וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

און אונזער סאסייעטי זענען פארהאן רעכטע, לינקע, עקסטרימיסטן, שוואכע, און אלעס אינדערמיט. אדער ווי מ'קען עס אנרופען כאניאקעס, קנאים, ליידיגגייער'ס, און שקצים. פארשטייט זיך אז איך בין נישט מסכים צו די אלע נארישע נעמען, איך רוף עס נאר אזוי for a lack of a better term.
די לינקע פארפירן א גאנצן צייט אז די פרומע זיצן ביים שיסל און פירן דעם עולם אין באד אריין, ווערנדיג יעדן טאג עקסטער מער און מער עקסטרעם. ווייטער די רעכטע האלטן אז זיי געבן א גאנצן צייט אויף, אויף זייערע פרינציפן אז די לינקע זאל מען אויכעט אריינעמען אין די מוסדות, און די גאנצע וועלט רוקט זיך מער שוואכער, און זיי שלעפן אראפ די היימישע אידן.
כ'בין נייגעריג וואס זאגן דא די חברי השטיבל, וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע, און האט די מערסטע קאנטראל אויף אונזער געזעלשאפט?
דא אינם שטיבל האב איך אמאל אויסגעשמועסט אז א אינגערמאן וואס נויגט א טראפ צו לינקס גייט קיינמאל נישט באקומען א כלי קודש זשאב ביינונז, הגם ער קען גוט לערנען און ער קען זיך אראפלאזן צו א בחור וכדומה, און אנדערע ווערטער, די מוסדות החינוך געהערט כמעט אינגאנצן - חוץ די ראשי המדריכים און די קאוינסלער'ס אין די זומער ( וואס דעמאלטס הרג'עט מען זיך טאקע ארום מיט די מנהל ) - צו די רעכטע.
פון די אנדערע זייט איז דא אסאך אנדערע אספעקטן אין אונזער קולטור, ווי למשל די ליין מאטריאל, וואס חוץ די בלאט און די איד איז אלעס געפירט ביי די לינקע, ווער רעדט נאך פון די עסן, מוזיק, מארקעטינג, זשים, ענטערטעימענט, פסכילאגיע, און רוב ביזנעסער, וואס אן דעם קען אונזער געזעלשאפט נישט אנגיין.
דאס איז מיין פערספעקטיוו. וואס זאגן די חברים דא?

- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
איך מיין עס איז געבינדן צו @מי אני'ס אבזערוואציע אז פון די מאקרא זייט ציען מיר רעכטס בעת פון די מייקרא זייט זענען מיר נוטה לינקס.
די תשובה ליגט טאקע אביסל אין דיינע קאטעגאריעס, די אינסטיטוציעס (רבנות, מוסדות,) וועלכע פירן כלומר'שט דעם נאראטיוו - ציט רעכטס, און מ'קען שפעקילירן פארוואס. אבער לאידך גיסא פארט די קולטור (מוזיק, ליטעראטור, מאדעס,) גאנץ שטארק לינקס - עס ווערט נשפע פון די מאטעריאליסטישן נאציאנאלע סביבה, וממילא דרייווט עס יחידים אהין.

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
אמת.אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 4:37 pm איך מיין עס איז געבינדן צו @מי אני'ס אבזערוואציע אז פון די מאקרא זייט ציען מיר רעכטס בעת פון די מייקרא זייט זענען מיר נוטה לינקס.
די תשובה ליגט טאקע אביסל אין דיינע קאטעגאריעס, די אינסטיטוציעס (רבנות, מוסדות,) וועלכע פירן כלומר'שט דעם נאראטיוו - ציט רעכטס, און מ'קען שפעקילירן פארוואס. אבער לאידך גיסא פארט די קולטור (מוזיק, ליטעראטור, מאדעס,) גאנץ שטארק לינקס - עס ווערט נשפע פון די מאטעריאליסטישן נאציאנאלע סביבה, וממילא דרייווט עס יחידים אהין.
וואס געשעהט איז, אז די ישיבות - כוללים - מוסדות'ן זענען רעכט געשטימט, און אלעס חוץ פון דעם, ביזנעסער, געשעפטן, זענען לינק געשטימט.
די שאלה איז אווערא''ל, ווי ריקט זיך אונזער סאסייעטי מער, און וועלכע זייט האט נאך אלע מעשיות א גרעסערע השפעה.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
איך מיין עס איז די צווייטע (ע"ע טעכנעלאגיע, מאדעס,). אבער עס איז יתכן אז דאס איז נישט מער ווי wishful thinking.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
ס'קען אויכעט זיין אז ווייל דו ביסט שוין אין ביזנעס וכדומה און ארומגענומען מיט דיין סירקול, ס'קען אבער נאך זיין אז די אנדערע סירקול, ד''ה די ישיבות און כוללים זענען מער רעכט ווי אין דיינע צייטן. יעדער איינער טראכט אז סאסייעטי טראכט ווי אזוי זיין סירקול טראכט.
אן אמת'ע השפעה צו לינקס אין אונזער געזעלשאפט וואלט געווען אז אפילו כלי קודש און מורי צדק רוקן זיך לינקס, און דאס דארפסטו זען אפי' למשל אין א היינטיגע תשובה ספר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
איך וואלט געזאגט אז א תשובה ספר איז לאו דווקא די פלאץ צו קוקן.
איך וואלט געזאגט אז דו זאלסט קוקן ווער זענען די ליעדינג דיינים אין די קהילות, וועם פרעגט מען די שאלות, ווער געבט זיך אפ מיט מער אינגעלייט, צו זיי זענען מער גענויגט צו לינקס מער ווי צעהן יאר צוריק און צוואנציג יאר צוריק.
פון מיין קוקווינקל קוקט עס אויס בעסער ווי צעהן יאר צוריק, אבער קען זיין איך לעב אין א באבל.
וואס ס'שטייט אויף צעטלעך אויף די וואנט און אין די גליונות איז נישט דווקא רעלעוואנט.

- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
קען מען מסביר זיין די לעצטערע קהלישע מחלוקסן אז טייל דיינים ורבנים ציהען רעכט און טייל לינקער?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
@אלפא האט אנגעכאפט מוזיק אלס איינע פון קולטורישע זאכן וואס ציען לינקס. איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דוקא מוזיק האלט זיך אויף רעכטס. עס איז טאקע געוועהן אן עפאכע פון מער מאדערענע און לינקע מוזיק מיט ליפא שמעלצער אויפן שפיץ און מיכאל מיט טרעק פייוו אא"וו, אבער זאכן האבן זיך גאנץ שנעל בארואיגט. היינט לייגט מען מער א דגוש אויף גוטע ארעינזשמענטס ווי איידער קילע אינטראוס און בחורישע לאוזינגען.
לא באתי לנצח (שולי)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 206
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
זעהט נישט אויס איר זענט געווען לעצטענס ביי א חתונה. אויסער אויב די ביי וועלכע איך בין געווען האבען ספעציעל אויסגעקליבען די פאר צידרייטע ניגון'ם וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע עטליכע יארתנחום האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 12:46 am @אלפא האט אנגעכאפט מוזיק אלס איינע פון קולטורישע זאכן וואס ציען לינקס. איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דוקא מוזיק האלט זיך אויף רעכטס. עס איז טאקע געוועהן אן עפאכע פון מער מאדערענע און לינקע מוזיק מיט ליפא שמעלצער אויפן שפיץ און מיכאל מיט טרעק פייוו אא"וו, אבער זאכן האבן זיך גאנץ שנעל בארואיגט. היינט לייגט מען מער א דגוש אויף גוטע ארעינזשמענטס ווי איידער קילע אינטראוס און בחורישע לאוזינגען.
אדער א קלענערע טשענס אז דאס וואס האט געהייסן צעדרייט ווען איך בין געווען אין ישיבה ריפסטו היינט רעכט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
דאס איז נישט קיין נייע זאך: ס'איז אייביג געוען. ליין נאר די היסטאריע פון אידישע קהילות אין די לעצטע 200 יאר. ספעציעל אין די צייטן פון חת"ם סופר. און דעם ערשטן בעלזער רב. דער שר שלום.סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 26, 2024 8:50 pm קען מען מסביר זיין די לעצטערע קהלישע מחלוקסן אז טייל דיינים ורבנים ציהען רעכט און טייל לינקער?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
אין חינוך פון די קינדער איז זיכער אריינגעקומען (בהדרגה) א נייגונג צו רעכטס. (מער פרומקייט).
לאמיר נעמען אזעלכע "קלייניקייטן" ווי ניגונים/שירים. און דער וועג וואס מ'טייטשט/לערנט מיט די קינדער.
ווען איך בין געווען א יונגל אין חדר האט מיין רבי (און די אנדערע רבי'ס) געטייטשט.. שולחן עורך...מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואויל-גיין. די היינטיגע רבי'ס טייטשן. מ'עסט און מ'טרינקט לכבוד יום טוב. "מ'לאזט זיך וואויל-גיין" האט א נעגאטיווע קאנ-נאטאציע.
אויך: דאס באקאנטע לידל וואס א איד אן ארעמאן וועלכער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן ברעטער צו בויען א סוכה האט זיך געבויעט א סוכה'לע א קליינע פון ברעטעלעך געמיינע. פי' ביליגע. וואס ער האט מסתמא באקומען פונ'ם לאמבער יארד אומזינסט.
נאר די היינטיגע מחנכים האבן באשלאסן אז דאס ווארט "געמיינע" האט א נעגאטיווע מיינונג. און זיי האבן עס אויסגעטוישט פאר דעם ווארט "שיינע".
די פראבלעם איז אז דאס נעמט אוועק דעם גאנצן "מעסעדזש" פונ'ם לידל. אז א איד אן ארעמאן האט מיט מסירת נפש אופיגעבויעט פאר זיך א סוכה'לע א קליינע.
ס'איז באוואוסט אז דאס ווארט "געמיין" אין גאליציאנישן-אידיש האט געמיינט ביליג. דער בעלזער רב מהרי"ד זי"ע האט אמאל געזאגט פאר אן עושר אז ער זאל זען צו האבן א פאר "געמיינע" אידן אין זיין סוכה פאר יו"ט.

- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
די זאך איז, אז אין די היינטיגע אויסשפראך מיינען די אויבנדערמאנטע ווערטער עפעס אנדערש, און עס קען זיך שלעכט אויסטייטשן,
אדרבה זאל מען אויך אויסלערנען די יונגווארג די אפטייטש פון פארשידענע ווערטער וואס ס'איז נישט עכט באקאנט אין די היינטיגע טעג זייער אמאליגע באדייט, און דערנאך זאל מען טאקע גארנישט משנה זיין פון זייער אטאנטישקייט אינעם ניגון אדער נוסח וואס מ'דערלערנט פאר די קינדער.
אדרבה זאל מען אויך אויסלערנען די יונגווארג די אפטייטש פון פארשידענע ווערטער וואס ס'איז נישט עכט באקאנט אין די היינטיגע טעג זייער אמאליגע באדייט, און דערנאך זאל מען טאקע גארנישט משנה זיין פון זייער אטאנטישקייט אינעם ניגון אדער נוסח וואס מ'דערלערנט פאר די קינדער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
אמת: נאר א סאך פון די היינטיגע רבי'ס ווייסן אליינס נישט די כונה פון די אמאליגע אפ-טייטשן. זיי ווילן "מתקן" זיין.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
לדעתי אין די לעצטע 10 יאר האט די מוזיק אינדוסטרי גענומען א טויש פון 'באמישע' ניגונים - לדוגמא ליפא'ס ניגונים - צו קאאנעקטינג האוילי סטייל ניגונים.סעגאל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:30 amזעהט נישט אויס איר זענט געווען לעצטענס ביי א חתונה. אויסער אויב די ביי וועלכע איך בין געווען האבען ספעציעל אויסגעקליבען די פאר צידרייטע ניגון'ם וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע עטליכע יארתנחום האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 12:46 am @אלפא האט אנגעכאפט מוזיק אלס איינע פון קולטורישע זאכן וואס ציען לינקס. איך וואלט ליבערשט געזאגט אז דוקא מוזיק האלט זיך אויף רעכטס. עס איז טאקע געוועהן אן עפאכע פון מער מאדערענע און לינקע מוזיק מיט ליפא שמעלצער אויפן שפיץ און מיכאל מיט טרעק פייוו אא"וו, אבער זאכן האבן זיך גאנץ שנעל בארואיגט. היינט לייגט מען מער א דגוש אויף גוטע ארעינזשמענטס ווי איידער קילע אינטראוס און בחורישע לאוזינגען.
אדער א קלענערע טשענס אז דאס וואס האט געהייסן צעדרייט ווען איך בין געווען אין ישיבה ריפסטו היינט רעכט.
די ערשטע איז געקומען לענ''ד פון א פלאץ פון שטויסן סאסייעטי צו א פלאץ פון ראמאנטיזירן אידישקייט.
וועלכע איז מער לינק, אדער רעכט,? כ'ווייס נישט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
אמאל (מיט דרייסיג יאר צוריק) זענען די ניגונים פון מרדכי בן דויד און אברהם פריעד געווען אינגאנצן אפגעפרעגט. נישט ביי מיר. נאר ביי די מערסטע הנהלת הישיבות. כל שכן ביי סאטמאר. היינט איז מרדכי בן דויד א העיליגער איד (כ'בין זיכער ער איז).
די ניגונים האבן זיך נישט געטוישט. נאר דער צוגאנג האט זיך געטוישט. להקל ולא להחמיר.
די ניגונים האבן זיך נישט געטוישט. נאר דער צוגאנג האט זיך געטוישט. להקל ולא להחמיר.
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
ער איז געווארען מער חסידיש און זינגט אויך מיט א חסידישע הברהberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:19 pm אמאל (מיט דרייסיג יאר צוריק) זענען די ניגונים פון מרדכי בן דויד און אברהם פריעד געווען אינגאנצן אפגעפרעגט. נישט ביי מיר. נאר ביי די מערסטע הנהלת הישיבות. כל שכן ביי סאטמאר. היינט איז מרדכי בן דויד א העיליגער איד (כ'בין זיכער ער איז).
די ניגונים האבן זיך נישט געטוישט. נאר דער צוגאנג האט זיך געטוישט. להקל ולא להחמיר.
דער ערשטע טייפ זיינער איז יא געווען א ביסל מער מאדערן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
זייט ווען האבן חסידים א הברה?מנשסתר האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 8:39 amער איז געווארען מער חסידיש און זינגט אויך מיט א חסידישע הברהberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:19 pm אמאל (מיט דרייסיג יאר צוריק) זענען די ניגונים פון מרדכי בן דויד און אברהם פריעד געווען אינגאנצן אפגעפרעגט. נישט ביי מיר. נאר ביי די מערסטע הנהלת הישיבות. כל שכן ביי סאטמאר. היינט איז מרדכי בן דויד א העיליגער איד (כ'בין זיכער ער איז).
די ניגונים האבן זיך נישט געטוישט. נאר דער צוגאנג האט זיך געטוישט. להקל ולא להחמיר.
דער ערשטע טייפ זיינער איז יא געווען א ביסל מער מאדערן
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
רוב חסידים לערנען זיך אויס צו זאגען א שורוק ווי א חיריק און א צירי ווי פתח יוד
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
פאר 90 יאר צוריק האט עס געהאט מיט מנהג המדינה גארנישט מיט חסידות
זעלבע מיט לבוש און נאך אסאך זאכען - אפאר יאר פריער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
ביז צעהן פופצען יאר צוריק, ווען א חסידישע זינגער האט זיך געוואלט דערקלערן באמישע זינגער האט ער געדארפט זינגען מיט די ליטווישע הברה.
אין ארץ ישראל גייט נאך אן עד היום הזה, אז ווען איינער וויל זיך דערקלערן אלץ א אפציעלע זינגער אינקארפערעיטעד, הייבט ער אן זינגען מיט די אמעריקאנער/אונגערישער ריש, אנשטאט די ישראלישער/גאליציאנער ריש.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: וועלכע זייט איז די מערסטע משפיע אויף אונזער געזעלשאפט?
טראכט איך צו מיר אז עס קען זיין אז ביידע ריכטונגען האבן צוגלייך אן השפעה אויף אונזער (מיטלגארטיגן) קולטור.
אזויווי עס איז באוואוסט לגבי פליגער און שיפן אז ווען זיי צילן צו א געוויסע נקודה און די ווינט/כוואליעס שטופן זייטיגוועגס צו א צווייטע דיירעקציע - דארף מען אויסדרייען דעם עראפלאן/שיף אביסל צום ריכטונג פונעם ווינט אזוי ארום קומט מען אן צו וואו מען וויל (עי"ע crosswind landings).
ענליך קען מען זאגן ביי אונז, ווי די 'ווינט' פירט לינקס - יעדער פאר זיך ציט מער לינקס, דערפאר דארף קומען די מענואווערס פון די 'פירערס'/אינסטיטוציעס/עסטעבלישמענט וועלכע דירעקטירט גאר רעכטס און ביינזאם קומט מען אן היבש גראד'לעך.
די יעצטיגע מערכה אנקעגן דעם QIN טעלעפאן האט מיר געמאכט אריינטראכטן דערין, און איך מיין עס האט אן אמת אז יעדער פאר זיך וויל טאקע זיין מער פראגרעסיוו, אבער אלס א general rule קען למעשה יעדער באשטיין אז עס זאל זיין א קאונטער באלאנס, און דערפאר באקומען די מערכות (סאציאלאגישע) מאמענטום על אף עס שיינט אויבן אויף אז קיינער זוכט נישט צו גיין אזוי רעכט..