וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
די הצלחה באמת פון די שלום איז װײל אלע זענען חסידים פון טאטן מיט א תמימות (קען זײן אפי דער פון מאנסי to a degree) און װײסן אז דאס איז געװען זײן רצון באמת.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
אמאהלגעקענט: די מעלה פונ'ם מאנסי'ער רבי שליט"א איז נישט אזוי ווייט זיין זהירות (זיכער איז עס א גרויסע זאך) נישט צו האבן אפילו א הוה אמינא פון טשעפען א צווייט חסידות. נאר ליידער אין אונזער דור איז עס עפ"י רוב פארקערט. גאר גרויסע רעבעס (אונז אלע וועיסן וועים מ'מעינט דא.) וועלן זיין להשמיד ולהרוג (שטייצעך. נישט די רעבע אליין, ח"ו. נאר די געטרייע חסידים). וועלכע מיינען אז די חסידות גייט (ח"ו) באנקראטירן היל"ת אויב א חסיד וועט אויך פארן אויף א שבת אדער יו"ט צו א צווייטן רבי'ן. אזא "חסיד" באארבעט מען מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג. ווען דער "אפיקורס" קומט צוריק פון דעם אנדער'ן רבי'ן (וועלכער איז אויך א קרוב משפחה) קומען די מאסן יונגעלייט איהם "מבקר חולה" זיין ביי איהם אין שטוב. נו, ער איז דאך מסתמא נישט געזינט. ווייל די פארגאנגענע וואך איז ער נישט געווען ביים רעבע'ס טיש. און דער זעלבער מענטש איז נאך מוסיף חטא על פשע. ער האט געשיקט זיין זון לערנען קיין ארץ ישראל.
איך וויל נישט אויסרעכענן די אלע אנדערע "עונשים" וואס זענען נאך דא. למשל ביי א רעבישן קבלת פנים וואו דער "פאררעטער" ערשיינט אויך שפריצט מען איהם אן מיט (אויפגעשאקלטע סאודע). אז זיין בעקישע און שטריימל זאללן פארקלעבט ווערן מיט די זיסע משקה.
איך וויל נישט אויסרעכענן די אלע אנדערע "עונשים" וואס זענען נאך דא. למשל ביי א רעבישן קבלת פנים וואו דער "פאררעטער" ערשיינט אויך שפריצט מען איהם אן מיט (אויפגעשאקלטע סאודע). אז זיין בעקישע און שטריימל זאללן פארקלעבט ווערן מיט די זיסע משקה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2024 8:27 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
וואודריזש׳ע רב שליט״א שלאפט פון 2 ביז 4 שעה א נאכט אן א שינת צהריים
אפילו אמאל אמאל שלאפט ער יא שינת צהרים אלס ווינציגער ווי א שעה
לערנט שעות ארוכות רוב טאג און נאכט ווי א גוטע בחור, און עס בלייבט נאך עטליכע שעה צו ענטפערן שאלות בטלפון ובהקיץ און גיבט שיעורים טעגליכע
ער האט א דאפעלט לענגערע טאג ווי סיי ווער
אשרו לו