נעקסט לעוועל האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 20, 2024 2:48 am
משה רבקש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 11:47 pm
אוודאי אזוי...
גלייבט זיך שווער אז ישראליק וואלט געטוהן אזא אומאחריותדיגן שריט אין אן עת מלחמה.
אבער Itv אין פראנקרייך האט עס באריכטעט אלס קראנט...
מרעדט נישט פון עפעס פון די מוסד אדער שב"כ, מרעדט פון עפעס א געשוואלענעם טעלערעם אדער טוויטער יושב וואס האט באשלאסן צו טראללן, והנה, הטראלל הולך ונטרלל.
נישט געוווען קיין הווה אמינא אז די שמועה איז פון א קראנטע סורס
אבער דו זעהסט דאך אז אפילו די רשעים פון די איראנער רעגירונג פארן נישט אויף דעים בילבול. ווייל זיי ווייסן אז זיי וועללן זיין לאיחוכא וטלולא אפילו ביי זייערע גוטע פריינט.
מדינת ישראל איז נישט רוסלאנד. מיט פוטין בראש. אויב זיי האבן א חשבון מיט איראן קענען זיי זיך (ב"ה) אפרעכענען מיט זיי מיליטעריש. כמו שראינו...!
איך וויל נישט ווייטער פיהרן א ויכוח של הבל: נאר דאס אז אידישע ווינקל האט "אויך" אזוי געשריבן איז נישט קיין ראיה. איך האב ליעב (א ביסל) מדייק צו זיין אין די נעמען. ווי די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער)...ר' מאיר דייק בשמא...אז ר' מאיר האט אייביג אויפגעפאסט צו פארשטיין און ריכטיג ארויסזאגן דעם נאמען פון א מענטש. דאס האט איהם געראטעוועט פון א גרויסן געלט שאדן. כמסופר בגמרא...!
איך גיי זאגן א הומאריסטיש ווארט. דער עולם זאל נאכנישט ארויסגיין פון די כלים. (די מענטשן וועלכע גייען יא ארויס).
איינער פון די פוסקים איז "הרב" יוסף מזרחי. ער זאגט אז די אידן וועלכע זענען אומגעקומען אין אוישוויץ זענען נישט געהרג'ט געווארן על קידוש השם...! ער, דער בוכארישער ספרד'ישער בעל תשובה און "פוסק" האלט אזוי...!
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 20, 2024 5:25 pm

אזוי אויך ר' אביגדר מיללער וואס האט בשעת די מלחמה געוואוינט אין אמעריקע מפי השמוע איך נעם נישט אחראית אז די סטעטמענט איז אמת

איך מיין במחכת"ה האסטו נישט גוט פארשטאנען די ווערטער פון הרב אביגדור מיללער. ער האט גערעדט בכלליות פארוואס דער האלאקאוסט איז געקומען. דער הרב יוסף מזרחי טענה'ט דאך די זעלבע וואס די גוי'אישע האלאקאוסט לייקענערס, די אנטיסעמיטן זאגן. אז ס'זענען נישט אומגעקמען קיין 6 מיליאן אידן דורך די נאציס. דער חילוק איז נאר אז הרב מזרחי טענה'ט אז די וואס די נאציס האבן געהרג'ט אלס אידן זענען נישט געווען קיין אידן.