דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך berlbalaguleh »

החוקר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:13 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:26 pm לויט דעם איז אמעריקע גארנישט אנדערש פון רוסלאנד. ספעציעל בימי סטאלין, ימ"ש. ווען מ'האט געמאכט "שאו טרייעלס" און געהרג'עט און פארשיקט קיין סיביר מיליאנען מענטשן.
פארוואס איז דאס א שאו טרייעל?

ער האט געהאט א פארטיידיקונג? יא. ער האט געהאט די מעגליכקייט צו איבערצייגן די דזשורי אין זיין אומשולד? יא. אויב איז עס אזוי קלאר אז די גאנצע קלאגע האט נישט קיין שום האפט, פארוואס האט ער נישט געקענט איבערצייגן אמווייניגסטענס איין איינציגער דזשורער?

ער האט נישט געהאט קיין פעיר טרייעל, ווייסט פארוואס, ווייל טראמפ האט זיך אויפגעפירט ווי טראמפ.
איך בין נישט טראמפ'ס לאיער. ער האט גענימען די בעסטע לאיערס וואס מ'קען קויפן פאר געלט. דאך האט עס איהם נישט געהאלפן. ווייל דער דזשאדזש וואס קאנטראלירט וויאזוי דער משפט גייט, איז א ליבעראל. און ער איז להשמיד ולהרוג אקעגן דאנאלד טראמפ. ער האט עטליכע מאל אנגעשריגן טראמפ און זיינע לאיערס. און געסטראשעט מיט דזשעיל. נאר ער האט נישט געטון די זעלבע אדער ענליכס פאר די אנדערע "עדות" אזוי ווי מייקל קאהען און די אנדערע צדיקת וועלכע גייט אין די דרכים פון די "הייליגע" מאמע טערעסא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:?
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך מילך טראק »

איך פארשטיי באמת נישט וואס איז די פראבלעים דא, פארוואס איז דעיס טאקע נישט קיין Business expense?

איז דא איינער דא וואס קען דעיס מסביר זיין ?
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

פרייוויליג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:21 pmאיך פרעדיקט אז ביידן גייט געווינען די עלעקשען קומענדע נאוועמבער, ריגארדלעס פון די היינטיגער פסק.
ווען דו ליינסט די יעצטיגע פאולס, זעהט אויס די מצב גאנץ גוט פאר טראמפ.

הגם ס'איז נאר פאולס, און ס'איז נאך דא א גוטע פינף חדשים ביז די עלעקשאנס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך קורקלענד »

החוקר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:13 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:26 pm לויט דעם איז אמעריקע גארנישט אנדערש פון רוסלאנד. ספעציעל בימי סטאלין, ימ"ש. ווען מ'האט געמאכט "שאו טרייעלס" און געהרג'עט און פארשיקט קיין סיביר מיליאנען מענטשן.
פארוואס איז דאס א שאו טרייעל?

ער האט געהאט א פארטיידיקונג? יא. ער האט געהאט די מעגליכקייט צו איבערצייגן די דזשורי אין זיין אומשולד? יא. אויב איז עס אזוי קלאר אז די גאנצע קלאגע האט נישט קיין שום האפט, פארוואס האט ער נישט געקענט איבערצייגן אמווייניגסטענס איין איינציגער דזשורער?

ער האט נישט געהאט קיין פעיר טרייעל, ווייסט פארוואס, ווייל טראמפ האט זיך אויפגעפירט ווי טראמפ.
לויט די פאקטן וואס איך און א מערהייט אמעריקאנער האבן צוגעקוקט זעהט עס אויס ווי א שוי טרייעל.

וואס איז פשט פון דיין שאלה צו ער האט געהאט א פארטיידיקונג? מיינסט אז די רוסישע שוי טרייעלס האבן נישט געהאט קיין פארטיידיקונג? די מציאות איז אויך אז מ'איז איהם שטארק געשטאנען אין וועג פון זיך קענען פארטיידיגן אויף פילצאליגע אופנים ואי אפשר לפורטם מערסטנס ווייל אויב איך וועל אריינלייגן די כח וועסטו זיך ממילא נישט צוטוהן מאכן.

פארוואס מ'האט נישט געקענט איבערצייגן קיין איין איינציגער דזשוראר איז דא אסאך סיבות. אבער דאס צו קענען פארשטיין דארפסטו האבן מער קענטעניס איבער אונזער א''ג יוסטוץ סיסטעם. איז א גאנצע שיעור אין יוסטוץ איז נישט אין פלאץ דא. מאכסטעס כאילו ס'איז בכלל נישט קיין אפטי ערשיינונג אז א דזשורי זאל איינעם פאראורטיילן שלא ביושר. ווען דאס פאסירט טאג טעגליך.

איינער וואס פירט זיך אויף ווי טראמפ טאר נישט באקומען א פעיר טרייעל? הער איך דא די זאגסט גאר אז ס'איז טאקע נישט יושר'דיג (אנדערש ווי א מינוט צוריק) אבער ס'איז טאָ בּעד?

בכלל איז מיר קריאויז אז איך האב דא אזא משא ומתן מיט א אויפגעקלערטע לינקער וואס איז פונדאמענטאל קעגן אזעלכע אויפירונגן פון שטרענגע ברוטאלע יוסטוץ.....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:31 am:?
ער איז נאכנישט אינגאנצן עבר ובטל. ער קען נאך עפעס.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך מילך טראק »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 11:35 am
פרייוויליג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:21 pmאיך פרעדיקט אז ביידן גייט געווינען די עלעקשען קומענדע נאוועמבער, ריגארדלעס פון די היינטיגער פסק.
ווען דו ליינסט די יעצטיגע פאולס, זעהט אויס די מצב גאנץ גוט פאר טראמפ.

הגם ס'איז נאר פאולס, און ס'איז נאך דא א גוטע פינף חדשים ביז די עלעקשאנס.
פארוואס האלטסטו אז זיי גייען נישט נאכאמאל טרעפן אום געסקענטע בעלעטס אפאר וואכן נאך די עלעקשן ??
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:07 am איך פארשטיי באמת נישט וואס איז די פראבלעים דא, פארוואס איז דעיס טאקע נישט קיין Business expense?

איז דא איינער דא וואס קען דעיס מסביר זיין ?
ס’איז יא א ביזנעס עקספענס, ס’נאר נישט גוט געפיילט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
ראדני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך ראדני »

שמן למאור האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 12:05 am לויט ווי איך פארשטיי, איז די גאנצע טענה קעגן די דעמאקראטן אז מען וואלט בכלל נישט געדארפט צו ברענגען אזא קלאגע אין די ערשטע פלאץ. מען האט אים דא אנגעקלאגט אויף א נארישע טעכנישע פארברעכן וואס יעדער אין ביזנעס טוט איין וועג אדער די אנדערע.

איינמאל די זאך איז אין קאורט אין שוין א דבר פשוט אז מען וועט אים טרעפן שולדיג. די דזשורי קוקט אויף די טרוקענע געזעץ און פאקטיש האט ער פארלעצט די געזעצן.
די טענה איז נאך שטערקער, ווען נישט טראמפ לויפט פאר פרעזידענט וואלט מען עים נישט אנגעקלאגט, פונקט ווי מען האט נאך קיינעם קיינמאל נישט אנגעקלאגט אויף אזא זאך.
קומט אויס אז די גאנצע קלאגע איז א פאליטישע וויטש האנט.
האסט נישט געטראפען אן עבירה און געזיכט דער שולדיגער,נאר האט געטראפען א שולדיגער און ערשט דאן געזיכט אן עבירה.
די יוסטיץ סיסטעם איז קארופטירט, נישט פון היינט שוין יארן וואס זיי קענען חרוב לייגען מענטשן די לעבן אין נאמען פון געזעץ, מען ברויכט חרוב מאכן די יוסטיץ דעפארטמענט און אנהייבן פון פריש.
רובאשקין האבן זיי אוועקגעלייגט אויפן זעלבן מהלך, זיי האבן געטראפן דער שולדיגער און דערנאך געגאנגען זוכן עבירות אויף עים.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך מילך טראק »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 2:01 pm
מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:07 am איך פארשטיי באמת נישט וואס איז די פראבלעים דא, פארוואס איז דעיס טאקע נישט קיין Business expense?

איז דא איינער דא וואס קען דעיס מסביר זיין ?
ס’איז יא א ביזנעס עקספענס, ס’נאר נישט גוט געפיילט.
אויב קענסט אביסל מער מסביר זיין
לעמעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך לעמעלע »

איינער קען אריינקומען מיט מער פונקטליכע דעטאלן פאר וועם טראמפ האט געשיקט די געלט דורך קאהן?
טראמפ האט שוין כמה פעמים געליינט קריאת שמע נאכן סוף זמן.... פון וועלכע מעשה רעדט מען דא?
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך מילך טראק »

לעמעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 5:06 pm איינער קען אריינקומען מיט מער פונקטליכע דעטאלן פאר וועם טראמפ האט געשיקט די געלט דורך קאהן?
טראמפ האט שוין כמה פעמים געליינט קריאת שמע נאכן סוף זמן.... פון וועלכע מעשה רעדט מען דא?
לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון די באקאנטע מעשה מיט די פרוי אויפן באס, טראמפ האט איר געשיקט געלט פון די קאמפיין זי זאל מאכן א שווייג, די פראבלעם איז אז ער האט עס נישט געטארט נעמען פון די ביזנעס,
איינער זאל אויס בעסערן אויס איך האב א טעות
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך קורקלענד »

איך האב נישט אריינגעקוקט אזויפיל אין די דעטאלן. אבער זייער טענה איז געווען אז ער האט דווקא נישט גענומען/געגעבן בתורת קאמפיין. נאר בתורת ביזנעס. וואטעווער, איז גאנץ קלאר אז מ'רעדט פון א עבירה'לע וואס וויאזוי ער וואלט נאר געטוהן וואלט עס נישט געווען גוט. אבער שוין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך berlbalaguleh »

לעמעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 5:06 pm איינער קען אריינקומען מיט מער פונקטליכע דעטאלן פאר וועם טראמפ האט געשיקט די געלט דורך קאהן?
טראמפ האט שוין כמה פעמים געליינט קריאת שמע נאכן סוף זמן.... פון וועלכע מעשה רעדט מען דא?
אין מאחורי קענמען עס מסביר זיין מער בפרטיות. ס'גנב'עט זיך מיר אריין א מחשבה'לע אז דו ביסט גארנישט אזא "לעמעלע".
נאר איכ'ל פרובירן מסביר זיין. דער (געוועזענער) פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געזוכט מיט וועם ער קען לערנען קבלה. נאר דאס האט געמוזט בלייבן בסוד. ער האט געטראפן א גאנץ גוטע "חברותא". ער האט אפגעמאכט מיט זיין חברותא אז ער (זי) טאר נישט פארציילן פאר קיינעם. ער האט איהם (איהר) אויך געגעבן א גרויסן סכום פון "לא יחרץ" געלט. ער (זי) האט אפילו געסיינט א הסכם אז ער (זי) וועט נישט פארציילן פאר קיינעם. ער (זי) האט גענימען דאס געלט און אנגעפיפן דעם הסכם. ער (זי) האט פארציילט פאר די גאנצע וועלט אז זיי האבן געלערנט קבלה צוזאמען. דער פרעזידענט טראמפ האט אבער נישט געוואלט אז די וועלט זאל וויסן פון דעים. האט ער אויסגעשטעלט טשעקס פון זיין ביזנעס אלס א ביזנעס עקספענס. ס'הייסט ער האט עס געטון דורך א שליח. זיין חשוב'ער (געוועזענער) גבאי ר' מעכיל הכהן קאהן ני"ו. ווען די עף.בי.איי. האבן ארעסטירט ר' מעכיל האט ער אלעס מודה געווען און ארויפגעלייגט די גאנצע שולד אויף זיין (געווזענעם) בעל הבית מר. טראמפ. עד כאן הסיפור...!
לעמעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך לעמעלע »

