גאט דארף אונז האבן?

מחשבה, השקפה ועיון
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך שמן למאור »

איינע פון די קשיות וואס ערגבערט מיר איבער עניני אמונה איז די קשיא פון "וויאזוי קען זיין אז אזא מעכטיגע גאט זאל דארפן צוקומען צו אונז קליינע מענטשעלעך".

כדי שטארק ארויסצוברענגען די קשיא האב איך אראפגעשריבן די פאלגענדע שורות ארויסצוברענגען די נקודה אויף א שטארקע אופן. איך האף אז דער עולם וועט אריינקומען און צונעמען די נושא און אויסשמועסן די תירוצים וואס איז דא אויף דעם.

פון די יסודות הדת איז דאך באקאנט אז גאט האט באשאפן די וועלט פאר אונז מענטשן כדי אז מיר זאלן אים דינען, ער האלט חשבון אויף וואס אונז טוען, און איז גומל טוב לעושי "רצונו" און איז גומל רע לעוברי "רצונו"

לאמיר דא צולייגן די שוועריקייטן מיט וואס דאס איז פארבינדן, און פארוואס עס איז שווער אנצונעמען אזוי ראציאנאל.


***


ווי באקאנט, זענען אונז בלויז א קליינטשיגע שטיקל שטויב אין די גאנצע יוניווערס. אביסל ממחיש צו זיין. אז דו פארסט ארום מיט דיין קאר פאר 20 יאר, קענסטו פארן א שטרעקע פון בערך 180,000 מייל. דאס איז בערך וויפיל מייל 'ליכטיגקייט' פארט פער סקונדע!

יעצט פאר ליכטיגקייט אנצוקומען פון אונזער וועלט צו די לבנה נעמט בערך צוויי סקונדעס! צו די זון, בערך 8 מינוט! די זון איז אגב מער ווי 300,000 (!) מאל גרעסער ווי אונזער וועלט, און די זון איז נאר א רעגלמעסיגע סייז שטערן.

פאר ליכטיגקייט אנצוקומען פון די וועלט צום נענסטן שטערן נאך די זון, נעמט בערך 4 ליכט יאר!

דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אויב ליכטיגקייט פארלאזט די וועלט היינט, און פארט אויף זיין שנעלקייט פון 186,282 מייל פער סקונדע, וועט עס נעמען איבער 4 יאר אנצוקומען צום נענסטן שטערן!

ווילסט וויסן ווי לאנג עס וועט נעמען אנצוקומען צום ווייטסטן שטערן אין אונזער מילקי וועי גאלאקסי? בערך 900,000 ליכט יאר!

און דאס איז נאר אונזער גאלאקסי, וואס פארמאגט איבער 200,000 ביליאן שטערנס און פלאנעטן!

אויב זאל אונזער סאלער סיסטעם פארמעקט ווערן פונעם שביל החלב וועט די חילוק זיין בערך אזוי ווי איינער זאל ארויסנעמען א גלעזל וואסער פון א לעיק. קיינער וועט ניטאמאל באמערקן.

אונזער גאנצע מילקי וועי גאלאקסי איז נאר איינס פון איבער 200 ביליאן אנדערע גאלאקסיעס! דאס הייסט אז אויב זאל אונזער גאנצע גאלאקסיע פארשווינדן ווערן, וועט זיך עס ווייטער אנזען אויפן גאנצן יונעווערס בערך ווי די פריער דערמאנטע משל ווי איינער נעמט ארויס א גלעזל וואסער פון א לעיק! און דאס איז נאר וויפיל אונז ווייסן... יש אומרים אז אונזער יוניווערס איז נאר א חלק פון ביליאנען אנדערע יוניווערסעס!

אויב זאל די יוניווערס זיך אפשטעלן פון עקספענדן, וואלט עס גענומען בערך 46 ביליאן ליכט יאר צו גיין פון איין עק ביזן אנדערע. אבער היות עס עקספענד שנעלער ווי די ספיד פון ליכט, איז פשוט נישט שייך אנצוקומען צו די עק קיינמאל!


_______


ווייסט וויפיל מענטשן עס איז דא אויפן וועלט? בערך 8 ביליאן. ווייסט וויפיל מאריטשקעס זענען דא אויפן וועלט? בערך 20 קוואדריליאן. דאס הייסט פאר יעדע מענטש וואס לעבט אויפן וועלט, איז דא בערך 2.5 מיליאן מאריטשקעס!

ווען איז די לעצטע מאל דו האסט זיך אינטערסירט אדער אריינגעקלערט אין די לעבן פון א מאריטשקע?

חוץ אז דו האסט געקוקט לעצטנס א שיינע נאשענעל דזשעאגראפיק ווידיאו, איז די תשובה מסתמא אז נישט צו אפט.

אונז מענטשעלעך פילן ווי אונז פירן די וועלט, אונז זענען די מובחר הבריאה, אבער אונטער אונזער נאז פירט זיך א פיל גרעסערע און מעכטיגערע ווירטשאפט. די מוריטשקעס לעבן זיך אין זייער וועלט, בויען, גראבן, און לייגן אוועק עסן, און קיין מענטשן אינטערסירן זיך נישט אין זיי. מסתמא האט שוין יעדער גע'הרג'עט גאר אסאך פון זיי אפילו אן וויסן, און מען פארלירט נישט קיין סאך שלאף איבער דעם.

כאפסט ווי ווייט אונז זעמער פון א מוריטשקע?

איז שייך אז א מוריטשקע זאל האבן א תוכנ'דיגע קאנעקשן צו א מענטש?

א מוריטשקע קען דען באגרייפן די געדאנק אז אויב איז דיין קרעדיט סקאר נישט גענוג הויעך וועט עס אפעקטירן די מארגידזש ראטע וואס דו ווילסט ארויסנעמען אויף דיין הויז? א מוריטשקע קען דען בכלל ארויסהאבן א סטאריליין פון א קאמפליצירטע דראמא מאווי? זיי האבן בכלל נישט די פיזישע מוח צו פארנעמען עפעס ענליך דערצו.

יעצט א גאט, אויב עקזעסטירט ער, וואלט געדאפט זיין אסאך ווייטער אפגעריקט פון אונז ווי אונז זעמער אפגעריקט פונעם מוריטשקע. עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך. אויב זעמער אונז אזוי ווייט פונעם מוריטשקע ווי פון בארא פארק ביז וויליאמסבורג, דאן איז גאט אזוי ווייט פון אונז ווי פון דא ביז די ווייטסטע גאלאקסיע. און איך רעד נישט פון ווייטקייט אין ספעיס, נאר אין ווייטקייט פון פארשטאנד און קאנעקטיוועטי.

