דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
די צייטונג דער איד האט די לעצטע פאר וואכן אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים ווי ס'איז שוין איינגעפירט די לעצטע צענדליגע יארן, און זאגן אז זיי באשרייבן נאר אויב מ'באצאלט זיי.
איך ווינדער מיך וואס האט זיי געמאכט דאס טוהן, ווייל פאר מיר קוקט עס אויס ווי א זאך וואס לוינט זיך פאר די צייטונג ווייל עס מאכט די ליינערס פילן ווי א פאמיליע און מאכט די צייטונג פילן היימיש און משפחה'דיג.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
לעצטע פאר וואכן געווען עטליכע הערכות יעדע וואך
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
ששון ושמחה: דער איד איז בראשית דרכו ,נאך פאר ששת ימי בראשית געוען א פריוואטע צייטונג'ל פון אן אמעריקאנער איד.
דער איד (מענטש), דער. בעה"ב פון די צייטונג איז געווארן עלטער. ער האט געזוכט צו פארקויפן די צייטונג.
די אידישע (אונגארישע) אימיגראנטן וועלכע זענען אקארשט געקומען קיין אמעריקע. זיי האבן נישט געקענט די לאקאלע שפראך, ענגליש. זיי האבן נישט געקענט אפליינען א צייטונג. זיי האבן אבער דאך געוואלט וויסן די נייעס.
ר' סענדער דייטש, א טאלאנטפולער שרייבער און אידעאלאג, וועלכער איז געווען א תלמיד פון סאטמאר'ע רבי'ן אין די שטאט סאטמאר. נאר שפעטער איז ער געווארן אנגעשלאסן אין א נאציאנאל-רעלגיעזע אידעאלאגיע (איך זאג נישט וועלכע) וואוינענדיג אין ארץ ישראל. ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער זיך צוריק אנגעשלאסן אין די סאטמאר'ע קהילה און ער איז נתקרב געווארן צו דעם סאטמאר'ע רבי'ן.
ער האט געזעהן א גוטע געלעגנהייט צו צושטעללן א סערוויס פאר די נייע אימיגראנטן. אויך א גוטע ביזנעס געלגענהייט. האט ער פארהאנדלט מיט דעם אריגינאלן בעה"ב וועגן אפקויפן די צייטונג. נאר וויבאלד ער איז געווען נאנט צו דעם סאטמאר'ע רבי'ן האט ער געפרעגט אויב די רבי איז מסכים מ'זאל צושטעללן א צייטונג פאר'ן עולם. דער סאטמאר'ע רבי האט איהם געענטפערט יא ער איז מסכים. נאר מיט איין תנאי. אז ער מוז אייביג, אויסער די אלגעמיינע נייעס אויך שרייבן און ארויסהייבן די נישט גוטע זייט פון די ציוניסט'ישע רעגירונג אין ארץ ישראל. אויף דעם ערשטן בלעטל פון די צייטונג.
ר' סענדער דייטש האט איבערגענומען די צייטונג און דאס געמאכט פאר די אפיציעלע צייטונג פון די סאטמאר'ע קהילה.
אין די ערשטע יארן איז די צייטונג, דער איד נאר ערשינען איינמאל אין 2 וואכן. נאר קיין ערנסטע צייטליכע (אפ-דעיטעד) נייעס איז דארט נישט געווען. מיט א צייט שפעטער האט ער אנגעהויבן ערשיינען א יעדע וואך. די נייעס איז געווארן מער אקטועל און ר' סענדער דייטש האט געשריבן אן אידעאלאגישן קאלום א יעדע וואך אונטערן נאמען אליעזר עפשטיין. דארט האט ער געפיהרט וויכוחים איבער די שיטה פון סאטמאר'ע רבי'ן הויפטזעכליך מיט אגודת ישראל. און א טייל אויך מיט די מזרחי פארטיי. זייענדיג א גרויסער שרייבער און גראמאטיקער איז זיין קאלום געווען א געשמאק צו ליינען. אפילו מ'האט נישט מסכים געווען מיט זיינע איידיעס.
