כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3227
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8926 מאל

כל המקיים את התורה מעוני סופו שיצטרך על הבריות

שליחה דורך שמן למאור »

דער טאטע האט פאררופן גאר א דרינגענדע וויכטיגע אסיפה. אלע געשוויסטער מוזן זיך באטייליגן דעם קומענדיגן ליל ששי ביי אים אין שטוב. ער האט פאר קיינעם נישט אויסגעזאגט פארוואס מען נעמט זיך צאם, ווען יא וואלט העכסט ווארשיינליך קיינער נישט אנגעקומען. אבער אזוי אז ס'איז א סורפרייז, וועט די נייגער ארויסשלעפן דעם ציבור פון די באקוועמע הייזער.

מען קומט אן אויפן באשטימטן טאג, די שוואגערס און ברידערס נעמען פלעצער ארום די דיינונג רום טיש וואס איז לייכט באצירט מיט טעלערס פון דזשעלי רינגס און פארשימלטע ניס. ביי די צוויי עקן פונעם טיש איז פלאצירט צוויי ווארימע סעלצער באטלעך מיט קאפס אנגעהויפנט פון אויבן, גרייט ארויסצוגעבן א וואלקענאו ווי נאר איינער וועט זיך וואגן גיין פתיחה.

דער טאטע נעמט דעם רשות הדיבור און הייבט אן צו שפרעכן. יעדער האט שוין אינערליך געוואוסט וואס עס גייט דא קומען, אבער זיכער איז מען נישט געווען. נאך אזא צוויי מינוט רעדן איז שוין קלאר געווארן בלי שום ספק פארוואס מען נעמט זיך דא צאם היינט אויפדערנאכט.

ס'איז וועגן אונזער חשובע ברודער פון א"י, ער מאכט בר מצוה אין אפאר וואכן און ער איז ליידער אין שווערע חובות.

דער טאטע נעמט זיך רעדן מיט זאפט איבער זיין נחת זון וואס האט איבערגעלאזט די גשמיות'דיגע אמעריקע, און זיך ארויפגעצויגן קיין ירושלים של מעלה ווי ער לעבט א העכערע לעבן. ישכר בער איז שוין פון אינגווייז אן געווען אן אויסדערוועלט זון, די טאפ בחור פון ישיבה.

גראדע איז די פעמעלי נישט קיין ברענד נעים, די זיידע איז א גרוש און איין פעטער איז אפגעפארן, אזוי אז צו קיין געלט שידוך האט ער ליידער נישט זוכה געווען. דאס האט אים אבער נישט אפגעהאלטן פון זיך אריינווארפן אינעם ים התלמוד ווי ער געפינט זיך רוב טאג, בשעת זיין רעבעצין מוטשעט זיך מיט צוויי דזשאבס דזשאגלנדיג די שטוב ווירטשאפט אויפציענדיג 11 קינדער.

דאך איז אין הקומץ משביע את הארי, ישכר בער לעבט נישט אזוי אויסגערעכנט מיט געלט, קיין בודזשעטינג האט ער זיך פארשטייט זיך נישט געלערנט אין די גירסא דינקותא, און מיט די יארן איז ער אריינגעפאלן אין 100,000 דאלער חובות!

"ווי אונז אלע ווייסן, האט ישכר בער 11 קינדערלעך בליע"ה. די עלסטע איז רוחי, זי ווערט שוין באלד 15, און דערנאך קומט שיינדי, 14, און אין בערך צוויי חדשים האט מוישי בר מצוה, און ליידער איז נישטא קיין פרוטה לפורטה, די זאל איז נאכנישט אויסגעצאלט" פארציילט דער טאטע מיט קענטיגע ווייטאג. "איך וועל ענק מגלה זיין א סוד" זאגט דער טאטע ווייטער, "די עקרת הבית זיינע, גיטי, גייט באלד האבן א מזל טוב און עס איז איר שווער צו ארבעטן אין די יעצטיגע מצב, איז וועגן דעם איז די מצב הפרנסה נאכמער געדרענגט".

"מיר זענען דא 8 קינדער, מיט מיר איז 9" לייגט דער טאטע ארויס א קלארע בלופרינט, "יעדער וועט זיך מחייב זיין צו געבן 10 טויזנט דאלער. מען קען אפילו מאכן פעימענטס פון 500 דאלער במשך פון צוויי יאר אויך, פאר ווער ס'קומט אים אן שווער". איך אלס טאטע נעם זיך אונטער $20,000, אזוי וועט אלעס אינאיינעם זיין די פולע סכום אפצוצאלן די גרויסע חובות פון אונזער טייערע ישכר בער".

דער טאטע נעמט ארויס א שטר התחייבות, און נעמט ארויס זיין פעדער. אז יעדער וועט זיך מחייב זיין, וועט דער שכן דער נגיד מאיר'ל זיין גרייט שוין יעצט אויסצולייגן די גאנצע געלט, אזוי וועט מען פאר אלעם אפווישן די חובות און אראפנעמען די שווערע יאך פון ישכר'ן.

אלעס זעט אויס צו גיין ווי געפלאנט, די ברידערס און שוואגערס האבן נישט קיין וועג ארויס, עס זעט נישט אויס ווי דער טאטע/שווער געבט זיי צוויי ברירות. ער פרעגט נישט, ער פארלאנגט. נישט קיין חילוק צו דו האסט יא צו נישט. אז דאס וועט דיר אריינלייגן אין חובות וועט מען שוין שפעטער מאכן נאך א טיי אווענט פאר דיר, נישט געזארגט, קודם שלעפ ארויס דעם בערזל.

"מען קען געבן פון מעשר געלט" האט דער טאטע נישט פארגעסן צוצולייגן.

אבער פאר וואס-ווען, געבט זיך יודל א שטעל אויף און רופט זיך אן, "העלל נאו! קיין פעני געב איך נישט פאר סאכי"!!!

אלע זענען געבליבן געפלעפט. אזוי צו רעדן, מיט אזא חוצפה?!

די טאטע איז ממש ווי אנע לשון. "וו ווא וואס הייסט? וואס הייסטעס דו געבסט נישט? דו ווייסט נישט וואספארא גרויסע מצוה ס'איז צו שטיצן א תלמיד חכם? אלע זענען מסכים און גרייט צו געבן און נאר דו גייסט זיך צוריקהאלטן?"

יודל עפנט אויף א פיסק, און נעמט זיך שימפן הויך אויפן קול: "טאטי, במחילת כבודך, לאמיך דיר זאגן וואס יעדער דא ארום דעם טיש טראכט צו זיך שטילערהייט אין הארצן".

ווען סאכי האט חתונה געהאט און געזעצן אין כולל פאר יארן לאנג אן קיין אחריות, האב איך טאקע געקרימט מיט די נאז. איך האב אפילו געלאזט הערן מיין מיינונג הויך אז ער טוט נישט ריכטיג. ער האט אונטערגעשריבן א כתובה צו שפייזן זיין הויזגעזינט. וואס איז דאס מאכן די ווייב ארבעטן ווי א חמור?

דו האסט אייביג אונטערגעווישט דעם טאכעס פון דיין נחת'ל און אים פארענטפערט מיט אלערליי תירוצים. נאך אלעם איז ער מיט וועמען דו קענסט זיך שטאלצירן אין ביהמ"ד. דו פלעגסט כסדר זאגן אז "די חשבונות שטימען עניוועי נישט", דער באשעפער לייגט אריין געלט אין די באנק אקאנטע. למעשה ביסטו געווען דער וואס פלעגט אים כסדר אריינשטופן געלט אין זיין באנק קאנטע ווען ער האט נאר געדארפט, אבער מיר האסטו געלאזט זיך "אליינס" מפרנס זיין.

בשעת איך פלעג לעבן מיט א חשבון און אוועקגעלייגט געלט אויף שפעטער פלעגט סאכי נישט טון אזוי ווייל ס'איז קעגן בטחון. מען דארף זיך פארלאזן גענצליך אויפן אויבערשטן. דאס ביסל געלט וואס ס'ווייב האט אריינגעברענגט האט ער געשפענדעט אן קיין חשבון. ווער רעדט נאך אויף הוצאת שבת ויו"ט שאינן מן המנין.

ווען איך האב געהערט אז ער ציעט זיך אריבער קיין א"י האב איך עס ממש נישט געקענט פארשטיין. איך האב אפן געלאזט הערן מיין קעגנערשאפט צו דעם. אין ישראל פארדינען די פרויען אסאך ווייניגער, וויאזוי וועט ער בכלל דעקן זיין חודש?

דו האסט גע'טענה'ט אז "עיני ה' אלקיך בה", דער באשעפער שיקט עקסטערע שפע פאר די אידן אין ארץ ישראל. מען זעט ווי טויזנטער אידן זיצן און לערנען און ארבעטן נישט, און דאך לעבן זיי. עס מאכט ממש נישט קיין סענס, עס מוז זיין אז גאט אליין שטייט און שיסט זיי אריין מן יעדע פארטאגס. מען מאכט נישט קיין חשבונות ווען עס קומט צו רוחניות, מען טוט וואס מען דארף, און דער אויבערשטער העלפט.

סאכי האט אפגעפיצט קיין ישראל, און כפי הנראה האט ער זיך טאקע נישט געהעריג געדעקט. 100,000 דאלער חובות מאכט זיך נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן. דאס קומט פון יארן דרייען און בארגן, בשעת ער מאכט א שיינעם אנשטעל פאר זיינע ברידער אין אמעריקע אז דער באשעפער אליינס האלט אים אויס.

