ולפדיון מַה זֹּה עֹשָׂה
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
ולפדיון מַה זֹּה עֹשָׂה
פון וואנעט דער טראדיציע איז ארויסגעקומען, ווייס איך נישט. אבער קלאר איז דאס אַן אנגענומענע ביי אלע שיכטן צוגלייך, אז א פדיון הבּן איז א טראַסק אזא.
ס׳מאָנט עפעס א פיל שענערער אווענט, ווי דער מאנומענטאלער ברית מילה, וואס איז דאס נידריגסטע פון אפצייכענונגען, וואס חרידיזם האט צו אָפערן.
צווישן דאס ווייגעשריי פון א מאלצייט, וואס באַשטייט פון א שטיקעלע מייער'ל אויף א שטייפן געפילטע, און ס'ביליגסטער פאָרעם פון פארפליישונג, אין א קוריאז באשטימטער צייט נאך אויך - דער צופרי, וואס איז פון די טומלדיגסטע קאפיטאליסטישע שטונדן, האט זיך דער גאר סימבאלישער אידישער טהאַט דערקייקלט צו א מצב, אזש די פאמיליע האלט זיך מער נישט ביים באטייליגן געהעריג אפילו. אויס חוב איז זי געווארן, די איינע שמחה, דער סעודת ברית; וואס איז גראדע א סילווערליינינג, ווייל די אנדערע טרויעריג בארימטע שמחות, זענען טאקע א גענצליכער יאָך היינטצוטאגס.
דאס אפּזיצן אונטן אין סעלישׁ איבער א שאנדע פון א טשיקן פּאָרציע און א פרומע גלעזל סאָדא, אויף א רויטן מיטוואך נאכט, האט פארלוירן דעם טעם, תרתי משמע. נישט קיין מאלצייט און נישט קיין פארברענג איז עס. שטומע שוואגער'ס שפּילן מיט עסצייג, קלאצענדיג אויף א שוואכן שפּילער מיט א ווייעך הארץ, וועמען קיינער איז נישט גענוג ברוטאל-געטריי איינצומעלדן אז ס'וועט פון בלויז געפיל און ס'ביסל קרליבאך ידע זיינער, קיין פרנסה נישט ווערן. איז ער א פּאנזי סקעם אזא. אלף-בית פון א ביזנעס האט ער נישט, נעמליך, צוויי-מאליגע קונדן.
בלויז איינמאל קען ער גערופן ווערן צו א שמחה.
נאר די וואס ווייסן נישט, נעמען אים.
וואס דער שפילער טוט יא בשלימות, איז ערלעידיגן, מיט די הילף פון די איבערגעשטרענגטע ספּיקער, אז קיין געהעריגע שמועס זאל זיך נישט קענען פארמירן.
און אז שוין יא א שמועס, איז שטענדיג איינער צו צוויי פארהאן, וואס זענען צו א שרעקליך איינזאמע נאכט פאר'משפט, נישט קיין חילוק ווי רײַך די שמחה, ווייל מען איז נישט וויליג געווען זיך ביליג צו מאכן מיט 'כאפן א פלאץ' אדער גיין אזוי ווייט ווי אויפרייסן א אומשולדיג בּילקע, פאר א צייכן. זיצט ער אליינס אויף א טיש, מיט אומבאקאנטע בעטלער, און אן מאדנעם עלטער פעטער, וואס גנב'עט עסצייג.
מעג ער ענטפערן וויפיל מעסעזשעס ער וויל אויף דעם פארנומענעם טעלעפאן זיינעם - אהן רעסעפציע, קען ער א גאנצן אפיס פירן זאגאר, און קיינער וועט אים נישט באמערקן, אדער זיך קימערן מיט אים.
און אזוי קוקן טאקע אויס די פדיון הבן'ס, וואס איז פון דאס שענסטע ביי די אונגארישע בעלבוסטעס - די מאמעס פון די וואָנטעד בית רחל מוידן - די צוקונפֿטיגע "בעלבוסטעס" - א טיטל, וואס אנדערע שילערין'ס, געלערענטערע פון זיי, קענען נישט ערייכן.
א בית רחל מיידל נאך אלעם, איז מיט-עס, 'וויט-איט', זענען הכל מודים, און מיט הכּל מיין איך וויליאמסבורגע, געוויס.
קענען זיי אפשר נישט קיין פסוק חומש, אדער א שטיקל אידישקייט, ווי די סעמינאר גראדואירער, זענען נישט אזוי פשוט און צופרידן ווי די מאנסי'ער, נישט אזוי תורה'דיג און אידיאליסטיש ווי די לעיקוואדע, אבער זיי זענען ברייט. "זיי פארנעמען מער", זאגן די פארשטייער, די הערשעלע ווייסער.
זיי לאזן די מענער 'ארויסגיין עסן' אין מאנהעטן, אויף גרינע דינסטאג'ס. זיי פּעגערן נישט ער זאל אן אות אחת לערנען, כדאי צו פירן א אידישן שטוב, ווי די אנדערע פארלאנגעדיגע 'חאָשובע' אידענעס.
נאר איין זאך פארלאנגען זיי. קאנטרי, און אביסל קליידונג כמשפט הבנות. מ'קען דאך נישט לאזן ארומלויפן די קינדער בארוועס אין די פאראיאריגע קליידער.
און געוויס אז מ'גייט אין קאנטרי, מיט דעם אויסדערוועלטן קראַוד נאכדערצו, וואס האבן זיי קוים מיט פראטעקציע אנגענומען, איז נישט מער ווי מענטשליך זיך צוצושטעלן.
אויך דאס ווילן זיי טאקע - די בית רחל, נעמליך, א שיינע שמחה.
נאך א פארנומענע פּאָר וואכן פון בעפארברייטונגען און פארמאלע איינלאדענונג, אפגעזעהן די זאַל צו דער אפצייכענונג, איז זי, די געוויינטליכע, פשוטע, פאַרזעהניש פון ליע עוועניו, אין שענסטע און בעסטע אנגעטוהן, אויסגעפיצט ווי א חופה באגלייטערין, אפנעמענדיג די מזל טוב'ס, פאר איר פערטע זוהן מושי'ס בכור, צום פערדן מאל זינט די געבורט.
אומוויסנד איבער דעם באדייטלאזן פראצעס, שטייען זיי דא, אריבער די מחיצה גרעניצן, גרייט פארן צערעמאניע, באטראכטנדיג דעם קנאבּל און צירונג וואָגעלע, מיט א חרדישע ערנסטקייט לדבר מצוה.
פונעם פאפולערע דעת בעל הבית איז דער פדיון א קנאפע שמחה, וואס קומט שוין אזוי אויך נאך רייע פּיסט ליידיגע מזל טוב'ס ביי קורצע זכור'ס אין בלאס טויטע עפטער-האוער שוהלן, לאנגע וואכנאכט'ס אין צוקוועטשטע דיינינג רום'ס, און דער פארשוועכטער ברית צום לעצט.
איז דער שמחה נישט איבעריגעס רירנד אויפן הארצן פון א נארמאלע מענטש.
ס'מעג דער אויסלייזער אליינס - דער קליינע טאטע מיטן הויכן מיללער שטריימל אהן א עול, פּילעווען איבער זיינע חיובים, מיט א לענגערע פשעטל איבער די שוין אויסגעפלאַסטערטע צדדים פון דעת מקנה און שלוחו של אדם כמותו, מיט אזאנע ברענד נעים מפרשים ווי קצות און ר' שמעון, און עס מעג אפילו דער גוט פאָרגעקוקטער כולל ברודער - א פרישער שפעקולירער איבער'ן עולם המעש און איר באדייט, נאך א צאל לעהרע יאר אויף קעסט - די באהאלטענע פנימיות פונעם מצוה ערקלערן, מיט טרעפליכע שילובים, אויף די צופעליגע צוזאמשטויס מיט פסח שני, אבער קיין סאך ווירקט עס נישט אויפן ארעמען סענטימענט.
איז דער פדיון הבן, וואס איז בעצם אויפן זעלבן שטאפל ווי ס'אפשערן, איבערגעשטיגן די בר מצוה אפילו, און אמפּערט זיך פאר אן אייניגן פלאץ מיטן כמעט פארגעסענעם סיט-דאון תנאים, וואס האט גראדע פונקט פון דער בּלוי ארויס, דאס פּאפולעריטעט פארלוירן, אויף א דראסטישן פארנעם, אין די לעצטע צעהן יאר.
איז זי אויך צו די אויפשטייג פונעם אינטערנעט, א קרבן געפאלן. מ'ברויך שוין נישט קיין שמחות היינט צו פארברענגן אדער סאציאליזירן, און מ'מאכט זיך אליינס פארברענגען'ס, וואס זענען טאקע יא איינגענעם, יא נאטורליך, יא אינטערסאנט, והעיקר - פון גוטן ווילן, נישט כאילו כפאו.
זי הינקעט טאקע אויך די פדיון, און איז שוין אויך באלד אן אנדענק פון אן אמאליגע וועלט, וואו אזא פארשווענדעטע אווענט האט נאך א פלאץ געהאט, פאר אפּאר פארבליבענע מינוט, ווי די מענצער חתונות פון יענע יארן.
קען מען נאך אריינכאפן די שמחות דאס ביסל יארן, ביז די טויערן פון בנין בראך וועלן זיך צונויפברעכן פון די שווערע מענטשן געדרענג, וואס די טעגליכע לחיים'ס און וועכענטליכע קעדיישים, וועלן נאך אנברענגן בע"ה, וואס דאן וועט קיין שריד פון דעם שמחה שוואוילטאג נישט פארבלייבן.
אדער נישט, און איך וועל שטענדיג דער פאר'משפט'ער שוואגער בלייבן, וואס קלאצט אין דער וויסטעניש, איבער א ברייטן טעלער מיט א כזית פארשפייז, אינמיטן טאג, אין א נייעם, איבעריג באלאכטענעם וויליאמסבורגער קעלער, און דאס פארשרייבן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: פדיון זו על שום מה?
נעקסט טיים די זיצט באורד אין די איבריג באלאכטענעם סעלישער קעלער שיק מיר אן אישי און איך וועל דארט זיין ביז אייניגע מינוטן.
לא באתי לנצח (שולי)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
א סאָשׁעל קאמענטערי אזאנס און אזעלעכס! אין מילים!
און אז מ׳רעדט שוין פון שילובים וועלכע מ׳האט נישט קיין נערוון נישט צו זאגן און נישט אויסצוהערן אבער איינער מוז דאך זאגן ווייל ״אזוי קומט עס״, פארשטייט מען שוין מער פארוואס בב״ק פ. ביים ישוע הבן (ע״ש ברש״י ובתוס׳) האבן נישט רב נישט שמואל און נישט רב אסי געוואלט אריינגיין איינער פאר׳ן אנדערן; זיי האבן נישט געהאט קיין נערוון דערצו…
דאס דערמאנט פון וואס @קטלא קניא האט געשריבן אין אָנהויב 2003:הבל וריק האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 27, 2024 9:44 pmאיז זי אויך צו די אויפשטייג פונעם אינטערנעט, א קרבן געפאלן. מ'ברויך שוין נישט קיין שמחות היינט צו פארברענגן אדער סאציאליזירן, און מ'מאכט זיך אליינס פארברענגען'ס, וואס זענען טאקע יא איינגענעם, יא נאטורליך, יא אינטערסאנט, והעיקר - פון גוטן ווילן, נישט כאילו כפאו.
זי הינקעט טאקע אויך די פדיון, און איז שוין אויך באלד אן אנדענק פון אן אמאליגע וועלט, וואו אזא פארשווענדעטע אווענט האט נאך א פלאץ געהאט, פאר אפּאר פארבליבענע מינוט, ווי די מענצער חתונות פון יענע יארן.
אבער יעצט, 21 יאר שפעטער, איז דאס ל״ד די מציאות און די סארט עווענטס זענען פשוט א פארמאלע שריד פון אמאל, צו וועלכעס מ׳האט טאקע נישט קיין נערוון צו גיין און פיהלט זיך ווי א משא.אין אַ װעלט װי פֿאַרברענגן אױף שמחות פֿאַרנעמט דאָס פּלאַץ װאָס בײַ אַנדרע פֿאַרנעמט דער קינאָ, דער טעאַטער, דער קאָנצערט זאַל און אַנדרע פֿאַרװײַלונג צוזאַמגעשטעלט, און װי דער אײַנפֿאַכער מאָנאָטאָנישע לעבן דרײט זיך אַרום שבת און יום טובֿ, הכנסת ספֿר תורה'ס, הספּידים און אַ פֿײַער לעשער נישט הײַנט געדאַכט און נישט קײַן סאַך מער, פֿאַרשטײט זיך פֿאַרװאָס עלטערן חאַלעשן צו װערן באָבעס און זײדעס און פֿאַרװאָס בחורים פּײגערן אױפֿן שטרײַמל און מײדלעך אױפֿן גרױסן בױך.
און אז מ׳רעדט שוין פון שילובים וועלכע מ׳האט נישט קיין נערוון נישט צו זאגן און נישט אויסצוהערן אבער איינער מוז דאך זאגן ווייל ״אזוי קומט עס״, פארשטייט מען שוין מער פארוואס בב״ק פ. ביים ישוע הבן (ע״ש ברש״י ובתוס׳) האבן נישט רב נישט שמואל און נישט רב אסי געוואלט אריינגיין איינער פאר׳ן אנדערן; זיי האבן נישט געהאט קיין נערוון דערצו…
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
Re: פדיון זו על שום מה?
גאט ליבע ער'שרייבט דאך אזוי גוט. יוש טאטע!!
גערעכט גערעכט ברידער געטרייע (ניגון יוסף שפיל) יעדעס ווארט איז אמת ונכון, ליידער קוקט'עס אזוי אויס.

- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: ולפדיון מַה זֹּה עֹשָׂה
הבל, א מזל האבן מיר, אז די רינדיגע שוואגער טיש איז שוין פיל געווען ווען דו האסט אריינשפאצירט אין זאל, זיכנדיג וואו צו פלאצירן דיין דורכגעווייגטן שירעם אויף א מקום ווי ס'לא תגנוב פארנאכלעסיגער וועלן קיין יד דערויף נישט לייגן.
ווען עס מאכט זיך ווען א ליידיג לאך אינעם רינג ביים משפחה פאראיין, וואלסטו דאך שטעקן געבליבן פארזעצנדיג האלב-אומפארענדיגטע געשפרעכן פון פאראיאריגע שבת שבע ברכות'ער, און אונז וואלטן דאך קיין זאפטיגן ארטיקל נישט באקומען.
געלויבט איז גאט וואס רעכנט אלעס אויס צום טאקט. דיין שוואגער וואס האט די לעצטע פלאץ פארנומען האט נאר דריי מאל געדארף מאכן הקפות, ביז ער האט זיין אוטו געטראפן ווי אריינצוקוועטשן, בלויז דריי בלאקס צו גיין צופיס, נישט איידערן צוקראצן די גלאנציגן שווארצע קעדילעג פון אונטן, און מילד אטאקירן פון פארנט די גרויסע סעבורבאן מיט עקסטער געדיכטע פאדערשטע פענסטער.
דיר איז הפנים נישט באשערט געווען אזא גרינגע אפקומעניש, פון הימל האט מען אנדערע חשבונות געהאט. נאך זיבן הקפות כנהוג, האסטו ווארטנדיג געפערליך אומגעדילדיג ביי אן ענדלאזער רויט לייט, שוין פון עק אויג געזען א ברייטע ספאט פארנט פונעם זאל ממש. די הענטעלע האט געטאנצן פאר ממש אן אייביגקייט, בשעת דיינע מחשבות זענען שוין געווען פארטון אינעם קאלטן קניש. אבער ווי נאר ס'האט זיך געביטן פון רויט אויף גרין, האט אן אנגעגרייטע מחוצף נאך פון ששת ימי בראשית זיך געגעבן א דריי אריין אין דיין פארקינג, און עס פארכאפט כאילו נישט דיך מיינט מען.
צום סוף האסטו געברויכט איינגיין אויפן פאמפ וואס דו האסט שוין 20 מינוט צוריק געוויסט טיף אין הארצן אז דארט וועסטו ביים ענדע מילא אנקומען. האסט נאר אזויפיל פארדינט אז די איינציגסטע ליידיגע פלאץ אין זאל, געפינט זיך איצטער אויף די שכנים טיש, ווען נישט דיין ברודער יואלי פארציגט גאנצע צוויי בילקעס.
און מיר האבן פארדינט נאך אן ארטיקל פון הבל וריק!

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- הבל וריק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
- האט שוין געלייקט: 209 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל
Re: ולפדיון מַה זֹּה עֹשָׂה
שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 28, 2024 9:26 pm הבל, א מזל האבן מיר, אז די רינדיגע שוואגער טיש איז שוין פיל געווען ווען דו האסט אריינשפאצירט אין זאל, זיכנדיג וואו צו פלאצירן דיין דורכגעווייגטן שירעם אויף א מקום ווי ס'לא תגנוב פארנאכלעסיגער וועלן קיין יד דערויף נישט לייגן.
ווען עס מאכט זיך ווען א ליידיג לאך אינעם רינג ביים משפחה פאראיין, וואלסטו דאך שטעקן געבליבן פארזעצנדיג האלב-אומפארענדיגטע געשפרעכן פון פאראיאריגע שבת שבע ברכות'ער, און אונז וואלטן דאך קיין זאפטיגן ארטיקל נישט באקומען.
געלויבט איז גאט וואס רעכנט אלעס אויס צום טאקט. דיין שוואגער וואס האט די לעצטע פלאץ פארנומען האט נאר דריי מאל געדארף מאכן הקפות, ביז ער האט זיין אוטו געטראפן ווי אריינצוקוועטשן, בלויז דריי בלאקס צו גיין צופיס, נישט איידערן צוקראצן די גלאנציגן שווארצע קעדילעג פון אונטן, און מילד אטאקירן פון פארנט די גרויסע סעבורבאן מיט עקסטער געדיכטע פאדערשטע פענסטער.
דיר איז הפנים נישט באשערט געווען אזא גרינגע אפקומעניש, פון הימל האט מען אנדערע חשבונות געהאט. נאך זיבן הקפות כנהוג, האסטו ווארטנדיג געפערליך אומגעדילדיג ביי אן ענדלאזער רויט לייט, שוין פון עק אויג געזען א ברייטע ספאט פארנט פונעם זאל ממש. די הענטעלע האט געטאנצן פאר ממש אן אייביגקייט, בשעת דיינע מחשבות זענען שוין געווען פארטון אינעם קאלטן קניש. אבער ווי נאר ס'האט זיך געביטן פון רויט אויף גרין, האט אן אנגעגרייטע מחוצף נאך פון ששת ימי בראשית זיך געגעבן א דריי אריין אין דיין פארקינג, און עס פארכאפט כאילו נישט דיך מיינט מען.
צום סוף האסטו געברויכט איינגיין אויפן פאמפ וואס דו האסט שוין 20 מינוט צוריק געוויסט טיף אין הארצן אז דארט וועסטו ביים ענדע מילא אנקומען. האסט נאר אזויפיל פארדינט אז די איינציגסטע ליידיגע פלאץ אין זאל, געפינט זיך איצטער אויף די שכנים טיש, ווען נישט דיין ברודער יואלי פארציגט גאנצע צוויי בילקעס.
און מיר האבן פארדינט נאך אן ארטיקל פון הבל וריק!
גוט גוט, א דאנק.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 23, 2024 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל
Re: ולפדיון מַה זֹּה עֹשָׂה
אייזן!
One of the great challenges in life is knowing enough about a subject to think you're right, but not enough to know you're wrong. - Neil deGrasse Tyson

@מי אני דאס אז דו ליינסט וויקיפדיה ארטיקלען איבער מאטעמאטיק און פילאסאפיע אלס א חלק פון דיין פארטאגס שיעור איז מיר נאך פארשטענדליך, אבער איך בין ערשטוינט און וואונדער זיך וויאזוי דו ביסט אנגעקומען צו א קטלא קניא בלאָג פאסט פון 2003.
בין איך דער איינציגסטער?
בין איך דער איינציגסטער?
One of the great challenges in life is knowing enough about a subject to think you're right, but not enough to know you're wrong. - Neil deGrasse Tyson
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳דארף דאך פרובירן זיין אזוי ווי ״מונסיור שושני״, וועלכער איז געווען ידיו רב לו בכל מקצוע…
ייש״כ פאר די הערצה!
אגב בענין פדיון הבן, ברענגט מען דא צו פון מר. שושני, אז די געדאנק פון הראהו הקב״ה למשרע״ה מחצית השקל של אש (שקלים ד:), איז געווען לרמז אז ס׳נישט די כסף שהיא המכפר, נאר די רצון ״של אש״ לנדבותו. ולכן איז דאס נאר א מחצית און נישט אזוי ווי ביי פדיון הבן, וואס דאס קען דער עני אויך געבן ע״ש. און ער האט טאקע גענוצט לאגישע/מאטעמאטישע סימבאלן דערין…
ולפי״ז איז לענין דאס וואס @הבל וריק ברענגט ארויס ווי מ׳האט פארמאליזירט דאס סעודת פדיון הבן עד כדי אויסצוליידיגן דאס גאנצע שמחה דערפון און דאס מאכן אַן עול ומשא פאר די באטייליגער, קען מען אולי מרמז זיין בהפסוק (דברים יב לא) כי גם את בניהם ואת בנתיהם ישרפו באש לאלהיהם. והיינו, אז ווען מ׳פארמאליזירט דאס עד בכגון דא וואס @הבל וריק לייגט דאס דא אראפ - א סאציאלע התחייבות להתראות פאר אנדערע, אָן די כוונת ולחלוחית המצוה של מצות וחיוב האב על הבן - איז דא א פראבלעם מיט בניהם ״באש״ אין די כוונה וואס מ׳געבט דערפאר.