גאט דארף אונז האבן?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3210
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3497 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8833 מאל

גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך שמן למאור »

איינע פון די קשיות וואס ערגבערט מיר איבער עניני אמונה איז די קשיא פון "וויאזוי קען זיין אז אזא מעכטיגע גאט זאל דארפן צוקומען צו אונז קליינע מענטשעלעך".

כדי שטארק ארויסצוברענגען די קשיא האב איך אראפגעשריבן די פאלגענדע שורות ארויסצוברענגען די נקודה אויף א שטארקע אופן. איך האף אז דער עולם וועט אריינקומען און צונעמען די נושא און אויסשמועסן די תירוצים וואס איז דא אויף דעם.

פון די יסודות הדת איז דאך באקאנט אז גאט האט באשאפן די וועלט פאר אונז מענטשן כדי אז מיר זאלן אים דינען, ער האלט חשבון אויף וואס אונז טוען, און איז גומל טוב לעושי "רצונו" און איז גומל רע לעוברי "רצונו"

לאמיר דא צולייגן די שוועריקייטן מיט וואס דאס איז פארבינדן, און פארוואס עס איז שווער אנצונעמען אזוי ראציאנאל.


***


ווי באקאנט, זענען אונז בלויז א קליינטשיגע שטיקל שטויב אין די גאנצע יוניווערס. אביסל ממחיש צו זיין. אז דו פארסט ארום מיט דיין קאר פאר 20 יאר, קענסטו פארן א שטרעקע פון בערך 180,000 מייל. דאס איז בערך וויפיל מייל 'ליכטיגקייט' פארט פער סקונדע!

יעצט פאר ליכטיגקייט אנצוקומען פון אונזער וועלט צו די לבנה נעמט בערך צוויי סקונדעס! צו די זון, בערך 8 מינוט! די זון איז אגב מער ווי 300,000 (!) מאל גרעסער ווי אונזער וועלט, און די זון איז נאר א רעגלמעסיגע סייז שטערן.

פאר ליכטיגקייט אנצוקומען פון די וועלט צום נענסטן שטערן נאך די זון, נעמט בערך 4 ליכט יאר!

דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אויב ליכטיגקייט פארלאזט די וועלט היינט, און פארט אויף זיין שנעלקייט פון 186,282 מייל פער סקונדע, וועט עס נעמען איבער 4 יאר אנצוקומען צום נענסטן שטערן!

ווילסט וויסן ווי לאנג עס וועט נעמען אנצוקומען צום ווייטסטן שטערן אין אונזער מילקי וועי גאלאקסי? בערך 900,000 ליכט יאר!

און דאס איז נאר אונזער גאלאקסי, וואס פארמאגט איבער 200,000 ביליאן שטערנס און פלאנעטן!

אויב זאל אונזער סאלער סיסטעם פארמעקט ווערן פונעם שביל החלב וועט די חילוק זיין בערך אזוי ווי איינער זאל ארויסנעמען א גלעזל וואסער פון א לעיק. קיינער וועט ניטאמאל באמערקן.

אונזער גאנצע מילקי וועי גאלאקסי איז נאר איינס פון איבער 200 ביליאן אנדערע גאלאקסיעס! דאס הייסט אז אויב זאל אונזער גאנצע גאלאקסיע פארשווינדן ווערן, וועט זיך עס ווייטער אנזען אויפן גאנצן יונעווערס בערך ווי די פריער דערמאנטע משל ווי איינער נעמט ארויס א גלעזל וואסער פון א לעיק! און דאס איז נאר וויפיל אונז ווייסן... יש אומרים אז אונזער יוניווערס איז נאר א חלק פון ביליאנען אנדערע יוניווערסעס!

אויב זאל די יוניווערס זיך אפשטעלן פון עקספענדן, וואלט עס גענומען בערך 46 ביליאן ליכט יאר צו גיין פון איין עק ביזן אנדערע. אבער היות עס עקספענד שנעלער ווי די ספיד פון ליכט, איז פשוט נישט שייך אנצוקומען צו די עק קיינמאל!


_______


ווייסט וויפיל מענטשן עס איז דא אויפן וועלט? בערך 8 ביליאן. ווייסט וויפיל מאריטשקעס זענען דא אויפן וועלט? בערך 20 קוואדריליאן. דאס הייסט פאר יעדע מענטש וואס לעבט אויפן וועלט, איז דא בערך 2.5 מיליאן מאריטשקעס!

ווען איז די לעצטע מאל דו האסט זיך אינטערסירט אדער אריינגעקלערט אין די לעבן פון א מאריטשקע?

חוץ אז דו האסט געקוקט לעצטנס א שיינע נאשענעל דזשעאגראפיק ווידיאו, איז די תשובה מסתמא אז נישט צו אפט.

אונז מענטשעלעך פילן ווי אונז פירן די וועלט, אונז זענען די מובחר הבריאה, אבער אונטער אונזער נאז פירט זיך א פיל גרעסערע און מעכטיגערע ווירטשאפט. די מוריטשקעס לעבן זיך אין זייער וועלט, בויען, גראבן, און לייגן אוועק עסן, און קיין מענטשן אינטערסירן זיך נישט אין זיי. מסתמא האט שוין יעדער גע'הרג'עט גאר אסאך פון זיי אפילו אן וויסן, און מען פארלירט נישט קיין סאך שלאף איבער דעם.

כאפסט ווי ווייט אונז זעמער פון א מוריטשקע?

איז שייך אז א מוריטשקע זאל האבן א תוכנ'דיגע קאנעקשן צו א מענטש?

א מוריטשקע קען דען באגרייפן די געדאנק אז אויב איז דיין קרעדיט סקאר נישט גענוג הויעך וועט עס אפעקטירן די מארגידזש ראטע וואס דו ווילסט ארויסנעמען אויף דיין הויז? א מוריטשקע קען דען בכלל ארויסהאבן א סטאריליין פון א קאמפליצירטע דראמא מאווי? זיי האבן בכלל נישט די פיזישע מוח צו פארנעמען עפעס ענליך דערצו.

יעצט א גאט, אויב עקזעסטירט ער, וואלט געדאפט זיין אסאך ווייטער אפגעריקט פון אונז ווי אונז זעמער אפגעריקט פונעם מוריטשקע. עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך. אויב זעמער אונז אזוי ווייט פונעם מוריטשקע ווי פון בארא פארק ביז וויליאמסבורג, דאן איז גאט אזוי ווייט פון אונז ווי פון דא ביז די ווייטסטע גאלאקסיע. און איך רעד נישט פון ווייטקייט אין ספעיס, נאר אין ווייטקייט פון פארשטאנד און קאנעקטיוועטי.

***

שטעל דיך פאר עס ריקן זיך אן א באנדע פון 100 מאריטשקעס און באזעצן זיך אין דיין הויז.

זיי וואוינען אין די וואנט, זיי קומען ארויס פון צייט צו צייט זוכן עסן, זיי טרעפן אלעמאל ברעקלעך אפילו נאך וואס דו קערסט גוט אויף די שטוב, און פון דעם שפייזן זיי די משפחה.

איין טאג האלט די גרויסע זיידע מוריטשקע א דרשה פאר די גאנצע געמיינדע:

ענק מיינען אז מען קען פארטאכלעווען די טאג מיט גשמיות און נארישקייטן? מען דארף ספענדן די טאג מיטן דינען גאט ווי מער מיר קענען!

אלע קוקן אים אן, און איין חוצפה'דיגע אייניקל ריפט זיך אן, "זיידי! ווער איז דאס גאט און וויאזוי ווייסטו אז ער עקזעסטירט"?

די זיידע ווערט נישט פארלוירן און ענטפערט אים בטוב טעם ודעת ממש ווי די גרויסע קירוב רבנים:

הער זיך איין, אונז זענען דא, מיינט עס אז איינער האט אונז אהערגעשטעלט פאר א תכלית! און די תכלית איז צו זינגען שירה און לויבן גאט ווי מער מיר קענען!

וויאזוי ווייס איך? איך האב אליינס געזען גאט!

יא! לאמיך אייך פארציילן!

איין טאג בין איך ארויס זוכן עסן צוריקצוברענגען פאר ענק, און איך האב געזען א ריזיגע מעכטיגע באשעפעניש וואס איז אפילו שווער צו שילדערן. בלויז די פינגער פון זיין פיס איז געווען איבער 50 מאל אזוי גרויס ווי מיך! מיר האבן אפילו נישט קיין השגה און די גרויסקייט און מעכטיגקייט פון גאט!

ער האט מיר איבערגעלאזט מיט זיין גרויס גוטהארציגקייט אפאר ברעקלעך צו שפייזן מיר און די משפחה, ווייל גאט איז א גוטער! אזוי שפייזט ער אונז יעדן איינציגסטן טאג, כי לעולם חסדו!

דער אמת איז אז איך בין דאן ארויס צוזאמען מיט נאך אפאר חברים, און ליידער האט גאט צוטרויטן צום טויט אונזער עלטער פעטער, אבער גאט האט זיך זיכער זיינע חשבונות! מיר פארשטייען נישט זיינע פארבארגענע דרכים. אבער ס'איז זיכער געווען לטובה!

אויך איז איינמאל געווען אז די הויז איז געווען ליידיג פון עסן פאר אפאר טעג, גאט האט זיך באהאלטן און מיר האבן נישט געשפירט זיין אנוועזנהייט. אפאר אטעאיסטן האבן געזאגט אז גאט איז פשוט אוועקגעפארן פאר שבת, אבער מיר מאמינים בני מאמינים האבן געוויסט אז גאט פארלאזט אונז קיינמאל נישט, מיר האבן אלע מתפלל געווען און געטון אין תיקון המעשים, און טאקע אפאר טעג שפעטער האט זיך גאט באוויזן און אונז ווידער געגעבן ברעקלעך צו עסן!

פון די אלע זאכן זעען מיר אפן אז ס'איז דא א גאט אויפן הויז! ער איז די בעל הבירה, ער האט באשאפן די גאנצע הויז! מיר מוזן אויסניצן יעדע רגע פון אנזער לעבן אים צו דינען, און נישט זיכן קיין באקוועמליכקייטן און שוואוילטאג!

די אייניקל, די מחוצף נעמט זיך לאכן און רופט זיך אן: "זיידע! דאס איז נישט גאט! דאס איז א פשוטע מענטש"! ער לאזט דיר נישט איבער צו עסן, ער ווייסט ניטאמאל אז דו ביסט אין זיין הויז! עס פאלט פשוט אלעמאל ארויס ברעקלעך ווען ער רייניגט, און ווען ער האט צעטרויטן די פעטער צום טויט האט ער בכלל נישט געוויסט דערפון!

מיר לעבן דא קוים צוויי דריי יאר אויפן וועלט, טענה'ט דער אייניקל ווייטער, פארוואס זאלן מיר נישט זיין פארנומען צו הנאה האבן צו די מאקסימום! פארוואס זאלן מיר זיין פארנומען מיטן דינען אן איינגערעדטע גאט וואס עס מאכט אפילו נישט קיין סענס אז ער זאל זיין אינטערסירט אין אונז?

דער זיידע צוקנייטשט זיין שטערן און זאגט, רבותי! הערטס נישט אויס דעם כופר! ווער עס האט נאר אמאל געשפירט א געשמאקע נשמת, ווער עס האט נאר אמאל געשפירט א קאנעקשן מיט גאט, דער פרעגט נישט אזעלכע שאלות!

דער אייניקל ריפט זיך אן, רבותי! דער וואס האט נאר אמאל געניצט זיין שכל פארשטייט אז מען קען נישט נעמען קיין ראיות פון "געפילן". און דער וואס האט נאר אמאל געשפירט די טעם פון א געשמאקן שטיקל פיצא, דער רעדט נישט אזעלכע נארישקייטן...

עד כאן המעשה.

הקיצור, איך מיין אז די פוינט איז קלאר.

צו דען לייגט זיך אויפן שכל אז גאט גיט בכלל א דעקל וואס איך טו מיט מיין טאג? יא, עס פילט זייער גוט זיך אזוי איינצורעדן, אבער צו לייגט זיך עס בכלל אויפן שכל? וואס דארף ער אונז האבן? וואס גייט אים אן וואס קליינטשיגע מענטשעלעך טוען? וואלסטו געווארן פרייליך אז א מוריטשקע זינגט פאר דיר שירה? וואלסטו באקומען הנאה אויב מוריטשקעס דינען דיר?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר