מלחמה אדער א אפמאך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך פוילישע פעפער »

די אשכול טוה איך עפענען נאך וואס סאיז אריינגעקומען די פרייליכע טרועדיגע נייעס אז צה"ל מיט שב"כ האבן באוויזען ארויס צו באקומען פון עזה דריי פארכאפטע קערפער וואס זענען פארכאפט און געהארגעט געווארן אויף שמחת תורה
דאס איז נאך וואס פארעדיגע וואך האבן זיי באוייזען ארויס צו באקומען 4 פארכאפטע
ממילא איז די שאלה וואס טוט טאקע שנעלער ארויס באקומען די פארכאפטע, זיך מלחמה האלטען מיט די גאנצע קנאק (ווי מזעהט אז דאס האט געלונגען צןו ארויס באקומען 7 פארכאפטע אין 1 וואך!) אדער דווקא מיט א אפמאך מיט די פארשאלטנע רוצחים וועט מען מצליח זיין ארויס צו באקומען מער פארכאפטע?
די ציבור איז געלאדענט צו נעמען א חלק און אט די דעבאטע
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך אלפא »

זיכער אן אפמאך!

- אויב ווילן זיי ארויסזען לעבעדיגע אויך...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך קורקלענד »

נישט אז איך נעם א צד.

אבער אז דו ביסט אזוי זיכער אפמאך. לאמיר זעהן וואס די פרייז פון אפמאך איז. ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען נישט ישראל זאל האבן צוריקגעגעבן שליט אין אויסטויש פאר טויזנט טעראריסטן וואלט אקט. 7 קיינמאל נישט פאסירט. און אויב גייט ישראל יעצט איינגיין אויף א אפמאך וועלן 'אפשר' צוריקקומען אפאר לעבעדיגע משכונות. אבער בלי ספק אז ס'וועט אויסגעטוישט ווערן אין די קומענדיגע יארן פאר אסאך מער טויטע.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך שאלתיאל »

ס'איז א קאמפליצירטע שאלה און די תשובה איז נישט שווארץ אדער ווייס. די שאלה איז קודם כל וואס איז די אפמאך. אויב איז עס די אפמאך וואס מ'האט גערעדט דערפון אין תקשורת דהיינו: ענדיגן די מלחמה און ארויסציען אלע כוחות פון עזה; ארויסלאזן טויזענטער פאלעסטינער פון תפיסה, אריינגערעכנט ארכי-טעראריסטן מיט לעבנסלענגליכע טערמינען, מיינט דאס בוודאות אז דאס גייט צוברענגען צו אסאך מער קרבנות אין די עתיד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אלפא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:44 am זיכער אן אפמאך!

- אויב ווילן זיי ארויסזען לעבעדיגע אויך...
אויב ס’נאך דא...
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך אלפא »

קורקלענד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:53 am אז דו ביסט אזוי זיכער אפמאך. לאמיר זעהן וואס די פרייז פון אפמאך איז. ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען נישט ישראל זאל האבן צוריקגעגעבן שליט אין אויסטויש פאר טויזנט טעראריסטן וואלט אקט. 7 קיינמאל נישט פאסירט. און אויב גייט ישראל יעצט איינגיין אויף א אפמאך וועלן 'אפשר' צוריקקומען אפאר לעבעדיגע משכונות. אבער בלי ספק אז ס'וועט אויסגעטוישט ווערן אין די קומענדיגע יארן פאר אסאך מער טויטע.

שליט'ס אפמאך איז א באזונדערע דעבאטע.
אבער ווען מדנ"י וואלט געווען מער וואכזאם מיט זייערע סעקיוריטי אויפן טאג וואלט אקט. 7 אויך נישט געשען.
און דאס איז אודאי נוגע לגבי דעם דיון פון א יעצטיגן אפמאך. אפי' אויב עס גייט מעגליך אינסענטיווייזן מער ווייעלענס בעתיד, איז אבער אויך זיכער אז מדנ"י האט זיך (האפענטליך) געלערנט דעם לעקציע נישט צו פארנאכלעסיגן זייער סעקיוריטיס, וממילא איז עס אסאך ווייניגער אויספירבאר, און דערפאר אסאך מער בגדר ספק, ואין ספק מוציא מידי ודאי.

ובכלל דארף גענומען ווערן און באטראכט דאס אז שליט איז געווען א זעלנער משא"כ די זענען ציווילע - און די מדינה האט א גרעסערע התחייבות כלפי זיי.

(מיכאל אברהם ברענגט ארויס די נקודות.)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך קורקלענד »

דאס זענען שיינע פשעטליך. אבער צו פארקערטע צד הערט זיך נאך אזוי גוט אדער אפשר בעסער.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך אלפא »

לבריאות.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
למדן וחסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 06, 2023 5:38 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך למדן וחסיד »

קלאר אז מלחמה
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

למדן וחסיד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:34 am קלאר אז מלחמה
די שאלה איז נאר צו וועלכע מלחמה. ס'איז אביסל צו שטייט וואס גייט פאר דארטן. סה''כ אפאר פארשטינקענע שטעט קעגן א מדינה וואס האט שוין איינגענומען שטיקער לענדער אין טעג.


לדעתי דארף מען גיין מיט מער קראפט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך קהל'ס נער »

זיי זענען א קענסער וואס אויב גייט מען זיי נישט אינגאנצען אויסראטן קומען זיי צוריק פינקט ווי ביפאר און מען האט גארנישט אויפגעטוהן, מען דארף זיי חרוב מאכן, דאס איז די איינציגסטע עצה.
אין 05 האט מען שוין געמאכט א אפמאך, א טאג פאר אקטאובער 7 איז געוועהן א אפמאך, זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען זייער זייט פארוואס מיינסטו אז יעצט גייען זיי האלטן זייער זייט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
Antibacterial
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך Antibacterial »

פוילישע פעפער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 6:17 am די אשכול טוה איך עפענען נאך וואס סאיז אריינגעקומען די פרייליכע טרועדיגע נייעס אז צה"ל מיט שב"כ האבן באוויזען ארויס צו באקומען פון עזה דריי פארכאפטע קערפער וואס זענען פארכאפט און געהארגעט געווארן אויף שמחת תורה
דאס איז נאך וואס פארעדיגע וואך האבן זיי באוייזען ארויס צו באקומען 4 פארכאפטע
ממילא איז די שאלה וואס טוט טאקע שנעלער ארויס באקומען די פארכאפטע, זיך מלחמה האלטען מיט די גאנצע קנאק (ווי מזעהט אז דאס האט געלונגען צןו ארויס באקומען 7 פארכאפטע אין 1 וואך!) אדער דווקא מיט א אפמאך מיט די פארשאלטנע רוצחים וועט מען מצליח זיין ארויס צו באקומען מער פארכאפטע?
די ציבור איז געלאדענט צו נעמען א חלק און אט די דעבאטע
איך פארשטיי באמת נישט דיין שאלה.
נאך זיבן חדשים מלחמה איז ענדליך געלונגען פאר די מדינת ישראל מיליטער צו ראטעווען 7 טויטע משכונות אין איין וואך, און דאס קוקסטו אן פאר א ריזן דערגרייכונג. אבער צוריק אין נאוועמבער ווען מיט א פייער אפשטעל פאר עטליכע טעג האט חאמאס באפרייט 50 לעבעדיגע משכונות, פון דעם האסטו פארגעסן???

וואס איז די שאלה? צו באקומען די משכונות איז אודאי א פייער אפשטעל די בעסטע אפציע! די שאלה איז נאר צו מען דארף בכלל קוקן אויף משכונות, און אויף דעם איינשטעלן דאס לעבן פונעם גאנצען לאנד נאכאמאל.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך זאקן »

פון זייט די מלחמה האט אויסגעבראכן איז נאך נישט געווען א אפמאך, ארויסלאזן צען מערדערס פאר איין משכון איז סתם געמאכט פורים פון די מענטשהייט, סוי די שאלה איז מלחמה אדער פורים מאכן? זיכער מלחמה.
Antibacterial
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך Antibacterial »

זאקן האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:17 am פון זייט די מלחמה האט אויסגעבראכן איז נאך נישט געווען א אפמאך, ארויסלאזן צען מערדערס פאר איין משכון איז סתם געמאכט פורים פון די מענטשהייט, סוי די שאלה איז מלחמה אדער פורים מאכן? זיכער מלחמה.
די אפמאך איז געווען דריי נישט ערענסטע פארברעכער פער משכון! די אינפארמעישן איז נאך אוועליבעל נאכצוקוקן! גארנישט קיין פורים!

מלחמה? וועגן דו ווילסט נישט משכונות! אז דו ווילסט משכונות איז אן אפמאך דאס בעסטע!

לעת עתה אויב זאל די מדינה נאר וועלן משכונות, און זענען גרייט אויפצוגעבן די קאנטראל איבער עזה, איז סינוואר מסכים היינט! נאר די ציונים ווילן נישט! (און איך אויך נישט!)
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך זאקן »

From google

Israel has agreed to a US proposal on a prisoner-hostage exchange that would release around 700 Palestinian prisoners, among them 100 serving life sentences for killing Israelis, in exchange for the release of 40 Israeli hostages held by Hamas in Gaza

ביסט גערעכט, זיי זענען מסכים ארויסצולאזן אכצען מענטשן פאר איין משכון, נישט צען ווי איך האב פריער געזאגט.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך בונה של טוב »

אלפא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:44 am זיכער אן אפמאך!

- אויב ווילן זיי ארויסזען לעבעדיגע אויך...
איך פארשטיי אפילו נישט וואס די שאלה איז (טיטל פון אשכול)

יעדער וואס קען basic math
ווייסט אז 7 איז ווייניגער ווי די
איבער הונדערט לעבעדיגע פארכאפטע
וואס זיי האבן ארויסבאקומען דורך
דיפלאמאטישע מיטלען
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך קורקלענד »

איך בין זייער נייגעריג צו די האלטסט באמת אז די איבער הונדערט וואס זיי האבן צוריק באקומען דורך א''ג 'דיפלאמאטיע' האט גארנישט געהאט מיט די מלחמה? און צו ס'וואלט בכלל שייך געווען אן מלחמה?

ווייל בעיסיק מאטעמאטיק פארלאנגט אז די עקוועיזשאן זאל אריינעמען אלע פאקטארן. אבער זעהט אויס האסטעך פארעכנט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלפא האט געשריבן: שליט'ס אפמאך איז א באזונדערע דעבאטע.

ובכלל דארף גענומען ווערן און באטראכט דאס אז שליט איז געווען א זעלנער משא"כ די זענען ציווילע - און די מדינה האט א גרעסערע התחייבות כלפי זיי.

און שליט און זיין משפחה זענען לינקע. און ער אליין האט זיך "איבערגעגעבן" אי די הענט פון כאמאס. ער האט נישט געשטעלט קיין שום ווידערשטאנד. אזוי ווי מ'האט איהם געלערנט. אויך איז ער געווען זייער פריינטליך מיט זיינע פאנגערס ער איז געזיצן און געגעהן צוזאמען מיט זיי. און ער האט געשפיעלט געימס.

נתניהו האט איהם אויסגעלייזט נאר וועגן פרעסטיזש פון מדינת ישראל אז זייער זעלנער איז פארכאפט.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך שאלתיאל »

אלפא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:22 am
קורקלענד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:53 am אז דו ביסט אזוי זיכער אפמאך. לאמיר זעהן וואס די פרייז פון אפמאך איז. ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען נישט ישראל זאל האבן צוריקגעגעבן שליט אין אויסטויש פאר טויזנט טעראריסטן וואלט אקט. 7 קיינמאל נישט פאסירט. און אויב גייט ישראל יעצט איינגיין אויף א אפמאך וועלן 'אפשר' צוריקקומען אפאר לעבעדיגע משכונות. אבער בלי ספק אז ס'וועט אויסגעטוישט ווערן אין די קומענדיגע יארן פאר אסאך מער טויטע.

שליט'ס אפמאך איז א באזונדערע דעבאטע.
אבער ווען מדנ"י וואלט געווען מער וואכזאם מיט זייערע סעקיוריטי אויפן טאג וואלט אקט. 7 אויך נישט געשען.
און דאס איז אודאי נוגע לגבי דעם דיון פון א יעצטיגן אפמאך. אפי' אויב עס גייט מעגליך אינסענטיווייזן מער ווייעלענס בעתיד, איז אבער אויך זיכער אז מדנ"י האט זיך (האפענטליך) געלערנט דעם לעקציע נישט צו פארנאכלעסיגן זייער סעקיוריטיס, וממילא איז עס אסאך ווייניגער אויספירבאר, און דערפאר אסאך מער בגדר ספק, ואין ספק מוציא מידי ודאי.

ובכלל דארף גענומען ווערן און באטראכט דאס אז שליט איז געווען א זעלנער משא"כ די זענען ציווילע - און די מדינה האט א גרעסערע התחייבות כלפי זיי.

(מיכאל אברהם ברענגט ארויס די נקודות.)
דווקא וועדת שמגר האט קובע געווען אז אין די נושא פון חטופים איז די מחויבות פון די מדינה קודם כל פאר א חייל און נאכדעם פאר ציווילע
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7 ... %99%D7%9D)
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך בר גיורא »

שאלתיאל האט געשריבן: מוצ"ש מאי 25, 2024 2:58 pm
אלפא האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:22 am
קורקלענד האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 8:53 am אז דו ביסט אזוי זיכער אפמאך. לאמיר זעהן וואס די פרייז פון אפמאך איז. ביי מיר איז קיין ספק נישט אז ווען נישט ישראל זאל האבן צוריקגעגעבן שליט אין אויסטויש פאר טויזנט טעראריסטן וואלט אקט. 7 קיינמאל נישט פאסירט. און אויב גייט ישראל יעצט איינגיין אויף א אפמאך וועלן 'אפשר' צוריקקומען אפאר לעבעדיגע משכונות. אבער בלי ספק אז ס'וועט אויסגעטוישט ווערן אין די קומענדיגע יארן פאר אסאך מער טויטע.

שליט'ס אפמאך איז א באזונדערע דעבאטע.
אבער ווען מדנ"י וואלט געווען מער וואכזאם מיט זייערע סעקיוריטי אויפן טאג וואלט אקט. 7 אויך נישט געשען.
און דאס איז אודאי נוגע לגבי דעם דיון פון א יעצטיגן אפמאך. אפי' אויב עס גייט מעגליך אינסענטיווייזן מער ווייעלענס בעתיד, איז אבער אויך זיכער אז מדנ"י האט זיך (האפענטליך) געלערנט דעם לעקציע נישט צו פארנאכלעסיגן זייער סעקיוריטיס, וממילא איז עס אסאך ווייניגער אויספירבאר, און דערפאר אסאך מער בגדר ספק, ואין ספק מוציא מידי ודאי.

ובכלל דארף גענומען ווערן און באטראכט דאס אז שליט איז געווען א זעלנער משא"כ די זענען ציווילע - און די מדינה האט א גרעסערע התחייבות כלפי זיי.

(מיכאל אברהם ברענגט ארויס די נקודות.)
דווקא וועדת שמגר האט קובע געווען אז אין די נושא פון חטופים איז די מחויבות פון די מדינה קודם כל פאר א חייל און נאכדעם פאר ציווילע
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7 ... %99%D7%9D)
די סוגיא פון פארהאנדלוגען (Nagotiatins בלע"ז) איז אין אלגמיין א גאר שווערע און קאמפליצירטע נושא.
ווען דו זיצט מיט א צד שכנגד ביים טיש איז געווענטליך דא הונדערטער סיבות און אומשטענדען פאר די ספעציפישע פאזיציעס וואס צדדים פארלאנגען.
וועדות שמגר האט מצייר געווען די ישראלישע פאזיצע אין א עולם המחשבה. בעולם המעשה איז דא אנדערע גורמים וואס זענען משפיע. כמעט אלע וואס שרייען יעצט "עסקת שליט", זענען דאמאלטס געווען צי בעד, צי זענען געווען שטיל.

די מצב דעמאלטס מיט 1 חייל חטוף, און ישראל איז געווען און א רעלעטיווע שטארקע פאזיציע, אוןהאט געדארפט די פרעסטידזש (+די ביטחון וואס דו דארפסט געבען בשעת א גיוס חובה) און רוב גורמי ביטחון זענען געווען בעד די עיסקה. אשע"כ האבן זיי געקענט מסכים זיין צו די הויכע פרייז.
ביי די ערשטע עיסקה איז די פרייז נאך געווען נידריג, וועגן די הויכע נאמבער פון 250 חטופים, און א מלחמה, און פרעשור פון די וועלט חאמאס איבער די פרויען און קינדער, און נאך וואס קאטאר האט זיי מבטיח געווען אז די עיסקה, גייט ענדיגען די מלחמה.

סאיז קלאר אז נאך די פאריגע דיעל גייט חאמאס אנהאלטען זייער פאזיציע איבער די חטופים, וויסענדיג אז דאס איז זייער לעצטע ביטוח איבערצולעבען.

עכשיו, ישראל האט מער ווייניגער פארלוירען זייער הרתעה אויף כמעט אלע פראנטען. פאר נתניהו ארויסצולאזען יעצט אפאר גרויסע מנהיגים (די טויזענטער "קליינע מחבלים", קען מען זיך אן עצה געבען) וואס וועט געבען פאר די פאלעסטינער נאך א סינוואר, אדער אראפאט (אפילו א פרידליכער) וואס קען זיי ציזאמנעמען, איז אן אסון פאר די רעכטע אידעלאגיע אז פאר פאליסטינער קומט זיך נישט קיין אייגענע לאנד. אשר על כן דארף ער אנגיין מיט די מלחמה עד הסוף.
די איינציגסטע אופן וואס זיי קענען זיך ערלויבען אויסליידיגען די בית הסוהר איז אויב סקומט ארויף א נייע גאווערמענט און איז מסכים פאר א פאליסטינער לאנד (און קען אפילו אריינשטעלן
מרואן ברגותי , און פארהאנדלען מיט אים) וואס וועט ענדיגען די קאפיטעל היסטאריע.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך berlbalaguleh »

בר גיורא: איך ווינטש דיר א הארציגן מזל טוב. דו ביסט סיי א גרויסער גענעראל און סיי א פאליטישער עקספערט.

איך האב איבערגעליינט דיין וואונדערליכן איבערזיכט איבער דעם מיליטערישן און פאליטישן מצב. איך בין געקומען צו די מסקנא אז מדינת ישראל האט נישט קיין אנדערע ברירה נאר אויפגעבן די גאנצע מדינה. די אלע פאליטישנט זאללן זיך גיין זוכן נארמאלע דזשאבס און מ'זאל פארדינגען דעם כנסת בילדינג פאר א ת"ת אדער ישיבה. די צה"ל מיליטער זאל פארשטייצעך בלייבן. נאר אונטער דער אויפזוכט פון די יו. ען. אדער עגיפטן. און אלע אידישע סאלדאטן. אדער די וועלכע זעהען אויס ווי אידן זאלל מען אוועקשיקן. דאמאלס וועט זיכער זיין שלום.

די נטורי קרתא וועללן אפשר נישט זיין צופרידן פון דעם אפמאך. ווייל מ'געט נישט איבער די הערשאפט פון ארץ ישראל פאר זייערע פריינט כאמאס נאר אנדערע אידן וועלן יא זיין צופרידן. אין סאטמאר (אדער אין די סאטמאר'ע צייטונגען) האט מען שוין געשמועסט אז דער איציגער אומ-סטאבילער מצב ביי די מדינת ישראל רעגירונג איז אפשר אן אתחלתא דגאולה. אז די מדינה איז אויפ'ן וועג בטל צו ווערן. די פראבלעים איז נאר אז מ'זאגט שוין 75 יאר אז די מדינה וועט אט אט אונטערגיין. דערווייל שטייט זי נאך און חאי'ט און קייעט אויף ביידע באקן (ב"ה).
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך בר גיורא »

ר בערל, מזעט אז די וואונסט נישט דאהי אין לאנד און כאפסט נישט ווי באקאק'ט די מצב איז דא. סאיז נאכאלס שיין צו זעהן דיי אידיאלע ציוניזים.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מלחמה אדער א אפמאך?

שליחה דורך פוילישע פעפער »

קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 10:49 am זיי זענען א קענסער וואס אויב גייט מען זיי נישט אינגאנצען אויסראטן קומען זיי צוריק פינקט ווי ביפאר און מען האט גארנישט אויפגעטוהן, מען דארף זיי חרוב מאכן, דאס איז די איינציגסטע עצה.
אין 05 האט מען שוין געמאכט א אפמאך, א טאג פאר אקטאובער 7 איז געוועהן א אפמאך, זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען זייער זייט פארוואס מיינסטו אז יעצט גייען זיי האלטן זייער זייט.
לדעתי האסטו נישט קלאר ארויס באקומען די שאלה
ממיינט נישט א אפמאך פאר די קומעדיגע יארן וואס אויף דעם ביסטו טויזענט פראצענט גערעכט אז מקען זיך נישט פארלויזען אויף זיי
ממיינט א אפמאך אזויווי סאיז געוועהן אנהייב מלחמה וואס זאל שוין צרויק ברענגען די פארכאפטע איין מאל אויף אלעמאל און שפעטער זאל מען זיי ווייטער הארגענען
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
פארשפארט