כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
דער טאטע האט פאררופן גאר א דרינגענדע וויכטיגע אסיפה. אלע געשוויסטער מוזן זיך באטייליגן דעם קומענדיגן ליל ששי ביי אים אין שטוב. ער האט פאר קיינעם נישט אויסגעזאגט פארוואס מען נעמט זיך צאם, ווען יא וואלט העכסט ווארשיינליך קיינער נישט אנגעקומען. אבער אזוי אז ס'איז א סורפרייז, וועט די נייגער ארויסשלעפן דעם ציבור פון די באקוועמע הייזער.
מען קומט אן אויפן באשטימטן טאג, די שוואגערס און ברידערס נעמען פלעצער ארום די דיינונג רום טיש וואס איז לייכט באצירט מיט טעלערס פון דזשעלי רינגס און פארשימלטע ניס. ביי די צוויי עקן פונעם טיש איז פלאצירט צוויי ווארימע סעלצער באטלעך מיט קאפס אנגעהויפנט פון אויבן, גרייט ארויסצוגעבן א וואלקענאו ווי נאר איינער וועט זיך וואגן גיין פתיחה.
דער טאטע נעמט דעם רשות הדיבור און הייבט אן צו שפרעכן. יעדער האט שוין אינערליך געוואוסט וואס עס גייט דא קומען, אבער זיכער איז מען נישט געווען. נאך אזא צוויי מינוט רעדן איז שוין קלאר געווארן בלי שום ספק פארוואס מען נעמט זיך דא צאם היינט אויפדערנאכט.
ס'איז וועגן אונזער חשובע ברודער פון א"י, ער מאכט בר מצוה אין אפאר וואכן און ער איז ליידער אין שווערע חובות.
דער טאטע נעמט זיך רעדן מיט זאפט איבער זיין נחת זון וואס האט איבערגעלאזט די גשמיות'דיגע אמעריקע, און זיך ארויפגעצויגן קיין ירושלים של מעלה ווי ער לעבט א העכערע לעבן. ישכר בער איז שוין פון אינגווייז אן געווען אן אויסדערוועלט זון, די טאפ בחור פון ישיבה.
גראדע איז די פעמעלי נישט קיין ברענד נעים, די זיידע איז א גרוש און איין פעטער איז אפגעפארן, אזוי אז צו קיין געלט שידוך האט ער ליידער נישט זוכה געווען. דאס האט אים אבער נישט אפגעהאלטן פון זיך אריינווארפן אינעם ים התלמוד ווי ער געפינט זיך רוב טאג, בשעת זיין רעבעצין מוטשעט זיך מיט צוויי דזשאבס דזשאגלנדיג די שטוב ווירטשאפט אויפציענדיג 11 קינדער.
דאך איז אין הקומץ משביע את הארי, ישכר בער לעבט נישט אזוי אויסגערעכנט מיט געלט, קיין בודזשעטינג האט ער זיך פארשטייט זיך נישט געלערנט אין די גירסא דינקותא, און מיט די יארן איז ער אריינגעפאלן אין 100,000 דאלער חובות!
"ווי אונז אלע ווייסן, האט ישכר בער 11 קינדערלעך בליע"ה. די עלסטע איז רוחי, זי ווערט שוין באלד 15, און דערנאך קומט שיינדי, 14, און אין בערך צוויי חדשים האט מוישי בר מצוה, און ליידער איז נישטא קיין פרוטה לפורטה, די זאל איז נאכנישט אויסגעצאלט" פארציילט דער טאטע מיט קענטיגע ווייטאג. "איך וועל ענק מגלה זיין א סוד" זאגט דער טאטע ווייטער, "די עקרת הבית זיינע, גיטי, גייט באלד האבן א מזל טוב און עס איז איר שווער צו ארבעטן אין די יעצטיגע מצב, איז וועגן דעם איז די מצב הפרנסה נאכמער געדרענגט".
"מיר זענען דא 8 קינדער, מיט מיר איז 9" לייגט דער טאטע ארויס א קלארע בלופרינט, "יעדער וועט זיך מחייב זיין צו געבן 10 טויזנט דאלער. מען קען אפילו מאכן פעימענטס פון 500 דאלער במשך פון צוויי יאר אויך, פאר ווער ס'קומט אים אן שווער". איך אלס טאטע נעם זיך אונטער $20,000, אזוי וועט אלעס אינאיינעם זיין די פולע סכום אפצוצאלן די גרויסע חובות פון אונזער טייערע ישכר בער".
דער טאטע נעמט ארויס א שטר התחייבות, און נעמט ארויס זיין פעדער. אז יעדער וועט זיך מחייב זיין, וועט דער שכן דער נגיד מאיר'ל זיין גרייט שוין יעצט אויסצולייגן די גאנצע געלט, אזוי וועט מען פאר אלעם אפווישן די חובות און אראפנעמען די שווערע יאך פון ישכר'ן.
אלעס זעט אויס צו גיין ווי געפלאנט, די ברידערס און שוואגערס האבן נישט קיין וועג ארויס, עס זעט נישט אויס ווי דער טאטע/שווער געבט זיי צוויי ברירות. ער פרעגט נישט, ער פארלאנגט. נישט קיין חילוק צו דו האסט יא צו נישט. אז דאס וועט דיר אריינלייגן אין חובות וועט מען שוין שפעטער מאכן נאך א טיי אווענט פאר דיר, נישט געזארגט, קודם שלעפ ארויס דעם בערזל.
"מען קען געבן פון מעשר געלט" האט דער טאטע נישט פארגעסן צוצולייגן.
אבער פאר וואס-ווען, געבט זיך יודל א שטעל אויף און רופט זיך אן, "העלל נאו! קיין פעני געב איך נישט פאר סאכי"!!!
אלע זענען געבליבן געפלעפט. אזוי צו רעדן, מיט אזא חוצפה?!
די טאטע איז ממש ווי אנע לשון. "וו ווא וואס הייסט? וואס הייסטעס דו געבסט נישט? דו ווייסט נישט וואספארא גרויסע מצוה ס'איז צו שטיצן א תלמיד חכם? אלע זענען מסכים און גרייט צו געבן און נאר דו גייסט זיך צוריקהאלטן?"
יודל עפנט אויף א פיסק, און נעמט זיך שימפן הויך אויפן קול: "טאטי, במחילת כבודך, לאמיך דיר זאגן וואס יעדער דא ארום דעם טיש טראכט צו זיך שטילערהייט אין הארצן".
ווען סאכי האט חתונה געהאט און געזעצן אין כולל פאר יארן לאנג אן קיין אחריות, האב איך טאקע געקרימט מיט די נאז. איך האב אפילו געלאזט הערן מיין מיינונג הויך אז ער טוט נישט ריכטיג. ער האט אונטערגעשריבן א כתובה צו שפייזן זיין הויזגעזינט. וואס איז דאס מאכן די ווייב ארבעטן ווי א חמור?
דו האסט אייביג אונטערגעווישט דעם טאכעס פון דיין נחת'ל און אים פארענטפערט מיט אלערליי תירוצים. נאך אלעם איז ער מיט וועמען דו קענסט זיך שטאלצירן אין ביהמ"ד. דו פלעגסט כסדר זאגן אז "די חשבונות שטימען עניוועי נישט", דער באשעפער לייגט אריין געלט אין די באנק אקאנטע. למעשה ביסטו געווען דער וואס פלעגט אים כסדר אריינשטופן געלט אין זיין באנק קאנטע ווען ער האט נאר געדארפט, אבער מיר האסטו געלאזט זיך "אליינס" מפרנס זיין.
בשעת איך פלעג לעבן מיט א חשבון און אוועקגעלייגט געלט אויף שפעטער פלעגט סאכי נישט טון אזוי ווייל ס'איז קעגן בטחון. מען דארף זיך פארלאזן גענצליך אויפן אויבערשטן. דאס ביסל געלט וואס ס'ווייב האט אריינגעברענגט האט ער געשפענדעט אן קיין חשבון. ווער רעדט נאך אויף הוצאת שבת ויו"ט שאינן מן המנין.
ווען איך האב געהערט אז ער ציעט זיך אריבער קיין א"י האב איך עס ממש נישט געקענט פארשטיין. איך האב אפן געלאזט הערן מיין קעגנערשאפט צו דעם. אין ישראל פארדינען די פרויען אסאך ווייניגער, וויאזוי וועט ער בכלל דעקן זיין חודש?
דו האסט גע'טענה'ט אז "עיני ה' אלקיך בה", דער באשעפער שיקט עקסטערע שפע פאר די אידן אין ארץ ישראל. מען זעט ווי טויזנטער אידן זיצן און לערנען און ארבעטן נישט, און דאך לעבן זיי. עס מאכט ממש נישט קיין סענס, עס מוז זיין אז גאט אליין שטייט און שיסט זיי אריין מן יעדע פארטאגס. מען מאכט נישט קיין חשבונות ווען עס קומט צו רוחניות, מען טוט וואס מען דארף, און דער אויבערשטער העלפט.
סאכי האט אפגעפיצט קיין ישראל, און כפי הנראה האט ער זיך טאקע נישט געהעריג געדעקט. 100,000 דאלער חובות מאכט זיך נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן. דאס קומט פון יארן דרייען און בארגן, בשעת ער מאכט א שיינעם אנשטעל פאר זיינע ברידער אין אמעריקע אז דער באשעפער אליינס האלט אים אויס.
ווען ער איז בערך 5 יאר צוריק געקומען אויף פסח קיין אמעריקע מיט די גאנצע משפחה, האט מען מכבד געווען דעם חשוב'ן בן תורה מיט א דרשה חול המועד. ער האט דעמאלס שטארק ארומגערעדט פון די נקודה אז א בעל בטחון דארף קיינמאל נישט ארבעטן. כל המקבל עליו עול תורה מעבירים ממנו עול דרך ארץ. דער עולם האט ממש געזען פארנט פון די אויגן א לעבעדיגע משל פון וואס חז"ל רעדן. א אינגערמאן וואס האט ממש אויסגעפיגערט די טריק וויאזוי צו היידזשעקן די שליסלעך פון גאטס געלט קראן. מען זעט כמעט נישט היינטיגע צייטן אזעלכע אפענע זאכן. אידן זענען אזוי נתרגש געווארן אז זיי אליין האבן אויך אנגעפאנגען צו לעבן אן א חשבון, ווען אין ווארהייט האלט סאכי אינמיטן אנזעצן א האלבע שטאט.
יעצט נאכן שטופן פאר נאך אפאר יאר האט די באלאן ענדליך געפלאצט, און וואס טוט מען? מען קומט לויפן צו אונז? וואס ווילסטו פון דיינע קינדער וואס לעבן אחריות'דיג און לאזן נישט זייער שטוב אויף הפקר? וואס זענען דיינע קינדער וואס זענען אלע יארן נהנה מיגיע כפם שולדיג? ווילסט אז מען זאל בסוד סודות צאמנעמען געלט, אים אריינשטופן אפאר דאלער אפציווישן די חובות, און ער זאל ווייטער בלייבן א שיינע איד און לעבן ווי א חזיר?
ווען אונז זענען נאך צוויי-דריי יאר ארויס פון כולל און מקיים געווען דעם פשוט נבילה בשוק ואל תצטרך לבריות, האסטו געקרימט מיט די נאז. אפילו פון מיין שווער האב איך געהאט צו הערן אז "אויב מען וויל קען מען בלייבן לערנען לענגער. קוק נאר אויף דיין ברודער ישכר בער, ער לערנט תורה מתוך הדחק, וכל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימה מעושר"!
ווען איך בין געגאנגען צום דיין נאך מיין דריטע קינד בעטן א היתר פאר מיין ווייב צו נעמען בירט קאנטראל, נאך וואס זי איז כמעט משוגע געווארן פון די שווערע עול וואס א אידישע עקרת הבית טראגט אויף די פלייצע, האט ער קוים מיט צרות ארויסגעקוועטשט א היתר. און כדי מיר צו מאכן פילן גילטי, און גיסן זאלץ אויף מיינע וואונדן, האט ער צו אלע צרות געמוזט צולייגן "קוק אן דיין ברידער ישכר בער, ער בעט נישט קיין היתרים, ער וויל א גרויסע משפחה!
און יעצט ווען די דזשאוק האט געקראכט קומט עטץ צו לויפן אויף אלע פיר אז איך זאל אים ארויסבעילן?! היה לא תהיה!
