קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א בני יואל »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:41 am א בני יואל: איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס דו זאגסט. נאר דער פאקט אז מצילי אש אין קרית יואל וואס ווערט געפיהרט 100% עפ"י הלכה האט עפעס צו טון מיט דעם פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא מיט א ביד"צ.

משא"כ מאנסי איז א שטאט וואו ס'איז נישט דא א מרא דאתרא. ווייל ס'איז אן אנדער סעט-אפ. מאנסי איז אן אידנעפענדענט שטאט.
איך זעה די פראבירסט מיט אלע וועגען איך זאל צי דיר עגריען מיטן ספּינען א מרא דאתרא וויכוח
אבער ניין נישט דאס איז וואס איך וויל יעצט אריינקריכען דא
אבער דער פאקט אז גאנץ קרית יואל איז נישט פארהאנען קיין איין איינציגער גוי וואס פארמאגט א הויז דאס איז דער ערשטער חילוק
דער פאקט אז די איינציגסטע וועיג פאר זיי צי ריספאנדען אפילו אדורם 911 דיספעדש סיסטעים איז נאר ווייל וועלכע גוי גייט זיי ריפען שבת
אין טאקע פארדעים קענען זיי קאלעקטאן פאנדינג ווייל זיי זענען די איינציגסטע אין דעים געגענט אין זיי לוינט זיך צי אויפהאלטען גוים אויף שבת אין אפשר זענען זיי גאר אינוואלווד אין פאבליק סעפטי אויך
אין זיי זענען א אייגענער ווילידש זיי קענען דרייען מיט זייער אסאך וועגען מיט וואס זיי ווילען
דער פאקט אז יעדער איינער באזונדער איז א שומר תורה ומצות אפענערהייט איז אויך עפעס וואס איז אנדערש ווי מאנסי
דער פאקט אז אויסער הצלה איז כמעט נישט דא קיין אנדערע קארס אינעם שטעטעל שבת מאכט אויך א ריזיגער חילוק פין מאנסי
אין בעיקר איז דער מציאות אז יעדער דארט איז סאטמאר אויפן לעצטער נאמען נישט קיין נפקא מינה אויב ער הייסט ארויני זאלי בני יואל
איין מיינונג אין די יודישע הלכה חלק לגבי מחלל זיין שבת
ווי איך געדענק איז ניטאמאל פארהאנען איין שול וואס דאווענט מעריב מוצאי פאר די זעכציג אדער אפילו שפעיטער
ווערסעס מאנסי
הייב אן מיט וויזניטץ ווען דער לעצטער רבי האט געהאלטען אז הצלה טאר מען אויך נישט ריפען אין שבת
אין ענדיג מיט וויפיעל אנדערע חסידות זענען דא אין מאנסי וואס יעדער האלט זיין אייגענע זמנים

