קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א גוט יאר »

א בני יואל האט געשריבן: ס'קוקט אויס דו ווייסט נישט פארוואס מהאט געגרינדעד מצילי אש אין קרית יואל אין מיט וואס זייער מהלך איז אנדערש
אדער דו פארשטייסט נישט וואס א ידישער שטעטעל איז אנדערש ווי א נישט יודישער

וואס מאכט אויס צו ס'א אידישע שטאט צו נישט?
הצלה אין מאנסי איז די זעלבע ווי הצלה אין קרית יואל, די זעלבע הלכות, שבת גוים וכו'
מיט וואס איז פייער דעפ. אנדערש?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

א גוט יאר: אויב איך פארשטיי גוט דיין (רעטארישע) קשיא. אזוי ווי איך האב געזאגט פריער אז דער חילוק פון קר"י און מאנסי און אנדערע שטעט איז אז קרית יואל איז א שטאט וואו ס'איז דא א מרא דאתרא. און אלעס ווערט געפיהרט לויט זיינע הוראות. משא"כ מאנסי איז אן אינדעפענדענט שטאט. וואו ס'איז נישט דא אן אפיציעלער רב וואס א יעדער מוז איהם פאלגן.
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א גוט יאר »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:10 am א גוט יאר: אויב איך פארשטיי גוט דיין (רעטארישע) קשיא. אזוי ווי איך האב געזאגט פריער אז דער חילוק פון קר"י און מאנסי און אנדערע שטעט איז אז קרית יואל איז א שטאט וואו ס'איז דא א מרא דאתרא. און אלעס ווערט געפיהרט לויט זיינע הוראות. משא"כ מאנסי איז אן אינדעפענדענט שטאט. וואו ס'איז נישט דא אן אפיציעלער רב וואס א יעדער מוז איהם פאלגן.
גערעכט!
אבער פארוואס קען הצלה יא מצליח זיין אין מאנסי וו''ס פייער?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווי ס'זעהט אויס זענען די הצלה מעמבערס מער ערנסטע מענטשן. (איך קען נישט די מענטשן פון פייער דעפט.) און זיי ווילן טון אלעס כהלכה.

נאר איך טענה (כמו שאמרתי) אז ווען ס'וואלט געווען אן אמת'ער רצון ביי הרב ווייס שליט"א וואלט ער אויך געקענט אויספועל'ן ביי די ברוער פייער קא. אז אלעס זאל געפיהרט ווערן עפ"י הלכה
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך בן ישי »

א בני יואל האט געשריבן: איך קען נישט דעים קדוש ווייס אין איך וואין נישט אין מאנסי און נישט לעבן מאנסי
אבער
לויט דעים ווייס מהלך קיקט פשוט אויס ווי ער האט א פערזעינליכע אגענדע אין איך פארשטיי נישט ווי אזוי א פריוואטער פייערלעשער וואלאנטיר קאמפעני קען ארויסלייגעו א שטאטישער אגענטור פין ביזנעס
אפשר מיטן באשמוצען אז זייערע יודען שניידען גראז מיטן קאפעל שבת נאכמיטאג אדער אנדערע לגיונות אין ווי אזוי רבי ווייס גייט דאס אפּשטעלן פינקטלעך
אין פארדעים פרעיג איך
אויב די FDNY גייט אויפנעמען פיפצען ליידיגייערס פין דאס יודיש פאלק אין זיי גייען מחלל שבת זיין אין רייכערען אין שניידען גראז אין שבת קודש אין איינער גייט עפענען זיין אייגענע פייערלעשער קאמפעני אינעם הארץ פין וויליאמסבורג גייט די FDNY אפשטעלן זייער סטאנציע ?
גייט ער זיי ארויסלייגען פין ביזנעס ?
אין ניין סקיקט אויס די ווייסט נישט פארוואס מהאט געגרינדעד מצילי אש אין קרית יואל אין מיט וואס זייער מהלך איז אנדערש
אדער די פארשטייסט נישט וואס א ידישער שטעטעל איז אנדערש ווי א נישט יודישער
די טעיפּ פורים אין שמייכעלסוויל קען דאס אביסעלע מסביר זיין
יעצט ביטע זיי מסביר קלאר ווי אזוי ווייס ענד קא גייט אפשטעלין די חילול שבת אין מאנסי פייער ענד קא…

דיין איינציגסטע פראבלעם איז אז דו האלטסט אז ס'קען נישט מצליח זיין?

הצלה האט אויך יעדער איינער געלאכט ווען זיי האבן געעפנט און געווען זיכער אז ס'גייט זיך נישט קענען אויסארבעטען, און ניין הצלה האט נישט פארמאכט די שטאטישע EMS אבער מ'פארשטייט היינט נישט וויאזוי מ'קען לעבן אן דעם און יעדע נייע שטעטל איז פון די ערשטע זאכן וואס מ'מאכט זיכער אז די שטאט גרינדעט א חברה הצלה.

וואס זיין פינקטלעכע פלאן אויף די עתיד איז ווייס איך נישט (און איך ווייס נישט אויב ער איז אליינס זיכער) אבער ער מיז נישט פארמאכן די שטאטישע כדי צו מצליח זיין און ווי @שמעקעדיג האט שוין ארויסגעברענגט זענען זיי שוין יעצט אן א טראק און אן מאסקעס און אן עקספריענס שוין א שיינע סוקסעס מיט זייער שנעלע רעספאנס טיים וואס האט שוין אפגעראטעוועט אסאך הייזער.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א גוט יאר »

אוודאי האט ער א אמתע רצון!

ער באקומט נישט קיין געלט, ווער רעדט נאך פון כבוד...

ווער ס'קען אים באמת ווייסט ווי שטארק ער ברענט פאר שבת!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך בן ישי »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:28 am ווי ס'זעהט אויס זענען די הצלה מעמבערס מער ערנסטע מענטשן. (איך קען נישט די מענטשן פון פייער דעפט.) און זיי ווילן טון אלעס כהלכה.

נאר איך טענה (כמו שאמרתי) אז ווען ס'וואלט געווען אן אמת'ער רצון ביי הרב ווייס שליט"א וואלט ער אויך געקענט אויספועל'ן ביי די ברוער פייער קא. אז אלעס זאל געפיהרט ווערן עפ"י הלכה
ווער ס'קען הרב ווייס ווייסט אז ער האט געהאט א אמת'ע רצון און האט קיינמאל נישט גע'חלום'ט פון עפענען א אייגענע, אבער זיי האבן נישט געוואלט מיטארבעטן מיט עם, נישט לגבי הלכה און נישט לגבי פראקטיק צו טוישן די אלטע אלטע מהלכים און מאכן אז מ'זאל האבן בעסערע רעספאנס טיים וכו'.
דוד בן ישי עבדך משיחך
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

די סיבה פארוואס ס’איז (געווען) א לענגערע ריספאונס טיים - ווייל רובא דרובא פייער מעמבערס וואוינען ארויס פון געגענט, היות מאנסי איז אינגאנצען איבערגענומען געווארן דורך’ן היימישען חסידישען ציבור, און דאס האבן זיי געוואלט מסדר זיין דורך’ן אריינברענגן נייע היימישע מעמבערס...
כך שמעתי מידידי החשוב הצדיק דער Fire Chief פון דער ברוער פייער דיפארטמענט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

בן ישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:39 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:28 am ווי ס'זעהט אויס זענען די הצלה מעמבערס מער ערנסטע מענטשן. (איך קען נישט די מענטשן פון פייער דעפט.) און זיי ווילן טון אלעס כהלכה.

נאר איך טענה (כמו שאמרתי) אז ווען ס'וואלט געווען אן אמת'ער רצון ביי הרב ווייס שליט"א וואלט ער אויך געקענט אויספועל'ן ביי די ברוער פייער קא. אז אלעס זאל געפיהרט ווערן עפ"י הלכה
ווער ס'קען הרב ווייס ווייסט אז ער האט געהאט א אמת'ע רצון און האט קיינמאל נישט גע'חלום'ט פון עפענען א אייגענע, אבער זיי האבן נישט געוואלט מיטארבעטן מיט עם, נישט לגבי הלכה און נישט לגבי פראקטיק צו טוישן די אלטע אלטע מהלכים און מאכן אז מ'זאל האבן בעסערע רעספאנס טיים וכו'.
עס איז א שטאטישע ארגאניזצאיע. עס איז נישט קיין חברים אראגאניזצאיע ווי א משפיע קען אריינקומען טוישן זאכן. עס איז א געהעריגע שטאטישע זאך ווי מען וואוט אריין קאמישענערס, אלעס איז לויט די בוך און געזעץ. דאס איז די סיבה פארוואס זיי קענען נישט מיטארבעטן מיט ווייס און אויך פארוואס ווייס גייט נישט מצליח זיין. ער וועט ווארשיינליך נישט ווערן אפראווד ביי די שטאט.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך בן ישי »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:52 am די סיבה פארוואס ס’איז (געווען) א לענגערע ריספאונס טיים - ווייל רובא דרובא פייער מעמבערס וואוינען ארויס פון געגענט, היות מאנסי איז אינגאנצען איבערגענומען געווארן דורך’ן היימישען חסידישען ציבור, און דאס האבן זיי געוואלט מסדר זיין דורך’ן אריינברענגן נייע היימישע מעמבערס...
כך שמעתי מידידי החשוב הצדיק דער Fire Chief פון דער ברוער פייער דיפארטמענט...