מיט א צייט שפעטער. ווען די אנדערע אידישע צייטונגען ווי דער טאג-מארגן זשורנאל און דער פארווערטס האבן אנגעהויבן ברענגען אויך פיקטשערס אין די נייעס, האט ר' סענדער דייטש געלאזט וויסן דעם עולם אז זיין צייטונג, דער איד גייט זיך נישט טוישן. און מ'גייט נישט ברענגען בילדער. אפילו פון רבנים.
המשך יבוא, אי"ה.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
הייבט זיך נישט אן קיינמאל נישט אויפגעהערט באשרייבן!
סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.
האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט

- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
ששון ושמחה איז א ערענסטע ניק וואס קומט אריין גאר אינפארמעטיוו.
(נישט נאר א שריפטשטעלער נאר א גבאי אויכעט)
כאנישט קיינאנונג וואס גייט פאר מיטן "דער איד", אבער חזקה על ששון ושמחה אז ער ברענגט ריכטיג, (אין ערגסט'ן פאל א מענטשליכע טעות).
סאו פליז באשולדיג נישט..

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
אולי האבן זיך אפאר צווייגן פון די געלט בוים אפגעבראכן נאך די לעצטיגע קלימאט טויש סומאטוכעס/זאווערוכעס (יש אומרים, די טייטלבוים פון די שווערע טייטלען געוויכט) און די עדיטער האט מחליט געווען צו קאטן קאסט און דזשענערעיטן אינקום פון די מערסט סענטעטיווע קאלום. דהיינו, "ס'פאסט נישט פאר די משפחה.."
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
איי געס די ליינסט נישט וואס ער שרייבט.שעפטאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:56 am ששון ושמחה איז א ערענסטע ניק וואס קומט אריין גאר אינפארמעטיוו.
(נישט נאר א שריפטשטעלער נאר א גבאי אויכעט)
כאנישט קיינאנונג וואס גייט פאר מיטן "דער איד", אבער חזקה על ששון ושמחה אז ער ברענגט ריכטיג, (אין ערגסט'ן פאל א מענטשליכע טעות).
סאו פליז באשולדיג נישט..
אפשר איז עס גאר דיין צווייטע ניק אדער נעמסט זיך סתם אן אלס ואהבת..
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
טייערע @אקטיווע שרייבער, כ'זעה ביסט נאך ניי דא, איז לאמיך דיר אביסל אינטראדוסען צו קאווע שטיבל. דא איז נישט כתה ח' אדער אייוועלט - דא טרייט מען צו רעדן שיין איינער צום צווייטן און נישט אסומען אז דער אנדערע מענטש מיינט חלילה סתם צו זאגן ליגענט.אקטיווע שרייבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:38 am הייבט זיך נישט אן קיינמאל נישט אויפגעהערט באשרייבן!
סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.
האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט
בכלל, מנהג העולם איז אז מ'קומט אריין אין א נייע פלאץ רעדט מען געלאסן און נישט אגרעסיוו צו מענטשן וואס זענען שוין דא א לענגערע צייט און זענען שוין מער היימיש. דו וואלסט נישט גערעדט אזוי דריי טעג נאכ'ן אנפאנגען דאווענען אין א נייע ביהמ"ד נאכדעם וואס קוים וואס דו קענסט די רעגעלמעסיגע מתפללים. דא ערלויבסטו זיך עס צו טוהן ווייל ביסט אנאנים, און מ'זעהט נישט ווער ס'רעדט אזוי. פרעג איך דיר, איז דאס מידות טובות?
איך האב געזאגט אז "דער איד" האט אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים אומזינסט, און דו טענה'סט אז ס'איז נישט אמת. קען זיין אז איך האב געמאכט א טעות, און ס'קען זיין אז דו מאכסט א טעות. רעד ווי א מענטש, און איך וועל אי"ה ענטפערן ווי א מענטש, און אזוי וועט קענען קלאר ווערן ווער ס'איז גערעכט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
ששון ושמחה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 9:36 am און זאגן אז זיי באשרייבן נאר אויב מ'באצאלט זיי.
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 10:41 am סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.
האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
ששון ושמחה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 9:36 am די צייטונג דער איד האט די לעצטע פאר וואכן אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים ווי ס'איז שוין איינגעפירט די לעצטע צענדליגע יארן, און זאגן אז זיי באשרייבן נאר אויב מ'באצאלט זיי.