***

שטעל דיך פאר עס ריקן זיך אן א באנדע פון 100 מאריטשקעס און באזעצן זיך אין דיין הויז.

זיי וואוינען אין די וואנט, זיי קומען ארויס פון צייט צו צייט זוכן עסן, זיי טרעפן אלעמאל ברעקלעך אפילו נאך וואס דו קערסט גוט אויף די שטוב, און פון דעם שפייזן זיי די משפחה.

איין טאג האלט די גרויסע זיידע מוריטשקע א דרשה פאר די גאנצע געמיינדע:

ענק מיינען אז מען קען פארטאכלעווען די טאג מיט גשמיות און נארישקייטן? מען דארף ספענדן די טאג מיטן דינען גאט ווי מער מיר קענען!

אלע קוקן אים אן, און איין חוצפה'דיגע אייניקל ריפט זיך אן, "זיידי! ווער איז דאס גאט און וויאזוי ווייסטו אז ער עקזעסטירט"?

די זיידע ווערט נישט פארלוירן און ענטפערט אים בטוב טעם ודעת ממש ווי די גרויסע קירוב רבנים:

הער זיך איין, אונז זענען דא, מיינט עס אז איינער האט אונז אהערגעשטעלט פאר א תכלית! און די תכלית איז צו זינגען שירה און לויבן גאט ווי מער מיר קענען!

וויאזוי ווייס איך? איך האב אליינס געזען גאט!

יא! לאמיך אייך פארציילן!

איין טאג בין איך ארויס זוכן עסן צוריקצוברענגען פאר ענק, און איך האב געזען א ריזיגע מעכטיגע באשעפעניש וואס איז אפילו שווער צו שילדערן. בלויז די פינגער פון זיין פיס איז געווען איבער 50 מאל אזוי גרויס ווי מיך! מיר האבן אפילו נישט קיין השגה און די גרויסקייט און מעכטיגקייט פון גאט!

ער האט מיר איבערגעלאזט מיט זיין גרויס גוטהארציגקייט אפאר ברעקלעך צו שפייזן מיר און די משפחה, ווייל גאט איז א גוטער! אזוי שפייזט ער אונז יעדן איינציגסטן טאג, כי לעולם חסדו!

דער אמת איז אז איך בין דאן ארויס צוזאמען מיט נאך אפאר חברים, און ליידער האט גאט צוטרויטן צום טויט אונזער עלטער פעטער, אבער גאט האט זיך זיכער זיינע חשבונות! מיר פארשטייען נישט זיינע פארבארגענע דרכים. אבער ס'איז זיכער געווען לטובה!

אויך איז איינמאל געווען אז די הויז איז געווען ליידיג פון עסן פאר אפאר טעג, גאט האט זיך באהאלטן און מיר האבן נישט געשפירט זיין אנוועזנהייט. אפאר אטעאיסטן האבן געזאגט אז גאט איז פשוט אוועקגעפארן פאר שבת, אבער מיר מאמינים בני מאמינים האבן געוויסט אז גאט פארלאזט אונז קיינמאל נישט, מיר האבן אלע מתפלל געווען און געטון אין תיקון המעשים, און טאקע אפאר טעג שפעטער האט זיך גאט באוויזן און אונז ווידער געגעבן ברעקלעך צו עסן!

פון די אלע זאכן זעען מיר אפן אז ס'איז דא א גאט אויפן הויז! ער איז די בעל הבירה, ער האט באשאפן די גאנצע הויז! מיר מוזן אויסניצן יעדע רגע פון אנזער לעבן אים צו דינען, און נישט זיכן קיין באקוועמליכקייטן און שוואוילטאג!

די אייניקל, די מחוצף נעמט זיך לאכן און רופט זיך אן: "זיידע! דאס איז נישט גאט! דאס איז א פשוטע מענטש"! ער לאזט דיר נישט איבער צו עסן, ער ווייסט ניטאמאל אז דו ביסט אין זיין הויז! עס פאלט פשוט אלעמאל ארויס ברעקלעך ווען ער רייניגט, און ווען ער האט צעטרויטן די פעטער צום טויט האט ער בכלל נישט געוויסט דערפון!

מיר לעבן דא קוים צוויי דריי יאר אויפן וועלט, טענה'ט דער אייניקל ווייטער, פארוואס זאלן מיר נישט זיין פארנומען צו הנאה האבן צו די מאקסימום! פארוואס זאלן מיר זיין פארנומען מיטן דינען אן איינגערעדטע גאט וואס עס מאכט אפילו נישט קיין סענס אז ער זאל זיין אינטערסירט אין אונז?

דער זיידע צוקנייטשט זיין שטערן און זאגט, רבותי! הערטס נישט אויס דעם כופר! ווער עס האט נאר אמאל געשפירט א געשמאקע נשמת, ווער עס האט נאר אמאל געשפירט א קאנעקשן מיט גאט, דער פרעגט נישט אזעלכע שאלות!

דער אייניקל ריפט זיך אן, רבותי! דער וואס האט נאר אמאל געניצט זיין שכל פארשטייט אז מען קען נישט נעמען קיין ראיות פון "געפילן". און דער וואס האט נאר אמאל געשפירט די טעם פון א געשמאקן שטיקל פיצא, דער רעדט נישט אזעלכע נארישקייטן...

עד כאן המעשה.

הקיצור, איך מיין אז די פוינט איז קלאר.

צו דען לייגט זיך אויפן שכל אז גאט גיט בכלל א דעקל וואס איך טו מיט מיין טאג? יא, עס פילט זייער גוט זיך אזוי איינצורעדן, אבער צו לייגט זיך עס בכלל אויפן שכל? וואס דארף ער אונז האבן? וואס גייט אים אן וואס קליינטשיגע מענטשעלעך טוען? וואלסטו געווארן פרייליך אז א מוריטשקע זינגט פאר דיר שירה? וואלסטו באקומען הנאה אויב מוריטשקעס דינען דיר?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז א באקאנטע קשיא אויף די וואס האבן א קאנסעפּשאן פון ״ג-ט״ אלס א סארט אָל-פּאַוּערפול אלמעכטיגער ״כאראקטער/בּיאינג״ וועלכער האט ״רצונות״, און דאס איז וואס טאקע אונטערלאנט סיבת וטעמי המצות - אז דאס איז ״רצונו״ מאתנו. און דאס גייט סיי צוזאמען מיט דעם אז ״ער״ טוהט, אקטיווערהייט, גומל זיין טוב צו די מצייתים און מעניש זיין די עוברים. ווי אויך גייט דאס געווענטליך צוזאמען טאקע מיט די קאַנסעפּשאן אז אונז זע׳מיר, באיזה אופן, תכלית הבריאה והיקום, אין דעם אז אונז האבן קאַנשׁעסנעס, ולכן האט ״ער״ אונז דא באשאפען פאר אט דעם ציהל לעובדו וכו׳. אין קורצן, די קשיא ווערט שטארק ווען מען באטראכט דאס אלעס, מענטשנ׳ס רילעישאנשיפּ מיט ״ג-ט״, מלמעלה למטה; כעין פונעם פּערספּעקטיוו פון ״ג-ט״ ״ורצונותיו״.

ווי אבער ארויסגעברענגט אין מיין אשכול איבער דעם קאנצעפט(?) ״ג-ט״, אין מיין ארטיקל ואשכול איבער די קאנצעפּטן ״שכר ועונש״, און אין מיין ארטיקל ואשכול איבער תכלית הבריאה און אַנטראָפּאָסענטריזם, זענען די אלע דריי הנחות - איבער ״ג-ט״ אלס אזא סארט ״כאראקטער״ שפועל למען תכלית ולמלא ״רצונו״, אז ״שכר ועונש״ איז (לכן) אזא סארט ״אקטיווע״ פראצעדור, און אז אונז זענען (לכן) טאקע תכלית הבריאה של כל הקאַסמאָס צו טאקע ממלא זיין אט די ״רצון ותכלית״ - אלע אומריכטיג.

אין קורצן, די סיבת המצות וקיומם (וממילא די מיענינג פאר׳ן מענטש דערפון) זענען (עכ״פ מעיקרא ובשורשם) ראציאנאל, ומטרתם זענען צו (הייבן די פּראַבּעבּיליטי צו) ברענגען דעם מענטש צו יוּדיימאָניאַ און מענטשליכע פלאָרישינג - די פילאזאפישע ״גוּד לייף״ (מיט א קעפּיטעל G). מיינענדיג, דאס קיום המצות, והשכר והעונש התלויים בהם והקשר לטרענסענדענס [״ג-ט״], איז מלמטה למעלה - עס איז אַן אויסגעשטעלטע דרך החיים וואס הייבט דאס פּראַבּעבּיליטי צו צוקומען צו א חיים של אושר, וההיפך בהיפך.(ידעתי גם ידעתי אז מ׳קען טענה׳ן אז ס׳נישט אזוי. די געדאנק איז לפי די ראציאנאלע מהלך ביהדות וועלכע נעמט אט די קושיית האשכול ערענסט.) אט דאס איז ״שכר ועונש״. זהו. די מושג פון ״ג-ט״ האט נישט קיין ״רצון״ פון אונז, און גייט זיך נישט ״נעמען צו אונז״ אויב מ׳נעמט זיך דערצו אדער נישט.

אין א ווארט, ניין, ״ג-ט״ דארף אונז נישט.

אנדערש ווערט טאקע שווער דאס וואס דר. ריטשערד פיינמאן האט באמערקט:
It doesn't seem to me that this fantastically marvelous universe, this tremendous range of time and space and different kinds of animals, and all the different planets, and all these atoms with all their motions, and so on, all this complicated thing can merely be a stage so that God can watch human beings struggle for good and evil - which is the view that religion has. The stage is too big for the drama
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך צקון לחש »

יא, @שמן למאור מיר ווייסן אז דו ביסט סובסקרייבט צו DarkMatter2525...

געוואלדיג אראפגעלייגט, א דאנק
טיילונג איצט!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

די משלים זענען אייזן, כ׳האב געליינט און זיך געהאלטן ביי די זייטן.

מיין בליק אויף די נושא:
די גאנצע בריאה מאכט גארנישט אויס פאר אים, כדכתיב: ״אִם צָדַקְתָּ מַה תִּתֶּן לוֹ וגו׳״.

און נאך פיל מער ווי דיינע משלים לאין קץ איז די בריאה בטל ומבוטל כאין ואפס לגבו ית׳, וכמבואר בספרי חב״ד און ס׳באקאנט די משל פונעם בעל התניא אז די ביטול איז אזוי ווי די אור, די שיין פונעם זון לגבי די זון אליין, אבער ווען דער אור איז נאך אין דעם גוף השמש עצמו, נאך פאר ס׳איז ארויסגעקומען. און אויפן פסוק ״אֲנִי ד׳ לֹא שָׁנִיתִי״ איז ער מבאר אז די גאנצע בריאה האט נישט געמאכט קיין שום שינוי בו ית׳ בין קודם הבריאה ולאחריו.

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:37 pm פון די יסודות הדת איז דאך באקאנט אז גאט האט באשאפן די וועלט פאר אונז מענטשן כדי אז מיר זאלן אים דינען, ער האלט חשבון אויף וואס אונז טוען, און איז גומל טוב לעושי "רצונו" און איז גומל רע לעוברי "רצונו"

די רעדע איז בנוגע די רצון צו באשאפן, על פי האמונה אז ער האט עס באשאפן ברצון [רצון פשוט] ובכוונה [כלומר אז ס׳נישט קיין coincidence] און ע״פ החז״ל ״מלמד שהתנה הקב"ה עם מעשה בראשית ואמר להם אם ישראל מקבלים התורה אתם מתקיימין ואם לאו אני מחזיר אתכם לתוהו ובוהו״.

ולפי זה, ״עושי רצונו״ מיינט אז ער טוט פארפולקאמען דעם תכלית הבריאה. וזה הא. [ס׳נישט שייך קיין ״שביעת״ רצון ביי ג-ט און מ׳טוט אים נישט קיין טובות מיטן מקיים זיין רצונו וכנ״ל]
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך וועל זאגן אין קורצע ווערטער וואס @מי אני האט אזוי שיין מאריך געווען, אויב איז גאנץ תורה ומצוות "פאר אים" האט דאס טאקע נישט קיין פשט, אבער אויב עס איז "פאר אונז" קען מען עס ענדערש פארשטיין
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך שעפטאל »

דארפסט דיין קליין קינד?
ביסט אסאך קלוגער פון איהם!!!


(עיין קדושת לוי משפטים עה"פ ויחזו אלקים ויאכלו וישתו. וז"ל
ויראו את אלקי ישראל ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר גו' (שמות כד, י). הכלל, כי יש אהבת הבורא ברוך הוא, ובאמת איך יכול אדם לומר שיש לו אהבת הבורא ברוך הוא, הלא הבורא ברוך הוא רם על כל רמים, לזה יש מדה שלישית שיאמין האדם באמונה שלימה שהבורא ברוך הוא אבינו ואנחנו בניו, ובאמת האב, אע"פ שהוא נבון וחכם גדול דעה, אעפ"כ יש לו שעשועים מבנו שיש לו שכל קטן לערך שכל האב, ונמצא ע"י מדה שלישית יכול אדם לאהוב את הבורא יתברך. והנה שלשה מדות הם מדות אברהם יצחק ויעקב. אברהם, אהבת הבורא. יצחק, יראת הבורא. ויעקב, התפארת. ובאמת ע"י מדת יעקב נשלם מדת אברהם. וזהו כה אמר ה' ליעקב אשר פדה את אברהם. ועל אלו שלשה מדות מרומז יד ימין של אדם, ויד שמאל, והגוף. וכו')
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

שליחה דורך הכנה דרבה »

די עיקר פראבלעם דא איז אז די מוראטשקעס באשליסן אליין וואס דער מענטש וויל פון זיי ווייל זיי האלטן אז תורה לא בשמיים היא, זיי קריכן ארויף אויף זיין טיש בשעת ער עסט און טאנצן ארום, ווען זיי פרעגן דעם מענטש אליין ווי נארמאלע מוראטשקעס וואס ער וויל פון זיי וואלט ער זיי געזאגט זיך אפצוטראגן פון זיין הויז.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך בונה של טוב »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:37 pm איינע פון די קשיות וואס ערגבערט מיר איבער עניני אמונה איז די קשיא פון "וויאזוי קען זיין אז אזא מעכטיגע גאט זאל דארפן צוקומען צו אונז קליינע מענטשעלעך"

כדי שטארק ארויסצוברענגען די קשיא האב איך אראפגעשריבן די פאלגנדע שורות ארויסצוברענגען די נקודה אויף א שטארקע אופן. איך האף אז דער עולם וועט אריינקומען און צונעמען די נושא און אויסשמועסן די תירוצים וואס איז דא אויף דעם.

פון די יסודות הדת איז דאך באקאנט אז גאט האט באשאפן די וועלט פאר אונז מענטשן כדי אז מיר זאלן אים דינען, ער האלט חשבון אויף וואס אונז טוען, און איז גומל טוב לעושי "רצונו" און איז גומל רע לעוברי "רצונו"

לאמיר דא צולייגן די שוועריקייטן מיט וואס דאס איז פארבינדן, און פארוואס עס איז שווער אנצונעמן אזוי ראציאנאל.


***


ווי באקאנט, זענען אונז בלויז א קליינטשיגע שטיקל שטויב אין די גאנצע יוניווערס. אביסל ממחיש צו זיין. אז דו פארסט ארום מיט דיין קאר פאר 20 יאר, קענסטו פארן א שטרעקע פון בערך 180,000 מייל. דאס איז בערך וויפיל מייל 'ליכטיגקייט' פארט פער סקונדע!

יעצט פאר ליכטיגקייט אנצוקומען פון אונזער וועלט צו די לבנה נעמט בערך צוויי סקונדעס! צו די זון, בערך 8 מינוט! די זון איז אגב מער ווי 300,000 (!) מאל גרעסער ווי אונזער וועלט, און זי זון איז נאר א רעגלמעסיגע סייז שטערן.

פאר ליכטיגקייט אנצוקומען פון די וועלט צום נענסטן שטערן נאך די זון, נעמט בערך 4 ליכט יאר!

דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אויב ליכטיגקייט פארלאזט די וועלט היינט, און פארט אויף זיין שנעלקייט פון 186,282 מייל פער סקונדע, וועט עס נעמען איבער 4 יאר אנצוקומען צום נענסטן שטערן!

ווילסט וויסן ווי לאנג עס וועט נעמען אנצוקומען צום ווייטסטן שטערן אין אונזער מילקי וועי גאלאקסי? בערך 900,000 ליכט יאר!

און דאס איז נאר אונזער גאלאקסי, וואס פארמאגט איבער 200,000 ביליאן שטערנס און פלאנעטן!

אויב זאל אונזער סאלער סיסטעם פארמעקט ווערן פונעם שביל החלב וועט די חילוק זיין בערך אזוי ווי איינער זאל ארויסנעמען א גלעזל וואסער פון א לעיק. קיינער וועט ניטאמאל באמערקן.

אונזער גאנצע מילקי וועי גאלאקסי איז נאר איינס פון איבער 200 ביליאן אנדערע גאלאקסיעס! דאס הייסט אז אויב זאל אונזער גאנצע גאלאקסיע פארשווינדן ווערן, וועט זיך עס ווייטער אנזען אויפן גאנצן יונעווערס בערך ווי די פריער דערמאנטע משל ווי איינער נעמט ארויס א גלעזל וואסער פון א לעיק! און דאס איז נאר וויפיל אונז ווייסן... יש אומרים אז אונזער יוניווערס איז נאר א חלק פון ביליאנע אנדערע יוניווערסעס!

אויב זאל די יוניווערס זיך אפשטעלן פון עקספענדן, וואלט עס גענומען בערך 46 ביליאן ליכט יאר צו גיין פון איין עק ביזן אנדערע. אבער היות עס עקספענד שנעלער ווי די ספיד פון ליכט, איז פשוט נישט שייך אנצוקומען צו די עק קיינמאל!


_______


ווייסט וויפיל מענטשן עס איז דא אויפן וועלט? בערך 8 ביליאן. ווייסט וויפיל מאריטשקעס זענען דא אויפן וועלט? בערך 20 קוואדריליאן. דאס הייסט פאר יעדע מענטש וואס לעבט אויפן וועלט, איז דא בערך 2.5 מיליאן מאריטשקעס!

ווען איז די לעצטע מאל דו האסט זיך אינטערסירט אדער אריינגעקלערט אין די לעבן פון א מאריטשקע?

חוץ אז דו האסט געקוקט לעצטנס א שיינע נאשענעל דזשעאגראפיק ווידיאו, איז די תשובה מסתמה אז נישט צו אפט.

אונז מענטשעלעך פילן ווי אונז פירן די וועלט, אונז זענען די מובחר הבריאה, אבער אינטער אונזער נאז פירט זיך א פיל גערעסע און מעכטיגערע ווירטשאפט. די מאריטשקעס לעבן זיך אין זייער וועלט, בויען, גראבן, און לייגן אוועק עסן, און קיין מענטשן אינטערסירן זיך נישט אין זיי. מסתמה האט שוין יעדער גע'הרג'עט גאר אסאך פון זיי אפילו אן וויסן, און מען פארלירט נישט קיין סאך שלאף איבער דעם.

כאפסט ווי ווייט אונז זעמער פון א מאריטשקע?

איז שייך אז מאריטשקע זאל האבן א תוכנ'דיגע קאנעקשן צו א מענטש?

א מאריטשקע קען דען באגרייפן די געדאנק אז אויב איז דיין קרעדיט סקאר נישט גענוג הויעך וועט עס אפעקטירן די מארגידזש ראטע וואס דו ווילסט ארויסנעמען אויף דיין הויז? א מאריטשקע קען דען בכלל ארויסהאבן א סטאריליין פון א קאמפלעצירטע דראמא מאווי? זיי האבן בכלל נישט די פיזישע מוח צו פארנעמען עפעס ענליך דערצו.

יעצט א גאט, אויב עגזעסטירט ער, וואלט געדאפט זיין אסאך ווייטער אפגעריקט פון אונז ווי אונז זעמער אפגעריקט פונעם מאריטשקע. עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך. אויב זעמער אונז אזוי ווייט פונעם מאריטשקע ווי פון בארא פארק ביז וויליאמסבורג, דאן איז גאט אזוי ווייט פון אונז ווי פון דא ביז די ווייטסטע גאלאקסיע. און איך רעד נישט פון ווייטקייט אין ספעיס, נאר אין ווייטקייט פון פארשטאנד און קאנעקטיוועטי.

***

שטעל דיך פאר עס ריקן זיך אן א באנדע פון 100 מאריטשקעס און בעזעצן זיך אין דיין הויז.

זיי וואוינען אין די וואנט, זיי קומען ארויס פון צייט צו צייט זיכן עסן, זיי טרעפן אלעמאל ברעקלעך אפילו נאך וואס דו קערסט גוט אויף די שטוב, און פון דעם שפייזן זיי די משפחה.

איין טאג האלט די גרויסע זיידע מאריטשקע א דרשה פאר די גאנצע געמיינדע.

ענק מיינען אז מען קען פארטאכלעווען די טאג מיט גשמיות אין נארישקייטן? מען דארף ספענדן די טאג מיטן דינען גאט ווי מער מיר קענען!

אלע קוקן אים אן, און איין חוצפה'דיגע אייניקל ריפט זיך אן, "זיידי! ווער איז דאס גאט און וויאזוי ווייסטו אז ער עגזעסטירט"?

די זיידע ווערט נישט פארלוירן און ענטפערט אים בטיב טעם ודעת ממש ווי די גרויסע קירוב רבנים:

הער זיך איין, אונז זענען דא, מיינט עס אז איינער האט אונז אהערגעשטעלט פאר א תכלית! און די תכלית איז צו זינגען שירה און לויבן גאט ווי מער מיר קענען!

וויאזוי ווייס איך? איך האב אליינס געזען גאט!

יא! לאמיך אייך פארציילן!

איין טאג בין איך ארויס זיכן עסן צוריקצוברענגען פאר ענק, און איך האב געזען א ריזיגע מעכטיגע באשעפעניש וואס איז אפילו שווער צו שילדערן. בלויז די פינגער פון זיין פיס איז געווען איבער 50 מאל אזוי גרויס ווי מיך! מיר האבן אפילו נישט קיין השגה און די גרויסקייט און מעכטיגקייט פון גאט!

ער האט מיר איבערגעלאזט מיט זיין גרויס גוטהארציגקייט אפאר ברעקלעך צו שפייזן מיר און די משפחה, ווייל גאט איז א גוטער! אזוי שפייזט ער אונז יעדן איינציגסטן טאג, כי לעולם חסדו!

דער אמת איז אז איך בין דאן ארויס צוזאמען מיט נאך אפאר חברים, און ליידער האט גאט צוטרויטן צום טויט אונזער עלטער פעטער, אבער גאט האט זיך זיכער זיינע חשבונות! מיר פארשטייען נישט זיינע פארבארגענע דרכים. אבער ס'איז זיכער געווען לטובה!

אויך איז איינמאל געווען אז די הויז איז געווען ליידיג פון עסן פאר אפאר טעג, גאט האט זיך באהאלטן און מיר האבן נישט געשפירט זיין אנוועזנהייט. אפאר אטעאיסטן האבן געזאגט אז גאט האט פשוט אוועקגעפארן פאר שבת, אבער מיר מאמינים בני מאמינים האבן געוויסט אז גאט פארלאזט אונז קיינמאל נישט, מיר האבן אלע מתפלל געווען און געטון אין תיקון המעשים, און טאקע אפאר טעג שפעטער האט זיך גאט באוויזן און אונז ווידער געגעבן ברעקלעך צו עסן!

פון די אלע זאכן זעען מיר אפן אז ס'איז דא א גאט אויפן הויז! ער איז די בעל הבירה, ער האט באשאפן די גאנצע הויז! מיר מוזן אויסניצן יעדע רגע פון אנזער לעבן אים צו דינען, און נישט זיכן קיין באקוועמליכקייטן און שוואוילטאג!

די אייניקל, די מחוצף נעמט זיך לאכן און ריפט זיך אן: "זיידע! דאס איז נישט גאט! דאס איז א פשוטע מענטש"!

ער לאזט דיר נישט איבער צו עסן, ער ווייסט ניטאמאל אז דו ביסט אין זיין הויז! עס פאלט פשוט אלעמאל ארויס ברעקלעך ווען ער רייניגט, און ווען ער האט צעטרויטן די פעטער האט ער בכלל נישט געוויסט דערפון!

מיר לעבן דא קוים צוויי דריי יאר אויפן וועלט, פארוואס זאלן מיר נישט זיין פארנומען צו הנאה האבן צו די מאקסימום! פארוואס זאלן מיר זיין פארנומען מיטן דינען אן איינגערעדטע גאט וואס עס מאכט אפילו נישט קיין סענס אז ער זאל זיין אינטערסירט אין אונז?

דער זיידע צוקנייטשט זיין שטערן און זאגט, רבותי! הערטס נישט אויס דעם כופר! ווער עס האט נאר אמאל געשפירט א געשמאקע נשמת, ווער עס האט נאר אמאל געשפירט א קאנעקשן מיט גאט, דער פרעגט נישט אזעלכע שאלות!

דער אייניקל ריפט זיך אן, רבותי! דער וואס האט נאר אמאל געניצט זיין שכל פארשטייט אז מען קען נישט נעמען קיין ראיות פון "געפילן". און דער וואס האט נאר אמאל געשפירט די טעם פון א געשמאקן שטיקל פיצא, דער רעדט נישט אזעלכע נארישקייטן...

עד כאן המעשה.

הקיצור, איך מיין אז די פוינט איז קלאר.