ס'איז דא גענוג וואס זענען אין געגנט, די פראבלעם איז אז זיי מוזן פארן צו די סטאנציע מיט א בלויע לייט, אנטוהן די קליידער, ווארטן ביז די טראק איז איז אנגעפילט... מצילי אש שיקט מעמבערס גלייך טוהן וואס מ'קען ווען ס'נאך קליין.
דוד בן ישי עבדך משיחך
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

גראדע האבן זיי לעצטענס עס געטוישט און זיי לאזן גיין נאך פריער אדער מיט די קאר... כך שמעתי
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

בן ישי האט געשריבן: ס'איז דא גענוג וואס זענען אין געגנט, די פראבלעם איז אז זיי מוזן פארן צו די סטאנציע מיט א בלויע לייט, אנטוהן די קליידער, ווארטן ביז די טראק איז איז אנגעפילט... מצילי אש שיקט מעמבערס גלייך טוהן וואס מ'קען ווען ס'נאך קליין.

מצילי אש זאגט אז זיי האבן 40 מעמבערס. (אויף די בילדער פון זייער טרענירונג זעט מען מערסטענס 10)
אבער לאמיר זאגן זיי האבן 40.
זיי פליען נישט מיט קיין לייטס און סירענעס - עט ליעסט נאכנישט איצט, און עס איז אומלעגאל פאר זיי.
און זיי זאגן אז זיי קומען אן צו א סצענע ביז צוויי-דריי מינוט.

זאג דו מיר, איז עס מעגליך אנצוקומען צו א סצענע אין מאנסי אין דריי מינוט אן לייטס פאר א גרופע פון 40 אינגעלייט.

הצלה וואס איז אן ארגאניזאציע מיט מסתם איבער צוויי הונדערט וואלונטירן און אויסגעשפרייט איבעראל, און זיי פליען מיט לייטס און עס נעמט מסתם צוויי-דריי מינוט פאר רעספאנס, אויסער אויב איינער איז ממש ביים פלאץ פון די קאלל ווען עס קומט אריין.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

אויך לאמיר זיך נישט נער'ן. אפילו ער גייט זיך אויסארבעטן מיט א סוקסעס גייען זיי סייווי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט ביי יעדע הויז פייער. איז גייען די בחורים און מיידלעך ווייטער פליען אין שבת, און שניידן די גראז שבת נאכמיטאג ווייל די טראקס דארפן קענען פארן, און כאפן בילדער פון די פייער און פאוסטן אויף אינסטערגרעם, און אויך סמאוקען ציגערעטלעך ווייל זיי ארבעטן שווער צו העלפן ווייס. אויב אזוי ווי שטעקט די סעלושען?
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך אבימלך »

היכי דמי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:44 am אויך לאמיר זיך נישט נער'ן. אפילו ער גייט זיך אויסארבעטן מיט א סוקסעס גייען זיי סייווי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט ביי יעדע הויז פייער. איז גייען די בחורים און מיידלעך ווייטער פליען אין שבת, און שניידן די גראז שבת נאכמיטאג ווייל די טראקס דארפן קענען פארן, און כאפן בילדער פון די פייער און פאוסטן אויף אינסטערגרעם, און אויך סמאוקען ציגערעטלעך ווייל זיי ארבעטן שווער צו העלפן ווייס. אויב אזוי ווי שטעקט די סעלושען?
לויט ווי איך האב פארשטאנען, זיין פראבלעם איז געווען פונקט אזוי אינדערוואכן, אז מ'ניצט מחללי שבתות,
און יעצט וועט מען אין אסאך פעלער שוין בכלל נישט דארפן צוקומען צו זיי

(ויש לומר עוד כוונה, אז ער האט געוויסט אז ס'וועט זיי נישט פאסן און אזוי ציביסלעך ווייז וועלן זיי צירוק אנהייבן צו היטן שבת, אזוי ווי מ'זעהט לעצטענס אז זיי הייבן שוין אביסל אהן צו מאכן טוישונגען)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך קורקלענד »

וואס איז דיין פארשטאנד פון סוקסעס?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך קורקלענד »

היכי דמי האט געשריבן: מצילי אש זאגט אז זיי האבן 40 מעמבערס. (אויף די בילדער פון זייער טרענירונג זעט מען מערסטענס 10)
אבער לאמיר זאגן זיי האבן 40.
זיי פליען נישט מיט קיין לייטס און סירענעס - עט ליעסט נאכנישט איצט, און עס איז אומלעגאל פאר זיי.
און זיי זאגן אז זיי קומען אן צו א סצענע ביז צוויי-דריי מינוט.

זאג דו מיר, איז עס מעגליך אנצוקומען צו א סצענע אין מאנסי אין דריי מינוט אן לייטס פאר א גרופע פון 40 אינגעלייט.

הצלה וואס איז אן ארגאניזאציע מיט מסתם איבער צוויי הונדערט וואלונטירן און אויסגעשפרייט איבעראל, און זיי פליען מיט לייטס און עס נעמט מסתם צוויי-דריי מינוט פאר רעספאנס, אויסער אויב איינער איז ממש ביים פלאץ פון די קאלל ווען עס קומט אריין.

סתם נייגעריג, וואס זענען דיינע השגות אויף וויפיל לייטס און סיירן נעמט אוועק פון רעספאנס צייט?
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

היכי דמי האט געשריבן: מצילי אש זאגט אז זיי האבן 40 מעמבערס (אויף די בילדער פון זייער טרענירונג זעט מען מערסטענס 10)

זיי האבן איבער פערציג. 26 האבן שוין גענדיגט די קלאס.
בנוגע די רעספאנס צייט, הצלה רעספאנדט אין די גאנצע קאונטי, מצילי אש לעת עתה רעספאנדט בעיקר אין דיסטריקט 7 17 און אפשר 20 ממילא קענען זיי אנקומען שנעל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך קורקלענד »

דא איז א בילד פון א יאר מיט האלב צוריק. איך מוטשע מיר צו זעהן פון וואנעט דו נעמט דער נאמבער צען?

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=539085#p539085

אויך זעה איך איך די ערשטע בלעטער אז הרב ווייס האט זיך זייער שיין מסביר געווען דורכאויס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך קורקלענד »

מאנכע האבן שאלות פארוואס די פייער דעפט און פארוואס נישט אלע אנדערע אמבולאנס סערוויסעס. די תירוץ איז זייער פשוט. אמבולאנס איז דא א היימישע ארגעניזאציע און דאס איז וואס די ציבור ניצט. און סיי וועלכע היימישע איד וויל טוהן אין די מצוה קען עס טוהן על טהרת הקודש (טאקע שווער אריינצוגיין, אבער מ'קען). מיט פייער דעפט האט די מאנסי קאמיוניטי נאר איין ברירה, זיך צו באנוצן מיט א געוויסע סארט אויף טערמינען וואס די קאמיוניטי וויל נישט. דעריבער פונקט ווי מיטן אמבולאנס ווילן זיי א אייגענע סערוויס צוגעשטעלט און באקוועם סיי פאר די קאמיוניטי צו נוצן ווי אויך צו קענען ביישטייערן בגוף ובנפש. די מציאות איז אז די אלטע פייער דעפט האט זיך אראגאנטלי מחמת מיליאן אנגעגעבענע סיבות נישט אפגעגעבן מיט די קאמיוניטי געברויכן. און די קאמיוניטי האט רעספאנדעד. קודם האבן זיי חוזק געמאכט. אראפגעריסן. געטרייט צו שטעלן פיסלעך. און ווען זיי האבן געזען אז ס'גייט נישט, זענען זיי געקומען שרייען אז זיי ווילן זיך צושטעלן. פלוצלינג ווילן זיי 'ארבעטן צוזאמען'. פארשטייט זיך אליינס אז ווען זיי האלטן שוין ביים 'ארבעטן צוזאמען' איז שוין מצילי אש'ס בּאַרגענינג קארטל זייער שטארק. און אצינד זעהט שוין נישט אויס ווי זיי גייען נאכגעבן.

היכי דמי איז דא מיט א אגענדע, דעריבער דארף איך איהם גארנישט מסביר זיין וואס די ציל פון יעדע מאוו איז, ווייל ער איז סייווי נישט אינטערעסירט.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

אבימלך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:34 pm
היכי דמי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:44 am אויך לאמיר זיך נישט נער'ן. אפילו ער גייט זיך אויסארבעטן מיט א סוקסעס גייען זיי סייווי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט ביי יעדע הויז פייער. איז גייען די בחורים און מיידלעך ווייטער פליען אין שבת, און שניידן די גראז שבת נאכמיטאג ווייל די טראקס דארפן קענען פארן, און כאפן בילדער פון די פייער און פאוסטן אויף אינסטערגרעם, און אויך סמאוקען ציגערעטלעך ווייל זיי ארבעטן שווער צו העלפן ווייס. אויב אזוי ווי שטעקט די סעלושען?
לויט ווי איך האב פארשטאנען, זיין פראבלעם איז געווען פונקט אזוי אינדערוואכן, אז מ'ניצט מחללי שבתות,
און יעצט וועט מען אין אסאך פעלער שוין בכלל נישט דארפן צוקומען צו זיי

(ויש לומר עוד כוונה, אז ער האט געוויסט אז ס'וועט זיי נישט פאסן און אזוי ציביסלעך ווייז וועלן זיי צירוק אנהייבן צו היטן שבת, אזוי ווי מ'זעהט לעצטענס אז זיי הייבן שוין אביסל אהן צו מאכן טוישונגען)
ווער איז די זיי? וועלכע טוישונגען מאכן זיי?

איינער דארט וואס איז אפגעפארן און איז ליידער מחלל שבת וועט נישט איצט אויפהערן צוליב ווייס.
איינער וואס איז פרום וועט ווייטער בלייבן פרום בע"ה און ווייטער פארן שבת צו קאללס וואס ער מעג ע"פ הלכה.

און לאמיר אלע געדענקן - דאס איז נישט קיין אידישע ארגאניזאציע אזויווי פריער געשריבן. דאס איז א שטאטישע ארגאניזאציע וואס איז אונטער די דיסטריקט און האט פשוט אסאך אידישע וואלענטירן. עס איז דא גוישע וואלענטירן אויך. ווען דו זעהסט איינעם כאפן א בילד שבת ביי א קאלל קענסטו זיין זיכער אז עס איז א גוי.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

קורקלענד האט געשריבן: סתם נייגעריג, וואס זענען דיינע השגות אויף וויפיל לייטס און סיירן נעמט אוועק פון רעספאנס צייט?

אויב געפין איך זיך אין ראקלענד קאושער און עס קומט אריין א פייער אויף סוזען דרייוו, וועט עס מיר נעמען כאטש 6 מינוט לויט גוגל מעפס. איך גלייב לענגער מיט די מאנסי פארקער. מיט לייטס גלייב איך וועט עס מיר נעמען דריי-פיר מינוט. דאס איז בלויז איין משל וואס איך האב פונקט אנגעכאפט. מאנסי איז ריזיג גרויס מיט שווערע טראפיק אויף אלע מעין ראודס אינמיטן טאג.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

קורקלענד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:50 pm דא איז א בילד פון א יאר מיט האלב צוריק. איך מוטשע מיר צו זעהן פון וואנעט דו נעמט דער נאמבער צען?

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=539085#p539085

אויך זעה איך איך די ערשטע בלעטער אז הרב ווייס האט זיך זייער שיין מסביר געווען דורכאויס.
איך האב עס גענומען פון א באריכט וואס זיי האבן נעכטן ארויסגעשיקט מיט בילדער פון א טרענירונג, איך האב איצט איבערגעקוקט און איך זע אז זיי שרייבן טאקע נאר א טייל וואלענטירן האבן עס גענומען. מיין טעות
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך קורקלענד »

היכי דמי האט געשריבן: אויב געפין איך זיך אין ראקלענד קאושער און עס קומט אריין א פייער אויף סוזען דרייוו, וועט עס מיר נעמען כאטש 6 מינוט לויט גוגל מעפס. איך גלייב לענגער מיט די מאנסי פארקער. מיט לייטס גלייב איך וועט עס מיר נעמען דריי-פיר מינוט. דאס איז בלויז איין משל וואס איך האב פונקט אנגעכאפט. מאנסי איז ריזיג גרויס מיט שווערע טראפיק אויף אלע מעין ראודס אינמיטן טאג.

האסטו טשערי פיקד 'איין' פלאץ מיט מעגליך נאך אזאלכע 'פּאָר' פלעצער און 'ספעציפישע צייטן' אין טאג וואו לייטס מאכט א גרויסע נפקא מינה. וואס יעדער קען אליינס זעהן וואו שווער ס'קומט דיר אן צו איבערווייזן א פוינט....

ס'דא געגענטער וואו נייע וואלענטירן קענען נאך נישט נוצן קיין לייטס. מתחילה האב איך געטראכט אז אויב אזוי קומען זיי לכאורה אן נאך די קאלל. למעשה איז די מציאות אז יענע מעמבער'ס קומען געווענליך יא אין צייט.
פארשפארט