וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך מילך טראק »

אין די נייעס די איצטיגע טעג הערט מען ווי אסאך דעמאקראטישע פירער זענען אקעגן מדינת ישראל מיט די יעצטיגע אינוואזיע,

פארשטייט זיך אז די פאלעסטינע פארפירן אקעגן מדינת ישראל, אבער דאס איז נישט וועגן ישרות, פשוט זיי האלטן אז מדינת ישראל טאר נישט עקזעסטירן,

די וועלט וואס איז קודם יא געשטאנען מיט מדינות ישראל האט זיך יעצט אויסגעדרייט און זיי אקעגן מדינת ישראל,

איך אלטס א איד זעה דאס בלויז שנאת ישראל, פארוואס זאל מדינת ישראל נישט האבן די רעכט צו אויסרייסן די טעראר גרופע וואס זענען פאראנוואטליך פאר אזויפיל צעווילע מארד.

איך זעה בככל נישט וואספארא רעכטן כאמאס אדער פאלעסטינע קען האבן, און צו די צעווילע מענטשן דארט, פארוואס האסטו גארנישט געטוהן אקעגן דיין רעגירונג, יעצט גיט מען דיר די געלעגענהייט צו אנטלויפען, איך זעה בככל נישט די אנדערע זייט,

איך וויל אבער טראכטן אהן נגיעות ווען סוואלט אינדיע אקעגן פאקעסטאן, וואס וואלט איך געהאלטן.

אויב איינער קען מיר געבן צו פארשטיין די אנדער זייט וואלט איך אפרישיעט
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך היימלינד »

איך זעה נישט קיין צווייטע זייט חוץ פון שנאת ישראל - אפילו על צד אויב מדנ"י ניצט איבערגעטריבענע מאכט און הרג'ט ציווילע.

מען האט נישט געדארפט ווארטען ביז יעצט דאס צו זעהן, וואס איז מיט אלע UN פארדאמונגען ביז יעצט בו בעת וואס א.ג. פאליסטינער רצח'נן אומשולדיגע בירגער ואין פוצה פה.

געדענקט דא איינער וויפיל די וועלט אריין גערעכענט אמעריקא האבן געהאלפען ביי מלחמת ששת הימים & יו"כ ? אפילו ווען אמעריקא האט געשיקט שטיצע אביסעל אסאך שפעט איז עס נאר געווען מיט זייערע חשבונות אקעגען די סאוויעטישע פארבאנד.
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך פוילישע פעפער »

עס איז זייער פשוט, די אלע מדינות טוישן זיך שטייטלעך פון דעמאקאטישע מערב לענדער מדינות צו דיקטאטורישע אראבישע מדינות, און דאס איז צוליב די מאסן אראבערס וואס ציען זיך אריבער צו די מדינות,
ממילא ווערן זיי אזוי פיינטליך צו מדינת ישראל.

(אלס משל, זייט ביידען האט געכאפט אז ער דארף האבן די שטימען פון די אראבערס אין מישיגען, איז ער געווארן זייער שטייף צו מדינת ישראל)
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך mevakesh »

די טענה פארוואס האסטו נישט געטון קעגן דיין רעגירונג האט אפאר פראבלעמען
קודם כאמאס זענען רוצחים און עס זענען זיכער דא מענטשן וואס זענען קעגן זיי און האבן מורא זיך אנצורופן
און נאכדעם ווייל איינער איז מסכים אז חמאס זאל הרגענען איז ער מחיוב מיתה
איך קען גענוג מענטשן וואס האלטן אז מען דארף הרגענען מעקסיקאנער און שווארצע אדער לכל הפחות צוריק מאכן פאר קנעכט צו זענען זיי מחיוב מיתה פארן טראכטן אדער האלטן אזוי?
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך mevakesh »

בנוגע די עצם שאלה לעניות דעתי איז נישט אפגעפרעגט צו זיין קעגן מדינת ישראל
אבער די פראפארציע וויאזוי מען רעאגירט צו דעם שטימט נישט מיט וויאזוי די וועלט רעאגירט אין אלגעמיין און דאס שמעקט שוין פון שנאת ישראל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך berlbalaguleh »

mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:11 pm בנוגע די עצם שאלה לעניות דעתי איז נישט אפגעפרעגט צו זיין קעגן מדינת ישראל

דו האסט אליין פארענטפערט דיין קשיא: דאס אלעס איז נאר ריין שנאת ישראל (אויך שנאת מדינת ישראל. ווייל ווער וואוינט אין מדינת ישראל. יודן.)

א גוי קען (אפשר) מיט וויינען מיט א איד. די "גוטע" גויים. נאר ווען א איד קלאפט צוריק קען ער נישט אויסהאלטן.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך מילך טראק »

mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:11 pm בנוגע די עצם שאלה לעניות דעתי איז נישט אפגעפרעגט צו זיין קעגן מדינת ישראל
אבער די פראפארציע וויאזוי מען רעאגירט צו דעם שטימט נישט מיט וויאזוי די וועלט רעאגירט אין אלגעמיין און דאס שמעקט שוין פון שנאת ישראל
זיי מסביר פארוואס מ"י האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אקעגן חמאס

mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:07 pm די טענה פארוואס האסטו נישט געטון קעגן דיין רעגירונג האט אפאר פראבלעמען
קודם כאמאס זענען רוצחים און עס זענען זיכער דא מענטשן וואס זענען קעגן זיי און האבן מורא זיך אנצורופן
און נאכדעם ווייל איינער איז מסכים אז חמאס זאל הרגענען איז ער מחיוב מיתה
איך קען גענוג מענטשן וואס האלטן אז מען דארף הרגענען מעקסיקאנער און שווארצע אדער לכל הפחות צוריק מאכן פאר קנעכט צו זענען זיי מחיוב מיתה פארן טראכטן אדער האלטן אזוי?

מגעט זיי צייט צו אוועקגיין און מהארגט זיי נישט, די וואס זענען נישט צופרידן פון די חמאס גאווערמענט איז דאך זייער גוט פאר זיי מיט די מלחמה
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך אלפא »

לענ"ד , די סיבה פארוואס דעמאקראטישע פירער קומען ארויס קעגן מדנ"י - פשוט ווייל זיי זענען אריינגעוועלט געווארן צו רעפרעזענטירן זייער ציבור און דאס איז וואס זייער ציבור שרייט אז זיי ווילן. (צו עס איז טאקע א רוב אדער נאר די מיינאריטי מאב איז א נושא פאר זיך).

פארוואס די אלגעמיינע עולם איז אזוי בייז - אין טייל ווייל די לינקע אגענדע איז בעד אלע 'אפרעסטע' גרופעס, וממילא זענען די פאלעסטינער אריינגעפאלן אין דעם קאטעגאריע און אטאמאטיש מדנ"י אין די פאקערטע. (-נישט מתוך שנאת ישראל בכלל)
און טייל מכח די פאקט אז די קאנפליקט נעמט אויף ספעציעלע אטראקציע אין די אלגעמיינע דיסקאורס. די סיבות דערפאר זענען מולטיפאסטעד - און אין דעם איז בפשטות יא דא שנאת ישראל אריינגעמישט - הגם איינמאל עס ראולט שוין האט עס א שניי-באל עפעקט אן קיין ספעציפישע אגענדע וואס דרייווט עס.

דאס אז אקאדעמיע איז איינגענומען ביי די לינקע איז טאקע א (ווייטוגליכע) פאקט, און עס איז אמת אז טרעפן א קאנזערוואטיוו אלס פראפעסאר אין געוויסע פעלדער איז א זעלטענהייט. אבער מ'דארף קלארשטעלן אז דאס איז בעיקר אין די ארטס און הומעניטיס פעלדער (בפרט סאציאלע סייענס..), חוץ פון דעם דארף מען געדענקען אז די קולות וואס מ'הערט און די זאכן וואס מ'זעט איז נאר די טייל וואס קומט ארויס און נאר דורך די וועלכע שרייען הויך, עס איז יא דא אסאך נארמאלע מענטשן וואס טשעלענדזשען יא דעם נאראטיוו פון אינערווייניג (נישט דוקא מיט גרויס הצלחה..) און די קולות פון די וועלכע האלטן אנדערש הערט מען נישט טאקע ווייל זיי שרייען נישט (סיילענט מעדזשארעטי?).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום אלפא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך mevakesh »

מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:35 pm
mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:11 pm בנוגע די עצם שאלה לעניות דעתי איז נישט אפגעפרעגט צו זיין קעגן מדינת ישראל
אבער די פראפארציע וויאזוי מען רעאגירט צו דעם שטימט נישט מיט וויאזוי די וועלט רעאגירט אין אלגעמיין און דאס שמעקט שוין פון שנאת ישראל
זיי מסביר פארוואס מ"י האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אקעגן חמאס
מדינת ישראל האט א רעכט זיך צו פארטיידיקן אבער זיי מוזן נישט הרגענען ציווילע זיי קענען פיל מער אכטונג געבן ווען זיי ווילן און גראדע און די לעצטע יארן גיבן זיי מער אכט נאר יעצט צוליב די אויפברויז פון די לאנד מוז מען אויסגעבן די כעס און דירעקט נישט אכט געבן
און בכלל איז נישט זיכער אז די אפעראציע יעצט גייט אסאך העלפן צו פארטיידיקן מדינת ישראל חמאס גייט לכאורה נישט אויסגעראטן ווערן אזוי ווי מען זעט זיי קומען צוריק און פלעצער גראד ווען צהל גייט ארויס
מדינת ישראל האט נישט קיין אפעראציע פון פארטיידיקן זי האבן אן אפעראציע פון אויסגיסן די כעס
טאקע ווי לענגער די צייט גייט אדורך און עס שטעלט זיך ארויס אז מען מאלט וואסער פארלירט די וועלט זי געדולד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום mevakesh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך mevakesh »

מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:37 pm
mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:07 pm די טענה פארוואס האסטו נישט געטון קעגן דיין רעגירונג האט אפאר פראבלעמען
קודם כאמאס זענען רוצחים און עס זענען זיכער דא מענטשן וואס זענען קעגן זיי און האבן מורא זיך אנצורופן
און נאכדעם ווייל איינער איז מסכים אז חמאס זאל הרגענען איז ער מחיוב מיתה
איך קען גענוג מענטשן וואס האלטן אז מען דארף הרגענען מעקסיקאנער און שווארצע אדער לכל הפחות צוריק מאכן פאר קנעכט צו זענען זיי מחיוב מיתה פארן טראכטן אדער האלטן אזוי?

מגעט זיי צייט צו אוועקגיין און מהארגט זיי נישט, די וואס זענען נישט צופרידן פון די חמאס גאווערמענט איז דאך זייער גוט פאר זיי מיט די מלחמה
א גרויסע חכמה ער וווינט דארט א גאנץ לעבן און דו לאזט אים אוועקגיין
בכלל ווי לאזטמען אים גיין צו א געצעלט?
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

פאר א גוי צו זיין אנטי מדנ''י קען זיין די סיבות.

אנטיסעמיטיזם.

סתם פארביסענקייט.

נישט טראכטן.

נאכטאנצען א געווויסע סירקול. למשל צו זיין א חלק פון אן אקעדעמישע אדער פאליטישע קלאב, אדער זיין גוט מיט געוויסע מדינות.

פאר א איד צו זיין אנטי מדנ''י קען זיין די סיבות.

אטענשען.

נאכטאנצען א געווויסע סירקול. למשל צו זיין א חלק פון אן אקעדעמישע אדער פאליטישע קלאב.

סאקמער ושיטותיה וגלילותיה.

אידישע לוזערשאפט און גילט.

סתם פארביסענקייט.

חוץ פון דעם איז נישטא קיין סיבה נישט צו זיין פרא מדנ''י, אדער לכה''פ נישט האבן קיין מיינונג אין די אזויגערופענע 'קאנטריוועסיע', כאילו ס'איז דא צוויי לעגעטימע זייטן. סתם אזוי מוז מען אנמערקן אז פון די גרעסטע שונאים פון מדינתנו המעטירה איז נישטא קיין איינער וואס איז אקטיוו פאזעטיוו פרא פאלעסטיין. קיין איינער. א זאך וואס ס'איז נישט בנמצא ביי אנדערע 'קאנטריווערסיעס, לדוגמא אוקריינא מיט רוסלאנד. נישטא אריינעמען פליטים אדער עני זאכליכע שטיצע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטעל דיר פאר ווען די נטורי קרתא קומען אין א ביהמ"ד צוזאמנעמען געלט פאר די הונגעריגע פאלעסטינער קינדער אין עזה. אדער פאר די כאמאס מיידל סקול בנות פאטימא אין רפיח.

דער נארישער (מכח כמה טעמים) גרויסער גענעראל משה דיין האט נאך די זעקס טעג מלחמה געהאט שטארק רחמנות אויף די הונגעריגע פאלעסטינער קינדערלעך. האט ער אויפגעשטעלט געצעלטן וואו מ'האט געטיילט אומזינסט (קאקאש) קעיק און מילך. נאר אין זכות פון די צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא האבן שוין די מאמעס וואס האבן זיי געברענגט אהין אויך געגעסן. די קליינע יונגלעך זענען געווארן גרויס און שטארק. זיי זענען געווארן כאמאס פרייהייטס קעמפערס וואס הרג'נען אידן מיט די גרעסטע און ברוטאלסטע רציחה.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך מילך טראק »

mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:09 pm א גרויסע חכמה ער וווינט דארט א גאנץ לעבן און דו לאזט אים אוועקגיין
בכלל ווי לאזטמען אים גיין צו א געצעלט?
ער גייט נישט באקומען קיין 5 שטערן האטעל, אבער כאטשיג וועט מען אים נישט פאנגען און שעכטן זיינע קינדער פאר זייערע אויגן אזויווי זייער רעגירונג האט געטון
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך berlbalaguleh »

mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:58 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:35 pm
mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:11 pm בנוגע די עצם שאלה לעניות דעתי איז נישט אפגעפרעגט צו זיין קעגן מדינת ישראל
אבער די פראפארציע וויאזוי מען רעאגירט צו דעם שטימט נישט מיט וויאזוי די וועלט רעאגירט אין אלגעמיין און דאס שמעקט שוין פון שנאת ישראל
זיי מסביר פארוואס מ"י האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אקעגן חמאס
מדינת ישראל האט א רעכט זיך צו פארטיידיקן אבער זיי מוזן נישט הרגענען ציווילע זיי קענען פיל מער אכטונג געבן ווען זיי ווילן און גראדע און די לעצטע יארן גיבן זיי מער אכט נאר יעצט צוליב די אויפברויז פון די לאנד מוז מען אויסגעבן די כעס און דירעקט נישט אכט געבן
און בכלל איז נישט זיכער אז די אפעראציע יעצט גייט אסאך העלפן צו פארטיידיקן מדינת ישראל חמאס גייט לכאורה נישט אויסגעראטן ווערן אזוי ווי מען זעט זיי קומען צוריק און פלעצער גראד ווען צהל גייט ארויס
מדינת ישראל האט נישט קיין אפעראציע פון פארטיידיקן זי האבן אן אפעראציע פון אויסגיסן די כעס
טאקע ווי לענגער די צייט גייט אדורך און עס שטעלט זיך ארויס אז מען מאלט וואסער פארלירט די וועלט זי געדולד
דו ביסט דער גרויסער גענעראל. דו פארשטייסט בעסער. און דו זאגסט...די וועלט. די זעלבע וועלט וואס האט צוגעקוקט און אויך געהאלפן אויסהרג'ענען זעקס מיליאן אידן.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך טמיר »

די וועלט פירער זענען אויף געהאקטע צרות, קרח מכאן ומכאן. וויאזוי זיי רעאגירן נאר רייסט מען זיי פון ביידע זייטן. דו"ק ותמצא
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך מילך טראק »

mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:58 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:35 pm
mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:11 pm בנוגע די עצם שאלה לעניות דעתי איז נישט אפגעפרעגט צו זיין קעגן מדינת ישראל
אבער די פראפארציע וויאזוי מען רעאגירט צו דעם שטימט נישט מיט וויאזוי די וועלט רעאגירט אין אלגעמיין און דאס שמעקט שוין פון שנאת ישראל
זיי מסביר פארוואס מ"י האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אקעגן חמאס
מדינת ישראל האט א רעכט זיך צו פארטיידיקן אבער זיי מוזן נישט הרגענען ציווילע זיי קענען פיל מער אכטונג געבן ווען זיי ווילן און גראדע און די לעצטע יארן גיבן זיי מער אכט נאר יעצט צוליב די אויפברויז פון די לאנד מוז מען אויסגעבן די כעס און דירעקט נישט אכט געבן
און בכלל איז נישט זיכער אז די אפעראציע יעצט גייט אסאך העלפן צו פארטיידיקן מדינת ישראל חמאס גייט לכאורה נישט אויסגעראטן ווערן אזוי ווי מען זעט זיי קומען צוריק און פלעצער גראד ווען צהל גייט ארויס
מדינת ישראל האט נישט קיין אפעראציע פון פארטיידיקן זי האבן אן אפעראציע פון אויסגיסן די כעס
טאקע ווי לענגער די צייט גייט אדורך און עס שטעלט זיך ארויס אז מען מאלט וואסער פארלירט די וועלט זי געדולד
איך גלייב נישט זיי הארגן צווילע דירעקט, ליידער אזאך זעלנער זענען אויך אומגעקומען, סאיז זייער שווער סזאל נישט אומקומען קיין צווילע, פארדעים פראבירט מען צו עווקעווירן פארדעים די צווילע, אויך כמאס איז נישט קיין גאווערמענט, זיי טוהן זאכן אקעגן זייער אייגענע צווילע ווי למשל די שפיטאל,

די ציל איז צו שטעלן א נייע גאווערמענט וואס אז זאלן דעמאקראטיש , פארוואס וועט כאמאס צירוק קומען ?
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:58 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:35 pm
mevakesh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:11 pm בנוגע די עצם שאלה לעניות דעתי איז נישט אפגעפרעגט צו זיין קעגן מדינת ישראל
אבער די פראפארציע וויאזוי מען רעאגירט צו דעם שטימט נישט מיט וויאזוי די וועלט רעאגירט אין אלגעמיין און דאס שמעקט שוין פון שנאת ישראל
זיי מסביר פארוואס מ"י האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אקעגן חמאס
מדינת ישראל האט נישט קיין אפעראציע פון פארטיידיקן זי האבן אן אפעראציע פון אויסגיסן די כעס
טאקע ווי לענגער די צייט גייט אדורך און עס שטעלט זיך ארויס אז מען מאלט וואסער פארלירט די וועלט זי געדולד
סתם טראלעריי,

כ'מיין נישט דיך, כ'מיין די וואס האלטן אזוי.

כאילו ווען אמעריקא האט געפייט טערעריזם, און ווען ענגלאנד האט געפייט דייטשלאנד ביים קריג, האט עס אויגעקוקט אנדערש.

אזוי קוקט אויס מלחמה.

מ'דארף נישט האבן קיין פלאן פאר די דעי עפטער, און מ'דארף נישט מורא האבן אז איידיעס קען מען נישט אויסלעשן. ס'איז סתם א קאפ פארדרייעניש פון די וואס זענען גרייט פאר א יעדע פרייז מדנ''י זאל נישט צוריקגעבן.

אזוי איז אלעמאל געווען, און אזוי איז א מלחמה. יעדע לאנד וואס האט אביסל אחריות מיט זעלבסט רעספעקט און די יכולת וואלט אזוי געטון.

סתם נאריש ארומצוטאנצען הקפות די לעצטע 8 חדשים, און ריעל לייף, און ווירטואל לייף. עניוועיס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך berlbalaguleh »

די אלע (אידן) וואס האלטן אזוי ווי די גויים און זיי האבן "רחמנות" אויף די "ציווילע" פאלעסטינער זענען בהמות. זיי לאזן זיך פארדרייען פון די מציאות. ווייל די אלע "רחמנות'דיגע" גויים וואלטן זיי געהרג'ט אין א מינוט. אויב זיי וואלטן געקענט, (ח"ו).

מ'רעדט דאך דא נישט פון די וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. די זענען דאך סתם צודרייטע ברואים. וועלכער איד וואלט זיך געזעצט צוזאמען מיט די נאציס און בארעכטיגט וואס זיי טוען צו אידן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאמיר ביטע ארויסלאזן פון דעם אשכול נטורי קרתא וכדו'. עס איז שוין זייער נמאס.
מען רעדט דא פון וועלט פירער, לאמיר עס לאזן דעזיגנירט פאר דעם.
בתקוה להבנה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא : לאמיר טאקע רעדן פון וועלט פיהרער. (נישט פון נטרי קרתא. ווייל ס'טרעט אויף די הינער אויגן).

ווער זענען די וועלט פיהרער? דער הויפט פון די יו.ען. וועלכער האט בארעכטיגט די כאמאס רציחות פון שמח"ת תשפ"ד. ווער נאך? דער הויפט פון איראן. און פאקיסטאן. וואו זענען זיי אלע געווען? וואו איז געווען די יו. ען. ווען כאמאס האט געהרג'עט איבער טויזנט סיוויליענס?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: וועלט פירער קעגן מדינת ישראל, דעמאקראטיע אדער שנאת ישראל ?

שליחה דורך שמעקעדיג »

א דאנק ר' בערל :)

נישט ווייל עס טרעט אויפן הינער אויג, נאר ווייל עס איז שוין מאוס ונמאס צו רעדן פון זיי אין יעדן אשכול, עס איז שוין געווארן איבערגעקייעט אפאר טויזנט מאל, פוק חזי, שוין דא גענוג אשכולות פון נטורי קרתא. דא וויל מען רעדן דייקא פון וועלט פירער - בפרט אזעלכע וואס אנהייב האבן זיי פארשטאנען (צי זיך געמאכט ווי זיי פארשטייען) אז מד"י האט די רעכט זיך צו דעפענדן אקעגן אזעלכע אויסטערלישע שוידערליכע מעשי רציחה פון די פאלעסטינער רשעים ימ"ש, און שפעטער האבן זיי זיך אויסגעדרייט דעם רוקן און אנגעהויבן צו טוישן ניגון.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט