קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך צוויי »

ס'איז עכט א שאד זיך צו טענה'ן דא
צייט וועט זאגן דאס זייניגע
ונזכה ונחיה ונראה

ס'קוקט מיר אויס די חברה דא ענדזשויען פשוט טענה'רייען, און אויב אזוי, אדרבה לאמיר זיך טענהן נאך מער, טענה בחוטין והודו לזכר קדשו...
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך יצחק אייזיק »

היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:58 pm.


אלזא פארמאכן מאנסי פייער דעפארטמענט גייט ער סייווי נישט, ער מאכט זיי פשוט בעסער. ער זאל פשוט אויפהערן מיט די טעראר וואס זיי דרייען אן אין שטאט קעגן די אידישע בעלי מסירי נפש און אויב מיינט ער אלעס לשם שמים זאל ער אוועקשטיין פון טעראר און טוהן וואס ער האט צו טוהן.

וואס מיינט טעראר?
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך whatever »

ער האט דאך נאר געעפענט מצילי אש וויל די אנדערע זענען מחלל שבת, אויב אזוי ווען די אנדערע וועלן ווערן אויסגעהאלטן וועט ער מסתמא פארמאכן די נייע!
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך היכי דמי »

יצחק אייזיק האט געשריבן: וואס מיינט טעראר?


איין משל? טערעריזירן לאקאלע אויסגאבעס ווען זיי לייגן בילדער פון מאנסי פייער דעפ.
נאך א משל? מאכן פאני קאללס צו די היימישע פרומע קאמישענערס.
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

היכי דמי האט געשריבן: קודם כל, מאנכע שרייבן דא אז די מאנסי פייער דעפארטמענט האט באקומען א שנעלערע רעספאנס זינט זיי האבן קאנקורענט.

קודם כל, טראצדעם וואס איך גלייב דערין ווייל שכל זאגט אז עס איז קען זיין אמת, דאך ווייס איך נישט צו עס איז טאקע אמת. ביי אונז פארקויפט מען דאך אלע פאקטן אן קיין שום באווייז אדער דאטא. מיינסט עכט אז ווען מצילי אש שרייבט אז עס האט זיי גענומען צוויי מינוט איז עס טאקע צוויי מינוט? מיינסט אז ווען בוני עולם שרייבט אז זיי האבן אראפגעברענגט 5233 בעיביס איז עס א אמת'ע פונקטליכער ציפער? ניין, נאר ביי אונז קען מען פארקויפן וואס מען וויל און ע"פ רוב וועלן די מארקעטינג פירמעס פון אונזער געטרייע ארגאניזאציעס אויפמאכן אייגענע שטודיעס, אייגענע ציפערן, היימיש געמאכט בודשעטס, וכו.

אבער לאמיר זאגן אז עס איז אמת אז די מערכה האט פארשנעלערט די רעספאנס פון די פייער דעפארטמענט איז יעדער מודה אז דאס איז א גוטע זאך, און מיר זענען אלע דאנקבאר דערויף און עס איז גוטע אנטוויקלונג. (איך רוף עס דוקא אן מערכה און נישט קאמפעטישן, ווייל מצילי אש איז ווייט פון א קאנקורענט צו די פייער דעפארטמענט)


אבער די מערכה איז בכלל נישט גשמיות דא, עס איז בכלל נישט קיין רעדע דא ווילאנג די רעספאנס נעמט פאר די פייער דעפארטמענט פונקט ווי עס איז נישט קיין רעדע וועלכע קאלירן לייטס זיי האבן. אלזא איז לעכערליך צו גיבן רעכט פאר מצילי אש פאר די איינע סיבה אז זיי האבן פארבעסערט די פייער דעפארטמענט. יא עס איז א גוטע תוצאה פון א לעכערליכע קאמפיין וואס איז אוממעגליך צו מצליח זיין, מיר אלע פרייען זיך מיט די תוצאה (אויב איז עס טאקע אמת) אבער עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז מצילי אש איז לעכערליך און האט כמעט נישט קיין שאנס צו מצליח זיין.

א) אזויווי געשריבן אויבן שוין עטליכע מאל. מאנסי פייער דעפארטמענט איז נישט קיין אידישע ארגאניזציע ווי חברים און שומרים. עס איז א שטאטישע ארגאניזאציע מיט אידישע וואלענטירן און נישט אידישע וואלענטירן צוגלייך. דאס אז מען האט אריינגעוועלט היימישע קאמישנערס איז נאר א טובה פאר אונזער כלל צו האבן היימישע אידן דארט אין די פירערשאפט וואס טוט פארבעסערן די קשרים צווישן זיי און די איינוואוינער. דאס מיינט אז יעדע קליינע טויש וואס מען וויל מאכן דארף עס דורכגיין די באורד און עס איז זייער שווער צו טוישן סיי וואס. אוודאי קען נישט קיין דרויסענדיגער מענטש קומען און איינטיילן וויאזוי זיך צו פירן. עס איז א בחינה ווי א קליינע רב זאל אריינגיין אין די וועסטשעסטער שפיטאל און איינטיילן וואס צו טוהן און וויאזוי זיך צו פירן מיט די אידישע פאציענטן.

ב) מאנסי פייער דעפארטמענט האט פארמאגט אידישע וואלענטירן זינט איר גרינדונג. אמאל איז געווען גאר פאפולער פאר איינער וואס וויל ווערן מאדערן צו קיל צו אריינגיין אין די פייער דעפארטמענט, און די ארגאניזאציע איז געווען פול מיט אידן. (ווען איך בין געווען א קינד איז געגאנגען די ווערטל אז ווען עס קומט אריין א קאלל שבת אינמיטן דאווענען אין ביהמ"ד דזשיקוב מעליץ בלייבט די בעל תפילה עלנד אליינס נאכדעם וואס אלע מתפללים לויפן צום קאלל...) שוין צענדליגער יארן וואס אידן פארן שבת אויף קאלס און דאס אז רבנים האבן קיינמאל נישט מוחה געווען איז א שטארקע באווייז אז עס איז נישט געווען קיין פראבלעם. מאנסי האט דורכאויס די יארן פארמאגט גענוג און נאך גרויסע צדיקים וגאונים וואס האבן זיך געלאזט הערן מיט זייער קול חוצב להבות אש, און פונקט דא איז יעדער שטיל געווען. ווי זענען געווען די גרויסע גאונים ווי רבי משה גרין זצ"ל, וויזניץ רבי זצ"ל, און די ליסטע ענדיגט זיך נישט. אלע יארן וואס מאנסי פייער דעפארטמענט איז אנגעגאנגען מיט א פולן שוואונג האט מען נישט געהערט אפילו א ווינק קעגן דעם ביז ויקם מלך חדש... רבי יחזקאל ווייס שליט"א.

ג) אפילו פון היינטיגע רבנים הערט מען נישט גארנישט דערוועגן. נישט פון די חסידישע חדר און נישט פון די ליטווישע חדר. מאנסי פארמאגט קע"ה אפאר הונדערט רבנים, אפילו איין בריוו איז נישטא צום געפונען אין שטיצע פון מצילי אש. א קושיא וואס האט נישט קיין ענטפער.

ד) אנדערש ווי הצלה און חברים אפערירט א פייער דעפארטמענט אונטער א דיסטריקט און א פריוואטע מענטש קען נישט סתם אזוי עפענען א פייער דעפארטמענט. די איינציגסטע אידישע פייער דעפארטמענט וואס איז דא אין ניו יארק איז אין קרית יואל און זיי האבן עס ערמעגליכט וויבאלד זיי זענען אין זייער אייגענע ווילידזש. אפילו אזוי איז עס נישט גרינג געווען פאר זיי. פארוואס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן נאכצומאכן קרית יואל? פשוט ווייל עס איז ביטער שווער צו עפענען א פייער דעפארטמענט און עס מוז זיין אונטער די דיסטריקט אדער ווילידזש און קיין איין ווילידזש גייט נישט אפראווען צוויי פייער דעפארטמענטס פונקט אזויווי זיי גייען נישט אפראווען צוויי פאליציי דעפארטמענטס. און דאס איז די סיבה וואס עס איז כמעט אוממעגליך פאר מצילי אש צו מצליח זיין אין מאנסי. די איינציגסטע אידישע געגנט וואס קען לכאורה עפענען א פייער דעפארטמענט איז שיכון סקווירא ווייל זיי זענען אויך אן אייגענע ווילידש. איז וואס איז די סיבה זיי טוען עס נישט? איך שטעל זיך פאר אז מיט דעם וואס מען האט א ווילידזש איז עס נאך אלס נישט גרינג.

ה) די מערסטע וואס מצילי אש קען ווערן איז א סאליד סוקסעספולע רעספאנס גרופע ווי חברים און שומרים און קויפן טראקס דורך א יעריגע טשערעדי קאמפיין, פארמאגן הונדערטער וואלענטירן וואס גייען רעספאנדן צו פייער קאלס. (א בחינה ווי חברים און ערשטע הילף פון סקווירא). ער וועט זיין אביסל מער ווי חברים און וועט האבן די ספעציעלע געצייג און קליידער און זיי וועלן לויפן צו פייער קאלס. זיי קענען טאקע ראטעווען אסאך אידישע הייזער און פארמעגנס און האבן א שנעלערע רעספאנס, און ביי יעדע גרעסערע פייער גייען זיי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט, און די פייער דעפארטמענט גייט סייווי קומען ווייל ווען מען אלארמירט די פאליציי פאר א פאליס רעפארט וועלן זיי סייווי אלארמירן די פייער דעפארטמענט. (פונקט אזויווי זיי רופן אי-עם-עס פאר אן עקסידענט אפילו הצלה איז דארט) און די פייער אלארמס אין די הייזער וועלן ווייטער זיין פארבינדן צו די פייער דעפארטמענט.

אלזא פארמאכן מאנסי פייער דעפארטמענט גייט ער סייווי נישט, ער מאכט זיי פשוט בעסער. ער זאל פשוט אויפהערן מיט די טעראר וואס זיי דרייען אן אין שטאט קעגן די אידישע בעלי מסירי נפש און אויב מיינט ער אלעס לשם שמים זאל ער אוועקשטיין פון טעראר און טוהן וואס ער האט צו טוהן.

אות ג' זאגסטו אז קיין איין רב איז נישט ארויסגעקומען שטיצן מצילי אש,
כ'פרעג דיך נאכאמאל די זעלבע קשיא, פארוואס ווען די מערכה האט זיך אנגעהויבן איז יעדער געווען פארנומען אז קיין איין רב איז נאכנישט ארויסגעקומען קעגן ברוער ממילא איז עס גוט, קיינער האט נישט פארלאנגט אז מ'זאל ארויסקומען אז מ'שטיצט זיי נאר ווילאנג קיינער איז נישט קעגן איז גוט, למעשה זענען צענדליגע רבנים ארויסגעקומען קעגן ברוער, פארוואס איז עס נישט גענוג פאר מצילי אש?
וועסטו זאגן אז דעיס מיינט נאכנישט אז זיי שטיצן עס, איז עס נאך אלץ נישט ערגער ווי ברוער וואס זיי זענען געווען כשר ווילאנג מ'קומט נישט ארויס קעגן זיי.
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

א בני יואל האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:05 pm דאס איז די מעלה פין וואלאנטירען וואס גייען מיט אייגענע קארס אין עני ארגענעזאציע אן איינער זאל וויסען ווי אין ווען ער איז בשעת ער פליט מיט בליטשקעדיגע לעמפעלעך אין סירענעס מיט קולות וברקים אין פארטינקעלטע פענצטערס
אז יעדער זאל עס קענען פארלייקענען דערנאך
זייער גיט ארויסגעברענגט פארן המון עם
מילא הצלה דארף מען שלינגען אין שווייגען אבער אלע אנדערע פארוואס עפעס
בשעת ער גייט פארלעשען א פייער אדער אויפשפארען א טיר אדער פלאנדשען א טוילעט איז ער גרייט צי הרגענען יעדער וואס שטייט אין וועיג
קענסט אפשר זאגן אויף וואס די שרייבסט דא??? גראדע איז איינער פון די קארדינעטערס א הצלה מעמבער
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

א בני יואל האט געשריבן: שוין ווידער ברענגט מען ארויףֶ הצלה כאילו ביידע זענען די זעלבע
ערשטענס ר הערשל וועיבער האט נישט געמאכט א קאמפעטישען ער האט געהאט איין פראבלעים סנעמט ציפיעל צייט ביז הילף קימט אן אין פאר דעים איז ער זיך געגאנגען לערנען
אין יא אין יענע טעיג איז דא גענוג מעשיות וואס מענטשען האבען געטוהן צי ראטעווען אנדערע
סאיז באקאנט א מעשה מיט איינער וואס איז ארויסגעפאלען פיו א פענסטער אין א יוד האט זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר אין אריבערגעטראגען דעים וויליומסבורג ברידזש קיין בית ישראל בשעת ער האט געביסען יענעמס פינגער אז ער זאל נישט אויסגיין
אין יא רבי הערשל האט געגעיבן הילף ביז די שטאטישע הילף איז אנגעקימען. נאך א שטיק צייט איז ער געגאנגען דעים נעקסטע שטאפל אין אנגעפאנגען אליין אריינציטראגען אין שפיטאל
דא רעדסטו פין א מענטש וואס די זאגסט ער וויל נאר אויפטיען
אבער קיק אריין אין דאס ערשטע פאסטער דא אין דעים אשכול
ער האט כמה וכמה פראבלעימען
אין דאס ערשטע איז אויב סאיז שוין עניוועיס דא א 90% יודישע פייער דיפארטמענט קען ער שוין אויך מאכען זיין אייגענע
דאס הייסט אויפטיען אדער דאס מיינט יענעם אינטערציברענגען
די זאג מיר
זיין פראבלעים מיט צייט קיקט אויס ווי סתם נאך א תירץ וואס דער המון עם זאל אפשר נעמען זיין זייט
גראדע פין מיין זייט זאל ער טוהן וואס עים שמעקט מיך גייט עס נישט מעלה אדער מוריד זיין
אבער צים עלעווטער מאל
ווי אזוי גייט ער באווייזען צי ארויסשטויסען א גאווערמענט פייער קאמפעני מיט זיין אייגענע
וואס איז זיין פלאן
מיט מאכען ווילדע שבת גראז שניידער מעשיות גייט עס נישט געשעהן
סא אלזא אלס א דרויסענדיגער קען איינער ענטפערן דע קשיא
וויאזי גייט ער דאס באווייזען

הרב בני יואל איך מיין איהר זאלט איבערקוקן אביסל די זאך, ר' יחזקאל האט סך הכל געזאגט היות די פייער דעפארטמענט איז 90 פראצענט יודן זאל עס זיין אויסגעהאלטן אז א היימישע פרומע יוד זאל קענען דארט זיין, דעס איז געווען נאך פאר די פלאן פון עפענען א אייגענע, עפעס האסטו דארט נישט גוט געליינט און פארשטאנען.
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך נישנאש »

היכי דמי האט געשריבן: קודם כל, מאנכע שרייבן דא אז די מאנסי פייער דעפארטמענט האט באקומען א שנעלערע רעספאנס זינט זיי האבן קאנקורענט.

קודם כל, טראצדעם וואס איך גלייב דערין ווייל שכל זאגט אז עס איז קען זיין אמת, דאך ווייס איך נישט צו עס איז טאקע אמת. ביי אונז פארקויפט מען דאך אלע פאקטן אן קיין שום באווייז אדער דאטא. מיינסט עכט אז ווען מצילי אש שרייבט אז עס האט זיי גענומען צוויי מינוט איז עס טאקע צוויי מינוט? מיינסט אז ווען בוני עולם שרייבט אז זיי האבן אראפגעברענגט 5233 בעיביס איז עס א אמת'ע פונקטליכער ציפער? ניין, נאר ביי אונז קען מען פארקויפן וואס מען וויל און ע"פ רוב וועלן די מארקעטינג פירמעס פון אונזער געטרייע ארגאניזאציעס אויפמאכן אייגענע שטודיעס, אייגענע ציפערן, היימיש געמאכט בודשעטס, וכו.

אבער לאמיר זאגן אז עס איז אמת אז די מערכה האט פארשנעלערט די רעספאנס פון די פייער דעפארטמענט איז יעדער מודה אז דאס איז א גוטע זאך, און מיר זענען אלע דאנקבאר דערויף און עס איז גוטע אנטוויקלונג. (איך רוף עס דוקא אן מערכה און נישט קאמפעטישן, ווייל מצילי אש איז ווייט פון א קאנקורענט צו די פייער דעפארטמענט)


אבער די מערכה איז בכלל נישט גשמיות דא, עס איז בכלל נישט קיין רעדע דא ווילאנג די רעספאנס נעמט פאר די פייער דעפארטמענט פונקט ווי עס איז נישט קיין רעדע וועלכע קאלירן לייטס זיי האבן. אלזא איז לעכערליך צו גיבן רעכט פאר מצילי אש פאר די איינע סיבה אז זיי האבן פארבעסערט די פייער דעפארטמענט. יא עס איז א גוטע תוצאה פון א לעכערליכע קאמפיין וואס איז אוממעגליך צו מצליח זיין, מיר אלע פרייען זיך מיט די תוצאה (אויב איז עס טאקע אמת) אבער עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז מצילי אש איז לעכערליך און האט כמעט נישט קיין שאנס צו מצליח זיין.

א) אזויווי געשריבן אויבן שוין עטליכע מאל. מאנסי פייער דעפארטמענט איז נישט קיין אידישע ארגאניזציע ווי חברים און שומרים. עס איז א שטאטישע ארגאניזאציע מיט אידישע וואלענטירן און נישט אידישע וואלענטירן צוגלייך. דאס אז מען האט אריינגעוועלט היימישע קאמישנערס איז נאר א טובה פאר אונזער כלל צו האבן היימישע אידן דארט אין די פירערשאפט וואס טוט פארבעסערן די קשרים צווישן זיי און די איינוואוינער. דאס מיינט אז יעדע קליינע טויש וואס מען וויל מאכן דארף עס דורכגיין די באורד און עס איז זייער שווער צו טוישן סיי וואס. אוודאי קען נישט קיין דרויסענדיגער מענטש קומען און איינטיילן וויאזוי זיך צו פירן. עס איז א בחינה ווי א קליינע רב זאל אריינגיין אין די וועסטשעסטער שפיטאל און איינטיילן וואס צו טוהן און וויאזוי זיך צו פירן מיט די אידישע פאציענטן.

ב) מאנסי פייער דעפארטמענט האט פארמאגט אידישע וואלענטירן זינט איר גרינדונג. אמאל איז געווען גאר פאפולער פאר איינער וואס וויל ווערן מאדערן צו קיל צו אריינגיין אין די פייער דעפארטמענט, און די ארגאניזאציע איז געווען פול מיט אידן. (ווען איך בין געווען א קינד איז געגאנגען די ווערטל אז ווען עס קומט אריין א קאלל שבת אינמיטן דאווענען אין ביהמ"ד דזשיקוב מעליץ בלייבט די בעל תפילה עלנד אליינס נאכדעם וואס אלע מתפללים לויפן צום קאלל...) שוין צענדליגער יארן וואס אידן פארן שבת אויף קאלס און דאס אז רבנים האבן קיינמאל נישט מוחה געווען איז א שטארקע באווייז אז עס איז נישט געווען קיין פראבלעם. מאנסי האט דורכאויס די יארן פארמאגט גענוג און נאך גרויסע צדיקים וגאונים וואס האבן זיך געלאזט הערן מיט זייער קול חוצב להבות אש, און פונקט דא איז יעדער שטיל געווען. ווי זענען געווען די גרויסע גאונים ווי רבי משה גרין זצ"ל, וויזניץ רבי זצ"ל, און די ליסטע ענדיגט זיך נישט. אלע יארן וואס מאנסי פייער דעפארטמענט איז אנגעגאנגען מיט א פולן שוואונג האט מען נישט געהערט אפילו א ווינק קעגן דעם ביז ויקם מלך חדש... רבי יחזקאל ווייס שליט"א.

ג) אפילו פון היינטיגע רבנים הערט מען נישט גארנישט דערוועגן. נישט פון די חסידישע חדר און נישט פון די ליטווישע חדר. מאנסי פארמאגט קע"ה אפאר הונדערט רבנים, אפילו איין בריוו איז נישטא צום געפונען אין שטיצע פון מצילי אש. א קושיא וואס האט נישט קיין ענטפער.

ד) אנדערש ווי הצלה און חברים אפערירט א פייער דעפארטמענט אונטער א דיסטריקט און א פריוואטע מענטש קען נישט סתם אזוי עפענען א פייער דעפארטמענט. די איינציגסטע אידישע פייער דעפארטמענט וואס איז דא אין ניו יארק איז אין קרית יואל און זיי האבן עס ערמעגליכט וויבאלד זיי זענען אין זייער אייגענע ווילידזש. אפילו אזוי איז עס נישט גרינג געווען פאר זיי. פארוואס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן נאכצומאכן קרית יואל? פשוט ווייל עס איז ביטער שווער צו עפענען א פייער דעפארטמענט און עס מוז זיין אונטער די דיסטריקט אדער ווילידזש און קיין איין ווילידזש גייט נישט אפראווען צוויי פייער דעפארטמענטס פונקט אזויווי זיי גייען נישט אפראווען צוויי פאליציי דעפארטמענטס. און דאס איז די סיבה וואס עס איז כמעט אוממעגליך פאר מצילי אש צו מצליח זיין אין מאנסי. די איינציגסטע אידישע געגנט וואס קען לכאורה עפענען א פייער דעפארטמענט איז שיכון סקווירא ווייל זיי זענען אויך אן אייגענע ווילידש. איז וואס איז די סיבה זיי טוען עס נישט? איך שטעל זיך פאר אז מיט דעם וואס מען האט א ווילידזש איז עס נאך אלס נישט גרינג.

ה) די מערסטע וואס מצילי אש קען ווערן איז א סאליד סוקסעספולע רעספאנס גרופע ווי חברים און שומרים און קויפן טראקס דורך א יעריגע טשערעדי קאמפיין, פארמאגן הונדערטער וואלענטירן וואס גייען רעספאנדן צו פייער קאלס. (א בחינה ווי חברים און ערשטע הילף פון סקווירא). ער וועט זיין אביסל מער ווי חברים און וועט האבן די ספעציעלע געצייג און קליידער און זיי וועלן לויפן צו פייער קאלס. זיי קענען טאקע ראטעווען אסאך אידישע הייזער און פארמעגנס און האבן א שנעלערע רעספאנס, און ביי יעדע גרעסערע פייער גייען זיי דארפן צוקומען צו מאנסי פייער דעפארטמענט, און די פייער דעפארטמענט גייט סייווי קומען ווייל ווען מען אלארמירט די פאליציי פאר א פאליס רעפארט וועלן זיי סייווי אלארמירן די פייער דעפארטמענט. (פונקט אזויווי זיי רופן אי-עם-עס פאר אן עקסידענט אפילו הצלה איז דארט) און די פייער אלארמס אין די הייזער וועלן ווייטער זיין פארבינדן צו די פייער דעפארטמענט.

אלזא פארמאכן מאנסי פייער דעפארטמענט גייט ער סייווי נישט, ער מאכט זיי פשוט בעסער. ער זאל פשוט אויפהערן מיט די טעראר וואס זיי דרייען אן אין שטאט קעגן די אידישע בעלי מסירי נפש און אויב מיינט ער אלעס לשם שמים זאל ער אוועקשטיין פון טעראר און טוהן וואס ער האט צו טוהן.


דו האקסט אין די וועלט אריין
מצילי אש האט "שוין" מצליח געווען ס'דארף נישט מצליח זיין
זיי דארפן נאר ווערן גרעסער און מער סאפיסטיקירט וואס כ'גלייב ס'וועט געשען גרינג

די טעראר קענסטו זיין זיכער ווערט נישט געטון דורך רבי יחזקאל שליט"א, אויב ס'אמת איז עס אינדיווידועלע מענטשן וואס באדערט זיי די חילול שבת/צניעות אינמיטן שטאט

עכ"פ כאפ איך נישט וואס באדערט ענק אזוי די מצילי אש..... ס'איז אמעריקא ווי ס'איז א דעמאקראטיע און יעדער מעג צושטעלן סערוויס וואס זיי ווילן, און פונקט ווי היינט צוטאגס פארשטייט שוין יעדער אז שומרים קען נישט האבן טענות אויף שמירה און חברים אויף חביבים און הצלה אויף עזרת נשים קענטס עטס שוין אפלאזן ענקער מלחמת קודש קעגן מצילי אש....
סה"כ וועלן תושבי מאנסי פארדינען פון פארבעסטרע סערוויס און לויט געוויסע שיטות אויך שמירת שבת...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך שמעקעדיג »

א בני יואל האט געשריבן:
בשעת ער גייט פארלעשען א פייער - דאס איז ריכטיג
אדער אויפשפארען א טיר - וואס מיינט די ווערטער? חוזק?
אדער פלאנדזשען א טוילעט - און וואס מיינען די ווערטער אויסער ביליגע ליצנות נאכאמאל?
איז ער גרייט צו הרגענען יעדער וואס שטייט אין וועג - מיט וועלכע סארט מיתה? סקילה אדער חנק?