ווען ער האט געזען אז ער דעקט נישט די חודש, איז ער נישט געגאנגען נעמען א דזשאב ווי אלע תנאים און אמוראים האבן געטון. ער האט נישט צאמגעפאקט זעק און פעק און צוריקגעקומען קיין אמעריקע, ווייל ס'האט אים נישט געפאסט צו טון וואס איז ריכטיג. זאל ער יעצט נישט קומען און זיך ארויפפאקן אויף אונז.
אז ער האט נישט קיין געלט, זאל ער בר מצוה מאכן אינדערהיים! אז ער דעקט נישט די חודש זאל ער נעמען א דזשאב! אז עס טרעפט נישט קיין גוטע דזשאב זאל ער צוריק אהערקומען קיין אמעריקע ווי ס'וועט אים גרינגער זיין!
ניין! ער זיצט זיך אפ דארטן ווייטער אין ישראל, בויעט חובות צו די דאך אויפן יעדעמס חשבון, און יעצט ווען עס קראכט קומט ער וויינען צו אונז מיר זאלן שטיצן א תלמיד חכם?
העל נאו! קיין רויטן גרייצער באקומט ער נישט פון מיר!
די באשעפער אליין אויף וועמען דו און ער האבן זיך אלע יארן אזוי ברייטהארציג פארלאזט, ער זאל אים יעצט אפווישן די חובות, און ביטע לאז אונז "שוואכע אידן" צורוה!!
און מיט די ווערטער האט יודל זיך אויפגעהויבן און שטורעמיש ארויסמארשירט פונעם הויז.
די טאטע זיצט אזוי מיט אן אראפגעלאזטע נאז אנגעפאטשטערהייט. ער פארמאכט זיך די אויגן פאר א מינוט-צוויי און פראבירט זיך צאמצונעמען זיינע מחשבות. וואס וועט ער דא זאגן פאר די אנדערע קינדער?
ער עפנט צעביסלעך אויף די אויגן און הייבט אויף זיין קאפ, און טרעפט זיך זיצן איינער אליין אין א ליידיגע דיינונג רום, פארשעמט און פארלאזט צוזאמען מיט די ווארימע סעלצער און הארטע ניסלעך.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
און וואס איז מיט שטיצן עניי עמך פולטיים און אפילו אווערטיים ארבעטער אין אמעריקע?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
נישט קיין וויץ. ביי מיין איז געווען אזא מעשה כמעט אינגאנצן ווי די האסט עס אראפגלייגט. נאר מיט אביסל וויינגער דראמע
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
וואו וואו וואו, זייער אינטערסאנט און זייער ווייטאגליך.
כדי צו מאכן א שמועס, לאמיר גיין פארקערט
דער ’סאכי’ האט געטון אן עוולה, דאס זעמיר אלע מודה, אבער למעשה ווי מ’שטייט יעצט דארף מען אים נישט ארויס העלפן? אויב זאגסטו ניין, דאן קען מען פארמאכן 90% פון צדקה ארגענעזאציעס.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 190
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 381 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
ביסט פיינע נייעס!
ווען די שרייבסט מיין שוואגערס נאמען אנטשאטס סאכי וואלט איך שוין גערופן די פאליציי אז שמן למאור האט זיך אריינגעהעקט אין די ברודערס וואטס עפפ גרופ.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 07, 2023 1:50 am
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
תשובה העלפט נאר מיט עזיבת החטא אויב בעט ער געלט צוריקציען קיין אמעריקע דארף מען אים העלפן אין אז נישט....אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:56 pm כדי צו מאכן א שמועס, לאמיר גיין פארקערט
דער ’סאכי’ האט געטון אן עוולה, דאס זעמיר אלע מודה, אבער למעשה ווי מ’שטייט יעצט דארף מען אים נישט ארויס העלפן? אויב זאגסטו ניין, דאן קען מען פארמאכן 90% פון צדקה ארגענעזאציעס.
רב צדקה ארגאניזאציעס לײגן אויך נישט אריין גיין געלט און א לעכעריגן זאק
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
האמיר א חלק פון די משפחה....ים של שלום האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:29 pm נישט קיין וויץ. ביי מיין איז געווען אזא מעשה כמעט אינגאנצן ווי די האסט עס אראפגלייגט. נאר מיט אביסל וויינגער דראמע
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
ב"ה איך האב די זכיה צו קענען געבן צדקה אן קיין חשבונות, אפי' ס'איז מיר זייער שווער און איך צורייס זיך, טוה איך עס נאך אלס ווייל איך טוה עס נישט פאר די מקבל, נאר פארן אייבערשטן אליינס.
ס'איז אמת אז דער מקבל איז זיך עס קען זיין נישט ווערד, ס'איז זיכער אז ער האט געמוזט טוהן פארשידענע זאכן במשך די יארן אז ער זאל נישט אנקומען אין אזא מצב, דאך טוה איך וואס איך דארף טוהן, וממני ילמדו וכן יעשו.
פון די אנדערע זייט האב איך די זכיה צו ווייזן א סעמפל און כסדר רעדן פון די עוולה פון גנבן בארגן און שנארן, פון די מצוה פון בטחון וויאזוי די חובת הלבבות לערנט, נישט אויף יענעמ'ס חשבון נאר אויפן אייבערשנס חשבון (וד"ל), יעדער ווייסט מיינע שיטות איבער חתונה מאכן אויף א וועג וואס מ'קען זיך נישט עפארדן, פון לעבן א צודרייטע וועג פון לעבן אויף יענעמ'ס חשבון און אויף די אייגענע אומ-חשבון, און אז נישט אזוי האבן די צדיקים הקדושים אשר מפיהם אנו חיים וקיימים געלעבט, נישט דאס מיינט עכטע בטחון, וכו' וכו'
-
צוויי עוולות גייט נישט צוזאמען,
דער הרב ר' ישכר בער פון ארצינו הקדושה האט געטוהן אן עוולה, מסתמא ליידער אומווילנדיג זיך נישט כאפנדיג אז דאס איז אן עוולה, ווייל מ'האט אים נישט אויסגעלערנט וואס הייסט עכטע בטחון און וואס הייסט פאלשע, און אפי' ער האט געלעבט בתורתו אומנתו וואס דאס איז א געוואלדיגע זכיה וואס מ'קען נישט און מ'טאר נישט אוועקמאכן, האט ער דאך געטוהן פארשידענע זאכן נישט ריכטיג, און נישט געלעבט בחיי צער ווי אן עכטע ארימאן פת במלח תאכל און אזוי געהאט עכטע בטחון. און ס'איז גראדע אויך מעגליך אז די טאטע האט אויך געטוהן אן עוולה פארן אים נישט אויסלערנען וויאזוי צו לעבן ריכטיג, וויאזוי צו ריכטיג מקיים זיין תורתו אומנתו און האבן עכטע בטחון.
פון די אנדערע זייט האט די חשובע ברודער יודל פון אמעריקע אויך געטוהן זייער א גרויסע עוולה, סיי פארן נישט געגעבן אליינס צדקה וואס ביי די מצוה פון צדקה שטייט נישט אין די תורה אז מ'דארף מאכן יענעמ'ס חשבונות בשעתן געבן צדקה, און די מצוה ווערט נישט קלענער צוליב וואס די מקבל האט געטוהן א גרויסע עוולה, און נאך מער איז זיין עוולה פארן ברבים זיך אויפשטעלן און קאלט מאכן די גאנצע זאך, ער האט עובר געווען אויף מצות כיבוד אב ואם בריש גלי, ער האט ליצנות געמאכט פון זיין ברודער וואס סוף כל סוף איז ער אן עני המצטרך לבריות און ס'איז תורתו אומנתו, און נישט גענוג ער וויל נישט געבן, האט ער מונע געווען פון זיינע ברודער די מצוה פון צדקה אפי' פון די וואס זענען יא געווען ביכולת צו געבן, און אפי' פון די ביסל וואס די געשוויסטער וואלטן יא געקענט צושטייער געבן כפי יכולתם.

די נאמען ים של שלום זעהט מער אויס ווי א רבישע נאמען, זאקן סאונד מער ווי א לעפקאוויטש סטייל, ניין?!אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:13 amהאמיר א חלק פון די משפחה....ים של שלום האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:29 pm נישט קיין וויץ. ביי מיין איז געווען אזא מעשה כמעט אינגאנצן ווי די האסט עס אראפגלייגט. נאר מיט אביסל וויינגער דראמע
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
און אויב איינער וויל וויסן וואס מיינט צו מגלה זיין פנים בתורה שלא כהלכה זאל קוקן אויף די צווייטע תגובה אין דעם אשכול
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
שלום מיט רביש זענען כרחוק מזרח ומערב. פוק חזו מאי עמא דבר.זאקן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:17 amדי נאמען ים של שלום זעהט מער אויס ווי א רבישע נאמען, זאקן סאונד מער ווי א לעפקאוויטש סטייל, ניין?!אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:13 amהאמיר א חלק פון די משפחה....ים של שלום האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 11:29 pm נישט קיין וויץ. ביי מיין איז געווען אזא מעשה כמעט אינגאנצן ווי די האסט עס אראפגלייגט. נאר מיט אביסל וויינגער דראמע
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
קורם כל לאמיר זיך מגלה זיין… איך בין דער סכי/הרב ישכר דוב בער הכהן בלאאמו״ר וכו׳,
שנית, שוטה אסור לרחם עליו, אויב פלאנט דער סכי ווייטער צוטוהן וואס ער האט געטוהן ביז יעצט טאר מען עים נישט געבן קיין געלט, אבער אויב נעמט ער זיך אונטער צי גיין ארבעטען ווי א נערמאלער מענטש, אפילו ער איז באגאנגען א נער׳ישקייט, ברויכט מען עים העלפן.
אונז אלע בע׳נער׳ישען זיך אמאל.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
יעצט געכאפט פשט אינעם משנה. סופו לקיימה מעושר
קודם איז נאר פוד סטעמפ'ס, סעקשן עיט, וכו'. צאהלט ווייניג טעקס.
אבער צום סוף, אלע ארימע ברידער'ס, שוואגער'ס, נעפיו'ס, שכנים, אידן פון זיין ביהמ"ד, שיקן איהם כסדר זייער מעשר ווייל ער לערנט, ווערט ער באמת רייך

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
צדקה? איז גענוג א פינעפער.
אקעי, א צוואנציגער.
אויב ווילסטו, זאל זיין מעשר.
א חומש! אקעי כ'וועל דיר דאס אויך נאכגעבן.
אבער מיך מחייב זיין 10 אלפים ווען איך לעב פעיטשעק צו פעיטשעק? פון וואו רבש"ע דארף איך דאס צו נעמען?
אפילו ווען יענער דארף באמת צדקה בין איך נישט מחוייב דאס צו טון, און אפשר גאר טאר איך נישט!
על אחת כמה וכמה אויב יענער איז סתם א אויסנוצער!
דאס מיינט אז אין אזא 5 יאר ארום, נאכ'ן חתונה מאכן די ערשטע 3 קינדער, גייט ר' סוכי נאכאמאל זיין אין 150,000 חובות! און דעמאלס גייט מען נאכאמאל רופן יעדן איינעם פאר א גענעראל פארזאמלונג... און די שאלה איז וויפיל גייען טאקע קומען צו יענע מיטינג...
העכסטנס קען סוכי קומען מיט די משולחים אין אמעריקע און קאנטאקטן א דרייווער ארומפארן צו עשירים וואס האבן גענוג צו טיילן.
נישט אז איך בין ח"ו אקעגן צדקה. איך מאך אויך שמחות און מיינע נאנטע משפחה און חברים מאכן שמחות ב"ה און מ'העלפט זיך שיין ארויס איינער דעם צווייטן. אבער יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ. מען דארף געבן מרצון הטוב, נישט דורך מאכן א געצווינגענע קאמפיין ווי מען קען אפילו נישט אפזאגן, אזוי ווי הרב בני יואל האט באשריבן אין די טשעריטי אשכול. און אודאי קען מען נישט מחייב זיין "וויפיל".
לייג צו די זאלציגע הארצווייטאג פון די ברודערס אז זיי האבן באקומען פון זייער טאטן א קאלד שאלדער ווען זיי זענען ארויס פון כולל, און יעצט פלוצלינג נעמט מען עדווענטעדזש אז זיי זענען דאך די ארבייטער וע"כ דארפן זיי שטיצן דעם ברודערל...