צו דען לייגט זיך אויפן שכל אז גאט גיט בכלל א דעקל וואס איך טו מיט מיין טאג? יא, עס פילט זייער גוט זיך אזוי איינצורעדן, אבער צו לייגט זיך עס בכלל אויפן שכל? וואס דארף ער אונז האבן? וואס גייט אים אן וואס קליינטשיגע מענטשעלעך טוען? וואלסטו געווארן פרייליך אז א מאריטשקע זינגט פאר דיר שירה? וואלסטו באקומען הנאה אויב מאריטשקעס דינען דיר?
א דאנק פאר די געשמאקע מורישקע סטאָרי. איך האב עס געליינט פאר א חבר און ער האט נישט געקענט אויפהערן זיך קאַטשען פאר געלעכטער. כאטש איך גלייב יא אין א גאט האט עס געפילט גוט צו לאכן פון די טפשות פון א פרומער גאט וואס איז א סתירה מיניה וביה

איך גלייב אז מיר זענען אלע טאקע א חלק אלוקי ממעל און גאט כביכול האט געוואלט האבן אן עקספיריענס וואס טשעלענדשד קאנטראסט - אראפצוברענגען זיין שכינה אין א וועלט פון חשכות און זעהן וואס ס׳איז בכח צו דערגרייכן. אוודאי וועט דיין סייענס קאָפּ נישט ליב האבן אזא הסבר אבער פאר מיר איז עס גענוג גוט אז איך ווייס וואס איך בין אומשטאנד צו טון מיט די נשמה אין מיר, און אז איך זעה אין טאגטעגליכן לעבן וויאזוי דורכ׳ן עפלייען די 12 יוניווערסל laws ווערט מקיום דער: אשר ברא אלוקים ״לעשות״ מיר זענען creators פון אונזער עקספיריענס

פארשטייט זיך ס׳איז א לענגערע נושא און אויבנאויף קען עס אויסזעהן סתירה׳דיג. אבער מ׳קען נישט דעקן אלעס אויף איין פיס.
קודם האב איך דיר געוואלט באדאנקען פאר דיין געוואלדיגע ארבעט*

(*איך פארגלייך עס צו די עבודת הקודש פון אברהם, וואס האט צובראכן די געטשקעס מיט מסירת נפש, צו עפענען די אויגן פון זיין משפחה און פריינט- מיר מוזן בועט זיין אינ׳ם עבודה זרה פון די היינטיגע מאנסטער גאט וואס האט באשאפן א הערליכע וועלט ״נאר דיר אנצורייצן, און אויב דו ווילסט ענדשויען וועט ער דיר באשטראפן״ ס׳איז קעגן שכל און קעגן תורה. דרכיה דרכי נועם זאגט די גמרא איז די rule צו וויסן: וואס איז תורה און וואס איז נישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בונה של טוב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך זאקן »

יישר כח, זייער שיין אין גוט אראפגעלייגט.

מיין שכן האט אנגעהויבן איבערמאכן זיין הויז אין איך האב אנגעהויבן באקומען מאריטשקעס באגס אין מייז, וויפיל איך האב שוין געטרייט פטור צו ווערן פון זיי ארבעט עס נישט, נאכן לייענען די אשכול הייב איך אן חושש זיין אז זיי מיינען אז איך בין גאט אין די סיבה פארוואס זיי ווערן געהארגט זאגט זיי די רבי מאריטשקע איז וועגן זיי זענען מוציא זרע לבטלה… איך האלט א אויג אויף זייער רבי און אויף זייער אבי פישאף, איינמאל עס גייט מיך געלונגען פטור צו ווערן פון די צוויי גייט די עולם מן הסתם ווערן אפגעפארן ביז אפאר טעג אין טרעפן א צווייטע גאט.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך שאלתיאל »

@בונה של טוב די גאט אין וואס די ביסט בועט *איז* די גאט פון די תורה און די גאט פון אברהם יצחק און יעקב. די גאט וואס איז קל קנא פוקד עוון אבות על בנים, דארף די קרבנות און קוקט נאך שטרענג די מעשים פון זיין פאלק און שטראפט און גיבט גוטס. א נייע קאנסעפט פון גאט איז לעגיטים און מער שכל'דיג אבער מאכט נישט די אלטע פאר ע"ז
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמן למאור האט געשריבן: איינע פון די קשיות וואס עגבערט מיר איבער עניני אמונה איז די קשיא פון "וויאזוי קען זיין אז אזא מעכטיגע גאט זאל דארפן צוקומען צו אונז קליינע מענטשעלעך".

לאמיר דא צולייגן די שוועריגקייטן מיט וואס דאס איז פארבינדן, און פארוואס עס איז שווער אנצונעמען אזוי ראציאנאל.

די וועג ווי אזוי איך קוק עס אן - עכ"פ אזוי בין איך אויפגעצויגן געווארן און עס מאכט סענס אין מיינע פליישיגע אויגעלעך - אז עס דארף נישט אלעס זיין ראציאנאל! ניין, מיין מענטשליכע מח קען נישט און וועט נישט אלעס פארשטיין און באגרייפן! גלייבן מיינט נישט אז מען פארשטייט אלעס, איך גלייב אז מיין מח איז זייער באגרעניצט, און גדולים וטובים, צדיקים ושרפים, חכמים און פילאזאפן, האבן געוואוסט מיינע און דיינע קשיות און עכ"ז האבן זיי געגלייבט און געדינט דעם באשעפער.

דו האסט אזוי שיין אראפגעמאלן די אויסטערלישע גרויסקייט פון די גאלאקסיען. אונז באגרייפן נישט מיט אונזער מח ווי מאסיוו דאס איז. אבער עס איז פאקטיש א מציאות, קאי וקיימא! ווען מיר קענען ווען דאס נישט זעהן וואלסטו געוויס דאס אויך געלייקנט אז עס איז נישט פאראן אזא זאך, ווייל כלפי אונזער באגרעניצטע שכל איז דאס אבנארמאל, אומראציאנאל, ממש אוממעגליך.

דאס וואס דו שרייבסט "א גאט - אויב עס איז דא א גאט" - וואס פארשטייט זיך דאס טרעט אויף מיינע טיפסטע קעמערלעך, ב"ה איך האב נישט קיין נסיון דערין, איך האב שוין געזען אזעלכע אפענע זאכן און השגחה פרטיות מעשיות איון מיין לעבן אז איך האב נישט קיין צל ספק אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט אלעס.

דאס מיינט נישט אז איך בין נישט מסכים צו אסאך פון דיינע פרטיות'דיגע קשיות אין אנדערע אשכולות, ווי למשל דאס צי דער רבש"ע איז אייביג גוט, אבער בכלליות נעם איך אן מיט א פשטות אז מיר זענען דא פאר א תכלית.

איי די מורישקעס? וואס האב איך מיט די מורישקעס. איך האב זיי נישט באשאפן. איך האב זיי נישט געהייסן מיך פאלגן. ווי אזוי פארגלייכסטו דאס צום מענטש וואס איז א חלק אלוק ממעל (שטייצעך אויב דו גלייבסט דערינען...).

איי געסס דו דארפסט עסן מער מצה (נישט קיין מאשין מצה ח"ו...), מיכלא דמהימנותא, אפשר וועסטו זוכה זיין צו גלייבן מער... :P (יעצט קענסטו עפענען נאך א אשכול צי מצה איז טאקע מחזק אין אמונה...)

ענזשוי יור דזשורני.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך שעפטאל »

@שמעקעדיג: נאך אזא תגובה ווערט מקוים דיין חתימה...
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

שאלתיאל האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:53 pm @בונה של טוב די גאט אין וואס די ביסט בועט *איז* די גאט פון די תורה און די גאט פון אברהם יצחק און יעקב. די גאט וואס איז קל קנא פוקד עוון אבות על בנים, דארף די קרבנות און קוקט נאך שטרענג די מעשים פון זיין פאלק און שטראפט און גיבט גוטס. א נייע קאנסעפט פון גאט איז לעגיטים און מער שכל'דיג אבער מאכט נישט די אלטע פאר ע"ז.
אט דאס בעצם טענה׳ט דער ראב״ד מער-ווייניגער קעגן דעם רמב״ם בהל׳ תשובה פ״ג ה״ז ע״ש. אבער מיט דעם אלעם איז לויטן רמב״ם במו״נ ח״א פל״ו אט די סארט קאנסעפּט פון ״גאט״ גאר ערגער ווי ע״ז ע״ש.

און איה״נ. דאס גייט טאקע צוזאמען מיט׳ן געדאנק פון ״הלכה עוקבת מקרא״ וכו׳, וואו עס איז נישט אז מ׳האלט יהדות רבנית ווייל די תורה געבט דאס די אטאריטעט, נאר פארקערט: מ׳האלט די תורה ווייל יהדות רבנית געבט איר די אטאריטעט. אין אנדערע ווערטער, עס קען טאקע זיין אז די אריגינעלע כוונת כותבי התורה איז טאקע געווען אזא סארט קאנסעפּשאן פון גאט, אבער אז די ‏קאנסענסוס פון יהדות רבנית, כגון הרמב״ם (וואס די עיקרי אמונה קומען דאך פון אים, וואס ער האט דאס אראפגעשטעלט ביהדות רבנית כחיוב), זאגן אז דאס איז ״ע״ז״, איז דאס ע״ז פאר יהדות רבנית, אפגעזעהן פון וואס עס פאקטיש שטייט אין די תורה. וידוע מאמרם בקידושין מט. המתרגם פסוק כצורתו הרי זה בדאי והמוסיף עליו הרי זה מחרף ומגדף ע״ש. והוא מהאי טעמא.

***

אגב, דאס וואס @שמן למאור שרייבט בדרך אגב אין די ווערטער פונעם ״כופר״:
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:37 pmמיר לעבן דא קוים צוויי דריי יאר אויפן וועלט, טענה'ט דער אייניקל ווייטער, פארוואס זאלן מיר נישט זיין פארנומען צו הנאה האבן צו די מאקסימום!
ברענגט צו מיר ארויס, אינדירעקט בדרך עקיפין, אט די נחיצות פונעם ״מלמטה למעלה״ קאנסעפּשאן פון דאס אלעם. ואסביר כוונתי. די מציאות היקום שלנו איז, לענ״ד, נישט אויסגעשטעלט אז מ׳זאל ״הנאה האבן צו די מאקסימום״. ער מיינט אַבּוויעסלי ״די מאקסימום הנאה וואס איז שייך״, אבער, עכ״פ אין מיין עקספּיריענס (און אין די עקספּיריענס פון אַן עושר וואס האט מיר געזאגט ענליך), איז בדרך כלל פאר יעדעס תענוג וואס מ׳עקספּענד צייט און ענערגיע צו עררייכן, צאלט מען דערפאר א פרייז אין טערמינען פון עגמת נפש וצער דערקעגן [לדוגמא, א גוטע טריפּ של תענוג וועט האבן א הענגאָווער, וועלכע שטערט צו די רעספּאַנסיבּיליטיס פון לעבן וואס מ׳האט דערנאך; און אז מ׳האט נישט קיין רעספּאַנסיבּיליטיס פון לעבן, איז ער דאך שוין טאקע א דזשאָנקי בעגמת נפש אָנע לעבן. ואכמ״ל]. עס ווערט טאקע (כמעט) ביי יעדעס איינציגסטע תענוג א קאסט-בּענעפיט אנאליז, פון שכרה נגד הפסידה, בהכרח. דער מענטש און די יקום איז נישט אויסגעשטעלט אנדערש. און אט דאס איז דאך בעצם א חלק פון די פראבלעם פון שלעכטס, וועלכע איז טאקע א גאר שווערע קשיא וטענה קעגן מציאות הא-ל ‏(ובפרט טאמער האט מען טאקע א מער אַנטראָפּאָמאָרפישע קאנסעפּשאן פון ״גאט״)!

עכ״פ פון די איינציגסטע וועגן זיך ארויסצודרייען דערפון איז צו נוצן די ‏בּודהיסט געדאנק פון טאקע לעבן א לעבן פון קאַנטעמפּלעישאן און נישט וועלן נאכיאגן תענוגים, וועלכעס וועט אים דאך בהכרח ברענגען צער ווען א גרויס חלק פון זיי ווערן פראָסטרעיטעד מחמת הטבע וטרדי ופגעי הזמן (בנוסף צום פרייז וואס מ׳דארף גאר אפטמאל צאלן דערפאר וכנ״ל). ווי אויך אפיקורוס׳ געדאנק פון קאטעסטאמעטישע תענוג. והיינו, אז די עיקר איז טאקע העדאניזם און נאכיאגן תענוג, והאדם לא נברא אלא להתענג. אבער דער מענטש דארף צוקומען צו די הכרה אז ער זאל האבן עכטע תענוג פון די מאָנדעין פשוט׳ע זאכן אין לעבן, ווי דאס שמועסן מיט די ווייב און קינדער, אהיימקומען פאר סאָפּער וכו׳ וכו׳; פון די זאכן וואס ער טוהט ממילא בתור בּעיסיק (פסיכאלאגישע געזונטע) ״לעבן״ (עפ״י עריקסאן׳ס שטאפלען דערין) און וועלכע האבן דערפאר נישט (אזוי ווייט) אט די קאסט-בּענעפיט אויסטויש. נישט דוקא קינעטישע תענוג פון בּאכאנאל אָרדזשיס וכדומה, וואס בלייבט נישט אויף אזוי לאנג און איז מער עלול אים צו ברענגען מער עגמת נפש וצער על הכלל אין די לאָנג ראָן כנ״ל.

און מ׳קען טענה׳ן, עכ״פ להרמב״ם, אז א סעטעלד רעליגיעזע לעבנסשטייגער הייבט די פּראַבּעבּיליטי פון צוקומען צו אזא סארט קאנטעמפּלעטיוו לעבנסשטייגער, און וואו ער פאקוסד טאקע אויף קאטעסטאמעטישע סארט תענוגים. און דאס מיינט מען מיט די קאנסעפּשאן פון אונזערע מצות אלס ״מלמטה למעלה״, און צו מקשר זיין ״צום עיקר״ וכו׳ - זיי זענען ״פאר׳ן מענטש״ און נישט ״פאר ג-ט״. און דאס קען זיין די געדאנק במסילת ישרים (פ״א) שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' ע״ש.

***

ואגב, דאס איז וואס דר. דזשאָרדזש קאָלער שרייבט במשנת דר. הערמאן [יחזקאל] כהן:
”Religion,” wrote the liberal Jewish philosopher Hermann Cohen in 1915, “begins only if man, as far as the problem of Religion is concerned, is basically equal with God.” According to Cohen, religion emerges when God is not a demon and man is not subject to destiny, and this turning point in the history of spirituality came with the word of the prophet Micah: “He has told you, O man, what is good” (Micah 6:8). In Cohen’s view, this is the beginning of monotheism: man replaces the Israelite, and God is no longer speaking about Himself or about man, but about a new abstract concept: the good. This saying of Micah summarizes the religion of the prophets in a short formula. The prophets invented the idea of humanity, while the resulting concept of man, as a part of this new idea, refutes polytheism. Thus, the prophets discovered and revealed the One God, the God of humanity, proclaiming what is good. The epitome of prophetism is the realization of one humanity in a messianic age, where messianism represents the hope for a better future for all humanity. As Cohen sees it, this unshakable confidence is the content of the new religion of the prophets
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
רב חאצאצאק הקטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 176
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך רב חאצאצאק הקטן »

כפירה.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך מנחם מנדל »

רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:02 pm כפירה.

א גוטע ליין דאס!! ברויכמער מאכן א באמפער סטיקער דערפון.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך סבא דבהתא »

געהערט אמאל א גאנצע דרשה פון ראביי דזשייקאבסון איבער וואס גאט האט געדארפט באשאפן די וועלט, ער האט פרובירט אלע מהלכים (דרכו של טוב להטיב, גילוי האור מן החושך, אין מלך בלא עם וכו' וכו') און אלעס אפגעוואנדן ווייל למעשה זענען די אלע קאנסעפטס אויכעט נאר אין עקזיסטענס ווייל ס'איז באשאפן געווארן.... ועוד ס'נישט שייך צו זאגן אז ס'האט געפעלט פאר גאט סיי וואס אז וועגן דעם האט ער באשאפן די בריאה און יעצט איז אים עפעס געווארן בעסער ווי פריער....

אלא מאי האט ער נאכגעברענגט פון אסאך פריערדיגע (ר' חיים בריסקער ועוד) אז די ענדגילטיגע תירוץ איז פשוט 'כך עלה ברצונו' פיריעד. און ס'איז פשוט אבסורד אז דער נברא זאל פרובירן פארשטיין רצון הבורא ווייל ער האט פשוט נישט די כלים דערצו (שטעל דיך פאר די קערעקטערס אין א ווידיאו געים פרובירן צו פארשטיין די דעוועלאפער... פארוואס האט ער געמאכט די געים? וויאזוי איז ער? וואס איז ער?.....) מ'מעג און מ'דארף טאקע אלעס חקר'נען אבער ביז צו פארשטיין גאט וואס דאס איז אי אפשר. וידוע דברי הרמב"ם ז"ל תכלית הידיעה שלא נדע..
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך כספי »

זייער גוט געשריבן! ווי אייביג.
קלאר, געשמאק, טיפזיניג, און הומאריסטיש דערצו. און פארשטייט זיך מעורר דעם פארתמ'טן קאפ צו טראכטן אביסל.

אבער לכאו' די תירוץ אויף די שאלה איז, אז למעשה האט זיך ג-ט באוויזן פאר זעקס הונדערט טויזנט מענטשן פון אונזערע זיידעס, און זיי געזאגט וואס ער וויל פון די וועלט. אויף דעם איז דאך אונזער אמונה בעיקר געבויעט. איינמאל ג-ט האט אזוי געהייסן, קען מען קלערן פארוואס און פארווען, פארוואס וויל ער עס וכו', אבער ג-ט'ס רצון איז שווער צו פארשטיין פאר א נברא.

די קשיא וואלט אפשר געווען אויף אברהם אבינו, וואס ער האט איינגעזען די פאלשקייט פון די עבודה זרה'ס, און איינגעזען אין די ריכטיגקייט פונעם איינציגן קל חי. פארוואס האט ער געטראכט אז דער אלמעכטיגער וויל עפעס פון אונז קליינע מורישקעס? ערשט נאכדעם האט זיך - לכאו' - דער באשעפער באוויזן פאר עם און עם געזאגט 'אני הוא בעל הבירה'.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גאט דארף אונז האבן?

שליחה דורך mevakesh »

איך ווייס נישט אויב גאט דארף אונז האבן אבער דאס איז זיכער אז מיר זענען גארנישט מיט נישט אזוי ווי די האסט אזוי קלאר ארויסגעברענגט
ממילא וויל איך זיין א חלק פון די גרויסע זאך די קאלעקטיוו פון די מציאות אנשטאט זיין מיטן קאפ אינעם אייגענעם תחת
ווי אזוי קען מען זיין א חלק פון דעם גרויסע מציאות? מען קוקט וואס איז די כוח וואס דרייבט אלעס און מען פרובירט מיטצוגיין מיט דעם
אלע גלגלים און אטאם דרייען זיך אויף א סיסטעם פארוואס טראכט איך אז איך בין אנדערש? פארשטיי אז דו ביסט אויך א אטאם שבעל כרחך אתה חי ובעל כרחך אתה מת פרוביר נישט צו משנה זיין די מציאות ווייל איך האב עס נישט ליעב ווייל קיינער פרעגט מיר נישט גנבע נישט זיי נישט מקנא יענעם און זיי צופרידן מיט די ווייב וואס דו האסט
דאס איז לכאורה די לעולם יהא אדם אדער ווי אנדערע רופן עס שבע מצוות בני נוח ווען אונז וועלן האלטן דארט וועט מען אנהייבן דן זיין צו דער אייבערשטער וויל עפעס פון אונז אדער ווי אנדערע רופן עס זיין א יוד
כמעט אלע פראבלעמען וואס דער מענטש האט קומט פון גאווה. היתכן מיר איז פארקאקט עס קומט זיך מיר מער. ווי מער א מענטש כאפט ווער האט דיר בכלל געפרעגט ? ווער ביסטו בכלל ? ביסט א נישטיקע שטיבעלע אין די וועלט וואס די גאנצע וועלט איז א נישטיקע שטויבעלע אין די אוניווערס וכ'
פארשפארט