זענען מיר אלע ממזרים?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
לכאורה דארף מען נישט זיין ר' משה אדער די חזון איש צו פסק'ענען, ס'איז א אפענע שלחן ערוך וואס יא רוב דיינים חזר'ן בעיקר די הלכות וואס זענען נוגע, ממילא ווען ס'קומט אזא שאלה קענען זיי ווערן פארלוירן, לא כן די חזון איש און ר' משה וואס די גאנצע תורה איז זיי געליגן אין זייער מח אויפגעמישט.
אזוי טראכט איך.
אזוי טראכט איך.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
וואס טוט זיך מיט א פגום? דאכט זיך אז ס'איז א מחלוקת צווישן די סטייפלער און מנחת יצחק אויב ס'גייט אריבער צו די קינדער אויב יא וויפיל זענען נישט פגום?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:02 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
געדענק איך אז עס איז דא א ווידאו דערפון, איך האב עס נישא געקענט אפיר זיכן, אויב איינער האט עס זאל ער ביטע ארוילייגן.תשפג האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 7:22 pm געווען א מעשה ביי ר׳ משה פיינשטיין ווען ער איז אמאל געווען סידור קידושין, די חתן׳ס מאמע האט געכאפט א התעוררת אונטערן חופה און געזאגט פאר ר׳ משה אז זי האט נאך קיינעם קיינמאל נישט פארציילט אבער דעי חתן איז ליידער א ממזר, ס׳געווארן שטיל די עולם האט געווארט צו זען וואס ס׳וועט געשען, אבער ר׳ משה מיט די פילסטע רואיגקייט רופט זיך אן ״אינה נאמנות״ א מאמע איז נישט באגלייבט צו פסל׳ן א קינד, צו ווערן א ממזר דארף מען האבן עדים און א פסק דין. (כך שמעתי)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ובענין אפילו שיחתן ובדיחתן צריכה לימוד האב איך געקלערט אז אין מס' סופרים שטייט (פט"ו ה"י) אז רובן של ממזרין פקחין ע"ש (וע"ש בנחלת יעקב בשם היפ"מ דהוא מהערמימות שירשו מאביהן לפתות נשים ולהסתיר מעשיהן). און מ'זעהט טאקע אז (אשכנזי'שע) אידן זענען ביי עוורידזש קלוגער. ווי אויך איז דאך דא דעם געדאנק ביבמות עח: אז ממזרא לא חיי ע"ש. און מ'זעהט אז ביי (אשכנזי'שע) אידן איז דא א העכערע ריזיקע פון (געוויסע) קראנקייטן (זעה אויך דעם ארטיקל פון דר. @שלום בערגער אין וועקער 13).
די שאלה איז צי איז מזגם רע, לגבי מדות (ע"ש ביבמות עט.), וואס לפי החינוך (מצוה תקס) איז דאך א ממזר מזגו רע ע"ש. ועיין במס' כלה (פ"א הט"ז) עז פנים רבי אליעזר אומר ממזר רבי יהושע אומר בן הנדה רבי עקיבא אומר ממזר ובן הנדה ע"ש (ועיין בקידושין ע: לגבי עזות פנים לענין פסול). איז די "עם קשה עורף" ועזין שבאומות ישראל הן (ביצה כה:) א סימן חסרון דא?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
די גאנצע יסוד פון דעם פותח האשכול איז מיר אומפארשטענדליך, איך האב אויך אמאל געמיינט אז א שיינע פראצענט פון ווייבער האבן צו טוהן מיט אנדערע, למעשה האב איך מיך איבערצייגט (אויף וויפיל עס איז שייך זיך צו איבערצייגן) אז רובא דרובא פרויען טוען דאס נישט.
בקיצור מאן יימר אז מען דארף טראכטן אז מיר זענען אייניקלעך פון א נישטיגע פראצענט מענטשן, אינדערצייט וואס רוב מענטשן האבן געהייראט ערליך און זיך אפגעהיטן.
בקיצור מאן יימר אז מען דארף טראכטן אז מיר זענען אייניקלעך פון א נישטיגע פראצענט מענטשן, אינדערצייט וואס רוב מענטשן האבן געהייראט ערליך און זיך אפגעהיטן.