פארוואס האט ער עס נישט געקענט געבן פון זיין פריוואטע אקאונט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך קורקלענד »

דא טענה'ען זיי אז ער וואלט עס געדארפט געבן אלס א נדבה צו זיין קאמפיין. ווארום די גאנצע זאך איז נאר געווען לטובת זיין קאמפיין. וואלט ער עס ווען ארויסגענומען פונעם קאמפיין, וואלטן זיי געשריגן אז די קאמפיין האט געצאלט זיין פערזענליכע עקספענסעס שלא ביושר אזויווי ביי דזשאן עדווארדס. אא''וו. די פוינט דא איז נישט אז ער האט עפעס שלעכטס געטוהן ווייל ער האט להדיא נישט. און די אלע וואס מיינען אז דאס איז בלויז טראמפ און ס'איז א אויסערגעווענליכע יוצא מן הכלל וועלן אין גאר א קורצע צייט געוואויר ווערן אז מ'מיינט זיי אויך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך berlbalaguleh »

לעמעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:00 pm פארוואס האט ער עס נישט געקענט געבן פון זיין פריוואטע אקאונט?

ווייל ווען מ'געט עס אלס ביזנעס עקספענס קענמען עס אראפרעכענען פון טעקס.

ער האט איהר געגעבן א גרויסן סכום געלט . איבער 100,000 דאלער.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך מילך טראק »

משה זעקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 23, 2022 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך משה זעקעל »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:16 pm נאוואלני אויך!
קומט נישט דא אריין
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:24 pm
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 11:35 am
פרייוויליג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:21 pmאיך פרעדיקט אז ביידן גייט געווינען די עלעקשען קומענדע נאוועמבער, ריגארדלעס פון די היינטיגער פסק.
ווען דו ליינסט די יעצטיגע פאולס, זעהט אויס די מצב גאנץ גוט פאר טראמפ.

הגם ס'איז נאר פאולס, און ס'איז נאך דא א גוטע פינף חדשים ביז די עלעקשאנס.
פארוואס האלטסטו אז זיי גייען נישט נאכאמאל טרעפן אום געסקענטע בעלעטס אפאר וואכן נאך די עלעקשן ??
ווייל איך האלט נישט אז דאס איז געשען אין 2020.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך שמעון וואלף »

לעמעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:00 pm פארוואס האט ער עס נישט געקענט געבן פון זיין פריוואטע אקאונט?
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 7:05 pm
לעמעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:00 pm פארוואס האט ער עס נישט געקענט געבן פון זיין פריוואטע אקאונט?

ווייל ווען מ'געט עס אלס ביזנעס עקספענס קענמען עס אראפרעכענען פון טעקס.

ער האט איהר געגעבן א גרויסן סכום געלט . איבער 100,000 דאלער.
בערל, מאך אביסול ריסערש.

ער האט עס יא געגעבן פון זיין פריוואטע אקאונט. רוב פון זיין פריוואטע אקאונט ממש און צוויי טשעקס פון א רעוואקעבל טראסט, וואס איז אויך גערעכענט ווי א פריוואטע אקאונט. ער האט עס נישט אראפגערעכענט אלץ אן עקספענס פאר טעקס פורפעסעס.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך שמעון וואלף »

וואס האט פאסירט אז מרת קליפארד האט אנגעפאנגן רעדן. האט זית סתם אזוי געבראכן די אגרימענט, אדער האט די קאורט איר געצווינגן צו רעדן?
דער עקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:45 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל

שליחה דורך דער עקס »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:16 pm נאוואלני אויך!
האט נאוואלני אויך געהאט א Jury?
“Every great cause begins as a movement, becomes a business, and eventually degenerates into a racket.”
פארשפארט