שטייט אין ספר תולדות יעקב יוסף א משל. א בן מלך איז פארשיקט געווארען צו א ווייטע מדינה. זייענדיג דארט, צווישען פויערן און פראסטע יונגען, האט ער זיך געשפירט ווי א פיש אויף דער ערד, נישט אין פלאץ און אומבאקוועם. ער האט זיך אבער נישט פארגעסען, און א בן מלך איז ער געבליבען.
איין שיינעם טאג, האט ער באקומען א בריוו פון טאטען. די שמחה איז געווען עד אין לשער. א קלייניקייט?! א בריוו פון קעניג, א ווינק פון
דער גרויסע פיהרער אז ער דערמאנט זיך פון איהם! א פראכט!
ער האט געוואלט זיך פרייען, אבער אליינס קען מען דאך נישט. וואס האט ער געטוהן? איינליידענען די פויערן איז דאך אויך נישט אין פלאץ, ט׳ווי קענען זיי דערהייבען די שמחה פון א בריוו פון קעניג? האט ער באשטעלט א סעודה מיט א משתה היין, און צו דעם האבען זיי פארשטאנען. ויאכלו וישתו וייטב לבם, און גענומען האט מען זיך טאנצען. די פויערן האבען געטאנצען פאר די גוטע וויין וואס זיי האבען אריין געזויפט, אבער דער בן מלך האט זיך געפרייט מיט זיין בריוו פון קעניג.
קוקענדיג די ל"ג בעומר שמחה, הייב איך נישט אן צו פארשטייען, ולשמחה מה זו עשה? מיט וואס פרייט מען זיך? וואס איז די יו"ט? פארצייל מיר נישט קיין שטיקעל תורה פון א מאמר פון איינער פון היסטאריא. וואס איז דיין שמחה? מיט וואס ביסטו היינט אזוי פריילעך? יעדער יו"ט איז נישט אזוי, מ׳פרייט זיך און מ׳לייגט צו פלייש מיט וויין, פאר די ׳פויער׳ אינעווייניג. דא זעט זיך אויס ווי די מוזיק אליינס איז די שמחה, נישט קיין היכי תימצי ארויס צו ברענגען אן אנדערע שמחה.
וצל"ע וה׳ יאיר עיני.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9698
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3445 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל
ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
דער אשכול פארמאגט 95 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן