געלערנטע הילפלאזיקייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

געלערנטע הילפלאזיקייט

שליחה דורך בונה של טוב »

א ווידיאו איז לעצטנס ארומגעגאנגען פון א סאטמערע "שלום בית מאכער" וואס האט גערעדט וועגן די בראך פון אזויפיל גיטין ביים היימישן עולם לעצטנס, און אז א יאר צוריק איז פארגעקומען 30 גיטין אין איין וואך! מערסטנס זענען געווען פריש חתונה געהאט (3-6 חדשים נאך די חתונה)

די סיבה - טענה'ט ער - פון אסאך יונגע פארפעלקער וואס ווילן נישט אריינלייגן די ארבעט צו בויען א גוטע שלום - איז ווייל זיי האבן שוין געזעהן ביי די עלטערן ווי אומעטיג אן אומגעזונטע רילעישנשיפ ממילא they jump ship פריצייטיג…

זאגט ער: די עלטערן דארפן אויך גיין פאר הילף ווייל זייער שלום בית האט א שטארקע השפעה (ס'איז די blueprint פאר די קינדער וויאזוי מ'בויט א קשר)

ווען דו הערסט צו, וואס אלטע מענטשן וואס האבן געלעבט א גוטע לעבן מיט זייער פּארטנער זאגן שטעלט זיך ארויס אסאך אן ערנסטערע פראבלעם.



אדרבא איך וואלט שטארק געוואלט הערן וואס איר קלערט וועגן זייער רילעישנשיפ.

ביי מיר קוקט אויס קלאר אז אסאך ביי אונזער היימישן עולם פילן אז א גוטע קשר איז ווי א מזל זאך: אדער האסטו עס אדער נישט.

אוודאי איז דא בּעיסיק קאמפּעטיביליטי, עס מוז זיין אז דו האסט ענליכע זאכן וואס זענען דיר וויכטיג אין לעבן. אויב דו האסט נישט ליב היסטאריע און דיין ווייב וויל וויסן אלעס וואס זי קען נאר אויסגעפינען וועגן וואס האט פאסירט אין די הונדערטער יארן איידער זי איז געבוירן געווארן, דעמאלס נישט קשה: זי קען טרעפן א צווייטן מיט וועמען מיטצוטיילן אירע וואונדערליכע אנדעקונגען. א געלונגענע שידוך מיינט נישט אז דו האסט ליב אלעס וואס דיין זיווג האט ליב. פארקערט: ס'וואלט געווען ביטער ווי די גאַל ווען דו וואלסט געמוזט לעבן מיט א carbon copy פון דיר...

אבער ס'דא יסודות'דיגע זאכן וואס מ'מוז זיך קענען פארשטיין איינע די צווייטע.

אויב דו ביזט פאר'עקשנ'ט אז קינדער מוז מען האדעווען ווי סאלדאטן, מיט שטרענגע דיסציפּלין ווי א boot camp- און דיין ווייב מיט איר מוטערליכע ווייכקייט גלייבט אז דאס איז נאר געזונט פאר אן ערוואקסענער זיך אויסצוקלויבן אויב אן adult באשליסט צו דינען אין מיליטער מהיכי תיתי - אבער זי פילט אז קינדער וואקסן און בליען ווען מ'לאזט זיי לעבן און מ'שטייט זיי נישט אויפ'ן קאָפּ 24 שעה.

אויב זי פילט גוט אז זי טוט איר'ס און דו טוסט דיינס דעמאלס קען זיך נאך אלס אפשר אויסארבעטן א שלום בית אויב ס'דא אנדערע נושאים וואס זיי זענען אויף די זעלבע page
ס'מוז זיין ערטער אין לעבן ווי מען nourished איינע די אנדערע (איין האנט וואשט די צווייטע) א געזונטע קשר איז reciprocal

וואס פאסירט אבער ווען דיין שידוך הייבט זיך אן גאנץ גוט און פלוצלונג הייבט עס אן גיין בארג אראפ (די וועלט האט אן אלטע דעבאטע אויב קינדער זענען א שטער צו גוטע שלום בית) אבער וואס ווייסט א גוי?

איך גלייב די פראבלעם פאר אסך מענטשן איז זיי מיינען א גוטע מערידש איז ווי אן עמעזאן פּעקעדש וואס קומט צו דיין טיר. אדער האסטו א צופרידנשטעלנדע עקספיריענס און דאס וואס דו האסט געוואלט האסטו באקומען, אדער קענסטו גיין פייפן.

אבער נישט אזוי ארבעט שלום בית, ס'נישטא א lasting גוטע מערידש וואס "געשענט פון זיך אליין".

מ'דארף אריינלייגן effort. פונקט ווי ווען דו פלאנצט א בוים, וועסטו נישט אויפגעבן ווען ס'הייבט אָן וואקסן קרום. פארקערט, ס'זענען דא ספעציעלע סופארט האלצלעך צו העלפן עס האלטן אויף א גוטן אופן ס'זאל וואקסן די שענסטע וואס קען נאר זיין. גארנישט בליהט נישט אָן יגיעה.

ווען מיר וואלטן נישט געהאט איינגעבאקן די הילפלאזיקייט וואס מיר וואקסן אויף מיט - וואלטן מיר נישט געפילט ווי א failure ווען די road is bumpy, פארקערט: מיר וואלטן געוואוסט ס'איז פשוט א חלק פון יעדע גוטע מערידש און ס'לוינט זיך צו האבן גוטע סופפארט פון א פראפעשענעל זאל מחזק זיין די קשר זאל וואקסן אין די בעסטע וועג וואס קען זיין.

*פארשטייצעך ס׳דא א חילוק צווישן effort און ביטער שווערע ארבעט וואס פילט נישט ווי ס'מאכט בעסער.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: געלערנטע הילפלאזיקייט

שליחה דורך אלפא »

א שטארקע נקודה אין דעם נושא איז די געדאנק פון אראנדזשירטע מערידזשעס (ליין: געצווינגענע שידוכים) וואס צומאל איז עס טאקע בפועל בכלל נישט פאסיג - to begin with און עס איז זאגאר א שאד די עפארט עס יא צו מאכן ארבייטן.
אבער דאס איז א מיעוט.

דאס אבער אז מ'איז נישט אליינס בוחר מיט אן ערוואקסענעם קאנשעס האט זיכער אן השפעה לגבי דעם ווידערווילן פון נעמען די זאך אין די הענט אריין. ס'רוב מענטשן זענען נישט מאטיווירט צו ארבייטן (זיכער נישט שווער) אויף עפעס וואס זיי האבן נישט געמאכט די בחירה.

עס איז 100% וואר אז די עלטערנס שלום בית איז די יסוד אויף וואס קינדער בויען זייער לעבנס-בליק (סיי פראקטיש וכ"ש פסיכאלאגיש), און דא קומט אויך אריין די נושא אז די פריערדיגע גענעראציעס זענען געווען אויסן צוריק-צו-שטעלן כלל ישראל און האבן זיך קנאפ געקומערט מיט די 'שלום בית' פער סע (עכ"כ אז א חבר מיינע טענה'ט אז שלום בית איז א מאדערנע קאנצעפט...), דאס האט צוגעברענגט אז א ריזן טייל פונעם פריערדיגן דור האבן טאקע נישט די בעסטע הארמאניע צווישן מאן און ווייב און ביי אסאך איז עס ממש נישט מער ווי א טעכנישע רילעישענשיפ. ומה יעשה הבן שלא יחטא?!

איך בין נישט זיכער אז די גיטין ראטע איז בכלל א שלעכטע אינדיקאציע, עס איז מעגליך גאר א געזונטע אינדיקאציע אז מענטשן האבן אויפגעהערט צו זיין numb כלפי דעם פארהייראטן לעבן און עס געשעט דאס וואס האט באמת זיך געזאלט אפשפילן מיט א 30 40 יאר צוריק.

פארשטייט זיך אז יעצט דארף מען זיך מטכס עצה זיין וויאזוי צו מאכן בעסער דעם נקודה, און וויאזוי זיכער צו מאכן אז סיי אריינגייענדיג און סיי זייענדיג אין א רעלעישענשיפ האבן ביידע צדדים די נויטיגע בליק, סופארט, און פארשטאנד וואס אלס עס נעמט אריין, און גייען טאקע צו דערצו מיט אן ערוואקסענע אחריות.. צו דאס מיינט חתונה האבן שפעטער אדער איינפירן מ'זאל דעיטן, אדער פשוט מער ארגעניזאציעס ווי 'גברא' וכדו' - דאס לאז איך פאר די עסקנים אויסצופיגערן.


עס דארף אבער אויך באטאנט ווערן אז אין די גוי'אישע וועלט איז היינטצוטאגס אויך דא א ריזן דעפיציט אין די נושא פון הייראטן, אבער אויפן ברייטן בילד איז דאס בכלל נישט רילעיטעד צו די סארט פראבלעמען וואס מיר האבן, אויב ביי זיי איז עס ווייל זיי האבן צופיל טשויס און ערווארטונגען איז עס ביי אונז ווייל מיר האבן צו ווייניג, און ווען ביי זיי איז עס מכח די פעמיניסטישע מאוומענט ווי פרויען ווילן ווייניגער חתונה האבן איז עס ביי אונז ווייל אסאך בחורים זענען באמת נישט ראוי דערפאר. ואין כאן מקומו.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: געלערנטע הילפלאזיקייט

שליחה דורך בונה של טוב »

Could not agree more @אלפא צו יעדע נקודה וואס דו האסט דא אזוי גוט ארויסגעברענגט
תודה רבה

אגב וועגן צופיל choice איז דא אן אינטרעסאנטע שטודיע פון א אידישן פראפעסער Barry Schwartz וואס טענה׳ט אז די גאלדענע מיטל וועג פאר בחירה איז צו האבן 2-3 אויסוואלן אויף אמאל, אויב נישט ווערט עס overwhelming צו מאכן א באשלוס

ער ברענגט עס בנוגע די היינטיגע סופערמארקעטס ווי קאסקא ווי ס׳קען זיין צען בּרענדס פון מיינעיז און דער קאסטומער קען ווערן איבערגענומען מיט ספיקות וועלכע לוינט זיך אויסצו-וועהלן. ער האט א גאנצע בוך אויף דעם: The Paradox of Choice
פארשפארט