ווען ער איז בערך 5 יאר צוריק געקומען אויף פסח קיין אמעריקע מיט די גאנצע משפחה, האט מען מכבד געווען דעם חשוב'ן בן תורה מיט א דרשה חול המועד. ער האט דעמאלס שטארק ארומגערעדט פון די נקודה אז א בעל בטחון דארף קיינמאל נישט ארבעטן. כל המקבל עליו עול תורה מעבירים ממנו עול דרך ארץ. דער עולם האט ממש געזען פארנט פון די אויגן א לעבעדיגע משל פון וואס חז"ל רעדן. א אינגערמאן וואס האט ממש אויסגעפיגערט די טריק וויאזוי צו היידזשעקן די שליסלעך פון גאטס געלט קראן. מען זעט כמעט נישט היינטיגע צייטן אזעלכע אפענע זאכן. אידן זענען אזוי נתרגש געווארן אז זיי אליין האבן אויך אנגעפאנגען צו לעבן אן א חשבון, ווען אין ווארהייט האלט סאכי אינמיטן אנזעצן א האלבע שטאט.

יעצט נאכן שטופן פאר נאך אפאר יאר האט די באלאן ענדליך געפלאצט, און וואס טוט מען? מען קומט לויפן צו אונז? וואס ווילסטו פון דיינע קינדער וואס לעבן אחריות'דיג און לאזן נישט זייער שטוב אויף הפקר? וואס זענען דיינע קינדער וואס זענען אלע יארן נהנה מיגיע כפם שולדיג? ווילסט אז מען זאל בסוד סודות צאמנעמען געלט, אים אריינשטופן אפאר דאלער אפציווישן די חובות, און ער זאל ווייטער בלייבן א שיינע איד און לעבן ווי א חזיר?

ווען אונז זענען נאך צוויי-דריי יאר ארויס פון כולל און מקיים געווען דעם פשוט נבילה בשוק ואל תצטרך לבריות, האסטו געקרימט מיט די נאז. אפילו פון מיין שווער האב איך געהאט צו הערן אז "אויב מען וויל קען מען בלייבן לערנען לענגער. קוק נאר אויף דיין ברודער ישכר בער, ער לערנט תורה מתוך הדחק, וכל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימה מעושר"!

ווען איך בין געגאנגען צום דיין נאך מיין דריטע קינד בעטן א היתר פאר מיין ווייב צו נעמען בירט קאנטראל, נאך וואס זי איז כמעט משוגע געווארן פון די שווערע עול וואס א אידישע עקרת הבית טראגט אויף די פלייצע, האט ער קוים מיט צרות ארויסגעקוועטשט א היתר. און כדי מיר צו מאכן פילן גילטי, און גיסן זאלץ אויף מיינע וואונדן, האט ער צו אלע צרות געמוזט צולייגן "קוק אן דיין ברידער ישכר בער, ער בעט נישט קיין היתרים, ער וויל א גרויסע משפחה!

און יעצט ווען די דזשאוק האט געקראכט קומט עטץ צו לויפן אויף אלע פיר אז איך זאל אים ארויסבעילן?! היה לא תהיה!

ווען ער האט געזען אז ער דעקט נישט די חודש, איז ער נישט געגאנגען נעמען א דזשאב ווי אלע תנאים און אמוראים האבן געטון. ער האט נישט צאמגעפאקט זעק און פעק און צוריקגעקומען קיין אמעריקע, ווייל ס'האט אים נישט געפאסט צו טון וואס איז ריכטיג. זאל ער יעצט נישט קומען און זיך ארויפפאקן אויף אונז.

אז ער האט נישט קיין געלט, זאל ער בר מצוה מאכן אינדערהיים! אז ער דעקט נישט די חודש זאל ער נעמען א דזשאב! אז עס טרעפט נישט קיין גוטע דזשאב זאל ער צוריק אהערקומען קיין אמעריקע ווי ס'וועט אים גרינגער זיין!

ניין! ער זיצט זיך אפ דארטן ווייטער אין ישראל, בויעט חובות צו די דאך אויפן יעדעמס חשבון, און יעצט ווען עס קראכט קומט ער וויינען צו אונז מיר זאלן שטיצן א תלמיד חכם?

העל נאו! קיין רויטן גרייצער באקומט ער נישט פון מיר!

די באשעפער אליין אויף וועמען דו און ער האבן זיך אלע יארן אזוי ברייטהארציג פארלאזט, ער זאל אים יעצט אפווישן די חובות, און ביטע לאז אונז "שוואכע אידן" צורוה!!

און מיט די ווערטער האט יודל זיך אויפגעהויבן און שטורעמיש ארויסמארשירט פונעם הויז.

די טאטע זיצט אזוי מיט אן אראפגעלאזטע נאז אנגעפאטשטערהייט. ער פארמאכט זיך די אויגן פאר א מינוט-צוויי און פראבירט זיך צאמצונעמען זיינע מחשבות. וואס וועט ער דא זאגן פאר די אנדערע קינדער?

ער עפנט צעביסלעך אויף די אויגן און הייבט אויף זיין קאפ, און טרעפט זיך זיצן איינער אליין אין א ליידיגע דיינונג רום, פארשעמט און פארלאזט צוזאמען מיט די ווארימע סעלצער און הארטע ניסלעך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר