דער אייוועלט אשכול

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך ביבער »

אינטערעסאנטער אשכול געווען
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמן למאור »

צועקים וזועקים האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:41 pm
Visionary האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:27 pm כאפט'ס אריין פאר עס ווערט געמעקט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69161
זעט אויס ווי איינער פון דא.
דו רעדסט פון דאס? איך האב געכאפט א סקרינשאט, כ'האב געוויסט עס גייט פליען.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך צועקים וזועקים »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:45 pm
צועקים וזועקים האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:41 pm
Visionary האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:27 pm כאפט'ס אריין פאר עס ווערט געמעקט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69161
זעט אויס ווי איינער פון דא.
דו רעדסט פון דאס? איך האב געכאפט א סקרינשאט, כ'האב געוויסט עס גייט פליען.
יא. דו האסט עס געשריבן?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמן למאור »

צועקים וזועקים האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:49 pm
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:45 pm
צועקים וזועקים האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:41 pm
Visionary האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:27 pm כאפט'ס אריין פאר עס ווערט געמעקט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69161
זעט אויס ווי איינער פון דא.
דו רעדסט פון דאס? איך האב געכאפט א סקרינשאט, כ'האב געוויסט עס גייט פליען.
יא. דו האסט עס געשריבן?
וואס פאלט דיר ביי?

מיינע עלטערן זענען ב"ה פיינע ערליכע אידן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
Visionary
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך Visionary »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:45 pm
צועקים וזועקים האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:41 pm
Visionary האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:27 pm כאפט'ס אריין פאר עס ווערט געמעקט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69161
זעט אויס ווי איינער פון דא.
דו רעדסט פון דאס? איך האב געכאפט א סקרינשאט, כ'האב געוויסט עס גייט פליען.
איך האב ארפ גענומען גענוג אין צייט.

א שאק און שוידער נעמט מיר ארום, וואס טו איך דא ווייטער?

אומגעליינטע תגובה דורך אבני שוהם » זונטאג מאי 26, 2024 1:07 pm
רבותי, ס'נישט קיין וויץ, איך בין נאך אין שאק! איך ווייס נישט וואס צו טון, און וואו זיך אהין צוטון.

איך בין נארוואס געוואויר געווארן - נישט מער און נישט ווייניגער- אז מיינע עלטערן זענען כופרים גמורים. זיי האלטן גארנישט פון אידישקייט. און נאך ערגער פון אלעם, זיי פירן זיך שוין נישט אידיש פאר יארן לאנג רח"ל!

איך קען ענק נישט מסביר זיין וויאזוי איך פיל, מיין קאפ שווינדלט מיר ממש, איך בין קאלט און הייס אויף דער זעלבער צייט. אזוי פיל זאכן ווערן יעצט פארענטפערט אבער אויך שווער אין די זעלבע צייט.

אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, לאמיר ענק אביסל פארציילן די דברים כהווייתן.

קודם כל, איך האב נאך א ניק דא וואס מיט דעם בין איך מער אקטיוו, טאקע נישט 'גאר שטארק' אקטיוו, אבער מער ווי אט די ניק וואס איך ניץ נאר אמאל אמאל.

מיין ברודער איז שוין יא גאר שטארק אקטיוו, און איז פון די טאפ שרייבערס דא.

אויפגעוואקסן בין איך אין מאנסי, צו וואס מען וואלט אנגעריפן א באלעבאטישע סאטמארע משפחה. איך בין די דריטע פון די עלסטע אין מיין משפחה. מען האט מיר געהעריג אויפגעצויגן דא אין די היימישע מאנסי אלץ א חסידישע אינגל, בחור, און שפעטער חתונה געמאכט צו א חסידישע משפחה.
(פרטים אביסל געטוישט צוליב פארשטענדליכע סיבות)

דער אמת מוז געזאגט ווערן, מיינע עלטערן זענען קיינמאל נישט געווען פרום, איך געדענק נישט אז מיין טאטע זאל מיר אמאל עפעס זאגן וויאזוי זיך אויפצופירן אינעם רוחניות'דיגן געביט. מאוויס איז געווען א גאנגבארע זאך ביי אונז אינדערהיים, און אפגערעדט אז כלים טמאים זענען אלעמאל געווען אנוועזנד אין שטוב. דאך האב איך עס אנגעקוקט מער ווייניגער אלס נארמאל. אקעי, אונז זעמער מער פון די אזוי געריפענע 'אפענע' אידן, אבער דאך ערליך אין פיין ווי רוב כלל ישראל.

כ'האב אייביג געהאט א חשד אויף מיין טאטע אז ער באהאלט עפעס, כ'קען עס נישט ממש אנטאפן און ארויסברענגען פארוואס איך האב געשפירט אזוי, אבער ס'האט מיר אלץ גענודזשעט אז יותר ממה שקראתי לפניכם יש כאן.

למעשה, בדרך לא דרך, כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים פון וויאזוי, אבער כ'האב באקומען עקסעס צו מיין טאטע'ס דעווייס. דהיינו צו 'אלעס' וואס טוט זיך דארטן. כ'קען זיך אביסל אויס אין טעכנעלאגיע, און כ'בין אריין -פון מיין דעווייס- אריין אין זיין כלי, און כ'קען ממש אלעס זען. כ'בין טאקע נישט גערעכט פארן דאס טון, אבער מען האלט שוין לאחר המעשה.

כ'בין גראדע נישט שאקירט געווארן צו זען אז ער האט בכלל נישט קיין פילטער, כהאב דאס שוין געוויסט פון פריער. הגם ער פלעגט עס זייער שטרענג האלטן אוועק פון אונז, און ער פלעגט טענה'ן אז 'עפעס' א פילטער האט ער יא, דאך האב איך שוין אלץ בחור אויסגעפיגערט אז ער האט נישט ואכמ"ל בזה.

וואס האט מיר יא גענצליך שאקירט איז געווען א שמועס וואס איך האב מיטגעהאלטן ווי ער שרייבט זיך מיט איינעם אויף טעלעגראם, דאס האט מיר ממש צושרויפט.

ער כאפט אן אמונה שמועס מיט איינעם, און ער לייגט אים פאר וואס ער האלט. רח"ל איך וויל נישט נאכזאגן די געפערליכע דברי כפירה וניאוץ וואס מיין טאטע האט געזאגט דארטן. אויב מען מעג שרייבן אויף א טאטע אפ"ל טו איך עס דא בפה מלא. ער האט א שמועס דארטן מיטן אן אנדערע אינגערע אויפגעקלערטע אינגערמאן, היבש אינגער פון אים, און זיי טענה'ן זיך איבער אלעס וואס איז הייליג, און מיין טאטע לייגט ליידער ארויס אויפן טיש קלאר וואס ער האלט.

דער יעניגער פרעגט צו "דיין ווייב" - מיין מאמע, האלט אויך אזוי. ער שרייבט צוריק אז אין אנהויב איז עס געווען שווער זי האט זיך נישט געלאזט, ער האט איז געשלעפט צו אפאר קירוב רבנים זיך צוזאמען אויס'טענה'נען, ביז זי איז איבערצייגט געווארן צו האלטן ווי אים רח"ל.

איך שרייב די שורות דא, עס זעט אייך אפשר אויס ווי אלגעמיינע ווערטער, אבער מיינע הענט ציטערן מיר ממש, איך ווייס נישט וויאזוי צו האלטן מיין קאפ גראד.

און דאס איז נאכנישט אלעס, אמונה איז איין זאך, אבער דאס אז זיי האבן נישט געהיטן גארנישט פאר יארן לאנג האט מיר ממש צעשרויפט.

ער לייגט אראפ ווי לצורך השטוב, און כדי נישט צו צעמישן די קינדער וואס זענען שוין געווען א טייל פון די סיסטעם, (זעט אויס אז ביז וואס ווי ווען, ביז מיין טאטע און מאמע זענען געקומען לדעה אחת, זענען שוין געווען עלטערע קינדער) האבן זיי מחליט געווען אז זיי בלייבן דא און גייען לעבן ווי אנוסים.

ער פלעגט עסן יו"כ און ט' באב, פארקן זיין קאר אביסל ארויס פונעם געגנט און כאפן א שפאציר שבת נאכמיטאג אהין מיטן ווייב און פארן אין א קלאב, ער פלעגט געהעריג עסן טריפות אן קיין פראבלעם. איך ווער ממש קראנק איבערשרייבנדיג די זאכן. איך רעד דא פון מיינע אייגענע עלטערן!

זיי האבן געהעריג מחליט געווען צו נעמען נאר "געשמאקע" גשמיות'דיגע חלקים פון אידישקייט און דאס פראקטעצירן ביז צום קלימאקס, אבער אויסמעקן די רוחניות'דיגע חלקים ווען זיי קענען נאר.

אוודאי האט מיין טאטע געמאכט קידוש פרייטאג צונאכטס און געצינדן חנוכה לעכט און מיין מאמע שבת ליכט, אבער יעצט פארשטיי איך שוין גאר גוט די קלינגעדיגע קאלטקייט וואס יעדע דבר שבקדושה האט געהאט ביי זיי. זיי האבן עס געטון בלויז ווי עקטערס, פאר אונז, פאר די גאס, אן קיין שום טראפ נשמה, געפיל און אמונה.

וואס זאל איך טון דא? איך בין געווען אין דינייעל פאר אפאר טעג, איך האב געטראכט אז אפשר איז עס נישט ממש אזוי, אפשר רעדט ער נאר איין יענער אזוי, אבער איך וויל נישט צופיל מאריך זיין, אבער די מציאות פראסקעט מיר אין פנים, איך ווייס אז לכה"פ א רוב פון דעם איז אמת. איך האב געזען זיין היסטערי און ער שרייבט און ניצט זיין פאון געהעריג שבת רח"ל.

איך ווייס נישט וואס זאל זיין מיין נעקסטע סטעפ. צו זאל איך פארציילן פאר מיין גאנצע משפחה? אריינמישן די געשוויסטער? זיי פראבירן צו כאפן רויט האנטיג און זיי אריינגעבן ווי עס קומט זיך זיי?

דערווייל האב איך נאך פאר קיינעם נישט פארציילט, אבער סתם צו מאכן א שווייג קומט בכלל נישט אין באטראכט, פשוט ווייל איך קען נישט, איך האב נישט קיין טאג און קיין נאכט די לעצטע פאר מעת לעת.

וואס טו איך דא ווייטער?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שעפטאל »

הלואי ליינט ער מיינע שורות.

פרי המהירות = חרטה!!!

אלע דיינע אפציעס דערווייל קומען פון רוגזא, געפיהל, ביים טוהן אט די זאכן שיס'טו זיך אין די אייגענע פיס חלילה!

ווארט 2 וואכן, גיי צו א טערעפי'סט.
דאן וועסטו שוין שפירן בעסער! און בעז"ה וויסן וואס צו טוהן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמן למאור »

זארג נישט שעפטי, דער שרייבער איז לכאורה א לץ וואס האט געזיכט זיך אינטערצוהאלטן אויף א זינטאג נאכמיטאג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

מיין עצה פאר דעם יונגערמאן איז איין זאך

Who cares??
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך אלפא »

שפילער האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:11 pm מיין עצה פאר דעם יונגערמאן איז איין זאך

Who cares??

דאס איז נישט קיין עצה - דאס איז א שאלה.

אויף וואס זיין אבוויעס תשובה איז אז - ער.

(אויב נאר איז דאס אמת...)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך מנחם מנדל »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p5119019
Screenshot_20240526_151820_Chrome.jpg
[NAMELESS]

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:08 pm זארג נישט שעפטי, דער שרייבער איז לכאורה א לץ וואס האט געזיכט זיך אינטערצוהאלטן אויף א זינטאג נאכמיטאג.
אפשר איז עס יא אמת?
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך האניג »

איך זע נישט פארוואס ס'זאל נישט קענען זיין אמת. איך קען א אינגערמאן וואס פירט זיך גענוי ווי די שילדערונג, נאר אן דאס ווייב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמעקעדיג »

חלילה!!!!

כלה מתנה.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שעפטאל »

נאכן קלאר ווערן איבער דעם מעשה אין אייוועלט פונעם בן הכופר...

וגם אני בחלומי ראיתי אשכול של העתיד, חלום חלמתי ותפעם רוחי לדעת את החלום.
אין אפאר יאהר ארום גייט ארויפגיין א אשכול אויף ק"ש פון אן אנטוישטער זוהן

וזאת תוכן האשכול:

רבותי, ס'נישט קיין וויץ, איך בין נאך אין שאק! איך ווייס נישט וואס צו טון, און וואו זיך אהין צוטון.

איך בין נארוואס געוואויר געווארן - נישט מער און נישט ווייניגער- אז מיינע עלטערן זענען בכלל נישט קיין כופרים. זיי האלטן טאקע כמעט גארנישט פון חרד'ישע אידישקייט פאר יארן לאנג, אבער. לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, לאמיר ענק אביסל פארציילן די דברים כהווייתן.

אויפגעוואקסן בין איך אין מאנסי, צו וואס מען וואלט אנגעריפן א באלעבאטישע סאטמארע משפחה. איך בין די דריטע פון די עלסטע אין מיין משפחה. מען האט מיר געהעריג אויפגעצויגן דא אין די קיהלע געגענט'ער.

מיינע עלטערן זענען קיינמאל נישט געווען פרום, איך געדענק נישט אז מיין טאטע זאל מיר אמאל עפעס זאגן וויאזוי זיך אויפצופירן אינעם רוחניות'דיגן געביט. אידישקייט איז אלס געוועהן אזא שיינע טראדישן מיט א שמייכל, מ'טוהט נאר וואס ס'איז געשמאק, פארוואס נישט.

מיינע עלטערן האבן געלאכט פון יעדע דבר שבקדושה, רבנים, קול קורא'ס, צניעות, מעשה'לע פון צדיקים, געפרעגט אויף יעדע זאך, אפי' אויף תורה משמים, און דעבאטירט דעם גאט דעבאטע.

אבער כ'האב אייביג געהאט א חשד אויף מיין טאטע אז ער באהאלט עפעס, כ'קען עס נישט ממש אנטאפן און ארויסברענגען פארוואס איך האב געשפירט אזוי, אבער ס'האט מיר אלץ גענודזשעט אז יותר ממה שקראתי לפניכם יש כאן.

למעשה, בדרך לא דרך, כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים פון וויאזוי. וואס האט מיר יא גענצליך שאקירט איז געווען א שמועס וואס איך האב מיטגעהאלטן ווי ער שרייבט זיך מיט איינעם אויף טעלעגראם, דאס האט מיר ממש צושרויפט.

ער כאפט אן אמונה שמועס מיט איינעם, און ער לייגט אים פאר וואס ער האלט. ער האט גאר א צד אז ס'איז יא דא א גאט!! און ס'מאכט סענס אז די תורה האט אסאך חלקים וואס זענען יא זיין רצון!!

דער יעניגער פרעגט צו "דיין ווייב" - מיין מאמע, האלט אויך אזוי. ער שרייבט צוריק אז אין אנהויב איז עס געווען שווער זי האט זיך נישט געלאזט, ער האט זי געשלעפט צו אפאר קירוב רבנים זיך צוזאמען אויס'טענה'נען, ביז זיי האבן גענימען סייקעדעליק'ס און זיך איבערצייגט אז זיי זענען באמת נשמות, בני מלכים!! אונז האבן א געט'ליכן לעכטיג'קייט אין זיך!!

איך שרייב די שורות דא, עס זעט אייך אפשר אויס ווי אלגעמיינע ווערטער, אבער מיינע הענט ציטערן מיר ממש, איך ווייס נישט וויאזוי צו האלטן מיין קאפ גראד.

בשעת כ'האב געמיינט אז אלעס איז א וויץ ביי איהם, פלעגט ער נישט עסן יו"כ און ט' באב, נישט געניצט זיין קאר אויף שבת, נאר עלעקטריק וואס איז דאך מותר. ער פלעגט עסן טריפות אן קיין פראבלעם, אזוי האב איך געמיינט, אבער נאר נאכן קוקן די אינגרידיענט'ס. געהאט אינטערנעט אהן א פילטער, ווייל ס'איז מותר. נישט געדאווענט יעדע'ן טאג, ווייל לויט אפאר ראשונים וכו'. איך ווער ממש קראנק איבערשרייבנדיג די זאכן. איך רעד דא פון מיינע אייגענע עלטערן!

לעצטענס איז מיין טאטע'ס קידוש פרייטאג צונאכטס און יעדע מצוה וואס ער טוהט א שטיק נשמה, געפיל, הארץ, בענקשאפט און אמונה.

וואס זאל איך טון דא? איך בין געווען אין דינייעל פאר אפאר טעג, איך האב געטראכט אז אפשר איז עס נישט ממש אזוי, אפשר רעדט ער נאר איין יענער אזוי, אבער איך וויל נישט צופיל מאריך זיין, אבער די מציאות פראסקעט מיר אין פנים.

זענען די כופרים אמאל נישט ממש כופרים?!!!
זיי האבן גאר ספיקות פון אמונה?!!!
זיי קענען גאר אנקומען צו א הערליכע אידישקייט ווי מ'איז בכלל נישט אינטרעסירט אין די קלוגע כפירה?!!
באקומען א שלות הנפש אין דעם נישט וויסן אבער דאך וויסן?!!

ואיקץ, ותפעם רוחי ואשלח ואקרא את כל חרטומי ק"ש ואת כל חכמיה ואין פותר אותם לשעפטי. (עיין רש"י: יש כמה מיני פתרונים, אבל היום ראיתי חיים טובים)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איי איי יי ׳שעפטי׳...!
א לייק איז ווייט פון גענוג פאר דעם תגובה.
:like :like :like
_ _

אבער עפעס קריטיק מוז איך דאך אויך שרייבן, כדרכי: :)
כ׳האב מורא אז דיין ׳וויזשען׳ איז מעכב די גאולה רח״ל!!

מיין בליק אויפן מצב הדור ביז יעצט איז געווען אז ס׳האלט שוין שמאלער פון שמאל און ס׳שוין כלו כל הקיצין און משיח איז בע״כ אט אט דא.
אבער לאור דעם נערעטיוו דיינער קען איך יא זען וויאזוי אונזער דור שאפט נאך גרויס נחת רוח כביכול לפניו ית׳ אין גלות פאר א שיינע מספר יארן... היל״ת. ווי וואנט משיח נאוי!!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמן למאור »

שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:24 am נאכן קלאר ווערן איבער דעם מעשה אין אייוועלט פונעם בן הכופר...

וגם אני בחלומי ראיתי אשכול של העתיד, חלום חלמתי ותפעם רוחי לדעת את החלום.
אין אפאר יאהר ארום גייט ארויפגיין א אשכול אויף ק"ש פון אן אנטוישטער זוהן

וזאת תוכן האשכול:

רבותי, ס'נישט קיין וויץ, איך בין נאך אין שאק! איך ווייס נישט וואס צו טון, און וואו זיך אהין צוטון.

איך בין נארוואס געוואויר געווארן - נישט מער און נישט ווייניגער- אז מיינע עלטערן זענען בכלל נישט קיין כופרים. זיי האלטן טאקע כמעט גארנישט פון חרד'ישע אידישקייט פאר יארן לאנג, אבער. לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, לאמיר ענק אביסל פארציילן די דברים כהווייתן.

אויפגעוואקסן בין איך אין מאנסי, צו וואס מען וואלט אנגעריפן א באלעבאטישע סאטמארע משפחה. איך בין די דריטע פון די עלסטע אין מיין משפחה. מען האט מיר געהעריג אויפגעצויגן דא אין די קיהלע געגענט'ער.

מיינע עלטערן זענען קיינמאל נישט געווען פרום, איך געדענק נישט אז מיין טאטע זאל מיר אמאל עפעס זאגן וויאזוי זיך אויפצופירן אינעם רוחניות'דיגן געביט. אידישקייט איז אלס געוועהן אזא שיינע טראדישן מיט א שמייכל, מ'טוהט נאר וואס ס'איז געשמאק, פארוואס נישט.

מיינע עלטערן האבן געלאכט פון יעדע דבר שבקדושה, רבנים, קול קורא'ס, צניעות, מעשה'לע פון צדיקים, געפרעגט אויף יעדע זאך, אפי' אויף תורה משמים, און דעבאטירט דעם גאט דעבאטע.

אבער כ'האב אייביג געהאט א חשד אויף מיין טאטע אז ער באהאלט עפעס, כ'קען עס נישט ממש אנטאפן און ארויסברענגען פארוואס איך האב געשפירט אזוי, אבער ס'האט מיר אלץ גענודזשעט אז יותר ממה שקראתי לפניכם יש כאן.

למעשה, בדרך לא דרך, כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים פון וויאזוי. וואס האט מיר יא גענצליך שאקירט איז געווען א שמועס וואס איך האב מיטגעהאלטן ווי ער שרייבט זיך מיט איינעם אויף טעלעגראם, דאס האט מיר ממש צושרויפט.

ער כאפט אן אמונה שמועס מיט איינעם, און ער לייגט אים פאר וואס ער האלט. ער האט גאר א צד אז ס'איז יא דא א גאט!! און ס'מאכט סענס אז די תורה האט אסאך חלקים וואס זענען יא זיין רצון!!

דער יעניגער פרעגט צו "דיין ווייב" - מיין מאמע, האלט אויך אזוי. ער שרייבט צוריק אז אין אנהויב איז עס געווען שווער זי האט זיך נישט געלאזט, ער האט זי געשלעפט צו אפאר קירוב רבנים זיך צוזאמען אויס'טענה'נען, ביז זיי האבן גענימען סייקעדעליק'ס און זיך איבערצייגט אז זיי זענען באמת נשמות, בני מלכים!! אונז האבן א געט'ליכן לעכטיג'קייט אין זיך!!

איך שרייב די שורות דא, עס זעט אייך אפשר אויס ווי אלגעמיינע ווערטער, אבער מיינע הענט ציטערן מיר ממש, איך ווייס נישט וויאזוי צו האלטן מיין קאפ גראד.

בשעת כ'האב געמיינט אז אלעס איז א וויץ ביי איהם, פלעגט ער נישט עסן יו"כ און ט' באב, נישט געניצט זיין קאר אויף שבת, נאר עלעקטריק וואס איז דאך מותר. ער פלעגט עסן טריפות אן קיין פראבלעם, אזוי האב איך געמיינט, אבער נאר נאכן קוקן די אינגרידיענט'ס. געהאט אינטערנעט אהן א פילטער, ווייל ס'איז מותר. נישט געדאווענט יעדע'ן טאג, ווייל לויט אפאר ראשונים וכו'. איך ווער ממש קראנק איבערשרייבנדיג די זאכן. איך רעד דא פון מיינע אייגענע עלטערן!

לעצטענס איז מיין טאטע'ס קידוש פרייטאג צונאכטס און יעדע מצוה וואס ער טוהט א שטיק נשמה, געפיל, הארץ, בענקשאפט און אמונה.

וואס זאל איך טון דא? איך בין געווען אין דינייעל פאר אפאר טעג, איך האב געטראכט אז אפשר איז עס נישט ממש אזוי, אפשר רעדט ער נאר איין יענער אזוי, אבער איך וויל נישט צופיל מאריך זיין, אבער די מציאות פראסקעט מיר אין פנים.

זענען די כופרים אמאל נישט ממש כופרים?!!!
זיי האבן גאר ספיקות פון אמונה?!!!
זיי קענען גאר אנקומען צו א הערליכע אידישקייט ווי מ'איז בכלל נישט אינטרעסירט אין די קלוגע כפירה?!!
באקומען א שלות הנפש אין דעם נישט וויסן אבער דאך וויסן?!!

ואיקץ, ותפעם רוחי ואשלח ואקרא את כל חרטומי ק"ש ואת כל חכמיה ואין פותר אותם לשעפטי. (עיין רש"י: יש כמה מיני פתרונים, אבל היום ראיתי חיים טובים)
שיינע מעשה'לע שעפטי, האסט זייער זיס פארדרייט די מעשה אויף פארקערט, אבער למעשה מאכט עס נישט געהעריג קיין סענס. אפשר נאך א טרינק יא, אבער סתם אזוי נישט.

אז איינער לעבט אין א פרומע סעסייעטי, און ער גלייבט נישט, דארף ער לעבן א דאפלטע לעבן און עס באהאלטן פון זיינע קינדער.

אבער אז איינער לעבט אינעם סיסטעם און גלייבט נישט אדער איז קאלט צו אידישקייט, און ער טרעפט נייע אורות, ער טריקט סחורה, ער שוועבט צו נייע משפיעים, ער האט זיך אויסגעפיגערט א מהלך צו זיין גוט מיט גאט, דאן פארוואס זאל ער עס באהאלטן פון זיינע קינדער? פארוואס דארפן זיי עס אויספיגערן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

כ׳פארשטיי נישט דיין קשיא ׳שמן׳.
דער סיסטעם פארנעמט דאך נישט [דערווייל עכ״פ] דער וואס פיט נישט אריין אינעם באקס 100%?

נאר אפשר פעלט בכלל נישט אויס צו זיין אין א סיסטעם?
אָן קיין שיעבודים צו קיינעם קעמען זיין אפען און מחנך זיין די קינדער וויאזוי מ׳פארשטייט פאר ריכטיג...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re:

שליחה דורך שמן למאור »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:20 am כ׳פארשטיי נישט דיין קשיא ׳שמן׳.
דער סיסטעם פארנעמט דאך נישט [דערווייל עכ״פ] דער וואס פיט נישט אריין אינעם באקס 100%?

נאר אפשר פעלט בכלל נישט אויס צו זיין אין א סיסטעם?
אָן קיין שיעבודים צו קיינעם קעמען זיין אפען און מחנך זיין די קינדער וויאזוי מ׳פארשטייט פאר ריכטיג...
ביסט גערעכט אז בעסער וואלט געווען אן א סיסטעם, אבער שעפטאל'ס מעשה גייט דאך פון איינער וואס איז אינעם סיסטעם, נאר איז פון די קילע אויסגעלאשענע חברה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שעפטאל »

שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:02 am שיינע מעשה'לע שעפטי, האסט זייער זיס פארדרייט די מעשה אויף פארקערט, אבער למעשה מאכט עס נישט געהעריג קיין סענס. אפשר נאך א טרינק יא, אבער סתם אזוי נישט.

אז איינער לעבט אין א פרומע סעסייעטי, און ער גלייבט נישט, דארף ער לעבן א דאפלטע לעבן און עס באהאלטן פון זיינע קינדער.

אבער אז איינער לעבט אינעם סיסטעם און גלייבט נישט אדער איז קאלט צו אידישקייט, און ער טרעפט נייע אורות, ער טריקט סחורה, ער שוועבט צו נייע משפיעים, ער האט זיך אויסגעפיגערט א מהלך צו זיין גוט מיט גאט, דאן פארוואס זאל ער עס באהאלטן פון זיינע קינדער? פארוואס דארפן זיי עס אויספיגערן?

כ'האב פראבירט ס'זאל זיין גענוג אפן פאר אסאך פתרונים (ווי כ'שרייב אין די לעצטע שורה).

איינע פון זיי איז (ס'שטומט נישט ממש, אבער..): מ'איז אמאל סטאק אינעם אייגענעם איידענטיטעיט, (איך בין א "קלוגער"). און די אמת'ע נאנטע חברים זענען כופרים צוזאמען.
--

אונז מעג'ן אכטונג געבן ווען א חבר טוהט "תשובה" אנשטאט פון אפ'שפעטן (אה, די טרינקן האט עם חרוב געמאכט...) קען מען זיך פרייען אז ער איז אין א גוט פלאץ.

ווען איך בין אנגעקומען צום פלאץ פון שמירת שבת, בינעך געוועהן מיט חברים וואס גלייבן אין גארנישט, מײנע אמת'ע חברים האבן קיינמאל נישט אוועק געמאכט מיין החלטה. איך פארשטיי זיי און זיי פארשטייען מיך.
אונז אלע ווילן האבן א גוט לעבן, פאר איינעם איז דערווייל אומבאטעמט צו זיין מיט גאט, און פאר א צווייט'ן איז עס עולם הבא.

https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=528059#p528059 די תגובה וואס מי אני ברענגט בשם דר. מיכאל אברהם (כ'מיין ס'איז א תגובה שפעהטער, ס'לינק'ט זיך נישט פונקטלעך)
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

אייוועלט איז דאון
[NAMELESS]

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי מיר ארבייט עס
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

שוין נישט
געווען פאר א שטיק צייט
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סבא דבהתא »

פארשפארט