וירח ה' את ריח הניחוח

זאג, וואו לערנסטו פאר פרק?
איך וויל אהינגיין.........
וירח ה' את ריח הניחוח
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
שמן איז לעצטנס אויף ערנסטע סטערוידס
טיילונג איצט!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
קוק איבער די גאנצע זאך וואס איך האב געשריבן, נישט נאר איין שורה, וועסטו אפשר בעסער פארשטיין וואס איך האב ארויסגעברענגט.שמעקעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:02 am
צדקה? איז גענוג א פינעפער.
אקעי, א צוואנציגער.
אויב ווילסטו, זאל זיין מעשר.
א חומש! אקעי כ'וועל דיר דאס אויך נאכגעבן.
אבער מיך מחייב זיין 10 אלפים ווען איך לעב פעיטשעק צו פעיטשעק? פון וואו רבש"ע דארף איך דאס צו נעמען?
אפילו ווען יענער דארף באמת צדקה בין איך נישט מחוייב דאס צו טון, און אפשר גאר טאר איך נישט!
על אחת כמה וכמה אויב יענער איז סתם א אויסנוצער!
דאס מיינט אז אין אזא 5 יאר ארום, נאכ'ן חתונה מאכן די ערשטע 3 קינדער, גייט ר' סוכי נאכאמאל זיין אין 150,000 חובות! און דעמאלס גייט מען נאכאמאל רופן יעדן איינעם פאר א גענעראל פארזאמלונג... און די שאלה איז וויפיל גייען טאקע קומען צו יענע מיטינג...
העכסטנס קען סוכי קומען מיט די משולחים אין אמעריקע און קאנטאקטן א דרייווער ארומפארן צו עשירים וואס האבן גענוג צו טיילן.
נישט אז איך בין ח"ו אקעגן צדקה. איך מאך אויך שמחות און מיינע נאנטע משפחה און חברים מאכן שמחות ב"ה און מ'העלפט זיך שיין ארויס איינער דעם צווייטן. אבער יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ. מען דארף געבן מרצון הטוב, נישט דורך מאכן א געצווינגענע קאמפיין ווי מען קען אפילו נישט אפזאגן, אזוי ווי הרב בני יואל האט באשריבן אין די טשעריטי אשכול. און אודאי קען מען נישט מחייב זיין "וויפיל".
לייג צו די זאלציגע הארצווייטאג פון די ברודערס אז זיי האבן באקומען פון זייער טאטן א קאלד שאלדער ווען זיי זענען ארויס פון כולל, און יעצט פלוצלינג נעמט מען עדווענטעדזש אז זיי זענען דאך די ארבייטער וע"כ דארפן זיי שטיצן דעם ברודערל...
איך האב געזאגט 10 טויזענט דאללער? אודאי איז עס אן עוולה, ווי איך האב ארויסגעברענגט אין מיינע ווערטער, איין עוולה ווישט נישט אוועק אן אנדערע עוולה... און יא ר' יודל האט אויך געטוהן אן עוולה. וועלכע עוולה ס'איז גרעסער דארפן מיר שוין זען אין הימל...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 173
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
- געפינט זיך: ברעזוב
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
הערה צו טוישן דעם קעפל צו ’כל המיפר את התורה מעוני סופו שיצטרך לבריות’.
דער סאכי איז א מיפר את התורה נישט קיין מקיים
דער סאכי איז א מיפר את התורה נישט קיין מקיים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2024 4:18 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
Re: כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות
עפעס קוועטשט דעם זון יודל. דער אויסברוך זיינע קעגן זיין טאטע אין פראנט פון די גאנצע משפחה איז נאר א סימן פאר עפעס א אינערליכע ווייטאג וואס האט פשוט אויסגעפלאצט ברבים אויפן נישט ריכטיגן אופן. איך מיין דאס איז אויך די סיבה פארוואס אלע זענען אנטלאפן כדי נישט צו זיין אנוועזנד ווען יודל וועט כאפן וואס טוט זיך און ווערן פארשעמט. אפשר קען איך מיך פארבינדן מיט יודל זעהן וואס איך קען העלפן?