אז דו וועסט רעדן ווייניגער שטותים וועט מען קענען גלייבן אז דו האסט נישט קיין נגיעה דא, דערווייל זייט מיר געזונט.
וירח ה' את ריח הניחוח
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א בני יואל »

שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:27 pm
א בני יואל האט געשריבן:
בשעת ער גייט פארלעשען א פייער - דאס איז ריכטיג
נאר מצילי אש
אדער אויפשפארען א טיר - וואס מיינט די ווערטער? חוזק?
חבירים אדער חביבים
אדער פלאנדזשען א טוילעט - און וואס מיינען די ווערטער אויסער ביליגע ליצנות נאכאמאל?
חבירים אדער חביבים
איז ער גרייט צו הרגענען יעדער וואס שטייט אין וועג - מיט וועלכע סארט מיתה? סקילה אדער חנק?
וועלכע מיתה די ווילסט אנריפען דאס ווערן אראפגעקלאפט פין א קאר וואס פליעט אויפן סיידוואלק
אין קיינער קען נישט אנווייזען מיטן פינגער פינקטלעך ווער דאס איז ווייל סקען זיין מצילי אש- חבירים-חביבים - שומרים-ערשטע הילך-סתם א ליידאק - מאך דיי נישט ווי די ווילסט נישט פין וואס איך רעדט
ווייל אויב גייט יענער ארויפלייגען דעים קליפ פינעם סיידוואלק גייסטו דאך זאגען נע סאיז נישט מצילי אש סאיז הצלה נע סאיז חבירים נע סאיז חביבים נע סאיז שומרים -פארדעים דארף מען איינפירען נאר פליי קארס קענען פארען מיט לייטס אין סיירינס אז יעדער זאל וויסען וועלכע משוגענער מערדער סאיז געפארען אויפן סיידוואלק
אז דו וועסט רעדן ווייניגער שטותים וועט מען קענען גלייבן אז דו האסט נישט קיין נגיעה דא, דערווייל זייט מיר געזונט.
דערווייל האבען זיך דע אלע וואס נעמען זיך אן פאר מצילי אש נישט באוויזען צי פארענטפערין די ביליון דאלער קשיא ווי אזוי מצילי אש גייט איבערנעמען א גאווערמענט פייער עדזענסי
סא יא זיי געזונט די אויך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

א בני יואל: וואס הייסט וויאזוי זיי גייען איבערנעמען. זיי אפלייען צו ווערן אן אפיציעלע וואלונטיר פייער דעפט. זיי נעמען רעגירונגס קאורסעס און א טעסט.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך yatzmachp »

אזוי ווי מען נעמט איבער א טאון, ווילידזש, סיטי, סטעיט, וכו.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך צוויי »

קיינער דארף נישט דא איבערווייזן וויאזוי, צייט וועט רעדן ווערטער, און יא, מיר זענען נישט קיין נביאים, קען זיין אז ס'וועט נישט געלונגען, און זייער מסתבר אז ס'וועט יא געלונגען.

דעמעגאגישע רייד און ליצנות מאכט מיך נישט טראכטן ענדערש אויף די זייט אז ס'וועט נישט געלונגען, ס'מאכט מיך טראכטן אז די ציל איז סתם חוזק מאכן אז די דעת הציבור זאל נישט זיין אויף זייער זייט, אפשר אזוי וועלן זיי אויפגעבן און ס'וועט נישט געלונגען...

