דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איך מיין אז ער הייסט הרב דוד נדב, ער איז א ספרדישע, ער זינגט אויך אויף מונה 4 אדון הסליחות, און אויף מונה 5 ואין מליץ יושר פון יגאל צליק.
איך האב אויך זייער ליב זיין זינגען, ספעציעל טאקע ווי ער זינגט דעם פדה בשלום. אויך איך ווער משוגע פאר דער ארעינזשמענט (און אויך פאר דעם ניגון) עס איז ממש הערליך, א בריליאנטענער שטיקל.
איך האב אויך זייער ליב זיין זינגען, ספעציעל טאקע ווי ער זינגט דעם פדה בשלום. אויך איך ווער משוגע פאר דער ארעינזשמענט (און אויך פאר דעם ניגון) עס איז ממש הערליך, א בריליאנטענער שטיקל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איך האב באמערקט, אז ס'געווען א געוויסע תקופה וואס ארעינדזשערס האבן כמעט נישט גענוצט קיין עכטע סטרינגס, בעיקר אין די נ' יארן ד.ה. צווישן תש"נ און תש"ס.
באמערקט צ.ב.ש. ווי די טעיפ'ס פון מבד ביז נאך דאבל אלבום זענען אלע מיט סטרינגס און פון משיח ביז לולי תורתך איז נאר סינטיסייסער סטרינגס.
די בעלזע טעיפ, ביז נאך ממקומך איז מיט סטרינגס און פון הנה זה בא איז אן סטרינגס, אויך לחיים אידן און ברודער זענען אן סטרינגס.
די פיטבורגע טעיפ'ס ביז נאך די דריטע איז מיט סטרינגס און # 4 5 6 זענען אן סטרינגס און # 7 איז שוין מיט סטרינגגס.
ביי אברהם פריד איז די זעלבע, ביז נאך תנו שבח איז מיט סטרינגס, און די אלע טעיפ'ס אינצווישן (אויסער די חב"ד טעיפ'ס און די צווייטע טעיפ פון אידישע אוצרות) ביז חזק זענען אן סטרינגס.
משה גאלדמאן'ס טעיפ'ס: ביז #4 איז מיט סטרינגס און פון דארט ביז # 10 (אריין גערעכנט חזק) זענען אן סטרינגס).
ישראל לאם האט דאכט זיך געניצט סטרינגס אויך אין די תקופה אבער איך מיין אז ווייניגער ווי פאר דעם אדער נאך דעם.
ביי ישראל לאם און נאך מער ביי מונה (און אויך ביי א סך אויפגעקומענע ארעינדזשערס) קען זיך נאך היינט אויך מאכן א טעיפ אן קיין סטרינגס, אבער נישט ווי אין יענע תקופה וואס א טעיפ מיט סטרינגס איז געווען א זעלטענער ערשיינונג. (איך רעד שוין נישט פון משה לאופר וואס היינט אן ארעינדזשמענט אן סטרינגס איז נישט משה לאופר).
מה פשר הדבר?
באמערקט צ.ב.ש. ווי די טעיפ'ס פון מבד ביז נאך דאבל אלבום זענען אלע מיט סטרינגס און פון משיח ביז לולי תורתך איז נאר סינטיסייסער סטרינגס.
די בעלזע טעיפ, ביז נאך ממקומך איז מיט סטרינגס און פון הנה זה בא איז אן סטרינגס, אויך לחיים אידן און ברודער זענען אן סטרינגס.
די פיטבורגע טעיפ'ס ביז נאך די דריטע איז מיט סטרינגס און # 4 5 6 זענען אן סטרינגס און # 7 איז שוין מיט סטרינגגס.
ביי אברהם פריד איז די זעלבע, ביז נאך תנו שבח איז מיט סטרינגס, און די אלע טעיפ'ס אינצווישן (אויסער די חב"ד טעיפ'ס און די צווייטע טעיפ פון אידישע אוצרות) ביז חזק זענען אן סטרינגס.
משה גאלדמאן'ס טעיפ'ס: ביז #4 איז מיט סטרינגס און פון דארט ביז # 10 (אריין גערעכנט חזק) זענען אן סטרינגס).
ישראל לאם האט דאכט זיך געניצט סטרינגס אויך אין די תקופה אבער איך מיין אז ווייניגער ווי פאר דעם אדער נאך דעם.
ביי ישראל לאם און נאך מער ביי מונה (און אויך ביי א סך אויפגעקומענע ארעינדזשערס) קען זיך נאך היינט אויך מאכן א טעיפ אן קיין סטרינגס, אבער נישט ווי אין יענע תקופה וואס א טעיפ מיט סטרינגס איז געווען א זעלטענער ערשיינונג. (איך רעד שוין נישט פון משה לאופר וואס היינט אן ארעינדזשמענט אן סטרינגס איז נישט משה לאופר).
מה פשר הדבר?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
עס איז נישט מסתבר אז פונקט אין די זעלבע תקופה האבן אלע זינגערס -רייכע און ארימע- געזיכט צו שפארן.
איך טראכט אז עס איז פשוט געווען א סטייל, די לייכטקייט פון די סינטעטישע סטרינגס האט געהאט א חן ביין עולם (אזוי ווי היינט עלעקטעריק דראם'ס ביי טייל ניגונים),
עס האט זיך מעגליך אנגעהויבן מיט דעם וואס מען האט געזען אין די סינטעטישע סטרינגס א ביליגע ערזאץ פאר ריכטיגע סטרינגס וואס האט גאר א מעלה קעגן די שווערער ארגינעלע סטרינגס, און ערשט שפעטער האט מען זיך געכאפט אז מיט פאלשע סטרינגס פארפעלט מען א סך אין מוזיק, און אז די שווערער האבן א סך מעלות וואס וועגן איבער די מעלות וואס די לייכטע סינטעטישע סטרינגס.
איך טראכט אז עס איז פשוט געווען א סטייל, די לייכטקייט פון די סינטעטישע סטרינגס האט געהאט א חן ביין עולם (אזוי ווי היינט עלעקטעריק דראם'ס ביי טייל ניגונים),
עס האט זיך מעגליך אנגעהויבן מיט דעם וואס מען האט געזען אין די סינטעטישע סטרינגס א ביליגע ערזאץ פאר ריכטיגע סטרינגס וואס האט גאר א מעלה קעגן די שווערער ארגינעלע סטרינגס, און ערשט שפעטער האט מען זיך געכאפט אז מיט פאלשע סטרינגס פארפעלט מען א סך אין מוזיק, און אז די שווערער האבן א סך מעלות וואס וועגן איבער די מעלות וואס די לייכטע סינטעטישע סטרינגס.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ס'דא זייער א סך מאל וואס מונה ביי א קונצערט און נאך מער ביי א חתונה נעמט ארויס דעם עולם פון די גלייזן מיט זיינע גיטע שטיקלעך, אבער איך מיין אז זייער א סך מאל פלאפט ער, עס פעלט צומאל פרישקייט און צומאל איז עס אפילו אומבלימפערט. נאך א קאנצערט וואס לאופר אדער אפילו אנדערע נישט אזעלעכע פאפולערע אעירנדזשערס פירן אן, גייט דער עולם רוב מאל ארויס מער סעטיספייד, און ווער רעדט נאך פון ישראל לאם וואס ער איז א מעסטער אין קאנצערטן, מיט זיין אייזענע האנט פירט ער אן אז ס'קלאפט אלעס הונדערט און איין פראצענט, ער איז א ביישפיל אין אונזער קולטור פון א קאנצערט אנפירער.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פון אלע קליפס וואס איך האב געזעהן ביי קאנצערטן, האבעך קיינמאל נישט געזעהן מער ווי דעם אז דער ארענדזשער שטייט און מאכט מיט די הענט ארויף און אראפ, צו קאנטראלירן די ביעטס, מ'כלומר'שט.
דערמאנט מיר פון יענעם חכם וואס פלעגט שטיין ביי די טרעפיק לעמפ, ביי גרין האט ער געשאקעלט מיט די האנט אז מען זאל פארן, און ביי רויט האט ער אויפגעהויבן די האנט הויך צו ווייזן אז יעדער זאל סטאפן! און איז אהיים מלא סיפוק אז "ער" קאנטראלירט דעם טראפיק אין שטאט...
אקעי, דער משל איז נישט אינגאנצן דומה לנמשל, אבער איר כאפט מיין פוינט? וואס איז דער נוצן פון די האנט ארויף און אראפ? דאס איז דער גדלות פון די אראנדזשירער?

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
דו האסט עס ארויס געברענגט מיט זייער א פאסיגער משל.
