דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך [NAMELESS] »

די צייטונג דער איד האט די לעצטע פאר וואכן אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים ווי ס'איז שוין איינגעפירט די לעצטע צענדליגע יארן, און זאגן אז זיי באשרייבן נאר אויב מ'באצאלט זיי.

איך ווינדער מיך וואס האט זיי געמאכט דאס טוהן, ווייל פאר מיר קוקט עס אויס ווי א זאך וואס לוינט זיך פאר די צייטונג ווייל עס מאכט די ליינערס פילן ווי א פאמיליע און מאכט די צייטונג פילן היימיש און משפחה'דיג.
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך מר. קלונימוס »

לעצטע פאר וואכן געווען עטליכע הערכות יעדע וואך
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
[NAMELESS]

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך [NAMELESS] »

לכאורה באצאלט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך berlbalaguleh »

ששון ושמחה: דער איד איז בראשית דרכו ,נאך פאר ששת ימי בראשית געוען א פריוואטע צייטונג'ל פון אן אמעריקאנער איד.

דער איד (מענטש), דער. בעה"ב פון די צייטונג איז געווארן עלטער. ער האט געזוכט צו פארקויפן די צייטונג.

די אידישע (אונגארישע) אימיגראנטן וועלכע זענען אקארשט געקומען קיין אמעריקע. זיי האבן נישט געקענט די לאקאלע שפראך, ענגליש. זיי האבן נישט געקענט אפליינען א צייטונג. זיי האבן אבער דאך געוואלט וויסן די נייעס.

ר' סענדער דייטש, א טאלאנטפולער שרייבער און אידעאלאג, וועלכער איז געווען א תלמיד פון סאטמאר'ע רבי'ן אין די שטאט סאטמאר. נאר שפעטער איז ער געווארן אנגעשלאסן אין א נאציאנאל-רעלגיעזע אידעאלאגיע (איך זאג נישט וועלכע) וואוינענדיג אין ארץ ישראל. ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער זיך צוריק אנגעשלאסן אין די סאטמאר'ע קהילה און ער איז נתקרב געווארן צו דעם סאטמאר'ע רבי'ן.

ער האט געזעהן א גוטע געלעגנהייט צו צושטעללן א סערוויס פאר די נייע אימיגראנטן. אויך א גוטע ביזנעס געלגענהייט. האט ער פארהאנדלט מיט דעם אריגינאלן בעה"ב וועגן אפקויפן די צייטונג. נאר וויבאלד ער איז געווען נאנט צו דעם סאטמאר'ע רבי'ן האט ער געפרעגט אויב די רבי איז מסכים מ'זאל צושטעללן א צייטונג פאר'ן עולם. דער סאטמאר'ע רבי האט איהם געענטפערט יא ער איז מסכים. נאר מיט איין תנאי. אז ער מוז אייביג, אויסער די אלגעמיינע נייעס אויך שרייבן און ארויסהייבן די נישט גוטע זייט פון די ציוניסט'ישע רעגירונג אין ארץ ישראל. אויף דעם ערשטן בלעטל פון די צייטונג.

ר' סענדער דייטש האט איבערגענומען די צייטונג און דאס געמאכט פאר די אפיציעלע צייטונג פון די סאטמאר'ע קהילה.

אין די ערשטע יארן איז די צייטונג, דער איד נאר ערשינען איינמאל אין 2 וואכן. נאר קיין ערנסטע צייטליכע (אפ-דעיטעד) נייעס איז דארט נישט געווען. מיט א צייט שפעטער האט ער אנגעהויבן ערשיינען א יעדע וואך. די נייעס איז געווארן מער אקטועל און ר' סענדער דייטש האט געשריבן אן אידעאלאגישן קאלום א יעדע וואך אונטערן נאמען אליעזר עפשטיין. דארט האט ער געפיהרט וויכוחים איבער די שיטה פון סאטמאר'ע רבי'ן הויפטזעכליך מיט אגודת ישראל. און א טייל אויך מיט די מזרחי פארטיי. זייענדיג א גרויסער שרייבער און גראמאטיקער איז זיין קאלום געווען א געשמאק צו ליינען. אפילו מ'האט נישט מסכים געווען מיט זיינע איידיעס.

