איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
האבעך געטראפן אויף אין וויקיפידיע דעם שטיקלע. העכטס אונטערסאנט. בינעך נייגעריג אויב דעם שטיקעל פון ר' סענדער איז טאקע קראנט"
"ר' אביגדור האט געהאט א שטארקע נטיה צו חסידות, ער האט שטארק שטארק חשוב געהאלטן אלע סארט חסידישע אידן, אבער מער פון יעדען האט ער ליב געהאט די חסידות "סאטמאר, ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרערן אין די אויגן, און מיט א קוויטשעדיגער קול, אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף קינגס הייוועי די גאלדן פלאו טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן סאטמארער אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. ער האט געזאגט די גרויסע ווערטער חלב ישראל אויף א מאשין אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. ער האט אסאך מאל געזאגט אז ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט, ווייל ער האט אויפעגעשטעלט א פמליה של הקב"ה וואס האבן דעפנירט דעם אמעריקאנעם לוקסוס לעבנסשטייגער און זיך אנגעפיפען אינעם סיסטעם סאטמאר רב האט באוויזען אויך אויפצושטעלן עשירים אדירים מיט פיאות פולער בארד בלויז אידיש שפראך און שווארצע לאנגע רעקלעך גענוי ווי אין אייראפע. מיט דעם האט מען ענדגילטיג געטוישט היסטאריע דאס האט געוויזן אז דער ארגינעלער תורה האט יא א מקום אין דעם טמא'נעם לאנד.[10]
ער פארציילט אז די שטאלץ פון אידישקייט וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט איז אים פערזענליך אויך צוניץ געקומען, ווייל אלס רב פלעגט ער זיך פירן מיט די שווארצע טראגע און פולן בארד, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען א בחינה פון זיך רייצן מיט די גוים, געווען אזעלכע וואס האט אים געזאגט אז דאס גיין אזוי טוט אויסרופן אנטיסעמיטיזם. איינמאל ווען ער איז געווען יונג האט גאר א אידענע אים אנגעשפיגן אויף א סאבוועי מיינענדיג אז ער איז א סאטמארער האט זי געשריגן אויף אים איהר סאטמארער האבן גורם געווען היטלער מיט ענקער אנדערשטיגער פיראכץ און לבוש. ער האט איר אנגעכאפט ביי די האר און ארויפגעשלעפט צו דער גאס ביז פאליציי איז אנגעקומען און אפגעשריבן פאר איר א טיקעט פארן שפייען...[10]
מיט פאטעס פלעגט ער זאגן אז מען קען מיינען אז היטלער האט געמאכט א חילוק צווישן די דייטשע און עסטרייכישע אידן, און צווישן די פולישע חסידים, ער פלעגט זאגן אז מען זעהט אז די פיינטשאפט פון היטלער און די נאציס זענען נישט געווען דירעקט אויף חסידישע אידן, פונקט פארקערט דער עיקר מיט וואס זיי האבן אויפגערייצט די מאסן איז געווען ווייל יידן האבן זיך געמישט און די אונערוויזטעטען און דאקטויערן און לויערס און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.
בעיקר פארוואס ער האט אזוי זיך פארליבט אין סאטמאר איז ווייל דער געבורט ראטע פער פאמיליע אין וויליאמסבורג איז געווען דאס העכסטע, צו האבן אסאך קינדער האט ער געזען א נקמה אויף היטלער, און אויך די ערשטע מצוה אין דער תורה פון פרו ורבו,[10] און אויך ווייל אנדערשט ווי די ליטוויקעס און רוב חסידים האבן זיי געשטופט דעם עולם צו גיין ארבייטען און נישט מאכן א קאריערע פון כוללים,
ער האט געלאזט בצוואה פאר זיינע קינדער געשריבן אז ער באפעלט נישט אבער ווער עס וויל אים טאן א נחת רוח פאר זיין נשמה נאכן טויט זאל זיך אנגעהערן און באפריינדען צו חסידים וואס דאווענען בנוסח ספרד און הויפטזעכליך מחסידי סאטמאר.[11]
איין אייניקל וואס איז זעלבסט א גרויסער באקאנטער רב אין לעיקוואוד, ר' שמחה בונם קאהן, פארט יערליך אויף שבת נחמו קיין קרית יואל שוין זעקס יאר זינט די פטירה פון זיין זיידן און שטייט איין ביי ר' דוד עקשטיין.[12]
ער פלעגט זיך כסדר בארימען מיט זיין אייניקל ר' שמחה בונם אלס איינער וואס האט געברענגט די סאטמאר השקפה פון ארבייטען און אז בעלי בתים זענען פונקט אזוי חשוב ווי כולל אינגעלייט קיין לעיקוואוד, אין דאס איז די סוד פון זיין הצלחה אז אלע עשירים און פראפעשענעלס און בעלי בתים פון לעיקוואד האבן געטראפן א רב וואס האט זיי געמאכט האבן שיעורים ביידערנאכט און געמאכט פילן אלס חשובע אידן ער האט אראפגענומען פון זיי די שאנדע וואס הערשט ביי די אמעריקאנער און אידן וואס שטאמען פון ליטע אז מ'קוקט אראפ א בעל הבית.[13]
דער אייניקל הרב שמחה בונם קאהן איז טאקע געווען זיין נאנטסטער אייניקל,[3] וואס איז געווען א גבאי ביי ר' משה פיינשטיין און אים איבערגעלאזט אויפן הסכמה פון ר' משה און זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי ר' מילער נאך פאר ער איז געווארן זיין אייניקל.[14]
ער פלעגט שטענדיג וויינען מיט התרגשות ביי זיינע דרשות אז טייל מאל כאפט זיך אים אן א רייץ צו נעמען א טעקסי בלויז דורכפארן בעדפארד ענוועניו אין וויליאמסבורג צו זעהן די סאטמאר בא'חנ'טע אינגעלעך מיט זייער לבוש און זיי בלויז זיי בענטשן פון טיפן הארץ.[10]
א חשובער איד פון וויליאמסבורג א.ז. (פון די בני יואל קרייזן) פארציילט אז ער איז געווען א שליח פון ר' אביגדור פאר איבער צוואנציג יאר צו טראגן יעדן ערב פסח קמחא דפסחא געלט פאר א צאל משפחות וואס זיי דרייען זיך דווקא אין סאטמאר און וואונען דווקא אין וויליאמסבורג האבן מער ווי זעקס קינדער. און דער סכום האט יערלך באטראפן מער ווי פופצען טויזענט דאלער. ער האט דערביי אנגעווארענט יענעם נישט צו פארציילן פאר קיינעם. יענער האט עובר געווען אויף דעם ציווי בלויז נאכדעם וואס ר' אביגדור איז שוין פארשטארבן.[15]
ער האט אמאל פארציילט אז ער האט שפאצירט א וועג פון 6 שעה פון זיין וואונונג אין בראנסוויל צו וויליאמסבורג אין יום טוב שמחת תורה בלויז קענען מיט צוהאלטן די הקפות אין סאטמאר ראדני. און ווען ער איז אנגעקומען אין ראדני האט ער געזען דער אלטער רבי רבינו יואל טאנצן מיט אזא התלבות אז אין זיין דמיון האט זיך מצייר געווען א מלאך וואס טאנצט דא מיט די תורה האט ער אויך מיט געטאנצט מיט אזא התלהבות אז די פוס האבן אים וויי געטאן פאר חדשים נאכדעם.[10]
ר' סענדער דייטש פארציילט אין זיין ספר בוצינא קדישא אז רבי יואל טייטלבוים פלעגט אים לאזן רופן שטענדיג ווען ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די וועלט אז אידן זענען קעגן מדינת ישראל. ר' סענדער זאגט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז ער איז דער גרעסטער ירא שמים צווישן די ליטווישע גדולים וואס קימערן זיך צו מוסרן אידן אויפן ענגלישן שפראך, דערפאר איז בלויז ער דער שליח דאס צו טאן אין ענגליש, און ר' סענדער פארציילט אז ר' אביגדור פלעגט מיט אים זיצן אין א זייטיגן צימער פאר שעות און שעות, און דער רבי ר' יואל פלעגט זיך קאכן און אויפהייטערן קעגן די ציונים, שרייען און קאכן אלייןס אין צימער, אזוי ווייט אז זיי האבן פשוט מורא געהאט דארטן צו בלייבן, פון אנדערן צימער האבן זיי אפגעשריבן א סקעטש, און יעדע האלבע שעה געקומען ווייזן דעם רבין צו ער איז מסכים צום נוסח, דער רבי האט געהייסן טוישן און טוישן און געשריגן אויף ביידע פארוואס זיי פארשטייען אים נישט. ר' אביגדור כאטשיג וואס ער איז געווען א פרעמדער רב וואס האט נישט געהאט קיין שייכות צו ר' יואל, האט נאך מער געציטערט פון ר' סענדער פון ר' יואל, ווייל ער האט מער פארשטאנען צו די הייליגע רוגזא אז דאס איז ווי א געטליכער פייער, ווי ר' סענדער וואס ער זאגט אויף זיך אז ער האט דא נישט אזוי שטארק משיג געווען.
ר' אביגדור האט קיין איינמאל נישט פארציילט פאר קיינעם דערוועגן. און אויך נישט געגעבן פאר ר' סענדער רשות דאס צו באשרייבן דערוועגן אין זיין ספר, ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון די דאזיגע טראסט און חיבה יתירה וואס ר' יואל האט אים ארויסגעוויזן, אחוץ איינמאל ווען ער האט גערעדט פון אמונת צדיקים, האט ער בלויז געזאגט אז ווען מען האט אים אמאל געלאזט רופן פון סאטמאר רבס שטוב, אז דער רבי רופט האט ער נישט געקענט שלאפן פון גרויס פחד... (ער האט נישט פארציילט אז דאס איז געווען א רעגולארע זאך ווי ר' סענדער האט געזאגט), ער זאגט אז ער האט זיך געשפירט ווי די אידן פאר קבלת התורה.
ער פלעגט זיך טענה'ען מיט די בני יואל אידן וואס אפאר פון זיי זענען געווען זיינע אנהענגער, און האבן צו אים געזאגט אז ווען סאטמאר רב ר' יואל איז אוועק קען מען נישט מאכן קיין פאסענדער מנהיג, אז זיי זענען די ערגסטע סכנה פארן יהדות. ווען זיי פלעגן אים זאגן אז ער איז זייער מנהיג, האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיי נישט מקבל אלס תלמידים נאר זיי ברויכן זיך אונטערווארפן דעם ברך משהס הנהגה, און ער האט געהאלטן ווארט און זיי אויפגעהערט צו ענטפערן אויף אפילו פריוואטע שאלות, אבער טראץ זיין עקשנות זיי צו פארטרייבן, און טראץ וואס זיי האבן אים נישט געפאלגט, האט ער זיי ווייטער מכבד זיין און אפילו זיי אנרופן פערזענליך שואל עצה צו זיין און זיך דורכרעדן איבער זיי בנוגע א סאטמאר'ע אישו וואס ער האט געוואלט פארשטיין על בריה. אין פאקט זענען געווען אסאך בני יואל אידן וואס האבן זיך געדרייעט ביי אים, און האבן געלערנט פון אים זייער אסאך.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
דורש אמת האט געשריבן:
די תכלית פון תורה איז קיום האנושי, עשות משפט ואהבת חסד, יושר וצדק.
אנדערע וועלן זאגן אז די תכלית פון די תורה איז אויסצורייסן שלעכטס... ווי עס זענען מעיד די פילע חייבי מיתות אין די תורה...
ווען סאטמארער רב האט דערקלערט אז די וויכטיגסטע זאך איז שנאה און אז די גאנצע תורה באשטייט פון שנאה
וואלסט געקענט ברענגען א מקור דערויף?
(איך בין א קנאפער חסיד פונעם סאטמארען/ארטאדאקסישען לעבנס שטייגער בכלליות, אבער נאך קנאפער פון לויזע רייד...)
Sent from my iPad using Tapatalk
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
תרמב האט געשריבן:הייסט אז דו פארשטייסט אז די בעסטע עונש וואס מ’קען געבן פאר די זינד פאר איינער שלעפט איינעם צו א אנדערע חסידות איז אפשניידן בארד און פאות? זשאסטיס!
ניין אבער דאס קומט נישט פון רשעות. אין אדם נתפס על צערו און ווען איינער נעמט א זון פון א סאטמערער און שלעפט אים קיין ליבאוויטש, פון גור צו ר' שאול, פון בעלז קיין בעלז מאכנובקה, אדער פון סקווער קיין ברסלב וכו', קען עס איינער אננעמען זייער שווער און טיט זאכן וואס אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלט מען עס נישט געטון.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
דורש אמת האט געשריבן:די תכלית פון תורה איז קיום האנושי, עשות משפט ואהבת חסד, יושר וצדק.
אנדערע וועלן זאגן אז די תכלית פון די תורה איז אויסצורייסן שלעכטס... ווי עס זענען מעיד די פילע חייבי מיתות אין די תורה...
ווען סאטמארער רב האט דערקלערט אז די וויכטיגסטע זאך איז שנאה און אז די גאנצע תורה באשטייט פון שנאה
וואלסט געקענט ברענגען א מקור דערויף?
(איך בין א קנאפער חסיד פונעם סאטמארען/ארטאדאקסישען לעבנס שטייגער בכלליות, אבער נאך קנאפער פון לויזע רייד...)
1. תורה בזמן הזה האט נישט קיין מיתות בית דין. 2. אז דאס איז דער תכלית פון תורה האבן געזאגט די אידישע תורה - פילאסאפן און אסך ראשונים.
3. פאר איר רופט עס אן לויזע רייד קוקט אדורך קודם דעם ערשטן הודעה פונם אשכול…
- די תורה לייגט א גרויסע דגוש אויף שנאה (..) אזש די תורה איז מחייב צו הארגענען קליינע קינדער בלויז ווייל זיי זענען געבוירן געווארן ביי פארפיינטעטע עלטערן..
- מימרות פון חז"ל און שפעטערע איז דא גענוג פאר יעדע זייט.. (דוכט זיך אז סאטמאר רב האלט אויך אין איין ברענגען מימרות פון חז"ל..)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
- האט שוין געלייקט: 526 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
Sent from my iPad using Tapatalk
1. תורה בזמן הזה איז ניט מחייב הרגענען ניט קיין קינדער און ניט דערוואקסענע.
2. די מפרשים האבן שוין מבאר געווען אז ביי עמלק איז די מצווה פון הריגת נשים וטף געווען בלויז אויפן מלך וואס ער האט א הארץ פון א לייב אבער ניט אויפן ציבור. פונם ציבור קען ניט און וויל ניט די תורה פארלאנגען אזא אכזריות און שנאה. און אז לא תחיה כל נשמה מיינט ניט הריגה נאר אז מע זאל זיי ניט מפרנס זיין, און דאס אויך איז שוין פון לאנג בטל געווארן. 3. היא הנותנת. דער גאון שי”ר האט שוין געשריבן אז אין חזל קען מען טרעפן מאמרים לכאן ולכאן און אז ער איז בוחר אין די דיעות וואס צילן אויף חסד ואהבה. די סאטמארע חינוך האט ענדערש אוייסגעקליבן די סם המוותדיגע מימרות (חוץ פון דעם וואס סע האט מסלף געווען די כוונה פון געוויסע חזלן). אלץ כדי צו קענען קאנטראלירן דעם עולם און זיי נישט צו פארלירן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
תרמב האט געשריבן:@רביה’’ק זי’’ע איך זעה ווי דו לייקסט די אלע תגובות וואס הומאניסט שרייבט לעצטנס קעגן סאטמאר, וואס איז פשט פון דעם, דו ביזט דאך רביה’’ק אליינס? וויאזוי לאזטו צו מ’זאל גיסן אזוי פעך און שוועבל אויף דיין אייגענע חסידות, און נאך לייקן אויך?
He is fake news in general people choose names that are the opposite of who they really are to cover their real identity
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום yesiknow, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
די סאטמאר'ע פתחו לי ניגון, במקורו א חמול פארפאסט דורך ר' יוסל אשכנזי ז"ל אין יאר תשכ"ד.
פאר דעם איז געווען א פריערדיגע ניגון וואס דער רבי האט געזינגען אויף פתחו לי וואס האט מחבר געווען הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן ז"ל פון מונקאטש, דאס האט נאך די רבי זי"ע געזינגען אויף די נענועים תשי"ג, און שפעטער אויף פתחו לי יעדן יו"ט וכדו'.
די סיבה פארוואס מ'האט אויפגעהערט זינגען דעם פריעדיגן פתחו לי האב איך געהערט איז געווען צוליב וואס א פייערדיגע מונקאטשער חסיד פונדערהיים האט ארויפגעלייגט אויף א חלק פונעם אלטן ניגון די ווערטער "ציוניסטן מזרחי'סטן, אגודי'סטן צו פארניכטן ימ"ש וכו'..." און דעם רבי'ן זי"ע האט דאס נישט געשמעקט. ער האט געזאגט ס'איז גענוג אז מ'האט אינזין 3 מאל א טאג ביי ולמלשינים...

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
וואו שרייבט עס סאטמאר רב?הומאניסט האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 07, 2021 1:05 pm עס קוקט אויס, ווי דער געדאנק פונ'ם חת"ם סופר האט דער סאטמארער רב נישט געוואוסט, און ממילא האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם מיט הלל הזקן.
אבער בחסדי השם מיט זיין חריפות האט ער געפינען א נייעם וועג אויסצוטייטשן דעם מאמר פון הלל
הלל, זאגט ער, קומט בכלל נישט אונז לערנען אהבה, איפכא מסתברא, פונקט פארקערט, ער וויל אונז דווקא לערנען שנאה.
און אזוי דארף מען צו פארשטיין פשט:
״לחברך״ זאגט ער, מיינט הלל דא צו זאגן, אז אהבה מעג מען נאר האבן פאַר א ״חבר״ וואס גייט אין די זעלבע שיטה ווי דיין רבי!….
ומכלל הן אתה שומע לאו, אז נישט נאר טאר מען אנדערע נישט ליב האבן, אבער מ’דארף זיי פיינט האבן און זיך אוודאי נישט חבר׳ן מיט זיי. (און פאַר זיי מעג מען יא טון וואס דו האסט פיינט פאר זיך)
״זו הוא כל התורה כולה״ - אויף דעם שטייט די גאנצע תורה. און דער סאטמער רבי לייגט נאך צו גאר א נייעם טייטש אויף ״ואידך פרושא הוא, זיל גמור״- אנשטאט: די איבריגע פון די תורה איז א פירוש; און גיי לערן… זאגט ער: ואידך פירושא - אויב האסטו ארויס דעם [נייעם] פירוש אויף די מצווה פון ואהבת לרעך און דו ווייסט שוין וועמען פיינט צו האבן, זיל גמור - דעמאלץ קענסטו גיין אין א ישיבה לערנען אבער פאַר דו האסט ארויס דעם פשט, טארסטו נישט גיין אין ישיבה, ווייל דו קענסט נאך חלילה אנקומען צו ישיבות וואס גייען נישט מיט די שיטה.…
סאטמער רב וויל מחדש זיין: נישט נאר הלל׳ס געדאנק איז נישט כפשוטו, נאר די עצם מצוה אין די תורה פון ואהבת לרעך כמוך, איז בכלל נישט אויסן אהבה נאר פארקערט גאר: שנאה!
עד כאן דבריו.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
- האט שוין געלייקט: 150 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
קוקט אויס אז דו האסט זיך געאיילט צו פרעגן איידער דו האסט געענדיגט דעם גאנצן שטיקל ביים אנהייב, ער ברענגט דארט דעם מקור:
פתיחה לתלמידי הישיבה תשי"ט 1959. אגדות מהרי"ט מסכת שבת דף לא
פתיחה לתלמידי הישיבה תשי"ט 1959. אגדות מהרי"ט מסכת שבת דף לא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
איז דעס א וויץ? אוודאי איז סאטמאר נישט קיין המשך פין אידישע מסורה חוץ אויב מען קען זאגען גניבה,התגרות באומות רציחה איז די אידישע מסורה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
ר' שיינע איד: אפילו איהר האלט אוזי פערזענליך. וואס איז בכלל די גרעסטע אבסורד. וואס פאסט אשר פאר לצים אדער קליינע קינדער. דארפט איהר אבער נישט אפסטעמפלען א קהילה קדושה בישראל מיט אזעלכע נארישע און האספולע ווערטער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
נו, ביי מיר איז סאטמאר מהרי"י אויך חשוב. איך בין נישט קיין פארטיי מענטש.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
- האט שוין געלייקט: 150 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
You’re completely missing the pointberlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 27, 2024 8:05 pm נו, ביי מיר איז סאטמאר מהרי"י אויך חשוב. איך בין נישט קיין פארטיי מענטש.
מ׳רעדט נישט דא וועגן מענטשן - יעדן מענטש קענסטו ווייטער מחשיב זיין, ס׳איז א שיינע און וויכטיגע מדה
אבער סאטמער איז נישט קיין מענטש, ס׳איז א שיטה
מ׳רעדט צו דאס איז א אידישע שיטה אדער א קאמפּליטלי נייע רעליגיע,
וואס שטעלט זיך ארויס איז אנטי-תורה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
אנטוישטער יונגערמאן: דו ביסט נישט נאר אנטוישט. (איך אויך). נאר "דו" כאפסט נישט די נקודה. ווען א "מענטש" סטעמפלט אפ א גאנצע קהילה איבער די מעשים פון געוויסע יחידים אדער גרופס אין די קהילה ווייזט דאס אויף בורות, אומ-וויסנהייט און שנאה (חינם).
אריינגיין אין פרטים און זיך מתוכח זיין איבער שטותים מיט מענטשן וועלכע האבן א געוויסע פאר-אורטייל איז צוועקלאז און נוצלאז.