בעל דרשן האט געשריבן: ↑ עס לאזט זיך זאגן אז עס וועט זיין א שלום אין די קהלה און מיט אלע ברודער'ס הרבנים שליט"א.
די חילוק פון די ביאלא צוואה מיט די סאדיגורה צוואה איז עטליכע חילוקים, דא אין ביאלא איז עס -ווי מען הערט- געווען איבערגעשמועסט מיט אלע קינדער בעפאר, און אלע האבן מסכים געווען, און בכלל איז עס א ווארימע צוואה ווי ער ברענגט ארויס אז אלע קינדער זענען באליבט און חשוב און די סיבה פון די החלטה.
ביי סאדיגורה (אויב איז די צוואה אמת האט עס די רבי ז"ל נישט איבערגעשמועסט מיט די קינדער און מיט די רעבעצין, ער האט זיי אלע דערלאנגט א שטויס, זיך נישט גערעכנט קיין פינטעלע מיט זייער געפילן, א זאך וואס איז גאר שווער צו פארשטיין ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו זיינע קינדער וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אים אלע יארן ובפרט אין זיינע קראנקע זמנים.
אין ביאלא איז דער זון פון די צוואה געווען אקטיוו אין די קהלה, צוגעהאלפן דעם מבשר טוב ז"ל מיט די הנהגה, געווען די ראש ישיבה וכדומה וואס יעדער האט פארשטאנען אז ער איז פאסיג פאר די פאזיצע, משא"כ די בכור וואס לעבט זיך אין די מרחקים אין מאנטשעסטער, און פירט א שיינע קהילה דארט, איז ניטאמאל נייגעריג אין די רעביסטעווע.
אין סאדיגורא האט מען נישט געשריבן די זון - נאך א בכור - וועלכע איז אלע יארן געשטאנען לימין די עקבי אבירים ובנו דער רבי ז"ל, און האט זיך אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר כבוד סאדיגורה, די שיינע שול וכדומה אלעס איז אים צו פארדאנקען, געווען די ידו אריכתא פון זיידן אלע יארן, און מען האט אים געגעבן א שטויס וואס ער פארדינט זיך נישט, און עס געגעבן פאר א קלענערע ברודער'ל וואס האט קוים אנגעפאנגען צו כאפן פון וועלכע דינאסטיע סאדיגורה קומט, ופלא גדול הוא!
אינטערעסאנט וואס די פסקי תשובות קומט דא אריין, א טאטע איז בארעכטיגט צו שרייבן וועגן זיינע קינדער, אבער א פלימעניק מעג שוין אויך נישט ווערן א רבי אויף א צווייטע נאמען?!
זייער שיין געשריבן
איין הערה, לויט ווי איך געדענק האט מען געשמועסט אז די מאמע האט יא געוויסט פון די צוואה, נאר זי האט נאכאלץ נישט מסכים געווען (נאך בחייו)