אמת, דער גדלות פון אן ארעינדזשער איז נישט צו שטיין מיט די שטעקעלעך און קאנדאקטן, דער ארבעט פון אן ארעינדזשער איז מסדר צו זיין וויאזוי דער ניגון זאל געזינגען ווערן, און דער עיקר, וויאזוי און מיט וואס דער מוזיק זאל עס ארום נעמען און באצירן. דער אויפגאבע קען עפ"י רוב (אויב איז עס נישט צו קאמפליצירט) געטון ווערן דורך נאטן (אויב דער ארעינדזשער קען) און צוגאב פון עטליכע אנווייזונגען. אבער פארשטייט זיך אז אויב דער ארעינדזשער איז אנוועזנד קען ער זיכער מאכן אז אלע האבן פארשטאנען וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען אין די נאטן, און דערצו זיי געבן זיין השראה אז די מוזיקאנטן זאלן מער "פילן" דאס וואס ער וויל ארויסברענגען.
דאס שטיין אנטקעגן איבער ביי א קאנצערט און קאנדאקטן מיט די שטעקעלעך גיט א געוויסע דיסציפלין, צו האלטן די זאך אין די ראמען (וואס פעלט זיך אודאי מער אויס ביי א גרעסערע ארקעסטרא ווי ביי א קלענערע. אגב, קאנדאקטן פראפעשאנעל איז א פאך וואס מ'דארף זיך לערנען די כללים דערפאר, יעדער ריטעם האט אנדערע סמנים. די שטעקעלעך איז לאו דוקא א טייל פונעם קאנדאקטן, עס איז אזוי געווארן צוליב וואס איינע פון די גרויסע קאנדאקטערס איז געווען א פידלער און פלעגט קאנדאקטן מיט זיין בויגן), פארשטייט זיך אז טייל מאל איז דאס קאנדאקטן מיט די הענט בלויז א פערפארמענטס און איז מינדערוויכטיג פאר די עצם מוזיק. אבער עפ"י רוב האט עס א וויכטיגע אויפגאבע ווי שוין ערקלערט
און אז דער קאנדאקטער איז דער מחבר המוזיק אליין גיט ער אויך זיין השראה ווי אויבן דערמאנט, מיטן זיין אנוועזנד דארט.
זעהט נאר ביי די ניגונים ווי ישראל לאם קאנדאקטעט מונה רוזנבלום'ס ארעינדזשמענטס. עס האט נישט מונה'ס טעם, ספעציעל פאר ישראל לאם אלס ארעינדזשער איז שווער צו קאנדאקטן אנדערן'ס ארעינדזשמענטס, און אז ער קאנדאקטעט עס האט עס טייל מאל א יענץ פנים.
ווען איך פרעג צו מונה איז גוט פאר א קאנצערט, מיין איך נישט צו פרעגן צו ער טוט שיין דעראגירן מיט די שטעקעלעך, ווייל דאס ווייסט יעדער אז ער איז A1, איך מיין בעיקר צו פרעגן צו ער באארבעט גוט זיינע מוזיקאנטן ביי א קאנצערט. ישראל לאם ווייס איך אז יא, אבער מונה, ווענד זיך לויט זיין גוסטע.

איך האב א סך מאך געטראכט אז ווען מונה וואלט אין די לעצטע צוואנציג יאר געניצט די אמעריקאנער מוזיקאנטן, ספעציעל די רידעם מיט גערשאווסקי און קוטלער, וואלט זיין מוזיק געווען מען פראפעשענל. עס וואלט אפשר טיילמאל נישט געהאט דעם חן ווי מיט די ישראלישע, אבער עס וואלט געווען מער אין א ראם. עס וואלט זיך געהערט מער אטענטיש מיט זיי.
וואס זאגט איר צו דעם?
וואס זאגט איר צו דעם?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
מיט א קארגע צוויי יאר צוריק איז ערשינען דער טעיפ לחיים טיש חב"ד, מעדליס פון חב"דסקע טאנץ ניגונים, די מוזיק און קווייער איז ביי מונה, דער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן מיט 15 יאר פאר עס איז ארויס געקומען, רן ורד איז נאך אויף די דראם'ס. מיינע הערות אויף דעם טעיפ איז אזוי: דער רידעם איז נישט אזוי רייך מיט עקטשן, עס פעלט אביסל פרישקייט, אבער מצד שני פארמאגט עס מונה'ס ספעציעלע ענערגי, אויך איז 'פאראן דארט גיטע אינטראו'ס מיט מעכטיגע שטיקלעך וואס דערמאנט מונה פון אמאל.
די זינגערס ווידער זענען מסלף געוויסע שטיקלעך, דער הברה זייערע ארט מיר נישט, אבער זיי שניידן אויך ארויס די חב"ד'סקע אייגנארטיגע קנייטשן וועלעכ מאכן דעם ניגון. אויך דעם יונגל הויפט סאליסט שפיר איך אז ער מאכט קאליע דעם טעיפ, איך ווייס נישט פארוואס פונקטליך (אפשר ווייל עס דערמאנט מיר קינדער קלאסיק?!).
דאכט זיך אז דער טעיפ האט זיך זייער גיט אויפגעכאפט.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
חצקל די ביזט דאך מוראדיג ממש שפתים ישק די וועג וויאזוי די ברענגסט ארויס דיינע געפילן לגבי מיין super hero music genius משה מרדכי מונה רוזענבלום ניו
לעמיך אריינווארפן מיין ארעמע דעה אפאר נקודת וואס נאכנישט אויסגעשמוסט
אונסטרומענטן , מונה לייגט אריין דעם טראמפעט סאקסופאן גיטאר, פלוט אופן ריכטיגן פלאץ וויא פון הימל אראפ יעדער אונסטרומענט איז וואו געגאסן צום מעלאדי אונטראו אדער מעבור, נאכדעם דער פיטש אין די קנייטשן
פונעם אונסטרומענט הוי ווער סהאט נישט געהערט דעם מעדאלי אויף מונה 2 אדרבה אלקי נשמה הו יגאל דער האט נאך קיין מוזיק טועם געווען הוי דער פידל בעט זיך וויינט זיך ושנדבר כל אחד את חבירו בדרך הישר דערנאך דער טרומפעט ותחזק אותנו באהבה סרייסט דרך שטיקער לעבעדיגע פלייש!!! קעפ שפאלטן זיך !!! אוי כבין פארקראכן נאר ארויסגברענט לדוגמא וואס מונה טוט מיט אונסטרומענטן
המשך יבא got go now
לעמיך אריינווארפן מיין ארעמע דעה אפאר נקודת וואס נאכנישט אויסגעשמוסט
אונסטרומענטן , מונה לייגט אריין דעם טראמפעט סאקסופאן גיטאר, פלוט אופן ריכטיגן פלאץ וויא פון הימל אראפ יעדער אונסטרומענט איז וואו געגאסן צום מעלאדי אונטראו אדער מעבור, נאכדעם דער פיטש אין די קנייטשן
פונעם אונסטרומענט הוי ווער סהאט נישט געהערט דעם מעדאלי אויף מונה 2 אדרבה אלקי נשמה הו יגאל דער האט נאך קיין מוזיק טועם געווען הוי דער פידל בעט זיך וויינט זיך ושנדבר כל אחד את חבירו בדרך הישר דערנאך דער טרומפעט ותחזק אותנו באהבה סרייסט דרך שטיקער לעבעדיגע פלייש!!! קעפ שפאלטן זיך !!! אוי כבין פארקראכן נאר ארויסגברענט לדוגמא וואס מונה טוט מיט אונסטרומענטן
המשך יבא got go now
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דער דריטע זאך
יעדע כלי זמר האט אייגענארטיגע קונצליכע שטימעס נעם למשל דעם סאקסיפאן סאיז דא ultra tenor growl אין נאך,מונה קומט יעדעס מאהל מיט א חידוש אינעם עצם אינסטרומנט שטימע משה לויפער האט אלס דער זעלבער מין איך קען עס אלס פרודיקטן, בקיצור מונה נעמט ארויס דער מאקסימום פונעם כלי נעמט דעם גיטאר סאיז דא אזויפיל מינים שונים ,ישראל לאם למשל קען איך לויטן שטימע גיטאר צוטרעפן צו אים
מונה איז רייך מיט צענדליגער מינים גיטארס יעדעס מאהל א חידוש,
סאיז דא אסאך גוטע מעבדים זייער אסאך נעמען אייגענס אסאך נייערע זענען א געמיש פון מונה מיט לויפער איידיעס אבער יעדעס מאהל איך פרוביר מיך איינרעדן אז דער איז דאך אויך גוט דער כמעט אזוי גוט קומט מונה ארויס מיט א פרישער חידוש וואס זאגט זיך אני מונה אני הוא ולא אחר
הניגון שפרינגען אין ים פון ליפ אפ פעיט יוכיח