יעצט איבער הצלה
הער אויס א הצלה ראדיו שבת וויפיעל ווערטער אין ווי אזוי סווערט גענוצט ממש קיין איין עקסטרע ווארט וועסטו נישט הערן דארט
נישטא קיין 10-4 אים שבת כמעט
וויפיעל גוים קענען די הצלה נומבער
וויפיעל גוים האסטו שוין געהערט פין הצלה אז זיי זענען געריפען געווארען אים שבת אין להלכה מעגען זיי טאקע גיין אפילו סאיז נישט קיין יוד
אין טאקע רוב פלעצער זענען טאקע נישט די הצלה אנגעהאקט מיט די 911 דיספעטשינג סיסטעם
אחוץ אין קרית יואל ווי זיי ווייסען טאקע פינקטלעך ווי אזוי צי האנדלען אין אזא פאל
געדענק איך טאקע יארען צירוק א פוילישע גויטע האט געריפען שבת פין א פאבליק טעלעפאן פאר איר חברטע ביי קארנער ווען ביורען 911 אין הצלה איז טאקע אנגעקימען די שטאט האט זיך טאקע איבער געדרייט דעמאלטס
מילא פרעיג ווידער אויב קען איינער מסביר זיין דעים גאון ווייס פין מאנסי ווי אזוי ער גייט באוויזען אפצישטעלין די מחללי שבתים פין מאנסי ברויער פייער דיפארטמענט מיטן אריינלייגין פרישע יודעלעך אין ספק חילול שבת
למשה איז עס נישט פיקח נפש אזוי ווי הצלה
ווייל איין מאל סאיז קלאר אז קיינער איז נישט אין דעים הויז טאר קיין יוד מער נישט שפריצען אויפן פייער להלכה
אין אפשר נאר אויף די זייט אז עפעס אנדערש זאל זיך נישט אנכאפען אבער פארלעשן איז נישט דא קיין היתר בעולם
איך הייב אן טראכטען אז ווייס איז גאר א געריבענער עם הארץ וואס איז פינקט ווי אינזער פעטער עשו וואס האט געפרעגט זיידי
כיצד עשרין את המלח ואת התבן
דערווייל פארפירט ער א עולם מיט שקרים וכזבים געבאקענע מעשיות
אין זיין אויפטי איז
כדי אינטערציברענגען וועים ער קען עניוועיס נישט גייט מען מאכען פרישע ספק מחללי שבתים
אדרבה מיין עדווייס צי עם איז לויף פאר פייער בארד אדער פייער טשיף אדער א אנדערע נאמען וואס סהאט אין דערנאך פיקס דעים פראבלעים
נישט דריי איבער די גאנצע שטאט מיט שקרים אז א יוד מיט א קאפעל שנייד גראז אים שבת לעיני כל הקהל
מיט א פייער טראק וואס גייט אויסקיקען ווי דער טשיגאגא הכנסת ספר תורה טראק קען מען א שטאטישע פייער סטאנציע נישט פארמאכען
קיינער ווערט נישט איבערגענומען ווען מווערט אראפגעשטיפט פינעם ראוד פין א פארעלטערטע פייער טראק וואס אויבן שטייט בס״ד אין א יונגערמאן מיטן קאפעל אויפן שפיטץ קאפ דרייווט עס
אין סאיז אויך נישט קיין קידוש השם ווען א יונגערמאן קימט ארויס צים קאל שבת מיט די ווייסע זאקן אין קען גארנישט אויפטיען עניוועיס ווייל סאיז שבת
אין אלעס קימט צירוק צים אינטערשטע שורה
וואס וויל דער הייליגער יוד ווייס פין מאנסי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעצט ביסטו שוין אריינגעפארן אין וואלד אריין. ערשטנס רב ווייס איז נישט קיין עם הארץ. צווייטנס. זאג נישט אז ער האט גארנישט אויפגעטון (נאר ערגער געמאכט) מיט מאכן אן אייגענעם פייער דעפארטמענט. מיין טענה איז נאר אז מ'וואלט זיך געקענט אדורכקומען מיט די איצטיגע מענטשן פון ברוער פייער סטעישן און אויסארבעטן א וועג וואו ס'זאל נישט זיין קיין חילול שבת. אבער אז ער האט שוין געמאכט אן אייגענעם פייער דיפארטמענט איז עס א גוטע זאך. סיי פראפעשיאנעללי. זיי ארבעטן זיך ארויף צוביסלעך. זיי קויפן נייע עקוויפמענט. און זיי גייען פאר ספעציעלע טרעינינג. און ס'איז אויך אויסגעהאלטן עפ"י הלכה.

די אלע אנדערע מעשיות אז זיי האבן גערייכערט ציגארעטלעך אום שבת און געשניטן גראז. דאס איז סתם שקרים און בילבולים.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היימלינד »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:32 pm יעצט ביסטו שוין אריינגעפארן אין וואלד אריין. ערשטנס רב ווייס איז נישט קיין עם הארץ. צווייטנס. זאג נישט אז ער האט גארנישט אויפגעטון (נאר ערגער געמאכט) מיט מאכן אן אייגענעם פייער דעפארטמענט. מיין טענה איז נאר אז מ'וואלט זיך געקענט אדורכקומען מיט די איצטיגע מענטשן פון ברוער פייער סטעישן און אויסארבעטן א וועג וואו ס'זאל נישט זיין קיין חילול שבת. אבער אז ער האט שוין געמאכט אן אייגענעם פייער דיפארטמענט איז עס א גוטע זאך. סיי פראפעשיאנעללי. זיי ארבעטן זיך ארויף צוביסלעך. זיי קויפן נייע עקוויפמענט. און זיי גייען פאר ספעציעלע טרעינינג. און ס'איז אויך אויסגעהאלטן עפ"י הלכה.

די אלע אנדערע מעשיות אז זיי האבן גערייכערט ציגארעטלעך אום שבת און געשניטן גראז. דאס איז סתם שקרים און בילבולים.
דברי חכם חן
ס'האט אויך אויפגעטוען א ברוערס האט זיך געגעבען א שטיקל שאקל
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך לאכעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:41 am די פאקט אז מצילי אש אין קרית יואל ווערט געפיהרט 100% עפ"י הלכה האט עפעס צו טון מיט דעם פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא מיט א ביד"צ.

משא"כ מאנסי איז א שטאט וואו ס'איז נישט דא א מרא דאתרא. ווייל ס'איז אן אנדער סעט-אפ. מאנסי איז אן אידנעפענדענט שטאט.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=561840#p561840

ווי ס'איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין די קרית יואל אשכול פארמאגט קרית יואל נישט קיין מרא דאתרא (נאר לויט חסידי מהר"א וואס פארמאגן שוין אויך א גאב"ד אין ירושלים...) און ווי אויך האט א יעדע פון די דריי גרויסע קהילות אין ק"י א אייגענע ביד"צ דעריבער אויב מעג אין קרית יואל זיין א מצילי אש מעג אין מאנסי אויך זיין.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

קורקלענד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:25 pm
היכי דמי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:45 pm אויב געפין איך זיך איך אין ראקלענד קאושער און עס קומט אריין א פייער אויף סוזען דרייוו וועט עס מיר נעמען כאטש 6 מינוט לויט גוגל מעפס. איך גלייב לענגער מיט די מאנסי פארקער. מיט לייטס גלייב איך וועט עס מיר נעמען דריי-פיר מינוט. דאס איז בלויז איין משל וואס איך האב פונקט אנגעכאפט. מאנסי איז איזיג גרויס מיט שווערע טראפיק אויף אלע מעין ראודס אינמיטן טאג.
האסטו טשערי פיקד 'איין' פלאץ מיט מעגליך נאך אזאלכע 'פּאָר' פלעצער און 'ספעציפישע צייטן' אין טאג וואו לייטס מאכט א גרויסע נפקא מינה. וואס יעדער קען אליינס זעהן וואו שווער ס'קומט דיר אן צו איבערווייזן א פוינט....

ס'דא געגענטער וואו נייע וואלענטירן קענען נאך נישט נוצן קיין לייטס. מתחילה האב איך געטראכט אז אויב אזוי קומען זיי לכאורה אן נאך די קאלל. למעשה איז די מציאות אז יענע מעמבער'ס קומען געווענליך יא אין צייט.
אדרבה, אי זוך נישט צו פראווען פאלשע פוינטס, און אדרבה אויב ווייזטו מיר אויף פארקערט וועל איך גערן אגריען צו דיר. מיין פריעדיגע קאמענט יוכיח ווי איך האב צוריקגעצויגן פון א פאוסט נאכעדם וואס האסט מיר פארראכטן. איך האב נישט מורא צו גיבן גערעכט פאר דיר ווען איך פיל ביזט גערעכט.

אויב האלסטו עכט אז א גרופע פון 40 וואלענטירן אן לייטס און סירינעס קענען האבן א שנעלערע אדער פונקט אזא שנעלע רעספאנס ווי הצלה וואס איז א גרופע פון 200 וואלענטירן און האבן יא די לעמפלעך ווייס איך דיר נישט וואס צו ענטפערן. אדרבה כאפ מיר נישט ביי מיין משל, נאר טראכט אליינס ווי גרויס מאנסי איז און ווי פול די גאסן זענען, און זאג דו מיר צו עס איז מעגליך פאר א קליינע גרופע אינגערלייט צו האבן אזא שנעלע רעספאנס פון צוויי מינוט.
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

היכי דמי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן: סתם נייגעריג, וואס זענען דיינע השגות אויף וויפיל לייטס און סיירן נעמט אוועק פון רעספאנס צייט?

אויב געפין איך זיך אין ראקלענד קאושער און עס קומט אריין א פייער אויף סוזען דרייוו, וועט עס מיר נעמען כאטש 6 מינוט לויט גוגל מעפס. איך גלייב לענגער מיט די מאנסי פארקער. מיט לייטס גלייב איך וועט עס מיר נעמען דריי-פיר מינוט. דאס איז בלויז איין משל וואס איך האב פונקט אנגעכאפט. מאנסי איז ריזיג גרויס מיט שווערע טראפיק אויף אלע מעין ראודס אינמיטן טאג.

און אויב איז דא א צווייטע מעמבער אויף מאנסי בלווד???
3 מינוט מיינט נישט אז אלע מעמבערס זענען דארט ביז דריי מינוט
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

ריכטיג. דאס האב איך געשריבן.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א בני יואל »

האמת אגיד כהאב יעצט דורעך געליינט דאס ערשטע צעטעל דא אויפן אשכול
סשפריטצט ליגענט אין חשדות אין רכילות אויפן העכסטען פארנעם
צים ערשט ער איז דער שליח פין גדולי רבני העיר
אן קיין איין נאמען
נאכדעים קריכט ארויס א קל וחומר מיט א גזירת שוא
אזוי ווי די פייער דיפארטמענט איז שוין באמת 90% יודען מילא פארדעים הייסט עס שוין יודיש מילא קען ער אויך האבען א יודישע מצילי אש
דאס א חידוש נפלא וואס קיינער קען דאס שוין נישט מסביר זיין
וואס האט הודו מיט קיש
א קינד ענטפערט וואס הייסט מען הייבט אן דאווענען מיט הודו אין ווען מענדיגט קישט מען די סידור
נאכדעים הייבט זיך אן די שרעקליכע חילול השם
א פילם וואס איז געווארען רעקאדירט בעצם יום השבת פאר א קארניוועל
איז וואס
ווער זאגט א יוד האט עס געמאכט אין ווער זאגט סאיז בכלל אמת
אפשר פינקט ווי דער יוד וואס שנייד די גראז מיטן קאפעל ביום השבת
אין בשעת ער האט נישט מער פין דעים ציפארציילען זאגט ער אז דאס איז נאר איין דוגמא כאילו סאיז דא הינדערטער מער דערפון אין האלט זיך פשוט איין פין פארציילען פינקט ווי ער איז א שליח פין די גדולי העיר שליט״א
אין דערנאך צים מעשה
פינקט צי עם איז איינער אנגעקימען מיט א מעשה אין פינקט איז עס פין די זעלבע נושא אין פינקט פינעם דעי קאמפעני וואס ער שטייט דא אינטער ציברענגען
נאכדעים קימט די הייליגיע נאמען פינעם נייעם קאמפיין הייליגע שבת אין הייליגע שכינה קיינער זאל חלילה מיינען ער ארבעט אויף זיין כבוד
אין דערנאך דער אינטערשריפט
אין דארט זעיט מען שוין זיין מטרה. ער האט א געשריבינע ספר וואס נישט קיין סאך מענטשען ווייסען דערפון אין כדי שלא יאמרו הבריות קיינער דארף נישט זיין אייגענע געשרייבעריי
קימט ער אויף מיט א נייע בליץ קאמפיין א געזינטע פי אר קאמפעני סהייסט פייער טראק
אין דערנאך קימט א נייע דערהער
איך בעיט דיך איבער בורא כל עולמים אז איינער האט פשוט עים געצווינגען צי מסדר זיין די ענין
פשט אזוי
ער האט פשוט געדיילט א ראנג קאנפרענס ליין נומבער ווי סזענען געזיצען אלע באהאלטענע גדולי רבני עיר וואס קיינער ווייסט נישט זייער נעמען ווייל זיי זענען ל״ו צדיקים שליט״א
אין אזוי ווי זיי האבען געהערט זיין שטומע האבען זיי אין געסטראשעט בזה הלשון
יחזקאל אדער גייסטו זיך אריין לייגען אין דעים פראבלעים אז נישט גיי מיר אינז דיר פארוואגלען פין ביידע וועלטן
אין די ליין האט זיך אפגעהאקט אלע מיליונען רבני העיר האבען אראפגעקנאקט אין ער איז פשוט געבליבען הערן די קלינגעריי פינעם ליידיגען ליין
יעצט האט ער שוין נישט קיין ברירה ווייל ער ציטערט פאר שרעק

איין שטיק ליצנות
לא דוב ולא יער נישטא קיין שום פראבלעים אויסער א דריי קאפּ וואס זיכט צי ווערן כלל ישראל מנהיג לגבי הלכות שבת
זיכט צי ווערן די שבת רב פין יעדען ארגענעזעישן וואס פארט אים שבת אין מאכען אפאר טאלער אין פארדעים איז אלעס מותר
אנגעפאנגען מיט א פייער עקסטיגניטשער קאמפעני וואס פליט שבת מיט קארס
אין גענדיגט מיט איינרעדעניש אז ער גייט יא קענען מאכען די בארד מאסקע אאפראוואד ביי די נעשענעל פייער סעיפטי
איך קען נישט דעים יוד בכלל
כהאב קיינמאל זיין ספר נישט אדורעך געלערינט אבער איך בין געזעצין ביי מיינע שבת שיעור פאר די ארגענעזעישן ווי איך בין איינגעשטעלט אבער כהאב פין עים קיינמאל געהערט
אבער ער קיקט אויס ווי א יוד וואס חלומט ביינאכט אין אינדעפרי מיינט ער סאיז עכט געשעהן
אין באמת וועים גייט אן אז ער קויפט א טראק. זאל ער קויפן געזינטערהייט אין זיך ענדזויען דערמיט
אבער לאז אפּ כלל ישראל

דעמאנט מיך אין נחום ראזענבערג סטייל מקוה
קיינער האט קיינמאל נישט געמאכט א עכטע כשרע מקוה אויסער עים
אבער קיינער קען נישט פארציילען ווי ער האט געמאכט א גאנצע מקוה ביז צים סוף ווייל ער אייביג געפלויגען פארן ענדיגען
אחוץ ערגעטץ פארשטופט אין אוקריינע ווי קיינער ווייסט ניטאמאל ווי אזוי אנציקימען דארט אין דארט זאגט ער אז מען האט אים פשוט געצווינגען דערצו אבער דערווייל איז נישט באקאנט ווי דאס איז
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך בן ישי »

איך פרוביר מיך פארצושטעלן ווען ס'וואלט געווען קאווע שטיבל און אלע אנדערע סאציאלע מידיע ווען ר' הערשל וועבער האט געגרינדעט הצלה און מ'וואלט יעצט געקענט צוריקגיין זעהן וואס יעדער האט דעמאלטס געזאגט.
דוד בן ישי עבדך משיחך
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א בני יואל »

בן ישי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:09 pm איך פרוביר מיך פארצושטעלן ווען ס'וואלט געווען קאווע שטיבל און אלע אנדערע סאציאלע מידיע ווען ר' הערשל וועבער האט געגרינדעט הצלה און מ'וואלט יעצט געקענט צוריקגיין זעהן וואס יעדער האט דעמאלטס געזאגט.
איין זאך
די מיזט אפטיילען הצלה מיט פייער טראקס
איינס האט מיטן צווייטען גארנישט איינגעלייגט
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך נישנאש »

הרב בני יואל, עפעס אן אגענדע קעגן הרה"ג רבי יחזקאל ווייס שליט"א האסטו, כ'ווייס נאר נישט וואס,

