היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
מילך טראק
ידיד ותיק
הודעות: 808 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
שליחה
דורך מילך טראק » זונטאג מאי 26, 2024 1:12 am
א בני יואל האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 24, 2024 12:58 pm
ריף עס העיט
ריף עס רשעות
גניבה
ריף עס ווי אזוי די ווילסט
פּאנטש ליין איז איין זאך סדארף זיך ענדיגען גאר שנעל
א מוסד קען נישט זיצען אויף א טאטענס בלוט אין שלעפען געלט אן אדער אפילו מיט א חשבון בשעת דער טאטע מוז באצאלען שכר לימוד אין קרן הבנין קאמפּיין אין מען העכערט זיין שכר לימוד יעדעס יאר אין יעצט ווערטדער מוסד הינגעריג פאר נאך אפאר דאלער ווייל פארוואס נישט אדער ווייל טשערעדי אפיס זיכט נאך א אינקאם
איין זאך זעהט מען יא. די גרויסע קאמפיינס הצלה /בוני עולם/אר סי סי עס /טראגען זיך אפ פין זיינע וועבסייטס אין מאכען שבת פאר זיך אויף א צווייטע וועיג
אבער נחזור לעינינו
מיין מיינונג איז יעדער דאלער וואס קימט אריין פין טשערעדי וועבסייט איז גארנישט אנדערש ווי א שטיק יודיש בּלוט אין פלייש אין יעדער דאלער איז ממש אין א בחינה פין גניבה אין דאס ערגסטע
ודע
טאטעס האבען נישט קיין ברירה צי זאגען ניין לאז מיך אפּ ווייל סהאלט שוין אז מען סטראשעט אז מען גייט פארשיקען די קינדער אויב מען שטעלט זיך נישט צים קאמפּיין
אדרבה פרעיג די דאזיגע טאטעס אויב זיי זענען העפפי מיט דעים
מילא זאג איך נאכאמאל זייער האנט איז באשמירט מיט יודיש בלוט אין מען דארף דאס אפּשטעלין
א בליק פון די אנדערע זייט,
די מוסד ברעכט אונטער ווער דען זאל טוהן עפעס אויב נישט אלע עלטערן וואס זענען די וואס האבן הנאה פון די מוסדות?
א בני יואל
מאנשי שלומינו
הודעות: 140 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
שליחה
דורך א בני יואל » מאנטאג מאי 27, 2024 5:45 pm
יא גערעכט די מוסד ברעכט אינטער
אבער די טאטעס אויך איז וואס ווילסטו יעצט
ווילסט אהיימשיקען דאס קינד איך בין שוין צי דעם אויך מסכים אבער לאז מיך במנוחה
אדער מאך א דינער ווי אמאל ווי א נארמאלער מענטש אין מוועט עס אדורך שמועסן זעהן וואס מקען טוהן צי שניידען עקספענסעס
אדער זאל דער מנהל מנהלת ארויסלייגען א עקסעל צעטעלע מיט פינקטלעך וואס די עקספענסעס זענען ווי מען קען איינציען דעם פאסיק אביסעלע
אדער וואספארא פראגראמען מען באקימט אין ווי דאס געלט גייט אין פארוואס סאיז פינקטלעך דא א ריזיגער לאך
האט אפשר די מוסד געקויפט א פראפערטי וואס מגייט אפשר קענען בויען אמאל א מעכטיגער בילדינג
אפשר דארף מען עס יעצט פארקויפען כדי זיך צי קענען קאווערן
מדארף איינער וואס זאל פארציילען פינקטלעך ווי די שווערע אפגעהארעוועטע געלטער פין א טאטע וואס באצאלט יעדער חודש זיין שכר לימוד
אין אויב איינער באצאלט נישט זעץ דיך ארויף אויף יענעם אבער לאז די אנדערע אפּ
אין טאקע דאס איז דער וויי געשריי
קימט א רשע אין ער שטופּט זיין פרנסה זיין וועבסייט ארויף אויף אינז אלע אזאזש גאנץ כלל ישראל איז שוין שולדיג איינער פארן צווייטען ווייל יענער ראציגער מיז מאכען א פרנסה
סאיז פינקט ווי דאס שווארצע מארקעט מיט איין חילוק
דא ״מיז״ יעדער טאטע געבן אין אויף די שווארטצע מארקעט מיז מען נישט קויפן
א בני יואל
מאנשי שלומינו
הודעות: 140 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
שליחה
דורך א בני יואל » מאנטאג מאי 27, 2024 6:13 pm
נעם א עווריטש ישיבה מיט הינדערט טאטעס וואס באצאלען שכר לימוד אכט הינדערט דאלער א חודש
קימט אויס פינעף אין אכציג טויזענט דאלער א חודש
קימט אויס א מיליון צוואנציג א יאר
ווי גייט דאס געלט
נאכדעים קימט רעגיסטרעישן געלט יעדעס יאר פין פריש לאמיר זאגען צוויי הינדערט
נאך צוואנציג טויזענט דאלער א יאר
לייג ארויף קרן הבנין געלט פיר הינדערט דאלער
איז נאך פערציג טויזענט א יאר
ווי גייט דאס געלט
אין מען בעיט פאר צוועלף חדשים ( זיי זאגען נאך פריי דיך מיט קלענערע פעימענטס)אבער רוב פלעצער האבען נאר ישיבה צעהן חדשים די איבעריגע דארף מען צאלען פאר א קעמפּ נאך פיר אלפים
אבער זייער טענה איז אז זיי באצאלען פארן מנהל אדער רבי אדער טיטשער
סא יענער מאכט געלט צוויי מאל ווייל ער איז דאך א עפעס אינעם קעמפּ
מילא בין איך שוין צימישט
אויב באצאלט מען איז ער דאך מחיוב צי זיין אינעם מוסד דעמאלטס האלט עס אפען
אבער אויב נישט פארוואס דארף א טאטע אויסליידיגען זיינע טאשען
צוויי
ידיד השטיבל
הודעות: 282 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
שליחה
דורך צוויי » מאנטאג מאי 27, 2024 9:58 pm
איך פארשטיי נישט, די שימפסט אויף די קאמפאני וואס שטעלט אהער די טשערעדי קאמפיינס, אדער אויף די הנהלת המסודות?
א בני יואל
מאנשי שלומינו
הודעות: 140 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
שליחה
דורך א בני יואל » דינסטאג מאי 28, 2024 8:02 pm
דער מנהל /ראש ישיבה מנהלת ווי אזוי אין ווער סאיז אין טאפּ איז נעבעך א אומשולדיגער מזאגט זיי צי גאלדענע גליקען זייער גרינג
ער באקימט א ציזאג פין די קאמפעני טשרעדי אדער רעיז מי אז מקען ארויסנעמען זייער אסאך געלטער פין די עלטערין ווייל מגייט זיי צווינגען צי מיטארבעטן
אריין די קאמפעני מיטן גאנצען קנאק אין מהייבט אן טערעזירען די עלטערען
זיי האבען א האסטעלער אזוי ווי וועגעס
דער ריפט ארום אלע טאטעס אויף א מיטינג אין דער נעמט דאס ווארט אין איז מסביר ווי שווער סגייט פאר די מוסדות אין מיט זיין געלאנגענער שפּראך לייגט ער אראפּ מיט הערליכע קאלירען ווי אזוי סארבעט דער קאמפּיין אין סאיז בכלל נישט שווער
אין ער נעמט קאנטראל אויפן גאנצען פאנדרעיזינג
אין מען הייבט אן אויפסעטן די לינקס
דערנאך מאכט ער זיין גרופע אויף וואטס עפּ אין אוודאי ער איז דער עדמין אין נאר ער קען רעדין
אין יעדע צוויי שעה קימט א באפעיל פין עם וואס מדארף טוהן אין צוויי שעה אין וואס מדארף לייגען אויף סטעטוס
ווער סאיז שוין אריינגעפאלען וועט וויסען פינקטלעך פין וואס איך רעדט
אויף זעיט ער נישט קיין עקשען ריפט ער דיך אן טערעזירען וואס ער ערווארט פין דיר
אבער פארציילט מיר א טאטע נעכטן ווי דער יעניגער ראצער אין הינט נאכען יענעם מסביר זיין אז ער קען נישט יעצט העלפן ווייל ער איז פארנומען מיט עפעס
זאגט אים דער האסטלער
אין כלל ישראל איז פארהאנען צוויי מינע מענטשין
״אדער געבּט מען אדער נעמט מען״
א מין גערעדאכץ פין א ראציגער הינט
סא אינזער האסטלער האט א ארבעט דיך צי מאכען פאר צוויי צענט
ער דארף פאר אלע געלטער דיך מאכען ארבעטין אז ער זאל קענען קאלעקטן זיין ציגעזאגטע גאלדענע גליקען
אין לאמיר נישט פארגעסין
טשערעדי בעיט פאר די געוואלדיגע סערוויס 10% פלאס קרעדיד קארד פראסעסינג
אין פארדעים שריי איך
קודם פארן צווינגען אז די מיזט קאלעקטען
אין נאכדעים פארן טערעזירען עלטערין זאלען טערעזירען אנדערע
אין דערנאך זייט ווען זענען טאטעס שולדיג אז מקען זיי מחייב זייו מיט א חוב צי קאלעקטן
וועלכע הלכה האט דאס מתיר געוועהן צי צאפּען יענעמס בלוט
איז עס אזוי ווי א שטאט וואס האט נישט קייו שול קען מען צווינגען די איינוואינער צי בויען א שול
אין פארדעים שרייב איך וואס איך שרייב
מילא א ארגענעזעישען ווער סוויל נעמט זיך א לינק
אבער די קאמפעני פין די פאנדרעזינג קען דיך אין טאר דיך נישט צווינגען אין דער דאזיגער רשע דער האסטעלער טרינקט יודיש בלוט אן א גבול אין מדארף דאס רשעות ענדיגען וואס שנעלער
אין יעדער דאלער וואס מגעט פאר זיי איז לכאורה ניטאמאל קיין צדקה נאר א שטיק שפיכות דמים ממש
לאז געמאכט
מאנשי שלומינו
הודעות: 39 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
שליחה
דורך לאז געמאכט » מיטוואך מאי 29, 2024 12:34 am
זעה איך אז סאטמאר מהרז"ל איז אפיציעל ארויס געקומען שטיצן אנליין קאמפיינס מיט געוויסע TERMS און געגעבן א נאמען קראוד פאנדינג....
