואס איז ווי ערווענט, א זעלטענער פראדוקט.
און דא איז ניטאמאל דעם מענטשנ'ס בחירה פארמישט. אנדערש ווי זיינע מעשים טובים, קאן ער שיין, נישט זיין. ס'עצם געבוי זיינער איז אבזשעקטיוולי פארקרימט, נישט ווי ס'ברויך ווען צו זיין. פאר אים זעלבסט איז בלויז פארבליבן דאס אקצעפטירן זיין צושטאנד אלס אן אומגליקליכער רעאליטעט.
ווי עס שיינט איז גאט כביכול צופרידן דערמיט, ס'איז מעגליך אפילו זיין באליבסטע באשעפעניש, ווי די ווארט גייט (נישט זיכער אויב ס'איז א ווארט): "ווייל פון זיי האט ער געמאכט די מערסטע".
דארף מען ווארשיינליך קיין מאדעל איד אויך נישט זיין.
אבער טראץ די אומרעאליסטישע ערווארטונגן, האט פארט די מוסר אזויפיל אויפן פאלק געווירקט, אז מידות מגונות איז אפגעפרעגט. כעס, קנאה, שנאה, גאווה, תאווה; א פראבלעם איז עס כאטש.
מ'זעהט דאס אפשר נישט ווען מ'פאלט זעלבסט דורך, אבער ווען יענער פאלט דערמיט, ווייסט מען יא.
דו קעסט נישט זיין קיין פרעכער דל גאה, אהן באשמיצט ווערן ביי זוממערדיגע שלש סעודות'ן איבער די גארער קאלאניעס.
איז אבער איין מדה פארבליבן, איין שווערער אויבנאן מדה, מיט א געבלימטע בעקיטשע. וואס איז עפעס יא פארזעהן געווארן דורך רבי ישראל סאלאנטער'ס חדר. מקום הניחי לי המוסר'ניקעס להתגדר בו, נעמליך, אומפארגינערישקייט.
אויב באזייטיגט מען ווען נישט מכירת יוסף צו די "העכערע זאכן" רובריק, איז עס גראדע א קלאסישע ביישפיל פון אומפארגינען, און די תורה לויטעט גאנץ קלאר די פראבלעם און איר קאנסעקווענצן.
בעצם איז טאקע פון איין זייט דא א אומגעהויערע צאל פון ירושה אינצידענטן, צוקריגטע פאמיליעס, פארפרעמדטע ברודער מיט סטראָקעס, וואס איז אויף אומפארגינען באזירט. איין ברודער כאפט א דאלאר און דער צווייטער שלינגט נישט, אדער פארקערט, איינער פארגינט נישט און דער צווייטער כאפט א דאלער. וכן באיצטלא דרבנן.
אבער נישט פארגינען בכללות איז דאך אנגענומען אלס אומעטיש, גרויליג, און אפילו שעדליך.
אין פאקט האט קנאה שוין טויזענטער פארפעלק דערהארגט.
טעגליך הערט מען אין אמעריקא איבער לאוו-טרייענגל'ס - מענשטן וואס פארגינען נישט אנדערע וואס האבן זיך ליב.
ס'גייט זיי פשוט אין לעבן אז די אנדערע האט וואס זי וויל האבן, און האט נישט.
איז זי גרייט אפצוזיצן אין א סוּפּער מעקס ביז ס'ווערט אים אזוי גרוי פון אינעווייניג, אזש די אמאליגער וועלט מיט אונזערע בארבארישע פארגייער האבן א שאול תחתית פון אזא תפיסה'ניק בזמן הזה, זיך וויסט נישט פארגעשטעלט.
און זיי זענען גרייט זיך צו נעמען ס'אייגן לעבן אויך דערפאר. אפגעמעקט ווערן פאָר גוד, אבּי יענעם דאס גליק צונעמען. ווייל יענע האט עפעס וואס זי וויל און קען נישט האבן.
ס'איז איר עפעס אנדערש נישט ווערד גענוג אין לעבן.
און עפעס זאגן זיי. מכל מלמדי השכלתי. די מערדער פארציילן אונז מיט דעם, דאס אינערליכער גרויל פון אומפארגינען.
איין אזא ספעציפישער 'מדה' לאָך, האט זיך ביי די ביישנים וגומלי חסדים אויך אריינגעכאפט. פונעם הצלה מאן ביזן פאנדרעיזער, פונעם ליעזאן ביזן קאונסלער, חזנים ווי חברא קדישא, עסקנים ווי תשמישי קדושה, פאלן אלע אייניג דורך דערמיט. ומה הוא זה ואיזהו, ווי עס פרעגט א נייגעריגער אחשוורוש זיין הונגעריגער מלכה.
דער גביר. דער עושר. דער נגיד. דער פילטי.
דעם גביר פון שטאט פארגינט מען נישט.
יונג און אלט, פרום און ליידיג, רייך ווי ארעם, מאן ווי טאטע, קוקן אויף דעם איינעם מוצלח און קענען עס נישט גרינג אראפשלינגן.
ערשטנס, איז דאס רעדן וועגן אים, וואס איז אין מייסטענס פעלער בּארעדן, בלשון רבים. מיט וואס קען מען דען א צווייטן בארעדן? אז ער זינדיגט? גנב'עט? לערנט נישט? זיינע קינדער זענען נישט צו די זאך? ער קען נישט ציילן איינס מיט צוויי? א שוטה? זוכט כבוד? זיין ווייב זייגט (קיין פּאָן, במזיד)? אז זיין לעבן איז קיין לעבן נישט? יא, פונקט אזוי, ממש. אט די אלע אויבנדערמאנטע און נאך, רעדט מען אויף דעם עושר. יעדער נעמט זיך זיין זאך אדער זאכן, וואס וואלטן אים אנידערגעקלאפט און פאראומגליקליכט, אזאנס וואס מ'וואונטש זיך נישט פאר קיין שום פרייז, און דאס זוכט מען צו טרעפן ביים עושר.
"ער דאך א דעפּרעסטער מענטש".
"אַה, ער האלט נישט ביי גארנישט".
איך האלט ביי עפעס.
אלזא איז וואס? האט ער נישט עפעס וואס איך האב, פונקט אזוי ווי איך האב נישט וואס ער האט. ברויך איך עס נישט - זיין פעקעלע.
פארוואס מוזט עטס זיין אייניג?
ווייל איך פארגין אים נישט, דאס איז די ענטפער.
ואכן מה נאמר? איך מוטשע, נו.
דא שטיי איך בהמה, קאקער, טאָפל בן טאָפל, ביק בן ריק, הבל ודיק, מוילמאכער, סטאַק קלויבּער, ביזנעס מבין, טעק גוּרוּ, ברוח מרה, און מעסט א פענסטער, פאר צוויי דאלער, א ציגעלע א ציגעלע, א קלעקעריי פון דאלערס, שווער געפאַקט, פאר די פארשידענע פאראויסרוקנדע תקופות פון לעבנס באדערפענישן. אנגעשטרענגט, אויסגערעכנט, אנגעזארגט, אויסגעבעטן, זענען די פארביילויפנדע צייטן.
קויפן דעם הויז, דעם אנדערן הויז, די זוממער הויז, די חתונות, די קעמפּס, ושננתם ראטעס, ערב שבת וואָגעלעך, רעטייערמענט, רעשט אויף איבערצולאזן.
און ס'פּאקט זיך נישט גרינג. שווערע אראפלאזונגען, צמצומים רבים בהשתשלשולות וירידת המדרגות, נעמט דאס קלעקעריי.
פסקים פון אנדערן זייט טרייבל - א קליענט, אויף פארסאפעטע פרימארגן'ס, טרייבּעריי, צעגעריי,
און שווערע פראבּעס נשיאת חנינה ביי פּריצישע אויגן.
אויף יעדעס ביסל נשיאת חן וואס מ'האט צו אָפערן, לייגט מען האפענונג, זאל עס זיין ביז אן אבר חלילה - וואס זאל דעם יעניגן דערכאפן, צו קריגן 'די א.ג ביזנעס' - דאס ביסל, שטיקעלע, מזונות'ל פון א ביזנעס, איין'ס אין א פיש טאנק פון שאַרקלעך, וואס ווען מ'געבט שוין יא די ד דע דעם דעמן ביזנעס פליקט מען דיך אויס ווי א קאַרפּ אונטער די פישיגע האנט פון אן אונגערישן רעוותני נאך א לאנגע שלום עליכם, אויף א שפעטע פרייטאג צונאכטס.
בלוט גייט דעם פּאָץ, דעם יודע לשאול (ולא לשלם), ביז ער דערזעהט זיך ערגעצוואו אויף א ליניע, א גראָדער פינאנציעלען שטרעקע, וואו בטחון קען בכלל אנהייבן אינפילטירירן.
און דא גייט דער אַרי, דער אומפארשעהמטער, אומבארעכטיגעטער, נידערטרעכטיגער סאנאוועביטש, און מאכט ניינצן מיליאן דאלאר אונטער זיין נאז, זיין לאנגע, ראציגע, מידע, ערשעפטער נאז, וואס דארף דאס צוקוקן.
ניין אַרי דו האסט נישט אלעס אַרי!
קענסט האבן וויפיל הייזער דו ווילסט - און איך האב נישט, קענסט האבן וויפיל צייט דו ווילסט - און איך האב נישט, קענסט האבן וויפיל געלט דו ווילסט - און איך האב נישט. דו ביסט א צופלויגענע מענטש! מ'קען נישט רעדן צו דיר געהעריג. ביסט נישט געהעריג. פארטיג. געהעריגע מענטשן האבן נישט קיין געלט, בערל.
פארשידענע זענען פארזארגט, ער טיילט נישט קיין פּעני.
זיין רוחניות איז א שאנדע - באדערט דעם זויפער ביים ליינען. (מחגגב סימן) 'מיין חבר געווען גארנישט באקומען', דערציילט דער זויפער ביים ליינען.
"א קארגע חזיר" מערקט א צווייטער אהן, אויך מיט א פאלקס לעגענדע באגלייט. "איך ווייס פון אינסייד אינפארמאציע" זאגט דער דריטער - וואס האט ווארשיינליך אן אנדערער גאנג גענומען, מער בבחינת, If you can't fight em' join em'. ער 'דרייט זיך' ביי אַרי. וואס גענוי מיינט זיך 'דרייען', וועל איך זאגן דעם סוד, ווי די פרשנים טוען אויפן חומש. דרייען מיינט פשוטו כמשמעו, מ'דרייט זיך ביי אַרי. מ'טרעפט ערשט אויס א וועג, אדער וועגן, צו טרעפן אַרי'ן, דערנאך דרייט מען זיך ארום אים ממש, זיין מויל, שוהל, און אויערן.
און ערגעצוואו מאכט זיך א געלעגנהייט צו ווערן א חלק אלוד' מתחת פון דעם אפגאט אַרי.
באמת, יש דברים באיד.
ווי נישט ווי, דער אינגערמאן מיט א פלאן מוטשעט זיך צו האלטן צום פלאן. ער איז טאג און נאכט טרוד, מאכן דאס געלט, נישט צוואסערען דאס געלט, און מאכן נאך אויף מארגן. דער אינגערמאן אהן א פלאן - ווײטער, אדער די ארויסגעפאלענע, וואס האבן יא דעם פלאן נאר קענען פשוט נישט נאכקומען, זענען נאך מער כאדאראם.
דער אַרי, נאך אלעם, האט נישט די מענטשליכע פראבלעמען.
ער מוטשעט זיך נישט פאר דעם פארשאלטענעם דאלער, און דאס צוואסערן איז א לכתחילה. ער זוכט גאר וואו צו וואסערן. וואס נאך קען מען טוהן מיט צופיל געלט. נאך א הויז? האט שוין. נאך א קאר? האט שוין. נאך אן איידעם? פיין. נאך אן איידעם. א שוהל? בויעט א שוהל אויך. א פליגער? קויפט א פליגער אויך. ער ווערט אבער נישט פארטיג. צופיל פארבליבן. דארף ער אן ארבעטער זאל אים העלפן טיילן (לייען: טיילן) דאס געלט. און ער קויפט בנינים פאר מוסדות, נסיעות פאר אברכים, סעודות, מתנות, הענקות, אבי צו פטר'ן דעם טאלער.
איז דאס אויך א פּלאַן פאקטיש - זיך דרייען ארום אַרי.
און ווער מיינסטו שטייט און כאפט ביי אַרי'ן, די מאסן שטייען און כאפן. דער זויפער ביים ליינען, סטראָקעס אהנע ברודער, חברא קדישא און קאונסלער, געוועזענע חדר פריינט און בּוּלי'ס, יעדער קלאפט אויפן טיר. מ'לויפט אים נאך. מ'זוכט זיין ווייעך הארץ. אַרי, ווען קען מען צוקומען. אַרי כ'האָניש. ר' אַהרן איר האט א מינוט, אַרי כ'דארף ביזנעס, אַרי כ'גיי נאך געלט. אַרי נעם מיך מיט. ווען נעמסטו מיך ארויס אַרי.
און אַרי וויל מען אליין זיין. די אנאטאמיע פון אַרי שטודירט מען. אזא מזל און גורל פון וואנעט שטאמט. אז מ'קען יא אזאנס מצליח זיין, וויל מען עס פאר זיך. וואס דארף מען כאפן אז מ'קען טיילן. ס'גרינגער צו טיילן. זאל איך קלאַפּן אויף מיין אייגענעם טיר. און צו וואס דארף מען שוויצן פאר אן אלף, אז מ'קען פאר א מיליאן, למען השם. אין פאקט, איז א פרעכקייט פון דעם אַרי'ן, אז ער צוטיילט זיך נישט מיט דאס געלט. ס'נישט זיינס, דער רבוש"ע געט עס אים, ווי מ'זעהט קלאר, שלא כדרך הטבע.
אדער כאטש דאס, זאל דער גאנצער אַרי נישט עקזיסטירן. מוחל די נדבות, מוחל די געלט, גם לי גם לך לא תהי'. דער גאנצער אַרי שטייט אין וועג. אז מ'מוטשעט זיך אינאיינעם איז כאטש א צרת רבים. אבער היושר כזה עושר? איך שטיי און פלאן א וואקאציע און דער א טאג ארבעט. ער וואוינט דאך אין מיין געגנט, דאווענט אין מיין שוהל, ממש נעבן מיר, און אזא אונטערשייד. אוי לעניים שכך רואות.
טיילט ער נישט גענוג. זינדיגט, גנב'עט, לערנט נישט, פרעסט, שוואוילטאגט, קינדער נישט צו די זאך, קען נישט ציילן צוויי, א שוטה, זוכט כבוד, ווייב זייגט, חד גביר חד גדיא, ושחט לתורה, זיין לעבן איז קיין לעבן נישט.
צו פארגינען אדער נישט צו פארגינען, דאס איז די פראגע.
צו פארגינען אדער נישט צו פארגינען
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזן, עז אָלוועיס!
ווי ביי רוב, צי גאר אלע, מדות מגונות, איז למעשה אט דאס וואס בויט די וועלט דורכ׳ן דרייווען דעם מענטש. ועפ״י ניטשע קען מען זאגן אז אט די סארט קנאה און אומפארגינערישקייט האט געפירט צום סאציאליסטישן אינסטיטושאן פון (עכ״פ פרובירן צו אָנקומען צו) עקוואליטי, וועלכע איז אַן ערך חשוב. (אזא סארט כעין קנאת סופרים תרבה חכמה בב״ב כב.) נאר מ׳דארף דאס טאקע מאדיפיצירן צו מקנא זיין צו טאקע אָנקומען אויך צו וואס דער עושר וכדומה האט, אבער פארשטיין אז זיך מתכבד זיין בקלונו, וואס יעדעס מענטש מוז האבן אין עפעס, מאכט אים למעשה נישט אָנקומען צום ריכטיגן עקוואליטי צו וואס ער לעכצט. (וכמאמר החכם: ״ווילסט האבן וואס יענער האט. ווילסט אויך נישט האבן וואס יענער האט נישט?״)
און זייענדיג אז קנאה, עכ״פ ווען מאדיפיצירט, בויט למעשה דעם מענטש און מענטשהייט, קען מען מיט דעם טאקע טייטשן דאס וואס שׁעיקספּיר שרייבט אין העמלעט׳ס באקאנטע מאנאלאג, צו וועלכעס @הבל וריק איז מרמז:

אט די דילעמא איבער נישט מקנא זיין אלס מדה מגונה און פשוט אראפשלעפן אנדערע וואס העלפט נישט, און יא אלס דאס בויען דעם מענטש ומענטשהייט, איז די שאלה ״צי זיין [בויען] אדער נישט צי זיין״ לגבי תכלית המענטשהייט. און מ׳דארף טאקע טרעפן דערין דעם מיטל-וועג.To be, or not to be, that is the question. Whether 'tis nobler in the mind to suffer the slings and arrows of outrageous fortune, or to take arms against a sea of troubles. And by opposing end them
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: צו פארגינען אדער נישט צו פארגינען
אזוי גוט ארויסגעברענגט!!!
וְרָאִיתִי אֲנִי אֶת כָּל עָמָל וְאֵת כָּל כִּשְׁרוֹן הַמַּעֲשֶׂה כִּי הִיא קִנְאַת אִישׁ מֵרֵעֵהוּ גַּם זֶה הֶבֶל וּרְעוּת רוּחַ. (קהלת)
וְרָאִיתִי אֲנִי אֶת כָּל עָמָל וְאֵת כָּל כִּשְׁרוֹן הַמַּעֲשֶׂה כִּי הִיא קִנְאַת אִישׁ מֵרֵעֵהוּ גַּם זֶה הֶבֶל וּרְעוּת רוּחַ. (קהלת)
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re:
א דאנקמי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 6:05 pm אייזן, עז אָלוועיס!
ווי ביי רוב, צי גאר אלע, מדות מגונות, איז למעשה אט דאס וואס בויט די וועלט דורכ׳ן דרייווען דעם מענטש. ועפ״י ניטשע קען מען זאגן אז אט די סארט קנאה און אומפארגינערישקייט האט געפירט צום סאציאליסטישן אינסטיטושאן פון (עכ״פ פרובירן צו אָנקומען צו) עקוואליטי, וועלכע איז אַן ערך חשוב. (אזא סארט כעין קנאת סופרים תרבה חכמה בב״ב כב.) נאר מ׳דארף דאס טאקע מאדיפיצירן צו מקנא זיין צו טאקע אָנקומען אויך צו וואס דער עושר וכדומה האט, אבער פארשטיין אז זיך מתכבד זיין בקלונו, וואס יעדעס מענטש מוז האבן אין עפעס, מאכט אים למעשה נישט אָנקומען צום ריכטיגן עקוואליטי צו וואס ער לעכצט. (וכמאמר החכם: ״ווילסט האבן וואס יענער האט. ווילסט אויך נישט האבן וואס יענער האט נישט?״)
און זייענדיג אז קנאה, עכ״פ ווען מאדיפיצירט, בויט למעשה דעם מענטש און מענטשהייט, קען מען מיט דעם טאקע טייטשן דאס וואס שׁעיקספּיר שרייבט אין העמלעט׳ס באקאנטע מאנאלאג, צו וועלכעס @הבל וריק איז מרמז:אט די דילעמא איבער נישט מקנא זיין אלס מדה מגונה און פשוט אראפשלעפן אנדערע וואס העלפט נישט, און יא אלס דאס בויען דעם מענטש ומענטשהייט, איז די שאלה ״צי זיין [בויען] אדער נישט צי זיין״ לגבי תכלית המענטשהייט. און מ׳דארף טאקע טרעפן דערין דעם מיטל-וועג.To be, or not to be, that is the question. Whether 'tis nobler in the mind to suffer the slings and arrows of outrageous fortune, or to take arms against a sea of troubles. And by opposing end them
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: צו פארגינען אדער נישט צו פארגינען
געוואלדיג! שטארק שטארק הנאה געהאט! דאס איז אן עקזעמפל פון קוואליטי פאראדיע.
ביסטו דער יונה מצאה פון מייסטערווערק'ס נאכאמאל והשיב מיט שמואל דוד?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: צו פארגינען אדער נישט צו פארגינען
זאפטיק אראפגעלייגט.
איין נקודה, איז אויך שייך א פרוי זאל נישט פארגינען איר מאן אדער ווייס ווערסע און דאס איז שוין נעקסט לעוועל, אוי לעיניים שכך רואות
איין נקודה, איז אויך שייך א פרוי זאל נישט פארגינען איר מאן אדער ווייס ווערסע און דאס איז שוין נעקסט לעוועל, אוי לעיניים שכך רואות
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: צו פארגינען אדער נישט צו פארגינען
און עס איז אויך דא, ווען א מאמע, וואס האט נישט געהאט (אדער פאנטאזירט אז זי האט נישט געהאט) קיין גרינג לעבן, פארגינט נישט אירע קינדער וואס האבן (אדער פאנטאזירט זי אז זיי האבן) א גאלדן לעפל אין מויל. ס'איז זייער ביטער - און איז געווענליך די זעלביקע וואס פארגינט נישט איר מאן...
ס'איז נישטא עכט קיין וועג ארויס דערפון, און ס'נעמט א שרעקליכן טאלל אויף די ארומיקע. ולא אוכל לפרש מפני פריצי עמינו.
צום פותח מר. הבל וריק - ס'איז א קנאקעדיגע ארטיקל, גאר ריכטיגע פוינט, אדרעסירט ביזן דכדוכה של ענין מיט א קלארקייט אפשיילנדיג די מענטשליכע מאסקעס. בנוסף וואס ס'איז אויסטערליש גוט געשריבן. האסט אן אבנארמאלן אוצר פון אויסדרוקן, און א גאר רייכער פעדער. קיפ איט אפ.

Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: צו פארגינען אדער נישט צו פארגינען
רבי שמעון כד הוי חזי נשין שפירין הוי אמר אלהי מסכה לא תעשה לך.
פארוואס האט ער נישט געזאגט ולא תתורו אחרי לבבכם יש כמה תירוצים על זה, אבל בפשטות ווען מען מאכט א מציאות פון א בשר ודם (כמבואר אין אנדערע געהענגלעך דא אין שטיבל) פון א יפת מראה איז אזוי ווי דו מאכסט א גאט פון אים-איר.
מען פילט זיך מינדערוויכטיג, פארלוירן, מען פארלירט דאס גלייכגעוויכט, בד"וו וועריטאז נוצט דאס טעכניק צו ארויסבאקומען ביזנעס אדער פאליטישע סודות- שמוץ פאר די וואס האלטן מיט זייערע נייעס.
בקיצור, א מאנ'ס פערזאן קען פשוט פארלירן זיין זעלבסטזיכערקייט אין אזא סיטועישאן, נישט דוקא פאר תאווה, עס איז געמיש פון קנאה תאווה און כבוד, די אמאליגע (און נאך היינטיגע) קולטור ווי די מאן - מענער זענען די משתלטים קומט אין א גרויס חלק פון די פראבלעם אין כדי למנוע האט מען עס איינגעפירט צו האלטן די סופיריעטי פון די מעילס ספיסי, די גאווה פון די זכרים האט דאס צוגעברענגט.