ונזכה ונחיה ונראה,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

א מענטש וואס ער איז עוסק בצרכי ציבור. סיי וואס. ער ווערט נישט נתפעל פון וואס מענטשן זאגן און לאכן. אדער קרומען מיט די נאז. אויב יא. זאל ער בעסער נישט אנהייבן.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א בני יואל »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:20 am א בני יואל: וואס הייסט וויאזוי זיי גייען איבערנעמען. זיי אפלייען צו ווערן אן אפיציעלע וואלונטיר פייער דעפט. זיי נעמען רעגירונגס קאורסעס און א טעסט.
סקיקט מיר ווי איר זענט אביסעלע צימישט
מיטן נעמען קאורסעס אין פּעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד פייער פייטער אבער מען דארף אויך ווערן אנגענימען ערגעטץ קודם
מיטן נעמען א סי די על קאורס אין פעסן א טעסט ווערט מען נישט אטאמאטיש א באס דרייווער פאר א חדר אדער
מיטן נעמען קאורסעס פאר אי עם טי אין פעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד אי עם טי אבער נאכנישט א הצלה מעמבער אדער א וואלאנטיר
מדארף אפּלייען ערגעטץ אין ווארטען צי ווערן אנגענימען אויב יענער וויל
בשלמה לויט דעים וואס חלומט אז הרב ווייס האט א פלאן צי ווערן א פייער עקסטיגניטשאר קאמפעני אין דעמאלטס אין מאנסי וועט ער קענען האבען א האפענונג אז טרופער פלוגמאן וועט בעיטן די באהערדע מזאל נישט אפשטעלין זיינע וואלאנטירען דעמאלטס וועט אים אפשר געלונגען אין ער וועט האבען א מעכטיגע פייער עקסטיגנישער קאמפעני
אבער לויט דעים וואס האלט אדער ער ווייסט וואס סאיז פארבונדען מיטן ווערן א עכטע טאטע פייערלעשער קאמפעני
אין ער ווייסט אויך אז סאיז פארבונדען מיטן דיסטרוקט
דתנן אינז האבען געלערינט אין א ברייתא
הלכות קריעיטינג ע פייער דיפארטמענט
אין איינס פין די סמנים דארט שרייבט ער סמיז באלאנגען פאר א ווילידש אז סזאל זיין לעגאל
אין אויך שטייט דארט אז סדארף ווערן אפּראוואד ביי די טאון בארד מעמבערס
מילא פרעיג איך שוין צים צוואנציגסטער מאל
וואספארא פלאן האט דער ווייס
אויב זיין פראבלעים איז מיט שבת קודש ווי אזוי גייט ער דאס קענען פארעכטען מיט אפאר פייער עקסטיגנישער
אויב זיין פראבלעים איז מיט צייט ווי אזוי גייט ער דאס פארעכטן מיט אפאר פייער עקסטיגנישער ביי א גרויסער פייער
אויב זיין פראבלעים איז מיט מיידלעך אין ברויערס גאראזש ווי אזוי גייט זיינע עקסטיגנישער וואלאנטירען פארמאכען ברויערס
אימא סיפא
ווי אויסגעשמועסט דא
צי ווערן א עכטע טאטע פייער דיפארטמענט מיז מען קענען אריינלויפן אין פייערס מיט א מאסק אויפן גיזוכט אין סארבעט נישט מיט קיין בארד
גייט אפשר רב ווייס פארטיילען התיירים צי שערן די בארד פאר זיין קאמפעני אדער גייט ווידער מסביר זיין פאר די שטאטישע באהערדע פארוואס זיי מעיגן יא אריינגיין אין פייערס מיט נישט אפּראווטע געזוכט מאסקעס
אדער גייט מען דינגען גוים
וועלכע פאריקטער גוי וויל זיך איינשטעלין דאס לעיבן ווען ער איז אין נישט ליגאלער פייער קאמפעני אין אויב פייגערט דער גוי אדער ווערט פארווינדעט קען ער באקימען ווידערגיטמאכונג געלטער פין ווייס׳ס זיינע אפשר אין נישט מער
פארקערט ווייס וועט נאך זיצען אויף א דעפעזישען אין פארלירען אין מן הסתם זיצען אויך
מילא דער יונגערמאן וואס זיין גאנצער ווילען צי דינען אלס א פייער לעשער איז נאר ווייל אין הצלה אדער חבירים האט מען אים נישט אנגענימען אין פארדעים איז ער גרייט צי טון אלעס אבי צי באקימען א וואלקי טאלקי אין פליען שבת
אבער דער גוי קען דאך גיין צי ברויערס אדער ספרינג וואלי. צי וואס דארף ער דעים באבארדעלטן יוד
ווער איך היינט געוואר אז חבירים האט אנגעזאגט אלע זייערע וואלאנטירען אז מען טאר נישט ווערן א מעמבער איז די נייע מצילי אש
אבער פארוואס ר יחזקאל איז דאך זייער שבת רבי אין ער איז זייער מורה דרך
קיקט מיר אויס ער איז אזוי רב דארט ווי סאכדעס אין קאנאדע
אלא מיה קימט אויס אז דער צדיק הדור האט סתם ציווילדעוועטע קאפּ דרייעניש
אין פארדעים הער איך נישט אויף צי פרעיגן וואס פינקטלעך איז זיין פיינעל פלאן מיט מצילי אש
אין דערווייל האט נאך קיינער נישט געקענט דאס פארענטפערין בלויז מיט הוילע שטותים אין לאקשען אין פארהויכטע דימיונות
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך צוויי »

כא כא כא

איך מיין דיר נישט אויסצולאכן...


דו זאגסט אז יענער איז צומישט, און איר ווילט אים מסביר זיין, כאילו יענער איז ר' יחזקאל, וואס ווילסט, גיי רוף אן ר' יחזקאל און איבערצייג אים אז ער זאל זיך ארויסלאזן דערפון אויב גייט דיך עס אזוי שטארק אן, דו שוינסט אים, אדער די האסט אן אגענדע דא?
א בלינדער וואלט געקענט זעהן אז ס'איז סאמטינג פישי מיט דיינע תגובות
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך בן ישי »

זארג דיך נישט אזויפיל...לאז די זאך לויפן און די וועסט בעזהשי"ת באקומען ענטפערס אויף אלע תירוצים.
אסאך קשיות זענען שוין פארענטפערט געווארן זייט די מערכה האט זיך אנגעהויבן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך נישנאש »

א בני יואל האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:07 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:20 am א בני יואל: וואס הייסט וויאזוי זיי גייען איבערנעמען. זיי אפלייען צו ווערן אן אפיציעלע וואלונטיר פייער דעפט. זיי נעמען רעגירונגס קאורסעס און א טעסט.
סקיקט מיר ווי איר זענט אביסעלע צימישט
מיטן נעמען קאורסעס אין פּעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד פייער פייטער אבער מען דארף אויך ווערן אנגענימען ערגעטץ קודם
מיטן נעמען א סי די על קאורס אין פעסן א טעסט ווערט מען נישט אטאמאטיש א באס דרייווער פאר א חדר אדער
מיטן נעמען קאורסעס פאר אי עם טי אין פעסן א טעסט ווערט מען א לייסענסד אי עם טי אבער נאכנישט א הצלה מעמבער אדער א וואלאנטיר
מדארף אפּלייען ערגעטץ אין ווארטען צי ווערן אנגענימען אויב יענער וויל
בשלמה לויט דעים וואס חלומט אז הרב ווייס האט א פלאן צי ווערן א פייער עקסטיגניטשאר קאמפעני אין דעמאלטס אין מאנסי וועט ער קענען האבען א האפענונג אז טרופער פלוגמאן וועט בעיטן די באהערדע מזאל נישט אפשטעלין זיינע וואלאנטירען דעמאלטס וועט אים אפשר געלונגען אין ער וועט האבען א מעכטיגע פייער עקסטיגנישער קאמפעני
אבער לויט דעים וואס האלט אדער ער ווייסט וואס סאיז פארבונדען מיטן ווערן א עכטע טאטע פייערלעשער קאמפעני
אין ער ווייסט אויך אז סאיז פארבונדען מיטן דיסטרוקט
דתנן אינז האבען געלערינט אין א ברייתא
הלכות קריעיטינג ע פייער דיפארטמענט
אין איינס פין די סמנים דארט שרייבט ער סמיז באלאנגען פאר א ווילידש אז סזאל זיין לעגאל
אין אויך שטייט דארט אז סדארף ווערן אפּראוואד ביי די טאון בארד מעמבערס
מילא פרעיג איך שוין צים צוואנציגסטער מאל
וואספארא פלאן האט דער ווייס
אויב זיין פראבלעים איז מיט שבת קודש ווי אזוי גייט ער דאס קענען פארעכטען מיט אפאר פייער עקסטיגנישער
אויב זיין פראבלעים איז מיט צייט ווי אזוי גייט ער דאס פארעכטן מיט אפאר פייער עקסטיגנישער ביי א גרויסער פייער
אויב זיין פראבלעים איז מיט מיידלעך אין ברויערס גאראזש ווי אזוי גייט זיינע עקסטיגנישער וואלאנטירען פארמאכען ברויערס
אימא סיפא
ווי אויסגעשמועסט דא
צי ווערן א עכטע טאטע פייער דיפארטמענט מיז מען קענען אריינלויפן אין פייערס מיט א מאסק אויפן גיזוכט אין סארבעט נישט מיט קיין בארד
גייט אפשר רב ווייס פארטיילען התיירים צי שערן די בארד פאר זיין קאמפעני אדער גייט ווידער מסביר זיין פאר די שטאטישע באהערדע פארוואס זיי מעיגן יא אריינגיין אין פייערס מיט נישט אפּראווטע געזוכט מאסקעס
אדער גייט מען דינגען גוים
וועלכע פאריקטער גוי וויל זיך איינשטעלין דאס לעיבן ווען ער איז אין נישט ליגאלער פייער קאמפעני אין אויב פייגערט דער גוי אדער ווערט פארווינדעט קען ער באקימען ווידערגיטמאכונג געלטער פין ווייס׳ס זיינע אפשר אין נישט מער
פארקערט ווייס וועט נאך זיצען אויף א דעפעזישען אין פארלירען אין מן הסתם זיצען אויך
מילא דער יונגערמאן וואס זיין גאנצער ווילען צי דינען אלס א פייער לעשער איז נאר ווייל אין הצלה אדער חבירים האט מען אים נישט אנגענימען אין פארדעים איז ער גרייט צי טון אלעס אבי צי באקימען א וואלקי טאלקי אין פליען שבת
אבער דער גוי קען דאך גיין צי ברויערס אדער ספרינג וואלי. צי וואס דארף ער דעים באבארדעלטן יוד
ווער איך היינט געוואר אז חבירים האט אנגעזאגט אלע זייערע וואלאנטירען אז מען טאר נישט ווערן א מעמבער איז די נייע מצילי אש
אבער פארוואס ר יחזקאל איז דאך זייער שבת רבי אין ער איז זייער מורה דרך
קיקט מיר אויס ער איז אזוי רב דארט ווי סאכדעס אין קאנאדע
אלא מיה קימט אויס אז דער צדיק הדור האט סתם ציווילדעוועטע קאפּ דרייעניש
אין פארדעים הער איך נישט אויף צי פרעיגן וואס פינקטלעך איז זיין פיינעל פלאן מיט מצילי אש
אין דערווייל האט נאך קיינער נישט געקענט דאס פארענטפערין בלויז מיט הוילע שטותים אין לאקשען אין פארהויכטע דימיונות
ביטע זאג אונז שוין וואס דיין אגענדע איז דא..... וועמען פארשלייערסטו אונטער דיין אומשולדיע ניק.....
עפעס אינערליך באדערט דיר וואס קיינער פארשטייט נישט......
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א בני יואל »

מיך באדערט איין זאך
סאיז פארהאנען מענטשין אין כלל ישראל וואס זענען נאר אויף אינזער וועלט צי מאכען פרימער יעדעם אין אלעמאל איבערדרייען אלעס
אין פארדעים גיט מען א מוח שווענקינג פאר אלע אנדערע
איו דער עולם לאזט זיך איינרעדן ווען ס׳מאכט אפילו נישט קיין ברעקל סענס
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך קורקלענד »

שרייבסט דאך גאנצע מגילות אז ער גייט סייוויסיי נישט קענען זיין מער פרום אין די פראקטישע מציאות. איז פארוואס טאקע גייט דיר עס אן. לאז לויפן.....
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך בן ישי »

ר' יחזקאל ווייס איז פרימער ווי יעדעם און ער האלט אז מ'דארף יא היטן שבת...
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך berlbalaguleh »

אונז האלט מיר אויך אז מ'דארף היטן שבת. די חילוקי דיעות זענען נאר אין די פראקטישע "קלייניקייטן"...!
א פשוטע יוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

שליחה דורך א פשוטע יוד »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:56 pm אונז האלט מיר אויך אז מ'דארף היטן שבת. די חילוקי דיעות זענען נאר אין די פראקטישע "קלייניקייטן"...!
וועלכע קלייניקייטן?
פארשפארט