רב חאצאצאק הקטן
ידיד השטיבל
הודעות: 176 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
שליחה
דורך רב חאצאצאק הקטן » דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:51 pm
מיינע "סימפל" פאר צענט:
הצלה און חבירים זענען די בעסטע ארגענאזאציעס וואס עקזיסטירן אויפן וועלט.
וואס טוען שומרים\שמירה? אפאר זאכן:
שמירה/שומרים-פילט אפ די לעצטע בלעטער פון "א בליק"/די וואך אויסגאבעס און מאכט גרויסע "טשערעדי" קאמפיינס און די בעל הבתים זיצן אין בעווערלי הילס און נעמען די געלט.
אויכעט האבן זיי אן עקספרעס ליין ביי NYPD...
והמיבין יבין.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » פרייטאג מאי 31, 2024 2:53 am
רב חאצאצאק הקטן: דו האסט שוין געזעהן אמאל ווען א גוי כאפט אראפ א הוט ביי א איד. אדער גנב'עט א פאקעט בוק פון א אידישע פרוי. דו קענסט רופן פאליס. זיי וועלן מאכן זיכער אז דער גנב איז אנטלאפן פאר זיי קומען. משא"כ ווע מ'שרייט כאפצעם. און די שומרים זענען גלייך דארט. און זיי יאגן נאך דעם גנב און רוב מאל כאפן זיי איהם. און ליתר שאת האקט מען איהם נאך א ביסל אן די ביינער למען ישמעו ויראו.
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » פרייטאג מאי 31, 2024 8:48 am
מיין טאטע זז"ג האט געהאט אנ'אלטע קאפעליטש, ער האט נישט געוואלט קויפען א נייע
זענען מיר געגאנגען שפאצירען אין א פארק
איז א גוי געקומען צו פאהרען מיט א בייק און האט אוועק געכאפט דער קאפעליטש
האב איך געזאגט = דער גוי ווייסט נישט וואסארא מצוה ער האט געטוהן.....
רב חאצאצאק הקטן
ידיד השטיבל
הודעות: 176 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
שליחה
דורך רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג מאי 31, 2024 3:27 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 31, 2024 2:53 am
רב חאצאצאק הקטן: דו האסט שוין געזעהן אמאל ווען א גוי כאפט אראפ א הוט ביי א איד. אדער גנב'עט א פאקעט בוק פון א אידישע פרוי. דו קענסט רופן פאליס. זיי וועלן מאכן זיכער אז דער גנב איז אנטלאפן פאר זיי קומען. משא"כ ווע מ'שרייט כאפצעם. און די שומרים זענען גלייך דארט. און זיי יאגן נאך דעם גנב און רוב מאל כאפן זיי איהם. און ליתר שאת האקט מען איהם נאך א ביסל אן די ביינער למען ישמעו ויראו.
'סארי'
נישט געוואוסט ס"איז דא שומרים מעמבערס אויף ק"ש.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » פרייטאג מאי 31, 2024 7:31 pm
יעצט ווייסטו.
דו דערמאנסט מיך א מעשה פון דעם העיליגן סקווירא רעבע שליט"ע. ער האט כדרכו בקודש עיביג געזאגט ווען מ'איז איהם געקומען פארציילן וועגן עפעס א שייגעץ שטיק וואס זיינע חסידים (כלבים) האבן אנגעשטעלט, אז ער וועיסט נישט. איינמאל איז געווען א מעשה וואס זיינע חסידים האבן עפעס אנגעשטעלט אין די וויז'ניצער משפחה. האט איהם הרב ערנסטער (אויך א קרוב) פארציילט . האט ער כדרכו בקודש? געזאגט אז "ער וועיסט נישט". האט איהם הרב ערנסטער געזאגט...דערפאר פארצייל איך אייך איהר זאלט יא וויסן...!
א בני יואל
מאנשי שלומינו
הודעות: 140 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
שליחה
דורך א בני יואל » דאנערשטאג יוני 06, 2024 6:30 pm
נעבעך נישט נארמאל וואס סגייט פאר מיט דעים משוגעת פין קאמפּיינס
יעצט אויף די מינוט האסטו
פיפצען סקולס אין פערצן תלמוד תורה
אינאיינעם מיט א קהילה וואס לאזט נידט וואטסעפּ אבער שנארן מעיג מען יא
איינער ווייסט אפשר ווער סקימט נאך יום טוב
קיקט אויס ווי לכו והתפרנסו זה מזה האט א פרישער באדייט
וואס מיך ווינדערט שוין היינט איז ווי אזוי האט מען געקענט פארלירען אזוי פיל געלטער ביז היינט
די לעצטע וואך איז נישט געוועהן א פארטאגס אן צוויי פרישע קאמפּיינס