אלס א תושב מאנסי קען איך דיר זאגן איין שורה און דערנאך קענסטו פארמאכן דיין מויל
לייג אוועק אלע חילולי שבת און צניעות וכו' וכו', דאס אליינס אז פאר די ברוער פייער דיפט. נעמט עוורעדיזש 20 מינוט צו קומען צו א פייער משא"כ די נייע מצילי אש קומט אין איינציגע מינוטן כמו שעיני ראיתי כמה וכמה פעמים, פאר דעם - און בלויז פארדעם אליין - וואלט מען געדארפט אויפשטעלן די נייע מצילי אש
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

א בני יואל האט געשריבן: האמת אגיד כ'האב יעצט דורעך געליינט דאס ערשטע צעטל דא אויפן אשכול
ס'שפריצט ליגענט און חשדות אין רכילות אויפן העכסטן פארנעם

אז דו קענסט נישט ר' יחזקאל און נישט ברוער און דו וואוינסט נישט אין מאנסי, זייט מוחל און הערט אויף מיט אייערע קשיות און שטותים, פון ליינען דעם אשכול אויף קאווע שטיבל וועסטו נישט פארשטיין די נושא
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א בני יואל »

איך קען נישט ביידע נישט ברויער אין נישט ווייס אין איך וואין נישט אין מאנסי
אבער
מיך דריקט אלע בליציגע לעקטערס וואס שטיפען אראפּ אנדערע מענטשען פין די גאס אינמיטען טאג פשוט ווייל מיט אלע די דאזיגע שפיטץ קאפעל מענטשען וואס ווען זיי זיצען אין טרעפיק סתם א טאג הייבען זיי אן צי פייפען אין בליצען פאר גארנישט אין פארנישט אין וועיגן דעים דארף יעדער וואס האט דאס נישט משוגע ווערן
מילא וואס ווייניגער סאיז פארהאנען איז אלטס בעסער פאר די מענטשהייט
אין חוץ מזה איך טריי אויסציפיגערן פארוואס ספעילט אויס
אויב דער לעצטער ענטפער איז ברויער נעמט ציפיעל צייט אקעי האסט א פּינטעל גיט
קען מען ארבעטן מיט ברויער א מהלך סזאל נעמען שנעלער
אבער קים נישט מיטן שבת ענטפער לאז אפּ שבת אין הער אויף פארשפרייטן ליגענט אויף יודישע קינדער אז די גדולי העיר האבען ממש עם געצווינגען אין מיט דעים עדווערטייזען זיינע חיבורים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך קהל'ס נער »

א בני יואל האט געשריבן: ממילא פרעג איך ווידער, אויב קען איינער מסביר זיין דעם גאון ווייס פון מאנסי ווי אזוי ער גייט באווייזן אפצושטעלן די מחללי שבתים פון מאנסי ברויער פייער דיפארטמענט מיטן אריינלייגן פרישע יודעלעך אין ספק חילול שבת,
איך הייב אן טראכטן אז ווייס איז גאר א געריבענער עם הארץ וואס איז פונקט ווי אונזער פעטער עשו וואס האט געפרעגט זיידי האיך מעשרין את המלח ואת התבן,

אלעס קומט צוריק צים אינטערשטע שורה, וואס וויל דער הייליגער יוד ווייס פין מאנסי

דער בעל מצילי אש'ס זוהן, דער פאנדרעזער, זאגט זייער קלאר אז זייער גאול איז צו ווערן אנערקענט אלץ די אפיציעלע פייער קאמפעני פון מאנסי מטעם 911.

האב אים ליב אדער פיינט, דער בחור האט א גאול, וואס בעפאר ברויער'ס האט זיך אונטערגעגארטלט וואלט ער גאנץ גרינג עס געקענט עררייכען (און מיט רעכט, ווייל ברויערס איז געוועהן א אלט געזעצענע אויסגעדראשענע קאמפעני וואס האט געקענט נעמען 15 מינוט אז זיי זאל זיך אונטערהייבן די אחוריים).

למעשה ברויער האט זיך געכאפט באצייטענס, און היפש פארשמעלערט די אויסזיכטן פאר מצילי אש, און מיר תושבי מאנסי האבן געווינען, סיי מען האט ברויער'ס און סיי זיי זענען געווארען א נארמאלע פייער דעפארטמענט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך אבימלך »

@קהל'ס נער איך האב נישט געוויסט אז דו וואוינסט אויך דא אין מאנסי

און יא! מאנסי האט זיכער פארדינט

יעדער גייט ווילן ווייזען אז מ'איז שנעלער און ערליכער, אזוי ארום וועלן מיר האבן צוויי פיינע כשר'ע און שנעלע פייער דעפארטמענטס
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך בן ישי »

א בני יואל האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:58 pm איך קען נישט ביידע נישט ברויער אין נישט ווייס אין איך וואין נישט אין מאנסי
אבער
מיך דריקט אלע בליציגע לעקטערס וואס שטיפען אראפּ אנדערע מענטשען פין די גאס אינמיטען טאג פשוט ווייל מיט אלע די דאזיגע שפיטץ קאפעל מענטשען וואס ווען זיי זיצען אין טרעפיק סתם א טאג הייבען זיי אן צי פייפען אין בליצען פאר גארנישט אין פארנישט אין וועיגן דעים דארף יעדער וואס האט דאס נישט משוגע ווערן
מילא וואס ווייניגער סאיז פארהאנען איז אלטס בעסער פאר די מענטשהייט
אין חוץ מזה איך טריי אויסציפיגערן פארוואס ספעילט אויס
אויב דער לעצטער ענטפער איז ברויער נעמט ציפיעל צייט אקעי האסט א פּינטעל גיט
קען מען ארבעטן מיט ברויער א מהלך סזאל נעמען שנעלער
אבער קים נישט מיטן שבת ענטפער לאז אפּ שבת אין הער אויף פארשפרייטן ליגענט אויף יודישע קינדער אז די גדולי העיר האבען ממש עם געצווינגען אין מיט דעים עדווערטייזען זיינע חיבורים
די זאגסט אז מ'האט געקענט ארבעטן מיט די אלטע אז זיי זאלן טרעפן א מהלך צו קומען שנעלער.
די פאקט איז אז מ'האט פרובירט און זיי זענען געקומען מיט אלע סארטן תירוצים פארוואס מ'קען נישט.

יעצט ווען מצילי אש לעשט אויס פייערן פאר זיי קומען אן, אדער ווען מען רופט זיי בכלל נישט, האבן זיי פלוצלינג אנגעהויבן טרעפן וויאזוי יא צו רעספאנדען בעסער אבער ביז אהער האבן זיי גארנישט געהאלטן ביים טוישן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך נישנאש »

א בני יואל האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:58 pm איך קען נישט ביידע נישט ברויער אין נישט ווייס אין איך וואין נישט אין מאנסי
אבער
מיך דריקט אלע בליציגע לעקטערס וואס שטיפען אראפּ אנדערע מענטשען פין די גאס אינמיטען טאג פשוט ווייל מיט אלע די דאזיגע שפיטץ קאפעל מענטשען וואס ווען זיי זיצען אין טרעפיק סתם א טאג הייבען זיי אן צי פייפען אין בליצען פאר גארנישט אין פארנישט אין וועיגן דעים דארף יעדער וואס האט דאס נישט משוגע ווערן
מילא וואס ווייניגער סאיז פארהאנען איז אלטס בעסער פאר די מענטשהייט
אין חוץ מזה איך טריי אויסציפיגערן פארוואס ספעילט אויס
אויב דער לעצטער ענטפער איז ברויער נעמט ציפיעל צייט אקעי האסט א פּינטעל גיט
קען מען ארבעטן מיט ברויער א מהלך סזאל נעמען שנעלער
אבער קים נישט מיטן שבת ענטפער לאז אפּ שבת אין הער אויף פארשפרייטן ליגענט אויף יודישע קינדער אז די גדולי העיר האבען ממש עם געצווינגען אין מיט דעים עדווערטייזען זיינע חיבורים
אז דו קענסט נישט ווייס איז אפשר געפינסטו אויס פאר דו עפענסט דאס מיילעכל?

