רעסטוראנט אין ירושלים זאגט אויף פרויען ארבייטער פאר ליל שישי
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
רעסטוראנט אין ירושלים זאגט אויף פרויען ארבייטער פאר ליל שישי
די פאפולערע רעסוטראן "היימישע עסן" אין רחביה, ירושלים האט אונטערן דרוק פון די קנאי ירושלים אויפגעזאגט די פרויען סערווירער ליל שישי. חיים זאפרין, דער בעל הבית פון היימישע עסן, האט אין אן אינטערוויו מיט הארץ מסביר געווען אז די פרויען זענען טאקע נישט ארטאדאקסיש, אבער ער האט אלץ מקפיד געווען זיי זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג. די קנאים, וועלכע "זענען מקנא דעם סוקסעס פונעם פלאץ", האבן געלייגט דרוק אויף בד"ץ אגודת ישראל (וועלכע גייט די הכשר אויפן רעסטוראנט) צו הייסן אויפזאגן די ארבייטער, טענה'ט זאפרין.
היימישע עסן האט א נאמען אלץ דער בעסטער רעסטוראן מיט א היימישען הכשר אין ירושלים. די היימישע פאליטיקאנטען פאלן דארט אפט אריין פאר א טעלער טשולנט אדער א סלייס קוגל. ישיבה בחורים האבן ליב צו קומען דארט פאר א ליל-שיש-טשולענט. ווי זאפרין פארציילט, איז די קאמפלעינט אנטקעגן די פרויען סערווירער געקומען פון "אפאר חסידישע בחורים" וואס ס'זיי נישט געפאלן אז א פרוי האט זיי סערווירט. בד"ץ אגודת ישראל האט אריגינעל פארלאנגט אז ער זאל אינגאנצן אויפזאגן די פרויען. זאפרין זאגט אבער אז למעשה איז 60% פון זיין קלליענטעל פרויען, און דערפאר האט ער מסביר געווען פאר די בעלי מכשירים אז ער קעו נישט אויפזאגן די פרויען. צום סוף האבן זיי זיך געגליכן אויף טוישן שיפטס, אזוי אז ליל שיש זאלן זיך נישט געפונען דארט קיין פרויען.
די ארגאנעזאציע "זיי פריי איזראעל" האט גערופן צו באיאקאטירן דעם רעסטוראן און וועט האלטן א פראטעסט מארגן ליל שיש ביינאכט.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: רעסטוראנט אין ירושלים זאגט אויף פרויען ארבייטער פאר ליל
פון יעדען קליינעם זאך דארף מען מאכן א שטינק. וואטס דע ביג דיעל? די בחורים ווילן ניטש פרייע פרויען סערווירער, דארף וועגן דעם מר. זאפרין לויפן צו די צייטונגען קאמפלעינען? מ'קען שוין מיינען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:פון יעדען קליינעם זאך דארף מען מאכן א שטינק. וואטס דע ביג דיעל? די בחורים ווילן ניטש פרייע פרויען סערווירער, דארף וועגן דעם מר. זאפרין לויפן צו די צייטונגען קאמפלעינען? מ'קען שוין מיינען.
ס'איז דא א עסן פלאץ אין א חסידישע געגנט אין ברוקלין וואו א (פוילישע?) גויטע וואס איז נישט געווען צניעות'דיג אנגעטון האט סערווירט היימישע אידן. אפילו מיט א פלאכן ביבער הוט און א לאנגע בארד האט זיך אויך געפונען היימיש דארט.
דיסקלעימער: איך בין אריינגעגאנגען דארט אמאל צו קויפן א סענדוויטש פאר טעיקאוט.
- קליינע רעבעלע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
וואטס דע ביג דיל? אז א קאסטעמער בעט עפעס דארף אים דער געשעפטס מאן פרובירן אים צוצושטעלן, אז די בחורים ווילען נישט קיין פרוי פאר א סארווער דארף ער עס טון, (ווען די בחורים דארפען ווען יא א פרוי סארווער דארף ער עס אןיך צושטעלן - פון א ביזנעס שטאנפונקט)
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
וואו ווייט איך ווייס איז עס נישט אזוי אנגעגאנגען פאר די בחורים, וד"ל. די פרשה דא איז מיט די הכשר, בד"ץ אגודת ישראל אדער אן רמזים די גערע, זענען די וואס האבן פארלאנגט פון די בעה"ב צו אוועקשיקן די פרויען ארבעטער דאנערשטאג, איך ווייס נישט וואס איז געווארן צו סוף אבער דא האט איר די ארטיקל.
אגב די "הדרת נשים" העץ קאמפיין איז צו פארדאנקען די גערע, ווען זיי האבן אויפגעהאנגען שילדן אין בית שמש אין א צענטראלע פלאץ, די נאכווייען פילט מען נאך ביז היינט.
אגב אין אמריקע איז דאס אן אומדערהערטער עוולה מזאל צווינגען מענטשן אויפצוזאגן ארבעטער, ווען די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי געפונען זיך דארט איז צוליב געלט, פארגעסט נישט אז אין א רעסטאראן איז דא א אוניפארם וואס אלע ארבעטער טראגן געווענליך.
http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 94,00.html
אגב יעצט האט די רבנות א חשד אז מ'האט געמישט דארט כשרות נאכן געפונען דארט פארשידענע סטיקערס, פון עדה פון הרב לאנדא און א ספרדישע הכשר.
http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 74,00.html

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.