מיט א צייט שפעטער. ווען די אנדערע אידישע צייטונגען ווי דער טאג-מארגן זשורנאל און דער פארווערטס האבן אנגעהויבן ברענגען אויך פיקטשערס אין די נייעס, האט ר' סענדער דייטש געלאזט וויסן דעם עולם אז זיין צייטונג, דער איד גייט זיך נישט טוישן. און מ'גייט נישט ברענגען בילדער. אפילו פון רבנים.

המשך יבוא, אי"ה.
אקטיווע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך אקטיווע שרייבער »

הייבט זיך נישט אן קיינמאל נישט אויפגעהערט באשרייבן!

סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.

האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך שעפטאל »

ששון ושמחה איז א ערענסטע ניק וואס קומט אריין גאר אינפארמעטיוו.
(נישט נאר א שריפטשטעלער נאר א גבאי אויכעט)
כאנישט קיינאנונג וואס גייט פאר מיטן "דער איד", אבער חזקה על ששון ושמחה אז ער ברענגט ריכטיג, (אין ערגסט'ן פאל א מענטשליכע טעות).

סאו פליז באשולדיג נישט..
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך טאמבל סאס »

אולי האבן זיך אפאר צווייגן פון די געלט בוים אפגעבראכן נאך די לעצטיגע קלימאט טויש סומאטוכעס/זאווערוכעס (יש אומרים, די טייטלבוים פון די שווערע טייטלען געוויכט) און די עדיטער האט מחליט געווען צו קאטן קאסט און דזשענערעיטן אינקום פון די מערסט סענטעטיווע קאלום. דהיינו, "ס'פאסט נישט פאר די משפחה.."
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אקטיווע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך אקטיווע שרייבער »

שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:56 am ששון ושמחה איז א ערענסטע ניק וואס קומט אריין גאר אינפארמעטיוו.
(נישט נאר א שריפטשטעלער נאר א גבאי אויכעט)
כאנישט קיינאנונג וואס גייט פאר מיטן "דער איד", אבער חזקה על ששון ושמחה אז ער ברענגט ריכטיג, (אין ערגסט'ן פאל א מענטשליכע טעות).

סאו פליז באשולדיג נישט..
איי געס די ליינסט נישט וואס ער שרייבט.

אפשר איז עס גאר דיין צווייטע ניק אדער נעמסט זיך סתם אן אלס ואהבת..
[NAMELESS]

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקטיווע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:38 am הייבט זיך נישט אן קיינמאל נישט אויפגעהערט באשרייבן!

סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.

האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט
טייערע @אקטיווע שרייבער, כ'זעה ביסט נאך ניי דא, איז לאמיך דיר אביסל אינטראדוסען צו קאווע שטיבל. דא איז נישט כתה ח' אדער אייוועלט - דא טרייט מען צו רעדן שיין איינער צום צווייטן און נישט אסומען אז דער אנדערע מענטש מיינט חלילה סתם צו זאגן ליגענט.

בכלל, מנהג העולם איז אז מ'קומט אריין אין א נייע פלאץ רעדט מען געלאסן און נישט אגרעסיוו צו מענטשן וואס זענען שוין דא א לענגערע צייט און זענען שוין מער היימיש. דו וואלסט נישט גערעדט אזוי דריי טעג נאכ'ן אנפאנגען דאווענען אין א נייע ביהמ"ד נאכדעם וואס קוים וואס דו קענסט די רעגעלמעסיגע מתפללים. דא ערלויבסטו זיך עס צו טוהן ווייל ביסט אנאנים, און מ'זעהט נישט ווער ס'רעדט אזוי. פרעג איך דיר, איז דאס מידות טובות?

איך האב געזאגט אז "דער איד" האט אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים אומזינסט, און דו טענה'סט אז ס'איז נישט אמת. קען זיין אז איך האב געמאכט א טעות, און ס'קען זיין אז דו מאכסט א טעות. רעד ווי א מענטש, און איך וועל אי"ה ענטפערן ווי א מענטש, און אזוי וועט קענען קלאר ווערן ווער ס'איז גערעכט.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך חב''ד הויזן »

ששון ושמחה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:36 am און זאגן אז זיי באשרייבן נאר אויב מ'באצאלט זיי.
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:41 am סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.

האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

ששון ושמחה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:36 am די צייטונג דער איד האט די לעצטע פאר וואכן אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים ווי ס'איז שוין איינגעפירט די לעצטע צענדליגע יארן, און זאגן אז זיי באשרייבן נאר אויב מ'באצאלט זיי.

איך ווינדער מיך וואס האט זיי געמאכט דאס טוהן, ווייל פאר מיר קוקט עס אויס ווי א זאך וואס לוינט זיך פאר די צייטונג ווייל עס מאכט די ליינערס פילן ווי א פאמיליע און מאכט די צייטונג פילן היימיש און משפחה'דיג.

די לעצטע עטליכע יארן איז עס אבער אויף סך א גרעסערע פארנעם ווי די לעצטע צענדליגע יארן, זיי באשרייבן כמעט יעדן נפטר פון איבער די גארער וועלט דאס איז אמאל נישט געווען און לויט ווי איך האב געהערט איז דארט דא פאר דעם מינימום דריי אדער מער שרייבער, ס'אסאך ארבעט און געלט, סוי איי געס זיי פרובירן ערגץ וואו צו זיך קאווערן אויף דעם. זאל שוין משיח קומען און מ'וועט נישט שרייבן די זאכן ויקוצו וירננו שוכני עפר ומחה ה' וכו'
אקטיווע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך אקטיווע שרייבער »

ששון ושמחה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:08 am טייערע @אקטיווע שרייבער, כ'זעה ביסט נאך ניי דא, איז לאמיך דיר אביסל אינטראדוסען צו קאווע שטיבל. דא איז נישט כתה ח' אדער אייוועלט - דא טרייט מען צו רעדן שיין איינער צום צווייטן און נישט אסומען אז דער אנדערע מענטש מיינט חלילה סתם צו זאגן ליגענט.

בכלל, מנהג העולם איז אז מ'קומט אריין אין א נייע פלאץ רעדט מען געלאסן און נישט אגרעסיוו צו מענטשן וואס זענען שוין דא א לענגערע צייט און זענען שוין מער היימיש. דו וואלסט נישט גערעדט אזוי דריי טעג נאכ'ן אנפאנגען דאווענען אין א נייע ביהמ"ד נאכדעם וואס קוים וואס דו קענסט די רעגעלמעסיגע מתפללים. דא ערלויבסטו זיך עס צו טוהן ווייל ביסט אנאנים, און מ'זעהט נישט ווער ס'רעדט אזוי. פרעג איך דיר, איז דאס מידות טובות?

איך האב געזאגט אז "דער איד" האט אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים אומזינסט, און דו טענה'סט אז ס'איז נישט אמת. קען זיין אז איך האב געמאכט א טעות, און ס'קען זיין אז דו מאכסט א טעות. רעד ווי א מענטש, און איך וועל אי"ה ענטפערן ווי א מענטש, און אזוי וועט קענען קלאר ווערן ווער ס'איז גערעכט.

קום אראפ פליז פון בוים צדיק.

א נייע ניק מעג אויך האבן א מיינונג אדער דערציילן דאס ווארהייט ואתכם הסליחה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך שמעקעדיג »

איינער האט געזאגט אז נישט? אודאי מעג מען! אבער רעספעקטפול ביטע.
וירח ה' את ריח הניחוח
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך תרמב »

חברה עטס זענטס גערעכט מ'טאר נישט אטאקירן קיין וועטעראנען שרייבער'ס, אויך נישט קיין נייע..

אבער זייטס נישט אזוי סענסעטיוו..

האט ער געזאגט... פארוואס ווערט מען אזוי שנעל באליידיגט?
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך צוויי »

געפינט זיך ערגעץ אן אשכול בכלליות איבער דער איד?

ביזדערווייל ברענג איך דעם בייגעלייגטן דאקומענט אהער:
מכתב קיוויאשד.pdf
(184.15 KiB) אראפגעלאדנט 35 מאל
[NAMELESS]

Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקטיווע שרייבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:41 am הייבט זיך נישט אן קיינמאל נישט אויפגעהערט באשרייבן!

סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.

האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט
גיב א קוק אין די לינק עס קאסט געהעריג געלד

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p5131324
פארשפארט