איך ווינדער מיך וואס האט זיי געמאכט דאס טוהן, ווייל פאר מיר קוקט עס אויס ווי א זאך וואס לוינט זיך פאר די צייטונג ווייל עס מאכט די ליינערס פילן ווי א פאמיליע און מאכט די צייטונג פילן היימיש און משפחה'דיג.
די לעצטע עטליכע יארן איז עס אבער אויף סך א גרעסערע פארנעם ווי די לעצטע צענדליגע יארן, זיי באשרייבן כמעט יעדן נפטר פון איבער די גארער וועלט דאס איז אמאל נישט געווען און לויט ווי איך האב געהערט איז דארט דא פאר דעם מינימום דריי אדער מער שרייבער, ס'אסאך ארבעט און געלט, סוי איי געס זיי פרובירן ערגץ וואו צו זיך קאווערן אויף דעם. זאל שוין משיח קומען און מ'וועט נישט שרייבן די זאכן ויקוצו וירננו שוכני עפר ומחה ה' וכו'
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
ששון ושמחה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:08 am טייערע @אקטיווע שרייבער, כ'זעה ביסט נאך ניי דא, איז לאמיך דיר אביסל אינטראדוסען צו קאווע שטיבל. דא איז נישט כתה ח' אדער אייוועלט - דא טרייט מען צו רעדן שיין איינער צום צווייטן און נישט אסומען אז דער אנדערע מענטש מיינט חלילה סתם צו זאגן ליגענט.
בכלל, מנהג העולם איז אז מ'קומט אריין אין א נייע פלאץ רעדט מען געלאסן און נישט אגרעסיוו צו מענטשן וואס זענען שוין דא א לענגערע צייט און זענען שוין מער היימיש. דו וואלסט נישט גערעדט אזוי דריי טעג נאכ'ן אנפאנגען דאווענען אין א נייע ביהמ"ד נאכדעם וואס קוים וואס דו קענסט די רעגעלמעסיגע מתפללים. דא ערלויבסטו זיך עס צו טוהן ווייל ביסט אנאנים, און מ'זעהט נישט ווער ס'רעדט אזוי. פרעג איך דיר, איז דאס מידות טובות?
איך האב געזאגט אז "דער איד" האט אויפגעהערט צו באשרייבן נפטרים אומזינסט, און דו טענה'סט אז ס'איז נישט אמת. קען זיין אז איך האב געמאכט א טעות, און ס'קען זיין אז דו מאכסט א טעות. רעד ווי א מענטש, און איך וועל אי"ה ענטפערן ווי א מענטש, און אזוי וועט קענען קלאר ווערן ווער ס'איז גערעכט.
קום אראפ פליז פון בוים צדיק.
א נייע ניק מעג אויך האבן א מיינונג אדער דערציילן דאס ווארהייט ואתכם הסליחה.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
איינער האט געזאגט אז נישט? אודאי מעג מען! אבער רעספעקטפול ביטע.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
חברה עטס זענטס גערעכט מ'טאר נישט אטאקירן קיין וועטעראנען שרייבער'ס, אויך נישט קיין נייע..
אבער זייטס נישט אזוי סענסעטיוו..
האט ער געזאגט... פארוואס ווערט מען אזוי שנעל באליידיגט?
אבער זייטס נישט אזוי סענסעטיוו..
האט ער געזאגט... פארוואס ווערט מען אזוי שנעל באליידיגט?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
געפינט זיך ערגעץ אן אשכול בכלליות איבער דער איד?
ביזדערווייל ברענג איך דעם בייגעלייגטן דאקומענט אהער:
ביזדערווייל ברענג איך דעם בייגעלייגטן דאקומענט אהער:
Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
גיב א קוק אין די לינק עס קאסט געהעריג געלדאקטיווע שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 22, 2024 10:41 am הייבט זיך נישט אן קיינמאל נישט אויפגעהערט באשרייבן!
סך הכל ארויסגעלייגט פארן המון עם ווער ס׳איז נישט באשריבן קען באצאלן און מען וועט אויך באשרייבן.
האקט סתם און קאפ און עפענט אשכולות פאר גארנישט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p5131324