berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
פארוואס זאגסטו אז חסד לאברהם איז נישט קיין עכטע ארגאניזאציע. איך קען עדות זאגן אז זיי זענען יא. אלס (געוועזענער) שכן. דאס איז א ריזיגער אפיס וואו בערך א מנין אלטע באטשי'ס קומען אריין א יעדן אינדערפריה בערך 11 1130. זיי זיצן ביי די קאמפיוטערס און דרימלען. יא. זיי האבן אויך א יעדער איינער א טעלעפאן ביי זיין דעסק. צווישן איין דרימל און צווייטן מאכט מען א פאון קאלל אדער צוויי.צו שנארן געלט פאר די חשוב'ע, הייליגע ארגאניזאציע.
זיי זענען מקיים א גמרא. די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער)..."הרוצה לשקר ירחיק עדותו"... זיי טענה'ן אז זיי האבן ריזיגע מוסדות אין ארץ ישראל וואו זיי ראטעווען ספרד'ישע קינדער פון פארפאלן ווערן ביי די חילונים. זיי ברענגען אפילו פיקטשערס. כ'האב מורא אז זיי האבן געבארגט די פיקטשערס פון כולל שומרי החומות אדער זיבענבירגן. וואו מ'ברענגט (אויך) פיקטשערס ווי אידן לערנען משניות לעילוי נשמת די מנדבים. די פראבלעים איז אז די פיקטשערס האבן זיך נישט געטוישט פאר די לעצטע זיבעציג יאר. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געבלעטערט אין די לוח פון כולל שומרי החומות און כולל זיבענבירגן האביך געזעהן די זעלבע אלטע באטשי'ס.
איך געדענק אלס בחור האב איך געגעסן ביי ר' בערל שטערן אין די חסד לאברהם בנין אין בני ברק, איין משפחה האט געוואוינט אינעם דריטן שטאק מיט פייגעלעך, וואס די טאטע דארט איז געווען די ראש ישיבה/משפיע/מנהל, און אין די ישיבה איז געווען א קיימא לן פון 12 בחורים, יא! א בנין פון 6 שטאק...