ביסטו א איד אדער א סייענטיסט? (כשרות)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סעמיט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:24 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

ביסטו א איד אדער א סייענטיסט? (כשרות)

שליחה דורך סעמיט »

די מאסיווע כשרות אינדוסטריע פיטערט דעם ציבור יעדן טאג מיט פרישע חומרות חדשים לבקרים וואס ברענגט נאר מער און מער געלט פאר די רבנים און בעלי מכשירים, און טרייבט ארויף די לעבנס-קאסטן צו שרעקליך הויכע ציפערן. כמעט וואס מ'געדענקט נישט אז הונדערטער פראדוקטן, אזש אפילו פעיפערגודס, האבן אמאל נישט געדארפט קיין הכשר, און קוים וואס מ'קען טרעפן אין גראסערי אן א הכשר.

א נייע אויפטו איז ארויסגעקומען אין די לעצטע חדשים, בונדלעך וואס זענען שוין נבדק מתולעים, וואס פארשטייט זיך אז דאס קאסט אסאך מער צו פראדוצירן, און קאסט מער פאר'ן קאסטומער, און וועט עווענטועל ווערן די סטאנדארט (מיט א פרייז פינף מאל מער ווי אלגעמיינע), און אונזערע קינדער וועלן נישט קענען גלייבן אז ערליכע אידן האבן אמאל געגעסן בונדלעך פון אלגעמיינע פירמעס.

דער מהלך וואס די השגחה אינדוסטריע פרעדיגט איז אנטי-תורה און אנטי-הלכה און גרעניצט זיך מיט כפירה. דאס איז א מהלך וואס פארלאזט זיך נישט צו פארשטיין כשרות לויט ווי הלכה שטעלט עס אוועק, נאר נוצט דעם שכל און סייענס צו באשטימען הלכה'דיגע פראגעס.

בדיקת תולעים האט הלכות וואס האבן נישט צוטון מיט א מענטש'ס גילטי פילינג אויב ער האט בטעות געגעסן א ווארים. די הלכות זענען באזירט אויף וואס חז"ל האבן פארשטאנען איז דער רצון ה', און וואס איז דער עקסטענט וואס א מענטש דארף טון כדי ער זאל נישט עסן קיין ווערים. ווען א מענטש פאלגט הלכה, און איז בודק ווען מ'דארף, און איז נישט בודק ווען מ'דארף נישט, אפילו מציאות'דיג גערעדט און סייענטיפיש איז ברור כשמש אז אמאל אמאל עסט ער ווערים, אנערקענט נישט הלכה אין זיין ווערים עסעריי. אמת, סייענס זאגט אז דו האסט געגעסן א ווארים, אבער הלכה זאגט אז נישט!

אויף אזא הבנה שטייט גאנץ הלכות מאכלות אסורות. חז"ל זאגן אז מ'זאל נישט בודק זיין די י"ח טריפות - נישט ווייל ס'איז נישט דא קיין טריפה'נע בהמות, נאר ווייל ס'איז גענוג ווייניג אז הלכה אנערקענט נישט די מציאות פון טריפה'נע בהמות. חז"ל האבן געוואוסט פונקט ווי דו ווייסט אז מציאות'דיג גערעדט עסט מען בהמות וואס זענען סייענטיפיש טריפה. אבער אויב פאלגט מען די כללים פון הלכה, אנערקענט נישט הלכה אין דעם מציאות! לויט די לאבאראטאריע האסטו געגעסן טריפות, און לויט חז"ל נישט.

ווען די בעלי מכשירים קומען מיט זייערע שרעק-מעשיות ווי מ'האט אמאל געטראפן אזא ווארים מיט אזא טריפות, און ממילא מוז מען אויפקומען מיט פרישע חומרות אשר לא שערום אבותינו, זענען זיי פשוט'ע כופרים אין דעם הלכה'דיגן סיסטעם. יא, דו מיט דיין מיקראסקאפ און סטאטיסטיקס און בדיקות יתירות האסט געטראפן טריפות, חז"ל זאגן אז האסט נישט געזאלט בודק זיין, און ס'אינטערעסירט אונז נישט אז מ'קען טרעפן טריפות. פארוואס קומסטו פרעדיגן א הבנה אין כשרות וואס האט גארנישט מיט אידישקייט און וויאזוי הלכה ארבעט?

די שאלה ווען עס קומט צו כשרות איז: גייסטו נאך כשרות פון חז"ל, אדער א ניי-ערפינדענע סייענטיפישע "כשרות"? ביסטו א איד אדער א סייענטיסט?

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר