איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15425 מאל
קאנטאקט:

איך דאנק דיר באשעפער פאר באשאפן ציונים (און ציוניזם)

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי דערשרעקטס ענק נישט. איך האב נישט געזאגט הלל אום ה' אייר. אויך האב איך נישט געלאזט ארויפהענגען א פאן פון מדינת ישראל אויף דעם בילדינג פון מיין ביהמ"ד.

נו, דאמאלס פארוואס געב איך אפ א שבח והודאה צו הקב"ה אז ער האט באשאפן ציונים, און ציוניזם?
עטץ וועט באלד הערן...!

ס'איז דא א צייט אין א מענטשנ'ס לעבן ווען זאכן גייען נישט אזוי גוט. אדער אזוי גוט ווי מ'וואלט געוואלט. מוז מען אייביג האבן א מענטש אדער א גרופ אויף וועם מ'קען אנלייגן די סיבה פאר אלע צרות און אנטוישונגען (דיס-אפוינטמענטס, בלע"ז).

ס'איז דא א חשוב'ער איד א שטיקל בנש"ק (מגזע מישקאלץ ו'קאסאני ולמעלה בקודש). ער שרייבט א יעדע וואך א קאלום אין די צייטשריפט "מאמענט". זיין קאלום הייסט "לעניית דעתי". דארט שמועסט ער אויס פארשידענע עניינים העומדים על הפרק אין די אידישע געזעלשאפט אין אמעריקע. ער האט שוין אדורכגעווארפן פארשידענע וויכטיגע און נישט אזעלכע וויכטיגע עניינים. מערסטנס זוכט ער און טרעפט "חטאים" בי אידישדע קינדער. און ער זוכט א תיקון.

ער האט אנגעהויבן מיט דעם אומ-פארשטענדליכן (פאר איהם) מנהג אז יונגעלייט פון דעם היינטיגן יונגערן דור (ווער דען די אלטע אידן?) האבן זיך איינגעפיהרט אז זיי מאכן א וואכנאכט אין הויף. פארשטייצעך מיט דעם גאנצן קלאפערגעצייג. א בארביקיו און ביר. ער פארציילט א מעשה אז א יונגערמאן האט איהם אנגערופן (אזוי ווי אייביג) און געפרעגט...פארוואס זיין (דעם יונגערמאנ'ס) טאטע איז נישט געקומען צו די וואכנאכט ווען ער האט געהערט אז מ'מאכט עס אין הויף. פרעגט דער יונגערמאן..."איז עס דען אן עבירה צו מאכן א וואכנאכט אין הויף?!. הרב בערגער געט איהם א גאנצן הסבר אז...ס'פאסט נישט. אוו ס'זעהט אויס פראסט...! נאכדעים איז געקומען די מערכה אקעגן די נייע סטייל פון הויכע שטריימלעך. פון דעם האט ער געהאט פרנסה א פאר וואכן. (אפשר חדשים). נאר ס'קומט אמאל א צייט ווען ס'איז נישט דא קיין ערנסטע זאכן איבער וואס צו שרייבן. אט אויף דעם האט דער אייבישטער באשאפן א גרופ וואס עקזיסטירט שוין נישט היינט (בחסדי השי"ת). און ווען ס'איז א ביסל א סלאו דעי. א שטאאטער טאג אין די נייעס. מ'מוז דאך אבער צו שטעללן א קאלום פאר'ן צייטונג. נעמט מען אפיהר די ציונים. אמאל טרעפט זיי הרב בערגער ביי די גרעניצן פון אוקריינע. וואו זיי באהאלטן זיך און זיי רעדן צו די אידישע פליטים צו גיין קיין מדינת ישראל. אן אנדערס מאל שרייבן זיי (די ציונים) אריין אן אות אין א ליובאוויטשער ספר תורה. (אלעס שרעקליכע זאכן). און מ'האט (ב"ה) איבער וואס צו שרייבן.

די פארגאנגענע וואך (פ' אמור תשפ"ד) האט הרב בערגער געברענגט אין זיין קאלום א באריכט פון איינעם אן איזראעלישן זשורנאליסט מיט דעם נאמען הילל פולד. דער הילל פולד איז א ציוני, פארשטייצעך. ער האט גערופן אלע אידן פון אמעריקע איבערלאזן זייערע הייזער און פארמעגנס און גיין וואוינען קיין מדינת ישראל. וועגן דעם שרעקליכן אנטיסעמיטיזם וואס הערשט דא. און אז א איד קען שוין מער נישט וואוינען אין אמעריקע.

הרב בערגער ברענגט דארט ארויס עטליכע גאנץ גוטע נקודות. נאר ער וואלט געקענט מאכן די זעלבע נקודות אן אריינמישן די ציונים. ווייל דאס אריינמישן די ציונים אין א יעדע זאך איז נישט מער ווי דעמאגאגיע. און אפשר אפעלירן צו א קליינע גרופ פון ליינערס וועלכע זענען געשלאפן ביז איצט. אדער האבן זיי געוואוינט אויף די לבנה.

נאך איין זאך. ערב יום כיפור ביי כפרות שלאגן זאלט איהר אויך נעמען די ציונים. כ'מיין איהר זאלט נאכאלץ נעמען א תרנגול א זכר. נאר ביי זה חליפתי זאלט איהר זאגן א ביסל אן אנדער'ן נוסח.

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר