אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.
דא האסטו געמאכט לצנות פון צוויי ערליכע אידן. ר' מיכל'ע איז א אמת'ער ערליכער איד און א גרויסער עובד ה', אלע יארן געווען אזוי. דער איד האט חסידים און ער פירט א ביהמ"ד מיט א רבי'סטווע, אידן קומען צו פארן צו אים אויף שבתים און איך זעה נישט וואס איז דא דא חוזק צו מאכן. אויב חוזק זענען די אנדערע רבי'ס די חוזק, ער איז א אמת'ער רבי ווייל ער האט נישט איבערגענמען א קאמפאני און געווארן דעם סי אי או נאך זיין טאטן. ער איז פלעין א ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן און אידן קומען צו אים זיך לערנען א דרך אין עבודת ה' און נהנה צו זיין פון אים עצה ותושיה. דאס הייסט א אמת'ע רבי.
ווידער ר' חיים שמעלצער איז טאקע אויך גאר אן ערליכער איד, מיט א פארצייטישע תמימות, אבער אינגאנצן אויף אן אנדערן דרגא. און יא, ר' מיכל'ע איז דער טייפ איד צו זיין א רבי, און ר' חיים איז דער טייפ איד צו זיין דער חסיד. און מיט דיין תגובה דא האסטו חוזק געמאכט פון ביידע פון זיי.
לויט וויזוי איך ווייס איז ר' מיכעלע א ערלעכע איד און א תמימותדיגע איד אבער ער איז געווען א רבי אן א ביהמ'ד און אלעמאל ארומגעגאנגען נאך געלט און געזאגט ווערטלעך (שטייצעך מיט טיפע סודות וואס אונז האבען נישט אלע מאל פארשטאנען) און טאקע ער האט געהאט אביסעל חסידים דא און דארט אבער נאר די לעצטע פאר יאר איז ער געווארען די גרויסע צדיק פון וואס דו רעטסט.
אזוי איז אלעמאל געווען, ווען די פריערדיגע זענען אוועק, זענען די יעצטיגע גרויס געווארן. און בד"וו, איך האב אים אלעמאל געקענט אלס צדיק, נאר פאר יארן האט ער געוואוינט אין א"י און געהאט זיין בית מדרש'ל אין נתני', און ער פלעגט נאר קומען אהער נאך געלט, אבער עס אז נאר די לעצטע פאר יאר וואס ער וואוינט שוין דאהי, און כמעט זייט ער איז דא האבן זיך גרופירט ארום אים אינגעלייט מבקשים וועלכע האבן געמאכט דאס מנין און דאס בית מדרש
פאר די וואס ווייסן. בעלזער רבי גייט מיט רעגולער גאטשעס. די קאמפעני איז לכאורה יעדע וואך א אנדערע. זינט ס'איז נראה לעינים, האט זיך פארמירט א געשלעג צווישן די קאמפעני'ס. דאן האבן די גבאים אפגעמאכט צו שטילן דעם געשלעג מיטן צושטעלן פאר יעדן צוגלייך.
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...
און יאך וואלט געראטען צו מאכען א רשימה וועלכע רעביס טראגען די גאטשע העמדער (מיט די גרויסע ארבעל).
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
מונקאטש רבי האט אנגעטוהן ווען ער איז געווארען 70 ברך משה מסאטמר ווען ער איז גווארען אדמור מסאטמאר בשנת תש"מ - ווען ער איז געוועהן בערך 60 מהר"ש מבאבוב ערשט ווען ער איז געקומען קיין בארא פארק שנת תשכ"ז - ווען ער איז געוועהן בערך 60 האדמו"ר מבאבוב (45) ככלות השלושים, ווען ער איז אפגעפלויגען קיין ארץ ישראל האדמו"ר מזמיגראד מבני ברק זצ"ל סוף ימיו בערך ווען ער איז געווארען 80
עפעס א רבי'לע דא אין בארא פארק. ער גייט אפיציעל מיט שווארצע שטרימפ, אבער יעצט זעה איך אז זיין זאקען איז ווייס געווארן פון די שניי. על כן קען מען אפשר מוסיף זיין צו די רשימה. פון די אנדערע זייט הער איך, אין מאנסי איז א ווייסע-זאקען רבי'לע שמיציג געווארן, און גייט מיט שווארץ.