הגאון רבי יחזקאל ווייס איז א תלמיד חכם און בעל השקפה, געווען א מגיד שיעור און ראש ישיבה אין עטליכע ישיבות און אויפגעשטעלט הונדערטע תלמידים אנגעהויבן פון ישיבת אהל יוסף, פאפא, אור תורה, צאנז זוועהיל, מונקאטש וכו'. שטארק אויפגעפיקטע רעדנער און אורח הכבוד ביי גרויסע מעמדים. פיאנער פון תחומי שבת אין די קעטסקילס און אנדערע פארשטיפטע געגענטן וואס האט שוין מזכה געווען טויזענטע אידן. און טאג-טעגליכע הלכה פסק'נער אין הצלה אין מאנסי נאך וואס זיין ווייב איז פון די גרויסע דיזפעטשערס און זיין שווער איז אין הצלה שוין צענדליגע יארן.

אויב האסטו אביסעלע פונעם מענטשליכער שכל פארשטייסטו אז אזא פראפיל איז נישט פונקט דער מענטש וואס האט נישט צוטון מיטן טאג און זוכט צו האבן פאן מיט א פייער טראק, ואידך פירושא זיל גמור
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

א זייטיגע שאלה, איך וויל פארשטיין וויאזוי הרב ווייס'ס פייער דעפט וועט אפערעטן.

וואס וועט די מאנסי מצילי אש טון ווען זיי קומען צו א קאול אום שבת, צו א גויאישע הויז, און די גאנצע משפחה איז שוין אינדרויסן, סאיז נישטא קיין חשש לחיי נפש.

וואס קען די אידישע מעמבער טון אחוץ שפריצן וואסער ארום די הויז, און כאפן קללות נמרצות פונעם גוי פארוואס ער טוט נישט גארנישט אפצוראטעווען סלעצט ביסל פארבלייבענישן.
א חילול השם שאין כדוגמתו, בעסער נישט אנקומען ווי אנקומען און גארנישט טוהן.

אחוץ אויב ער האט א גרויסע צאל פון נישט אידישע מעמבערס וואס קומען אן צו יעדע קאול, און פאל דער איד איז באגרעניצט ווייל סאיז שוין נישט קיין חשש חיי נפש.

אדאנק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

נו, דא זאגסט דאך אליין דעם ענטפער. זאללן זיי (מצילי אש) מאכן זיכער אז זיי האבן געניג גוי'אישע מעמבערס. דאמאלס וועלן זיי אפילו נישט דארפן גיין צו א קאלל פון א נישט אידישע משפחה.
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

נעקסט לעוועל האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 11:06 pm א זייטיגע שאלה, איך וויל פארשטיין וויאזוי הרב ווייס'ס פייער דעפט וועט אפערעטן.

וואס וועט די מאנסי מצילי אש טון ווען זיי קומען צו א קאול אום שבת, צו א גויאישע הויז, און די גאנצע משפחה איז שוין אינדרויסן, סאיז נישטא קיין חשש לחיי נפש.

וואס קען די אידישע מעמבער טון אחוץ שפריצן וואסער ארום די הויז, און כאפן קללות נמרצות פונעם גוי פארוואס ער טוט נישט גארנישט אפצוראטעווען סלעצט ביסל פארבלייבענישן.
א חילול השם שאין כדוגמתו, בעסער נישט אנקומען ווי אנקומען און גארנישט טוהן.

אחוץ אויב ער האט א גרויסע צאל פון נישט אידישע מעמבערס וואס קומען אן צו יעדע קאול, און פאל דער איד איז באגרעניצט ווייל סאיז שוין נישט קיין חשש חיי נפש.

אדאנק
פארוואס זאלן אויסקומען צי גיין צי א גוי?
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך אבימלך »

זייער פלאן איז דאך צו ווערן די אפיציעלע דעפארטמענט פון די געגנט, ניין ?
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

געווען. לעת עתה זעהט נישט אויס, אפילו יא וועט מען שיקן גוים אין אזא פאל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

א פשוטע יוד האט געשריבן: פארוואס זאלן אויסקומען צי גיין צי א גוי?

ווייל אז זיי זענען אן עידזשענסי וואס איז לייסנס'ד ביי די סטעיט מוזן זיי גיין צו א יעדע קאלל.
פארשפארט